וויאזוי זיך צו באשיצען פון אגרעסיווע פאנדרעיזערס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 458
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm
וויאזוי זיך צו באשיצען פון אגרעסיווע פאנדרעיזערס
נוגע יעצט - טשערידי עפאכע
נוגע די וואך - פורים
נוגע 2 וואכן ארום - ערב פסח
און נוגע אגאנץ יאר
עפיזאד 1:
כ'האלט אינמיטן אשרי ובא לציון און שפאלט די לופט א מעכטיגע "ברשות הגבאים וכו'" און דאן צושפרייטן זיך גרופעס סטראטעגיש און מיט געטשארדזשטע אייפער לאנדען ארויף אויף מיר 2 יונגעלייט און מיט א פו"ל סקעי"ל אטאקע שטורעמען זייערע קאנאנען מיט ארקעסטרירטע פייער. זיי בייגען זיך צו נאנט צו מיין אויגן און מיט איין האנט אויף מיין רוקן און די האנט מיט אן אויסגעשארפטע פוינטינג צו מיין פנים "וויאזוי קענסטו שלאפן ביינאכט ווען די יונגעלייט מוטשענען זיך וכו'". ווען איינער דארף כאפן דעם אטעם, וועט דער צווייטער 'סיעמלעס' איבערנעמען און אנהאלטן די פייער-טאן. דאן אקעי זאל איך טשארדזשען אייער קארד (חודש'ליך פאר לייף) $500 אדער גאר קענט איר האבן די זכי' צו זיין דער אכסניא של תורה און מאכן די יערליכע מסיבה און אריינברענגען די שכינה ביי אייך און שטוב "כ'געדענק דיין הויז, עס איז פונקט צוגעפאסט, מיר וועלן אויסצאלן א גויטע אויפצורוימען, מסודר.
קוים וואס איך קען אויסרעדן, נישט ווייל כ'האלט אימיטן דאווענען (פארשטייט זיך אז איך ווייס שוין נישט ווי איך האלט...) און נישט ווייל איך האב אן תפילין, נאר ווייל זיי לאזן מיך אפי' נישט קומען צום ווארט, זיי רעדן און רעדן און פארלאנגען מיין קארטל.
איך טראכט אזוי ביי מיר צו ווייסן זייי אז איך האב נאך נישט צו קאווערן מיין פעיראל די וואך, צו פארשטייען זיי וואס מיינט אז איך האב חתונה געמאכט 2 חדשים צוריק.
"די צוועק איז טאקע אן עמערדזשענסי, איך וויל טאקע זיייער שטארק געבן, און טאקע אן ערענסטע סכום, אבער יעצט בין איך נישט ביכולת מער (פון א $20)."
אה, וואספארא עלערגישע ריאקציע עקספלאדירט. אנגעהויבן מיטן רחמנות-קארטל "די מצב איז איום ונורא..." ביזן שולדיג-געפיל-קארטל "די ברענגסט ח"ו א חרון אף...", "מיט דיין נישט געבן (אונזער באשטימטע סכום) שוואכסטו אונז אפ, און די ביזט גורם אז אלע עניים...", אויב די וועסט געבן יותר מכפי יכלתך וועט דיר דער ה' אויך געבן וכו'.
מיין וויקאביולארי און לא"ו פיט"ש טא"ן איז בכלל נישט קיין מעטש צו זייערע אויסגעשארפטע אנטשולדיגונגס-אפווארפער. זיי הערן בכלל נישט מיינע עקסקיוזעס. עס גליטש זיך פשוט אראפ פון זיי, אונדערצייט וואס זיי האבן באוויזן איינצופלאנצן אין מיר א שולד געפיהל פאר זייער צוועק.
ווילן זיי אז איך זאל טון ווי מיין שכן, א 60 יעריגער, "יונגערמאן נאט אייך $1. "קומטס מארגן נאכאמאל, כ'ל אייך גערן געבן נאך א דאלאר"
אדער ווי מיין 22יעריגער נעפיו טוט, "זאלן זיי אלע גיין ארבעטן, די גמ' זאגט פשוט נבילה בשוק", טאקע נאר ווייל עטץ שטעלץ צוזאם געלט פאר זיי, האבן זיי נישט, ווייל זיי פארלאזן זיך אויף ענק"
עפיזאד 2
דינג דאנג, "צדקה"
כ'עפן אויף די טיר מיט א 20'גער אין די האנט (פלאנענדיג צו באקומען עפעס טשענדזש), "כקען אפשר ארייינקומען" איגנארירענדיג די ברוגז בליקן פון מיין אשת חיל (ווייל עס איז פונקט אביסל אויפגעווארפן די דיינונג רום) און איך זעץ מיך אראפ ביים טיש און פאלדערס מיט בילדער ווערן אויסגעשפרייט און נאך 5 מינוט אויסהערן שטרעק איך אויס דעם גאנצען 20, שטעלט דער מקבל אן א צובראכן פנים "איר זענט מיך מבזה... קוקט אהער, און הייבט אן נאכאמאל די גאנצע דרשה פון אנהויב וכו'
כ'האב צוגעלייגט נאך א 10'נער און ער איז ארויס ברוגז!
וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון אין אזא פאל?
---
ח"ו ח"ו אוועקצומאכן אדער מבזה זייין די עבודת הקודש און זכי' וואס גבאי צדקה האבן. אבער די טעמע דא איז די ווילדע פרעשער און צווינגען צו געבן גרויסע סכומים ווען דער נותן קען נישט. ודי בזה (קרעדיט ש"ק)

- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
קודם כל איך שאקל מיר אפ ווי שנעלער פון די מענטשן וואס רעדן צו מיר אזוי סיי צדקה צוועקן און סיי יונגערלייטלעך אינשורענס עידזשענס. וויזוי מ'שאקלט זיך אפ? מ'זאגט איך קען נישט געבן מער און גיי. זיי ווייזן טאקע צוריק אזא גרויליגע פנים מ'ווישט זיך א דאס נאניע אום מ'גייט ווייטער.
אז מ'גיט מער פון א פינעווער קומען נאך און נאך אזאנע מענטשן.
גיב קיינמאל נישט דיין קרעדיט קארד אז ס'זאל ראנען חודש'ליך. איך פלעג עס טוען און זאגן אז מ'זאל עס ניצן נאר ביז א יאר און ס'פלעגט אנגיין יארן... און ווען מ'קאלט זאגן אז מ'זאל עס סטאפן כאפט מען אין זיבטען ריפ.

https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
nmi האט געשריבן:אז מ'גיט מער פון א פינעווער קומען נאך און נאך אזאנע מענטשן.
באקאנט די מעשה. בריסקער רב האט נישט געגעבן פאר איינעם וואס איז געקומען פארלאנגען צדקה און האט נאכדעם געזאגט תחנונים ידבר רש אבער פאר אן עושר וואס עשיר יענה עזות דארף מען נישט געבן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
מען מעג שטיין אויף די אייגענע די אייגענע רעכטן ווען מען האט טאקע נישט. אבער ביטע באשולדיגט נישט די 'אגרעסיווע' פאנדרעיזינג, ווייל ווען נישט די ' אגרעסיווע' פאנדרעיזינג וואלטן ווען אסאך נשברי לב נישט געהאט וואס צי עסן אדער אנדערע לעבנס וויכטיגע געברויכן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
געריבענער סוחר האט געשריבן:מען מעג שטיין אויף די אייגענע די אייגענע רעכטן ווען מען האט טאקע נישט. אבער ביטע באשולדיגט נישט די 'אגרעסיווע' פאנדרעיזינג, ווייל ווען נישט די ' אגרעסיווע' פאנדרעיזינג וואלטן ווען אסאך נשברי לב נישט געהאט וואס צי עסן אדער אנדערע לעבנס וויכטיגע געברויכן.
די אגרעסיווע פאנדרעיזערס האבן שוין ארויסגעשלעפט פון מער ווי איין כולל יונגערמאן זיין לעצטע פינעווער וואס איז געווען באשטימט צו קויפן ברויט און מילך.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- ברעטל
- שר מאה
- תגובות: 191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
- לאקאציע: ביים ברעטל
אין איין ווארט: מיט אגרעסיווע פאנדרעיזער באשיצט מען זיך מיט אגרעסיע.
א געוויסע מוסד וואס נוצט זייער געלט פאר זאכן אויף וואס יעדער איז ברוגז, האט מיך אמאל פרובירט צו מאכן שפירן שלעכט. האב איך אים אזאנס געגעבן פארן בעטן געלט אויף צוועקן וואס איז פשוט מחלוקת וכדומה, מער שטייען זיי נישט אין מיינע ד' אמות.

"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3550
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
צו אלעמען ערשט איז וויכטיג צו מאכן ביי זיך געוויסע פאליסי'ס בנוגע צדקה. עס מיינט נישט אז מען זאל געבן ווייניגער צדקה - עס איז מיטן ציהל אז עס זאל נישט פארגיין דעם אפעטיט פון גיבן.
ביי מיר איז עס ווי פאלגענד:
1 - אין מיין הויז קומט נישט קיינער אריין. עס איז פריוואט. מיר קענען רעדן אינדרויסן ביים טיר בסדר.
2 - עס איז נישטא אזא זאך ווי מיין קרעדיט קארד לויפט ערגעץ. אז די ווילסט נעקסטע חודש א פרישע נתינה, שטעל דיך פריש אין די ליין.
3 - אז איך האלט נישט ביים גיבן פאר סיי וועלכע סיבה, זאג איך גלייך אז איך קען נישט יעצט געבן. און פארטיג. מאכט נישט אויס צו דער בעטער איז א שיינער איד. (דאס איז זייער שווער, אבער מיר האבן זיך אויסגעלערנט עס דורכצוברעכן)
4 - מיר האבן אויך באשלאסן אין ליכט פון די לעצטע עביוסיוו טאקטיקן, אז מיר גיבן נישט קיין שום טעלעמארקעטינג אדער אנליין דאנעישאן.
5 - משפחה איז ערשט פאליסי. מיר קוקן קודם אויב עמיצער אין די משפחה דארף פינאנציעלע הילף, איידערן גיבן פאר עפעס א אלוועלטליכע אויסשטאטישע ארגענאזעישאן.
6 - סיי וועלכע גרעסערע סכום, איז מיטן צושטימונג פון די בני בית.
מיר האבן שוין געהאט מער ווי איין ארגענאזאציע וואס אירע פאנדרעיזער פלעגן מיר אמאל שטארק מוטשען אבער אן ערפאלג. מיט די צייט האבן זיי מיר אפגעלאזט זעענדיג אז ס'איז א שאד די ארבייט. אבער א שיינעם טאג האב איך אראפגעסווייפט ביי די ארגענאזעישאן עטליכע מיאות פון אייגענעם ווילן.
עס איז מיין געלט, און איך שטעל אויס די צדקות לויט מיין ווילן, נישט לויט ווער עס האט די טייערסטע באצאלטע פאנדרעיזער און קאמפיינען.

ר' יום טוב האט געשריבן:
1 - אין מיין הויז קומט נישט קיינער אריין. עס איז פריוואט. מיר קענען רעדן אינדרויסן ביים טיר בסדר.
2 - עס איז נישטא אזא זאך ווי מיין קרעדיט קארד לויפט ערגעץ. אז די ווילסט נעקסטע חודש א פרישע נתינה, שטעל דיך פריש אין די ליין.
אני נוהג להיפך, אדרבה ואדרבה שטייט א משולח ביים טיר, אדער די שליח פון די מוסד וואס איך שיק מיינע קינדער, נעמט מען זיי אריין בספ''י מען גיט זיי ציציבייסן, און אז מען קען שטיין אויף די אייגענע רעכטן און פאליסיס, דאן גיבט מען זיי נאכאלץ וויפיל דאס הארץ באגערט און די טאש ערלויבט.
די ק''ק פאליסי האב איך אויך, עס איז וויכטיג צי האבן כהיום.
לעצט פארראכטן דורך געריבענער סוחר אום מוצ"ש מארטש 16, 2019 10:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
די ארטיקעל קען אויפנעמען זייער נישט גוט און קען אסאך שאדן מאכן
עס איז א קליינע פראצענט פון פאנדרעיזערס וואס עביוזען די סיסטעם און עס איז נישט יושר אז מענטשן זאלן אנקומען שנארערס אדער גבאי צדקה וואו מאנסטערס
אזא אשכול וואלט געדארפט האבן אן הקדמה אז מען באציעט זיך צו א מיעוט שבמיעוט פון געלט גייערס
איך עפען די טיר כסדר פאר מענטשן און איך פרוביר צו ברענגן א טרינק און זאגן א גוט ווארט
איך האב נאכנישט געהאט א מענטש וואס האט מיך ״באפאלן״ נאכן געבן מיין קליינע נתינות

וואס עפעס? האט געשריבן:די ארטיקעל קען אויפנעמען זייער נישט גוט און קען אסאך שאדן מאכן

איך וואלט עס אביסל מחלק געווען
די אגרעסיווע זענען געווענליך די גבאי צדקה, די שנארערס זענען בדרך כלל נישט אגרעסיוו, און אויב אמאל יא, טראכט וועלכע מצב ער איז אז ס'ברענגט אים אזוי צו מוטשענען.
ממילא אי בגבאי צדקה עסקינן געבט מען וויפיל די טאש ערלויבן, די ק"ק לויפט נישט, און אז דו ווילסט נאך שטעל דיך אין די ליין, ווען כ'וועל ענדיגן געבן פאר די וואס האבן נאכנישט באקומען און איך וויל געבן, וועט מען געבן נאך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר האלף
- תגובות: 1388
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
- לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן
ר' יום טוב האט געשריבן:צו אלעמען ערשט איז וויכטיג צו מאכן ביי זיך געוויסע פאליסי'ס בנוגע צדקה. עס מיינט נישט אז מען זאל געבן ווייניגער צדקה - עס איז מיטן ציהל אז עס זאל נישט פארגיין דעם אפעטיט פון גיבן.
ביי מיר איז עס ווי פאלגענד:
1 - אין מיין הויז קומט נישט קיינער אריין. עס איז פריוואט. מיר קענען רעדן אינדרויסן ביים טיר בסדר.
2 - עס איז נישטא אזא זאך ווי מיין קרעדיט קארד לויפט ערגעץ. אז די ווילסט נעקסטע חודש א פרישע נתינה, שטעל דיך פריש אין די ליין.
3 - אז איך האלט נישט ביים גיבן פאר סיי וועלכע סיבה, זאג איך גלייך אז איך קען נישט יעצט געבן. און פארטיג. מאכט נישט אויס צו דער בעטער איז א שיינער איד. (דאס איז זייער שווער, אבער מיר האבן זיך אויסגעלערנט עס דורכצוברעכן)
4 - מיר האבן אויך באשלאסן אין ליכט פון די לעצטע עביוסיוו טאקטיקן, אז מיר גיבן נישט קיין שום טעלעמארקעטינג אדער אנליין דאנעישאן.
5 - משפחה איז ערשט פאליסי. מיר קוקן קודם אויב עמיצער אין די משפחה דארף פינאנציעלע הילף, איידערן גיבן פאר עפעס א אלוועלטליכע אויסשטאטישע ארגענאזעישאן.
6 - סיי וועלכע גרעסערע סכום, איז מיטן צושטימונג פון די בני בית.
מיר האבן שוין געהאט מער ווי איין ארגענאזאציע וואס אירע פאנדרעיזער פלעגן מיר אמאל שטארק מוטשען אבער אן ערפאלג. מיט די צייט האבן זיי מיר אפגעלאזט זעענדיג אז ס'איז א שאד די ארבייט. אבער א שיינעם טאג האב איך אראפגעסווייפט ביי די ארגענאזעישאן עטליכע מיאות פון אייגענעם ווילן.
עס איז מיין געלט, און איך שטעל אויס די צדקות לויט מיין ווילן, נישט לויט ווער עס האט די טייערסטע באצאלטע פאנדרעיזער און קאמפיינען.
גם אני נוהג!
איך האב נישט געוויסט אז מיינע פאליסיס זענען פאבליק
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
- בארואיגט-אייך
- שר האלף
- תגובות: 1279
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
מיין כלל.
ווען איינער טוט מאניפילעיטן דורך:
וויינען.
ווייזן פיקטשער'ס.
מיטשענען.
מאכן רחמנות.
צו ווייזן א זוהר.
סטראשענען.
מאכן עקסייטמען.
פלעק'ס פארן געבן.
שוין געשריבן די נאמען אויף די רעסיט בוק נאך פארן געבן.
די אלע באקומען נישט גארנישט....
איינער קואפערעיט דורך:
איין מאל בעטן.
גראד אוועק וואקן.
נישט בעטן גרויסע סכומים.
זאגן אז אונז זענען פריילעך פאר גארנישט ווי פאר 1000.
א שמייכל.
נישט ריפן אופן נאמען דורך א בליק אויף מיין טלית בייטל.
האט ער א טשענ'ס צו באקומען 36.
די כלל איז, לאזט אייך נישט מאניפילעיטן פון יענעם... געב אויף דיין אייגענע ווילן.

אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
-
- שר האלף
- תגובות: 1388
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
- לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן
געריבענער סוחר האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:
1 - אין מיין הויז קומט נישט קיינער אריין. עס איז פריוואט. מיר קענען רעדן אינדרויסן ביים טיר בסדר.
2 - עס איז נישטא אזא זאך ווי מיין קרעדיט קארד לויפט ערגעץ. אז די ווילסט נעקסטע חודש א פרישע נתינה, שטעל דיך פריש אין די ליין.
איך קען אפשר מיט האלטן וויזוי דו גייסט זאגן פסח מיט התלהבות דקדושה דעם 'כל דיכפין ייתי וייכיל'. סארא מין זאך דעס 'אין מיין הויז קומט קיינער אריין? אדרבה ואדרבה שטייט א משולח ביים טיר, אדער די שליח פון די מוסד וואס דו שיקסט דיינע קינדער, נעמט מען זיי אריין בספ''י מען גיט זיי ציציבייסן, און לויט וויזוי דו לייגסט עס אראפ אז דו קענסט שטיין אויף דיינע רעכטן און פאליסיס, דאן גיב זיי נאכאלץ וויפיל דיין הארץ באגערט.
איך געב ענדערש א צענער ווי איידער אריינקומען און מיין פאלאץ סארי וויליאמסבורג דירה
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
וואס עפעס? האט געשריבן:די ארטיקעל קען אויפנעמען זייער נישט גוט און קען אסאך שאדן מאכן
עס איז א קליינע פראצענט פון פאנדרעיזערס וואס עביוזען די סיסטעם און עס איז נישט יושר אז מענטשן זאלן אנקומען שנארערס אדער גבאי צדקה וואו מאנסטערס
אזא אשכול וואלט געדארפט האבן אן הקדמה אז מען באציעט זיך צו א מיעוט שבמיעוט פון געלט גייערס
איך עפען די טיר כסדר פאר מענטשן און איך פרוביר צו ברענגן א טרינק און זאגן א גוט ווארט
איך האב נאכנישט געהאט א מענטש וואס האט מיך ״באפאלן״ נאכן געבן מיין קליינע נתינות
right.
עס איז זייער א קליינע פראצענט.
די עיקר געב וויפיל די קענסט, אבער מיט א שמייכל.
נישט ח׳׳ו שרייען אדער באליידיגן סיי וועם.
אז ער לאזט נישט נאך. שמייכל אין זאג אפאר מאל דאס קען איך געבן.
לעצט פארראכטן דורך Yoely אום פרייטאג מארטש 15, 2019 12:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
מי יודע האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:
עס איז מיין געלט, און איך שטעל אויס די צדקות לויט מיין ווילן, נישט לויט ווער עס האט די טייערסטע באצאלטע פאנדרעיזער און קאמפיינען.
וכן אני נוהג
אמת.
אבער דער אויסדריק עס איז "מיין" געלט, איז נישט ריכטיג, ס'איז יענעמ'ס אויך נישט, אז דער אויבשטער האט עס אריינגעלייגט ביי דיר אין טאש האסטו די רעכט דערויף, אבער דער אויסדריק מיין איז אבסיל קראצעדיג.....
נ.ב. אין שלחן ערוך הלכות צדקה איז דא א סעיף וועגן די וואס צווינגען
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
נו גוט נו שוין האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:
עס איז מיין געלט, און איך שטעל אויס די צדקות לויט מיין ווילן, נישט לויט ווער עס האט די טייערסטע באצאלטע פאנדרעיזער און קאמפיינען.
וכן אני נוהג
אמת.
אבער דער אויסדריק עס איז "מיין" געלט, איז נישט ריכטיג, ס'איז יענעמ'ס אויך נישט, אז דער אויבשטער האט עס אריינגעלייגט ביי דיר אין טאש האסטו די רעכט דערויף, אבער דער אויסדריק מיין איז אבסיל קראצעדיג.....
נ.ב. אין שלחן ערוך הלכות צדקה איז דא א סעיף וועגן די וואס צווינגען
ס'איז יא "מיין" געלט און טאמער איינער צווינגט מיר צו גיבן פאר א צוועק ווי איך וויל נישט דורך מאכן אומבאקוועם איז עס קרוב לגזילה כמבואר בפוסקים.
איך פארשטיי אז דיין איידעלע נאטור פארנעמט נישט די ווארט "מיין" אבער אין פאקט איז עס אזוי.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
דריידל האט געשריבן:נו גוט נו שוין האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:
עס איז מיין געלט, און איך שטעל אויס די צדקות לויט מיין ווילן, נישט לויט ווער עס האט די טייערסטע באצאלטע פאנדרעיזער און קאמפיינען.
וכן אני נוהג
אמת.
אבער דער אויסדריק עס איז "מיין" געלט, איז נישט ריכטיג, ס'איז יענעמ'ס אויך נישט, אז דער אויבשטער האט עס אריינגעלייגט ביי דיר אין טאש האסטו די רעכט דערויף, אבער דער אויסדריק מיין איז אבסיל קראצעדיג.....
נ.ב. אין שלחן ערוך הלכות צדקה איז דא א סעיף וועגן די וואס צווינגען
ס'איז יא "מיין" געלט און טאמער איינער צווינגט מיר צו גיבן פאר א צוועק ווי איך וויל נישט דורך מאכן אומבאקוועם איז עס קרוב לגזילה כמבואר בפוסקים.
איך פארשטיי אז דיין איידעלע נאטור פארנעמט נישט די ווארט "מיין" אבער אין פאקט איז עס אזוי.
מן הדין איז מען מחיוב צו געבן פאר יעדע ארעמאן וואס קומט. וואס זאל מען אבער טוען אז איך האב נישט קיין קעש אויף מיר און קיין קרעדיט קארד האב איך נישט קיין חשק צו געבן?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
איך האב געראטן מיין זון שתחי׳
אז אזוי לאנג ווי דו ביסט אין כולל, ביזטו פטור פון אלע קהילישע באשטייערינגען, חוץ קמחא דפסחא $18.
אלע וואס בעטן דיין קרעדיט קארטל, זאלסטו ענטפערן מיט א גראבן בלא.
די זעלבע צו אלע אינשורנס אגענטן וועלכע לויפן דיר נאך מיט מורא׳דיגע אפפערס. אויב דיין געלט איז דיר עפעס ווערד, זאג איין ווארט: ניין

- תגובות: 129
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:10 pm
מי יודע האט געשריבן:וואס עפעס? האט געשריבן:די ארטיקעל קען אויפנעמען זייער נישט גוט און קען אסאך שאדן מאכן
עס איז א קליינע פראצענט פון פאנדרעיזערס וואס עביוזען די סיסטעם און עס איז נישט יושר אז מענטשן זאלן אנקומען שנארערס אדער גבאי צדקה וואו מאנסטערס
אזא אשכול וואלט געדארפט האבן אן הקדמה אז מען באציעט זיך צו א מיעוט שבמיעוט פון געלט גייערס
איך עפען די טיר כסדר פאר מענטשן און איך פרוביר צו ברענגן א טרינק און זאגן א גוט ווארט
איך האב נאכנישט געהאט א מענטש וואס האט מיך ״באפאלן״ נאכן געבן מיין קליינע נתינות
איך וואלט עס אביסל מחלק געווען
די אגרעסיווע זענען געווענליך די גבאי צדקה, די שנארערס זענען בדרך כלל נישט אגרעסיוו, און אויב אמאל יא, טראכט וועלכע מצב ער איז אז ס'ברענגט אים אזוי צו מוטשענען.
ממילא אי בגבאי צדקה עסקינן געבט מען וויפיל די טאש ערלויבן, די ק"ק לויפט נישט, און אז דו ווילסט נאך שטעל דיך אין די ליין, ווען כ'וועל ענדיגן געבן פאר די וואס האבן נאכנישט באקומען און איך וויל געבן, וועט מען געבן נאך
לויט מיין עקספיריענס זענען עס די ''שנארערס'' (ווי דו רופסט זיי אן) וועלכע עביוזן דעם סיסטעם אויף א מבהיל'דיגן פארנעם, געבן עדיטוט, מאכן שפירן שלעכט, פארלאנגען נאך, וכדומה.
איך וועל מיטטיילן עטליכע סיטואציעס וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי מיינס א קרוב זייענדיג ביי יענעם איידערהיים, יענער האט טאקע גאנץ א שיין אויסזעענדע ביזנעס, אבער איז בכלל נישט פארמעגליך, אפט גייט זיין ביזנעס דורך תקופות וואס צווינקט אים צו לעבן זייער געצוימט. לעצטענס האט דער משולח דרייווער ערפינדן זיין אדרעסס און האט עד ארויפגעלייגט אויף זיין סקעדשועל, זייט דעמאלט פארביטערן זיי דעם אידס לעבן אז ס'לאזט זיך גארנישט גלייבן. דער איד איז גראדע זייער א ווייעכער און דעריבער איז אים שווער זיי צו פארשיקן מיט גארנישט. געווענליך ווייסט ער בערך ווען די חברה ריקן זיך אן און ער מאכט זיכער נישט צו זיין אינדערהיים. אבער ווען עס געלונגט זיי שוין יא אים צו כאפן, געט ער געווענליך א פינעווער אדער א צענער פאר יעדן משולח, היות אבער זיי מיינען דאך אז דא האנדלט זיך מיט דעם גרעסטן אמעריקאנעם פילאנטראפ, דערגייען זיי אים די יארן און אים ארויס דאס דם התמצית.
איינמאל קומען זיי אן און הייבן זיך אן אויסצורעדן יעדער זייער פעקל, מיין קרוב איז זייער א ווייעכער און סענסיטיווער מענטש, ער האט זיך דעריבער געשפירט שלעכט צו הערן זייערע צרות אין די צייט וואס ער קען זיי עני וועי נישט העלפן מיט קיין באדייטנדע סכום, האט ער זיי שיינערהייט געזאגט אז עס פעלט נישט צו פארציילן און דערביי זיי אריינגעריקט פינעווער'ס... ווי נאר די חברה האבן געזעהן דעם ר' אברהם לינקלאן, זענען זיי אים באפאלן, הי יתכן ער לאזט זיי נישט אויסרעדן, זיי מיטשענען זיך צו קלעטערן אזוי צו הייזער און ער קען זיי אפילו נישט אויסהערן, ווייסט ער דען וואס אונז גיימיר אדורך, ווי שווער ס'קומט אונז אן דאס גיין נאך געלט נאכדערצו ווען מ'נעמט אזוי אויף, בקיצור, יעצט האט ער שוין געכאפט דאפלט, איינס, פארן געבן אזא נישטיגע סומע און איינס פאר נישט לאזן אויסרעדן... למעשה האבן זיי אים מצליח געווען צו מאכן שפירן געניג שלעכט, אזש, מיין קרוב האט זיך גאר געמוזט פארענפערן פאר זיי אז ער גייט אצינד אויך אדורך א שווערע תקופה און אז אויך ער האט פראבלעמען אין שטוב וכו'' און פארשטייט נאך עטליכע לינקלאנס....
אן אנדערע נאכט האלט איך מיט ווי דער משולח דרייווער ריקט זיך אן, עס קומט קומט ארויס א משולח און קלאפט אן ביים טיר, דער איד עפענט אויף האלטענדיג אין די האנט א צענער, ער גיבט דאס פארן משולח און ווי נאר דער משולח זעט דעם צענער לייגט ער עס אין טאש אריין און רופט זיך אז נאך עטליכע משולחים זיצן אין קאר און זייענדיג שטארק אויסגעמיטשעט קענען זיי נישט ארויפקומען, מיין קרוב איז געווארן פארלוירן און אים געגעבן נאך עטליכע פינעווער'ס....
איר הערט א מעשה, מ'נעמט א תמימות'דיגער איד וואס פלאגט זיך צו לייגן ברויט אויפן טיש, מען דערגייט אים די יארן און מ'מאכט נאך דאס גענאר פון אים מיט א מעשה א בוידעם פון אידן וואס ווארטן אין קאר און האבן נישט קיין כוח...
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
קיסריה האט געשריבן:די זעלבע צו אלע אינשורנס אגענטן וועלכע לויפן דיר נאך מיט מורא׳דיגע אפפערס. אויב דיין געלט איז דיר עפעס ווערד, זאג איין ווארט: ניין
דאס איז אלעס גוט ביז א קליגער שוטה קלערט אים אויף אז אויב גייסטו נישט מאכן דעי דיל "יעצט" קענסטו פארלירן 100k און דו ביסט א אום אחריות'דיגע מענטש וואס האט נישט רחמנית אויף דיין ווייב און קינדער..............
ליידער קוקט דאס אזוי אויס אים א כולל היינט צוטאגס.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
-
- שר חמישים
- תגובות: 83
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm
נעגלוואסער האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:צו אלעמען ערשט איז וויכטיג צו מאכן ביי זיך געוויסע פאליסי'ס בנוגע צדקה. עס מיינט נישט אז מען זאל געבן ווייניגער צדקה - עס איז מיטן ציהל אז עס זאל נישט פארגיין דעם אפעטיט פון גיבן.
ביי מיר איז עס ווי פאלגענד:
1 - אין מיין הויז קומט נישט קיינער אריין. עס איז פריוואט. מיר קענען רעדן אינדרויסן ביים טיר בסדר.
2 - עס איז נישטא אזא זאך ווי מיין קרעדיט קארד לויפט ערגעץ. אז די ווילסט נעקסטע חודש א פרישע נתינה, שטעל דיך פריש אין די ליין.
3 - אז איך האלט נישט ביים גיבן פאר סיי וועלכע סיבה, זאג איך גלייך אז איך קען נישט יעצט געבן. און פארטיג. מאכט נישט אויס צו דער בעטער איז א שיינער איד. (דאס איז זייער שווער, אבער מיר האבן זיך אויסגעלערנט עס דורכצוברעכן)
4 - מיר האבן אויך באשלאסן אין ליכט פון די לעצטע עביוסיוו טאקטיקן, אז מיר גיבן נישט קיין שום טעלעמארקעטינג אדער אנליין דאנעישאן.
5 - משפחה איז ערשט פאליסי. מיר קוקן קודם אויב עמיצער אין די משפחה דארף פינאנציעלע הילף, איידערן גיבן פאר עפעס א אלוועלטליכע אויסשטאטישע ארגענאזעישאן.
6 - סיי וועלכע גרעסערע סכום, איז מיטן צושטימונג פון די בני בית.
מיר האבן שוין געהאט מער ווי איין ארגענאזאציע וואס אירע פאנדרעיזער פלעגן מיר אמאל שטארק מוטשען אבער אן ערפאלג. מיט די צייט האבן זיי מיר אפגעלאזט זעענדיג אז ס'איז א שאד די ארבייט. אבער א שיינעם טאג האב איך אראפגעסווייפט ביי די ארגענאזעישאן עטליכע מיאות פון אייגענעם ווילן.
עס איז מיין געלט, און איך שטעל אויס די צדקות לויט מיין ווילן, נישט לויט ווער עס האט די טייערסטע באצאלטע פאנדרעיזער און קאמפיינען.
גם אני נוהג!
איך האב נישט געוויסט אז מיינע פאליסיס זענען פאבליק
וואס די חידוש דיין רבי האט נישט געלערנט און חדר פון סדום?