*אפדעיטעד* $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט לייזן דעם דירות קריזיס.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 6:52 pm

@כאפצעם, ווי קאן זיין אז אין דזשוירסי סיטי קאסט יעדע פאר א 450K מארגידזש בלויז 1,968 א חודש, און אין בב"ג קאסט גאר א 293K גאנצע 2,200? איך פארזעהע עפעס? אדער איז עס א טעות הדפוס?

נאך א קשיא האבעך, פאר 500K קריגסטו דען אין דזש"ס א בערך 2,500 ס"פ דירה פלאס א דירה פון 1,600 דאלער א חודש רענט?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:50 pm

יישר כוח וויכטיג מאכער

תגובהדורך דירות קאנטעסט » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 7:00 pm

מיר זענען צופרידען צו מעלדן בשער בת רבים אז ידידינו הנודע לשבח ולתהלה כמר "וויכטיג מאכער" האט אנגענומען די כיבוד צו זיין די שליח לדבר מצווה, און ער וועט האלטן די געלט פונעם דירות קאנטעסט ביז די געווינער וועט ווערן אויסגעקליבן לויט די שטומען פון די עולם. הרב וויכטיג מאכער האט שוין ערהאלטן די $500 וואס וועט גיין פאר די געווינער פון די קאנטעסט. מיר ווילן זיך הערצליך באדאנקן פאר אים פארן אנעמען די כבוד און זיין די שליח לקבלה ולהולכה, תשוחח"ל. ער וועט בקרוב ארויפקומען דא און עס באשטעטיגן.

וזאת למודעי, הרב וויכטיג מאכער איז נישט אינוואלווד אין קיין שום חלק פון די פארמעסט, און די קאנטעסט / וואלן האט נישט קיין שום קאנעקשען צו סיי וועלכע פראיעקט אדער אקטיוויטעט וועלכע ווערט אנגעפירט דורך אים. ביטע טוט איהם נישט באלעסטיגען מיט קיין שאלות אדער הערות איבער די דירות קאנטעסט. פאר סיי וועלכע הערות פליז שיקט א אימעיל צו DirosContest@gmail.com

פאר די פרטים פון די קאנטעסט ביטע קליקט דא.
viewtopic.php?f=98&t=39203&p=1888449#p1888449

ויהי רצון שחפץ השם בידינו יצליח, ותשועה ברוב יועץ.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 7:31 pm

צל עובר האט געשריבן:@כאפצעם, ווי קאן זיין אז אין דזשוירסי סיטי קאסט יעדע פאר א 450K מארגידזש בלויז 1,968 א חודש, און אין בב"ג קאסט גאר א 293K גאנצע 2,200? איך פארזעהע עפעס? אדער איז עס א טעות הדפוס?

נאך א קשיא האבעך, פאר 500K קריגסטו דען אין דזש"ס א בערך 2,500 ס"פ דירה פלאס א דירה פון 1,600 דאלער א חודש רענט?

טענקס. דא האסטעס פארראכטן.

יא, דאס איז שוין פון די טייערע נייערע הייזער, דאס טייטש דריי שטאק (1200 ס"ף פער שטאק), 2 פארן אונער און איינס פארן טענענט. אלטע הייזער קענסטו האבן פאר אסאך ביליגער אבער דא פרוביר מיר מאכן גלייכע קאמפעריסאנס.
צוגעלייגטע
1552605962959_HOUSES.png
1552605962959_HOUSES.png (35.23 KiB) געזעהן 876 מאל
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 7:45 pm

א מארטגעדש פון 4.25 אויף 1,575,000 קומט אויס 7,748 נישט 11,848
און אויף 900,000 איז 4,427 נישט 6,771
און אויף 450,000 איז 2,214

2500 סקווער פיס אין וויליאמסבורג איז 1562000

דיין PMI איז נישט ריכטיג

נייע דירות אין וויליאמסבורג האבן אן אבעיטמענט

טאל אויף דשערזי סיטי איז ביליגער פון בלומינגבורג וועגן מען דארף נישט צאלן די טראוועי

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 8:32 pm

דממה דקה האט געשריבן:א מארטגעדש פון 4.25 אויף 1,575,000 קומט אויס 7,748 נישט 11,848
און אויף 900,000 איז 4,427 נישט 6,771
און אויף 450,000 איז 2,214

2500 סקווער פיס אין וויליאמסבורג איז 1562000

דיין PMI איז נישט ריכטיג

נייע דירות אין וויליאמסבורג האבן אן אבעיטמענט

טאל אויף דשערזי סיטי איז ביליגער פון בלומינגבורג וועגן מען דארף נישט צאלן די טראוועי

טענקס, פארראכטן.

זאג וואס איז נישט ריכטיג מיטן פי עם איי וועט מען עס פיקסן.

געהערט אנדערש איבער ווילי טעקס אבער אז דו ווייסט אזוי האמיר עס אראפגענימען.

צו זשערזי סיטי איז דא די טורנפייק טאלל.
צוגעלייגטע
1552609694805_HOUSES.png
1552609694805_HOUSES.png (35.21 KiB) געזעהן 828 מאל
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 8:47 pm

און דאס איז די רענט חילוק:
צוגעלייגטע
RENT.png
RENT.png (11.81 KiB) געזעהן 818 מאל
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

פרנס היום
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:15 pm

כאפצעם האט געשריבן:און דאס איז די רענט חילוק:

פארוואס איז נישט דא טאלל און קאר סערוויס אין וויליאמסבורג ? טויזענטער אינגעלייט פון ווילי ארבעטען אין ניו זשערסי און אבער און קאר סערוויסעסזענען זייער ביזי אין וויליאמסבורג

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:25 pm

א דאנק כאפצעם.

לעולם ביסטו מיר גארנישט שולדיג, אבער אז יעדער בעט בעט איך אויך...

רענט אין ראקוועל פאר א 5 בעדרום דירה איז 1850, א 3 בעדרום סוב בעסימענט איז 850

שכר לימוד פרייזן דא זענען געשאסן אין די לופטן אנע חשבון. אין סאטמאר צאלן די איינוואוינער אין סאטמארע דעוועלאפמענט $350 א חודש נאך אלע טשארדשעס און שאר ירקות (קרן הבנין, טראנספארטעישן און יו נעים איט) אין דזשערסי סיטי מיינעך צאלט מען ס"ה $300, קארעקט מי איף איים ראונג (וואוטשערס איז נישט רעלעוואנט, ווייל ווער עס האט וואוטשערס קויפט נישט קיין הויז אין וויליאמסבורג).

נאכדעם איז די עיקר טענה וואס אסאך האבן, אז היבש א גרויסער עולם פון ברוקלין ארבעט אין ניו דזשערסי, וואס האבן די זעלבע טאלל עקספענס, און כמעט אלע איינוואוינער אין ראקוועל (מיטן אויסנאם פון אפשר 5 פראצענט) ארבעטן נישט אין ברוקלין.

דעטס איט פאר נאו, טענקס פאר יור טיים
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:48 pm

טענקס, כ'וועל אפדעיטן די רענט, ס'איז א וויכטיגע פוינט.

שכ"ל ווי מ'זאגט מיר איז אין ראקוועל א גלאטן נומער פאר יעדן $350, משא"כ אין ווילי און אין גרינוויל וואס הגם די אפיציעלע נומער איז אויך די געגענט (אין ווילי $350 און אין גרינוויל $300) איז אבער פאר רוב מענטשן אראפגעהאנדעלט היבש נידעריגער.

די טענה וועגן טרעוולן זאגסטו עפעס אבער איך באציה זיך אויף דממה'ס טשארט וואס ער זיכט נישט פשוט א סורוועי פון די עולם אין די צוויי געגענטן נאר ער וויל מאכן א פוינט פארוואס א וויליער יונגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה אין שטאט זאל טראכטן צוויי מאל בעפאר צו ס'לוינט טאקע.

דאס אז א מערהייט ראקוועלער ארבייטן דארט איז מעגליך אז זיי האבן לכתחילה געמופט ע"ד דעם צו ווייל זיי האבן סייווי געהאט א שוואכע זשאב צו ווייל זיי האבן אן אייגענע ביזנעס און מעגליך אז ס'נישט געמאכט פאר סתם מענטשן.

שטייצעך איך האלט ס'לוינט %100 ווייל די 1600 ס"ף קאמפעריסאן איז נאריש און אויב ווילסטו לעבן ווי א מלך מיט 2500 ס"ף דארפסטו אין שטאט האבן דאס געלט פונעם מלך (עיין בהטשארט), משא"כ אין די אנדערע געגענטן קענסטו זיין דער פשוטסטער ארבייטער און זיך עס ערלויבן.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21477
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:57 pm

דירות קאנטעסט האט געשריבן:מיר זענען צופרידען צו מעלדן בשער בת רבים אז ידידינו הנודע לשבח ולתהלה כמר "וויכטיג מאכער" האט אנגענומען די כיבוד צו זיין די שליח לדבר מצווה, און ער וועט האלטן די געלט פונעם דירות קאנטעסט ביז די געווינער וועט ווערן אויסגעקליבן לויט די שטומען פון די עולם. הרב וויכטיג מאכער האט שוין ערהאלטן די $500 וואס וועט גיין פאר די געווינער פון די קאנטעסט. מיר ווילן זיך הערצליך באדאנקן פאר אים פארן אנעמען די כבוד און זיין די שליח לקבלה ולהולכה, תשוחח"ל. ער וועט בקרוב ארויפקומען דא און עס באשטעטיגן.

וזאת למודעי, הרב וויכטיג מאכער איז נישט אינוואלווד אין קיין שום חלק פון די פארמעסט, און די קאנטעסט / וואלן האט נישט קיין שום קאנעקשען צו סיי וועלכע פראיעקט אדער אקטיוויטעט וועלכע ווערט אנגעפירט דורך אים. ביטע טוט איהם נישט באלעסטיגען מיט קיין שאלות אדער הערות איבער די דירות קאנטעסט. פאר סיי וועלכע הערות פליז שיקט א אימעיל צו DirosContest@gmail.com

פאר די פרטים פון די קאנטעסט ביטע קליקט דא.
viewtopic.php?f=98&t=39203&p=1888449#p1888449

ויהי רצון שחפץ השם בידינו יצליח, ותשועה ברוב יועץ.



יאפ, באקומען א קאנווערט מיט 500 מאות, און מיר וועלן דאס אי"ה איבערגיבן פארן געווינער פונעם פארמעסט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 15, 2019 12:20 am

500 מאות? דאסי שוין עי האול דיפערענט באולגעים..
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:24 am

דירות קאנטעסט האט געשריבן:מיר זענען צופרידען צו מעלדן בשער בת רבים אז ידידינו הנודע לשבח ולתהלה כמר "וויכטיג מאכער" האט אנגענומען די כיבוד צו זיין די שליח לדבר מצווה, און ער וועט האלטן די געלט פונעם דירות קאנטעסט ביז די געווינער וועט ווערן אויסגעקליבן לויט די שטומען פון די עולם. הרב וויכטיג מאכער האט שוין ערהאלטן די $500 וואס וועט גיין פאר די געווינער פון די קאנטעסט. מיר ווילן זיך הערצליך באדאנקן פאר אים פארן אנעמען די כבוד און זיין די שליח לקבלה ולהולכה, תשוחח"ל. ער וועט בקרוב ארויפקומען דא און עס באשטעטיגן.

וזאת למודעי, הרב וויכטיג מאכער איז נישט אינוואלווד אין קיין שום וואלן

ויהי רצון שחפץ השם בידינו יצליח, ותשועה ברוב יועץ.

שמעקט נישט גוט וויכי האט יעצט זיינע אייגנע וואלן פון לי עוו. פאטא אין ער קומט דא מישן א קאשע
#ראשע
#מוללער :P
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21477
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:47 am

כאפצעם האט געשריבן:500 מאות? דאסי שוין עי האול דיפערענט באולגעים..



חחח מיי מיסטעיק... 500 דאללער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מארטש 15, 2019 8:51 am

כאפצעם האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:א מארטגעדש פון 4.25 אויף 1,575,000 קומט אויס 7,748 נישט 11,848
און אויף 900,000 איז 4,427 נישט 6,771
און אויף 450,000 איז 2,214

2500 סקווער פיס אין וויליאמסבורג איז 1562000

דיין PMI איז נישט ריכטיג

נייע דירות אין וויליאמסבורג האבן אן אבעיטמענט

טאל אויף דשערזי סיטי איז ביליגער פון בלומינגבורג וועגן מען דארף נישט צאלן די טראוועי

טענקס, פארראכטן.

זאג וואס איז נישט ריכטיג מיטן פי עם איי וועט מען עס פיקסן.

געהערט אנדערש איבער ווילי טעקס אבער אז דו ווייסט אזוי האמיר עס אראפגענימען.

צו זשערזי סיטי איז דא די טורנפייק טאלל.

די האסט איבערגעטריבן די סעיל פרייז אין וויליאמסבורג

איך מיין מען דארף די אלע חשבונות טיילן אין אן עקסטערן אשכול, נישט צו שטערן די 500 דאלער וואס וויכטיג מאכער היט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 15, 2019 8:56 am

נאופ, 700 א ס"ף איז היינט די סטאנדארט פרייז. קעסקעיד פאר 625 איז אינדרויסן און כאב דאך די אפציע אויך.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מארטש 15, 2019 8:59 am

אזוי, פארוואס ביי טויזנט סקווער פיס האסטו יא גערעכנט 625, סא שנייד די קרעפלעך, איך האב געמיינט ביסטו דא צו מאכן חשבונות, ווילסט פושען דשערזי-סיטי געזונטערהייט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 15, 2019 9:09 am

ווייל יענץ איז קעסקעיד, וואס איז אינדרויסן פון געגענט און יעדער ווייסט ס'איז די ביליגסטע. דו ווילסט יעצט פלעין לייקענען וואס די פרייזן זענען היינט אין ווילי?

וויפיל צאלט מען ביי די דעוועלאופמענטס אויף בעדפארד-פלאשינג? אויף בעדפארד-פארק?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מארטש 15, 2019 9:29 am

ווילסט וויסן פארוואס נייע שטעטליך זענען נישט מצליח, ווייל מען בלאפט זיך און מען מיינט מען בלאפט יענעם.

קעסקעיד איז אין וויליאמסבורג, און דאס איז די פרייז.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » פרייטאג מארטש 15, 2019 10:05 am

דממה דקה האט געשריבן:ווילסט וויסן פארוואס נייע שטעטליך זענען נישט מצליח.


אוי יע..........יא מצליח

ווען דער עולם וועט אנהייבן מסכים זיין אז א שטעטל הייבט אן זיין ווי וויליאמסבורג,
איז דאס די ערגסטע זאך וואס קען געשען צו די נייע שטעטלעך...
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מארטש 15, 2019 10:10 am

ריכטיג,

אומקלאר טאקע פארוואס מען מאכט די אלע מארקעטינג צו שלעפן וויליאמסבורג אהין.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מארטש 15, 2019 10:32 am

עס איז באמת א גאר גרויס רחמנות וואס מיינען אז וועגן זיי ווילן נישט אדער קענען נישט מופן דארפן זיי מאכן לגיונות אדער אראפרייסן אז צו וואינען אין אנדערע געגענטער איז נישט קיין רחבות ,נומבערס איינס עס מופן אוועק בערך 500 משפחות יעדע איינציגע יאר ,סא קודם כל מען מופט אינגרויסן צו אלע זייטן

צווייטענס ווי ערווענט יעדע שמויגער אפילו ער האט נישט קיין דאלאר אדער א דירה אין וויליאמסבורג האבן די אידן סאמער האומס אין די מאונטענס ,און היינט צוטאגס איז דא הונדערטער אידן פון וויליאמסבורג וואס האבן א דריטע האום אין קרית יואל אדער מאנסי אדער לעיקוואד אדער אפילו אזש בלומענבורג ,אין בלומענבורג איז דא מסתם בערך 25 אידן מיט summer hones עטליכע פון די ווערט אין די הונדערטער מיליאנען

סא די געגענטער זענען נישט שלעכט אין מענטשן מופן איבעראל

אין דיינע לגיונות מיט חשבונות גייט נישט ווייניגער מאכן מענטשן צו ווילן מופן צו וואינען ווי עטוואס א מענטש

פערדענס והא ראיה אז טויזענטער מענטשן האבן אוועקגעמופט די לעצטע פאר יאר און כמעט קיינער איז נישט צוריקגעקומען זעט אויס אז עס איז נישט שלעכט
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג מארטש 15, 2019 10:49 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מארטש 15, 2019 10:38 am

דממה דקה האט געשריבן:ווילסט וויסן פארוואס נייע שטעטליך זענען נישט מצליח, ווייל מען בלאפט זיך און מען מיינט מען בלאפט יענעם.

קעסקעיד איז אין וויליאמסבורג, און דאס איז די פרייז.


אין וואס ביזטו העפי מיט קעסקעיד? א קליינע דירה צווישען שחורים און שיסערייען אויפן זעקסטען שטאק מיט 150 טויזענט דאון פעימענט ,מה כולי רעש? ווי ווייט כאב געהערט איז נאר די הויעכע שטאקן געגאנגען פאר יענע פרייזן

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מארטש 15, 2019 10:51 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ווילסט וויסן פארוואס נייע שטעטליך זענען נישט מצליח, ווייל מען בלאפט זיך און מען מיינט מען בלאפט יענעם.

קעסקעיד איז אין וויליאמסבורג, און דאס איז די פרייז.


אין וואס ביזטו העפי מיט קעסקעיד? א קליינע דירה צווישען שחורים און שיסערייען אויפן זעקסטען שטאק מיט 150 טויזענט דאון פעימענט ,מה כולי רעש?


די פרעגסט גיט, און מענטשן וואס טראכטן ווי דיר וואינען טאקע נישט אין וויליאמסבורג.

דא האט מען פראבירט צו לייזן די דירות קריזיס, סא לאמיר קודם פארשטיין וואס זיכט א וויליאמסבורגער איד, און דערנאך קען מען אדרעסירן א נייער שטעטל.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 15, 2019 12:22 pm

דממה דקה האט געשריבן:ווילסט וויסן פארוואס נייע שטעטליך זענען נישט מצליח, ווייל מען בלאפט זיך און מען מיינט מען בלאפט יענעם.

קעסקעיד איז אין וויליאמסבורג, און דאס איז די פרייז.

ס'איז נישט אין היימישן וויליאמסבורג. ביזט מחולק דערויף?

און כ'האב עס דאך געלייגט אלץ נאך אן אפשען, וואס רעדטסטוך אפ?

און וואס פונקטליך איז דיין פירכא, אז כ'טאר נישט לייגן בכלל די 'אפציע' פון 700 ס"ף פאר אין געגענט הייזער?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מארטש 15, 2019 1:33 pm

כאפצעם האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ווילסט וויסן פארוואס נייע שטעטליך זענען נישט מצליח, ווייל מען בלאפט זיך און מען מיינט מען בלאפט יענעם.

קעסקעיד איז אין וויליאמסבורג, און דאס איז די פרייז.

ס'איז נישט אין היימישן וויליאמסבורג. ביזט מחולק דערויף?

און כ'האב עס דאך געלייגט אלץ נאך אן אפשען, וואס רעדטסטוך אפ?

און וואס פונקטליך איז דיין פירכא, אז כ'טאר נישט לייגן בכלל די 'אפציע' פון 700 ס"ף פאר אין געגענט הייזער?


ניין איך וויל די זאלסט רעכענען 850 א סקווער פיס...

לאמיר נאך איין מאל טרייען, מען זיכט צו לייזן א קריזיס, רייט?

צו לייזן די קריזיס ברויך מען פארשטיין די קריזיס, און נאר מיט א ריכטיגע בליק קען מען לייזן א קריזיס, אויב מענטשען ווערן קראנק פון עסן לעטטוס, איז נישט די סאלושען מאכן די תכריכים ביליגער.

אמת אז אויפן 'כלל' איז דא א קריזיס, אבער יעדער 'יחיד' זיכט נאר איין דירה פאר זיך, נישט פארן 'כלל', סא ווען די מאכסט באמבאסיטשע חשבונות וועם ווילסטו קאנווינסן, אבוויאסלי דעם 'יחיד', אז אנשטאט זיכן צו סאלוון זיין קליינע קריזיסל דארט אין וויליאמסבורג, זאל ער פארשטיין אז אנדערע פלעצער זענען פונקט אזוי גיט אדער בעסער.

ווען די גייסט צו מיט א פלאן פון פאבריצירן טשארטס פון 2500 סקווער פיס, מיט פרייז פון 700 דאלער א פיס, סא אין דיין מיינד האסטו געפראווט א פוינט, פילסט זיך גיט אז די וואינסט נישט אין וויליאמסבורג, באט דער וויליאמסבורגער אינגערמאן וואס ליינט דיין טשארט, זאגט אקעי איך וועל נאר זיכן א 1800 סקווער פיס דירה אין קעסקעיד פאר 625 א סקווער פיס, און קריזיס איז פאריבער, און דער אנדערער אינגערמאן זאגט, אקעי איך וועל דינגען א 4 בעדרום פאר 4000 דאלער אין וויליאמסבורג, ווייל עס קאמפערט יא קויפן ערגעץ אנדערש צו דינגען אין וויליאמסבורג, און דאס וואס דו פארשטייסט עס נישט, מאכט עס נישט טוישן קיינעם.

איך האב געמאכט מיינע טשארטס מיט נעמען אין באטראכט די וויליאמסבורגער מיינדסעט, און די האסט געמאכט טשארטס מיט די דשערזי-סיטי בלומינגבורג מיינדסעט, אבוויאסלי איז דיין מיינדסעט געווען סוקסעספול צו ברענגען 80 מענטשען קיין דשערזי-סיטי, און 100 קיין בלומינגבורג, אז די ווילסט קאנווינסן נאך מענטשען לייג דיך אריין אין זייער מצב.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט