געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:30 pm

covfefe האט געשריבן:געהערט שמועות אז אדמו''ר מהר''א שליט''א ארבעט אויף א עקסטערע קלאגע פון די אפסטעט מוסדות פון אלע קרייזען
צוליב וואס אין אפסטעט איז דא פרטים וואס איז נישט גלייך מיט די סיטי
און ער איז שוין געזיצן מיט אדמורים מוויזשניץ מאנסי און סקווירא.
איינער מיט מער פרטים?

כ"ק מרן רבינו שליט"א האט א מנהג צו מודיע זיין זאכן וואס ער וויל דו זאלסט וויסן.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
covfefe
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:39 pm

תגובהדורך covfefe » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 4:14 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:
covfefe האט געשריבן:געהערט שמועות אז אדמו''ר מהר''א שליט''א ארבעט אויף א עקסטערע קלאגע פון די אפסטעט מוסדות פון אלע קרייזען
צוליב וואס אין אפסטעט איז דא פרטים וואס איז נישט גלייך מיט די סיטי
און ער איז שוין געזיצן מיט אדמורים מוויזשניץ מאנסי און סקווירא.
איינער מיט מער פרטים?

כ"ק מרן רבינו שליט"א האט א מנהג צו מודיע זיין זאכן וואס ער וויל דו זאלסט וויסן.

וואס ווילט איר ארויס ברענגן?

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 4:22 pm

אז אדער איז דאס נישט אמת, אדער וויל ער נאכנישט זאלסט וויסן דערפון.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
covfefe
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:39 pm

תגובהדורך covfefe » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 4:33 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:אז אדער איז דאס נישט אמת, אדער וויל ער נאכנישט זאלסט וויסן דערפון.

ער זאגט קיינמאל נישט פאראויס
אבער ערב פסח האט מען אויך געוויסט אז עס טוט זיך אין אלבעני
און איך האב געפרעגט אויב איינער ווייסט פרטים

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 8:33 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:פון די אנדערע זייט איז זייער מאדנע, די אלע ישיבות פון די 1800'טער יארן לערנען לימודי חול אין ישיבה קטנה, און טייל אין אויך אין ישיבה גדולה, טא ווי אזוי קלאגן זיי אז לערנען לימודי חול איז קעגן די ערשטע אמענדמענט??

איך עס פרישטיג כמעט יעדן טאג (אקעי. נישט ממש פרישטיג) אבער די רעגירונג טאר מיך נאכאלץ נישט הייסן עסן
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

בארד אין פיאות
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:53 pm

תגובהדורך בארד אין פיאות » פרייטאג מארטש 15, 2019 1:20 pm

As we have previously reported, a lawsuit was filed on March 7 in New York State Supreme Court by a group of Jewish plaintiffs, Agudath Israel among them, challenging the New York State Education Department's recently promulgated substantial equivalency guidelines.

We have now filed a motion for a preliminary injunction, with the goal of stopping the implementation of the new guidelines during the pendency of the litigation.
The NYS Education Department will have to file its opposition by March 25, and we will have until March 28 to respond with a reply. The hearing date is scheduled to take place on March 29. We will report any further developments on this motion after it is ruled on by the court.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג מארטש 18, 2019 3:08 pm

היינט געבן די קאטוילישע שולעס אריין זייער לאו סוט קעגן די קאמישאנער איבער די נייע עדיוקעישאן גיידליינס.

די קלאגע
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מארטש 20, 2019 1:10 pm

פאר דער וואס וויל קען זען אלע דריי קלאאגעס אויף דעם וועבסייט

https://yeshivosbychoice.org/#article

ריגארדלעסס יעצט אין די ימי הפורים זאל מען נישט פארגעסן צו מתפלל זיין און איינצורייסן להצלחתינו

חינוך הטהור בארהב
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » זונטאג מארטש 24, 2019 6:44 pm

דריטער גליון קול ההחינוך, שיינע ווערק

חינוך הטהור בארהב
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » זונטאג מארטש 24, 2019 6:51 pm

די לאביאיסט פין קהילת בעלזא הרב עסטרייכער ארבעט אינאיינעם מיט מהר"א פאליטיקאנטען צו ראטעווען פאליטיש די אמענדמענט פון פעלדער.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג מארטש 24, 2019 7:31 pm

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:דריטער גליון קול ההחינוך, שיינע ווערק

ברענגט עס אהער ביטע
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג מארטש 25, 2019 5:09 pm

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:די לאביאיסט פין קהילת בעלזא הרב עסטרייכער ארבעט אינאיינעם מיט מהר"א פאליטיקאנטען צו ראטעווען פאליטיש די אמענדמענט פון פעלדער.
וואס איז שייך ראטעווען א געזעץ, די געזעץ איז בתוקף, עפעס ביזטו נישט קלאר

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג מארטש 25, 2019 5:55 pm

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:די לאביאיסט פין קהילת בעלזא הרב עסטרייכער ארבעט אינאיינעם מיט מהר"א פאליטיקאנטען צו ראטעווען פאליטיש די אמענדמענט פון פעלדער.

וואס מיינט ראטעווען פאליטיש?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מארטש 25, 2019 7:48 pm

סעטינגס האט געשריבן:
חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:די לאביאיסט פין קהילת בעלזא הרב עסטרייכער ארבעט אינאיינעם מיט מהר"א פאליטיקאנטען צו ראטעווען פאליטיש די אמענדמענט פון פעלדער.
וואס איז שייך ראטעווען א געזעץ, די געזעץ איז בתוקף, עפעס ביזטו נישט קלאר
קניידל פארעם האט געשריבן:
חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:די לאביאיסט פין קהילת בעלזא הרב עסטרייכער ארבעט אינאיינעם מיט מהר"א פאליטיקאנטען צו ראטעווען פאליטיש די אמענדמענט פון פעלדער.

וואס מיינט ראטעווען פאליטיש?
קניידל פארעם האט געשריבן:
covfefe האט געשריבן:געהערט שמועות אז אדמו''ר מהר''א שליט''א ארבעט אויף א עקסטערע קלאגע פון די אפסטעט מוסדות פון אלע קרייזען
צוליב וואס אין אפסטעט איז דא פרטים וואס איז נישט גלייך מיט די סיטי
און ער איז שוין געזיצן מיט אדמורים מוויזשניץ מאנסי און סקווירא.
איינער מיט מער פרטים?

כ"ק מרן רבינו שליט"א האט א מנהג צו מודיע זיין זאכן וואס ער וויל דו זאלסט וויסן.
חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:די לאביאיסט פין קהילת בעלזא הרב עסטרייכער ארבעט אינאיינעם מיט מהר"א פאליטיקאנטען צו ראטעווען פאליטיש די אמענדמענט פון פעלדער.


א שאאד דאס ארבעטן אויף 10 פראנטן.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מארטש 25, 2019 8:28 pm

רצון טוב האט געשריבן:
א שאאד דאס ארבעטן אויף 10 פראנטן.

פארוואס?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מארטש 25, 2019 9:58 pm

נא_שכל האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
א שאאד דאס ארבעטן אויף 10 פראנטן.

פארוואס?

קוק צוריק צום פעלדער געזעץ וואס מ'האלט נאך אינמיטן ראטעווען, דעמאלטס האבן אויך אנדערע געשריגן אז ס'וועט נאך בעקפייערן. נישטא בעסערס ווי ארבעטן אלע צוזאמען.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג מארטש 25, 2019 10:16 pm

ווען איינער שרייבט עפעס בו בזמן וואס ער איז נישט קלאר צי דאס וואס ער שרייבט איז אמת, וואו ס'ווייזט איבער אז נאך וואס די תגובה איז געשריבן געווארן האב איך באקומען אן אישי פון אים צי ס'איז וואר וואס ער שרייבט, הייסט דאס נישט אז מ'ארבעט אויף 10 פראנטן, ס'הייסט סך הכל אז איינער האט ליב כותרות.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מארטש 25, 2019 10:21 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
א שאאד דאס ארבעטן אויף 10 פראנטן.

פארוואס?

קוק צוריק צום פעלדער געזעץ וואס מ'האלט נאך אינמיטן ראטעווען, דעמאלטס האבן אויך אנדערע געשריגן אז ס'וועט נאך בעקפייערן. נישטא בעסערס ווי ארבעטן אלע צוזאמען.

גערעכט אז מ'דארף ארבייטן צוזאמען. אבער וואס קען שאטען אז מ'גיט אריין נאך לאסאוט, און מ'טוט אינפארמירען אלע מוסדות וואס די אנקלאגע איז, און מרעכענט זיך מיט זייער מיינונג וואס זיי האלטן צו ס'מאכט שאדן אדער נישט. פונקט ווי מ'פארשטייט אז די לאסאוט וואס די קאטוילען האבן אריינגעגעבן קען זיין א טובה, ווייל ס'דא נאך אנקלאגע, די זעלבע אויב אנדערע אידן גיבן אריין, קען עס בדרך הטבע לייגן נאך פרעשור אויף די וואס האבן געמאכט די גזירה.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

חינוך הטהור בארהב
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » מאנטאג מארטש 25, 2019 10:54 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:ווען איינער שרייבט עפעס בו בזמן וואס ער איז נישט קלאר צי דאס וואס ער שרייבט איז אמת, וואו ס'ווייזט איבער אז נאך וואס די תגובה איז געשריבן געווארן האב איך באקומען אן אישי פון אים צי ס'איז וואר וואס ער שרייבט

א האלבע שעה נאכן אישי איז עס דא ארויף
פערלס מיטארבעטער זאגן יא אזוי, אין אישי האסטי עס נישט געוואלט באשטעטיגן.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג מארטש 26, 2019 1:50 pm

איך הער אז פיפיגע אדוואקטן האבן אנגעמערקט אז לויט די פארשריפטן פון די עדיוקעישאן קאמישאנער, קומט אויס אז אלע מוסדות הקדושים אין קרית יואל זענען גענצליך באפרייט פון די אלע פאדערונגען.

לויט ווי די אדוואקטן זאגן שרייבט די רעגולאציעס אז די קאריקולעם (לימודים) דארפן נאכקומען "סובסטענשעל ענליך" צו די לימודים פון די לאקאלע סקול דיסטריקט.

אינעם סקול דיסטריקט אין קרית יואל זענען די לימודים אזוי לייכט און פרימיטיוו בלשון המעטה, אז אלע מוסדות אין קרית יואל - אלע מוסדות - קומען רואיג נאך אלע לעגאלע פארשריפטן לויטן געזעץ.

איך האב עס נישט מברר צו געווען מיט קיין לאיער, אבער אויב דאס איז אמת, איז עס א שטיקל דערלייכטערונג פאר 10,000 תלמידים, וועלכע פאלן אונטער דעם סקול דיסטריקט.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג מארטש 26, 2019 2:00 pm

בס"ד
פארוואס אייוועלט ווערט די צענטראלע האב פון אלע לעגאלע אישוס איז איינע פון די גרעסטע מיסטעריעס היינט צו טאג. וד"ל'ן זענען איבעריג.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג מארטש 26, 2019 2:12 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
פארוואס אייוועלט ווערט די צענטראלע האב פון אלע לעגאלע אישוס איז איינע פון די גרעסטע מיסטעריעס היינט צו טאג. וד"ל'ן זענען איבעריג.

מיינסט צו זאגן אז ס'הערשט א ציטער אז די אדוואקאטן זאלן הייסן זייערע קלוירקס נישטערן די וואטסאפ'ס און בלאגס פון היימישן ציבור. גענוי?

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג מארטש 26, 2019 3:40 pm

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:ווען איינער שרייבט עפעס בו בזמן וואס ער איז נישט קלאר צי דאס וואס ער שרייבט איז אמת, וואו ס'ווייזט איבער אז נאך וואס די תגובה איז געשריבן געווארן האב איך באקומען אן אישי פון אים צי ס'איז וואר וואס ער שרייבט

א האלבע שעה נאכן אישי איז עס דא ארויף
פערלס מיטארבעטער זאגן יא אזוי, אין אישי האסטי עס נישט געוואלט באשטעטיגן.

איך ווייס אז זיי זאגן אזוי, אבער איך לייקן דאס נאך אלס.

איך זאג גארנישט אויף לעתיד, יעצט איז גארנישט דא.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:49 pm

מצלמה האט געשריבן:איך הער אז פיפיגע אדוואקטן האבן אנגעמערקט אז לויט די פארשריפטן פון די עדיוקעישאן קאמישאנער, קומט אויס אז אלע מוסדות הקדושים אין קרית יואל זענען גענצליך באפרייט פון די אלע פאדערונגען.

לויט ווי די אדוואקטן זאגן שרייבט די רעגולאציעס אז די קאריקולעם (לימודים) דארפן נאכקומען "סובסטענשעל ענליך" צו די לימודים פון די לאקאלע סקול דיסטריקט.

אינעם סקול דיסטריקט אין קרית יואל זענען די לימודים אזוי לייכט און פרימיטיוו בלשון המעטה, אז אלע מוסדות אין קרית יואל - אלע מוסדות - קומען רואיג נאך אלע לעגאלע פארשריפטן לויטן געזעץ.

איך האב עס נישט מברר צו געווען מיט קיין לאיער, אבער אויב דאס איז אמת, איז עס א שטיקל דערלייכטערונג פאר 10,000 תלמידים, וועלכע פאלן אונטער דעם סקול דיסטריקט.


וועט אלבאני אננעמען אז KJ סקול דיסטריקט'ס קאריקאלעם איז גוט פאר אלע חסידישע מוסדות אין דעם סקול דיסטריקט?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג מארטש 26, 2019 7:20 pm

מצלמה האט געשריבן:איך הער אז פיפיגע אדוואקטן האבן אנגעמערקט אז לויט די פארשריפטן פון די עדיוקעישאן קאמישאנער, קומט אויס אז אלע מוסדות הקדושים אין קרית יואל זענען גענצליך באפרייט פון די אלע פאדערונגען.

לויט ווי די אדוואקטן זאגן שרייבט די רעגולאציעס אז די קאריקולעם (לימודים) דארפן נאכקומען "סובסטענשעל ענליך" צו די לימודים פון די לאקאלע סקול דיסטריקט.

אינעם סקול דיסטריקט אין קרית יואל זענען די לימודים אזוי לייכט און פרימיטיוו בלשון המעטה, אז אלע מוסדות אין קרית יואל - אלע מוסדות - קומען רואיג נאך אלע לעגאלע פארשריפטן לויטן געזעץ.

איך האב עס נישט מברר צו געווען מיט קיין לאיער, אבער אויב דאס איז אמת, איז עס א שטיקל דערלייכטערונג פאר 10,000 תלמידים, וועלכע פאלן אונטער דעם סקול דיסטריקט.



דאס איס אמת און שוין באשטעטיגט גאר לאג צוריק אז ק׳׳י האט נישט קיין פראבלעם דערמיט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט