פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רענד פאול זאגט אז 6 סענעטארן חוץ פון די 4 וואס האבן געמאלדן עמטליך, האבן אים געזאגט אז זיי וועלן שטימען יא, ער זאגט אז עס קען נאך זיין 65-67 אבער דאס איז א אפטימיסטישע שאצונג, ער זאגט אז עס וועלט לכאורה זיין 57-60.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך מארטש 06, 2019 1:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אין אנדערע נייעס הערט מען אז עטליכע רעפאבליקאנע סענעטארן פלאנען צו אויפברענגן אן אלטערנעטיווע רעזולוציע, וואס וועט זיין אנדערש ווי די האוז ווערסיע.

לויטן פלאן וועט עס סופארטערן פרעזידענט טראמפ און עס וועט געבן די נויטיגע געלטער פאר די וואנט, ווען בשעת מעשה וועט עס דיסאפראווען די נאציאנאלע עמערזשענסי... און אויך לימיטן עמערזשענסי דעקלעראציעס אין די פיוטשער, ווי למשל אז יעדע עמערזשענסי דעקלעראציע זאל עקספייערן נאך 30 אדער 90 טעג, חוץ אויב קאנגרעס וועט עפראווען די עמרדזשענסי.

אבער זיי קוקן נאך אריין אין די פארלאמענטארי רולס צו זעהן אויב ס'שייך צו אמענדן די רעזולוציע, און אויב אזא רעזולוציע וועט טאקע האבן די מאכט צו געבן די געלט פאר טראמפ'ס וואנט.

אויב וועט עס געלונגען וועט אויסקומען אז די דעמאקראטען וועלן גאר זיין די וואס שטימען אנטקעגן די עמערזשענסי דעקלעראציע דיסאפראוועל...! o-h?e
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
האאאטשו
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:17 pm
לאקאציע: וואו נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האאאטשו »

יעצט זאגט מען אז עס גייט זיין ארום 15 רעפאבלעקאנער וואס וועלן שטימען פאר די רעזולוציע אבער לכאורה וועט מען נישט אנקומען צו קיין צוויי דריטעל
אבער אויף איבערצוווארפען א וועטא וועלן די רעפאבלעקאנער נישט שטימען
ווי אויך האט פעלאסי געזאגט אז אויב ירום הודו וועט וועטאירן די רעזולוציע וועט זי גיין אין געריכט
[גיי פארשטיי די סאופרים קאורט איז ביי די רעכטע]
ווער עס ווייסט זאגט נישט, און ווער עס זאגט ווייסט נישט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@פאראינטערסירט, וואס האבן זיי דערפון? עס גייט דאך ממילא נישט דורכגיין די האוז.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אויב נישט די זעלבע ביל קומט ארויס פון ביידע הייזער, שיקט מען עס נישט צום פרעזידענט, וועט עס טראמפ נישט ברויכן וועטאירן. אויך וועלן זיי קענען ווייזן אז זיי זענען נישט מסכים צו די נעשענעל עמערדזשענסי, אבער שטיצן די וואנט. אויך וועלן זיי קענען ווייזן אז זיי פרובירן איינצוצוימען עקזעקעטיוו אוועריעטש. אויך וועלן די דעמאקראטן זיך ברויכן פארענטפערן פארוואס זיי שטיצן עס נישט אנשטאט די רעפאבליקאנער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אזוי אז די רעפובליקאנער וואס וואלטן געוואוט אויף שומער'ס ביל וועלן וואוטן אויף שומער'ס ביל נאר ענדערש אויף די ביל?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:אויב נישט די זעלבע ביל קומט ארויס פון ביידע הייזער, שיקט מען עס נישט צום פרעזידענט, וועט עס טראמפ נישט ברויכן וועטאירן. אויך וועלן זיי קענען ווייזן אז זיי זענען נישט מסכים צו די נעשענעל עמערדזשענסי, אבער שטיצן די וואנט. אויך וועלן זיי קענען ווייזן אז זיי פרובירן איינצוצוימען עקזעקעטיוו אוועריעטש. אויך וועלן די דעמאקראטן זיך ברויכן פארענטפערן פארוואס זיי שטיצן עס נישט אנשטאט די רעפאבליקאנער.

עקזעקטלי!

כמעט אלע (אחוץ קאלינס און מארקאווסקי ) וואס טראכטן פון שטיצן די דיסאפראוועל רעזולוציע זאגן אז זיי שטיצן דעם פרעזידענט הונדערט און איין פראצענט, זיי זאגן אז ס'טאקע דא אן עמערזשענסי! נאר ווילן נישט אז די פרעזידענט זאָל קענען אויסקרויזן די רעכט פון קאנגרעס צו אפראפיעטען געלט פאר די גאווערמענט.

צווישן די וואס זאגן אז זיי שטיצן טראמפ אבער זיי זענען באזארגט און ווילן צוריקנעמען די מאכט פון עמערזשענסי דעקלעראציע'ס וואס קאנגרעס האט געגעבן פאר די פרעזידענטן, ציילן זיך: טיליס, פאול, קרוז, אלעקסאנדער, טומי, יונג, לי, און דזשאנסאן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק נוז האט געשריבן:אזוי אז די רעפובליקאנער וואס וואלטן געוואוט אויף שומער'ס ביל וועלן וואוטן אויף שומער'ס ביל נאר ענדערש אויף די ביל?

מעקאנעל האלט נישט אז עס וועט געלונגען, אבער אויב מען אמענדעט די ביל מיינט עס אז בלויז יענע ביל קומט ארויף אין סענאט.

בד"וו, נישט שומער האט אריינגעגעבן די ביל, נאר קאלינס מיט א דעמאקראט. איך געדענק נישט ווער.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

John Kelly: Trump's border wall would be 'waste of money'

ואנן מה נעני אבתרי'!!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:John Kelly: Trump's border wall would be 'waste of money'

ואנן מה נעני אבתרי'!!

נאכן זיך צוקריגן מיט טראמפ וועל איך אויך זאגן פארקערט ווי ער
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:John Kelly: Trump's border wall would be 'waste of money'

ואנן מה נעני אבתרי'!!

נישט דאס האט ער געזאגט,דאס זענען זײנע װערטער:Kelly says a full border wall would be a 'waste of money' פינקט אזױ האלט טראמפ
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

abeg האט געשריבן:

זייט ווען האלט טראמפ פונקט אזוי?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:John Kelly: Trump's border wall would be 'waste of money'

ואנן מה נעני אבתרי'!!

אז ער איז נישט גערעכט.

בד"וו, ווען קעלי זאל ווען זאגן עפעס פאזיטיוו אויף טראמפ, וואלטסטו אויך געשריבן ואנן מה נעני אבתריה?....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

abeg האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:John Kelly: Trump's border wall would be 'waste of money'

ואנן מה נעני אבתרי'!!

נישט דאס האט ער געזאגט,דאס זענען זײנע װערטער:Kelly says a full border wall would be a 'waste of money' פינקט אזױ האלט טראמפ

אזוי?

סוי ואס דען איז געווען די סיגנעטשער קאמפיין אישו פון טראמפ?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

קעלי האט געזאגט אין די אינטערװי אז די גאנצע גרעניץ דארף זײן פארמאכט נאר ס׳איז די אסאך פלעצער װי ס׳איז דא נאטאירליכע װענט פינקט אזױ זאגט טראמפ
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

ברעקינג ניוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אסוישיעיטעד עדיטער פון די היל דזשעסי בירנעס שרייבט:
NEW – Pence is floating an offer to GOP senators: defeat the resolution overturning Trump's emergency declaration and Trump will sign legislation reining in his power to declare future emergencies

די איידיע איז געווען אז אויב קאנגרעס באשטעטיגט נישט א נעשענעל עמערדזשענסי ביז דרייסיג טאג, ווערט עס בטל.

שרייבט א צווייטער:
The last time Pence signaled a deal on border security, Senate Republicans voted on the bill, Trump trashed it, and we ended up with the longest shutdown in history
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

סענאטאר מייק לי זאגט אז ער וועט שטימען פאר די רעזעלוציע קעגן די נאציאנאלע עמערדזשענסי, ווערענדיג די פינפטע רעפאבליקאנער סענטאר דאס צו שטיצן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ווי עס האלט יעצט וועט די וואוט זיין 48-52
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ראמני גאנץ זיכער אויך אין שטיצע. אויב נישט איז זיין ברענד חרוב פאר לייף
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:ראמני גאנץ זיכער אויך אין שטיצע. אויב נישט איז זיין ברענד חרוב פאר לייף

;l;p-

און רענד פאול מיינט נעבעך אז מיט דעם בויעט ער זיין ברענד..
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ראמני גאנץ זיכער אויך אין שטיצע. אויב נישט איז זיין ברענד חרוב פאר לייף

;l;p-

און רענד פאול מיינט נעבעך אז מיט דעם בויעט ער זיין ברענד..

רענד פאול דאכטסעך מיינט עס יא נעבעך אמתדיג
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
האאאטשו
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:17 pm
לאקאציע: וואו נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האאאטשו »

שרייזשע האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ראמני גאנץ זיכער אויך אין שטיצע. אויב נישט איז זיין ברענד חרוב פאר לייף

;l;p-

און רענד פאול מיינט נעבעך אז מיט דעם בויעט ער זיין ברענד..

רענד פאול דאכטסעך מיינט עס יא נעבעך אמתדיג

אזא שאד
ווער עס ווייסט זאגט נישט, און ווער עס זאגט ווייסט נישט
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יש ברירה האט געשריבן:ווי עס האלט יעצט וועט די וואוט זיין 48-52

ראמני גייט טאקע שטימען דערפאר

Romney: “I will vote today for the resolution of disapproval. This is a vote for the Constitution and for the balance of powers that is at its core. For the Executive Branch to override a law passed by Congress would make it the ultimate power rather than a balancing power."

וואוט האלט 47-53
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

לאמאר אלעקסאנדער איז אויך א יא.

עס אומקלאר וואס טיליס גייט למעשה טון. עפעס טראכט ער זיך איבער...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קאן זיין אז ער פארכט פון א פריימערי.

מען זאגט נאך אלץ אז עס קען זיין 15. שוין דא 7. בען קארדין זאגט אז אין פארמאכטע וואלן וואלטן רוב רעפאבליקאנער געשטימט יא.

אלעקסאנדערס סטעיטמענט.
D1oOHGQWkAEkreR.jpg
D1oOHGQWkAEkreR.jpg (165.26 KiB) געזען 1505 מאל

איידער-נעכטן האט פענס פרובירט פארהאנדלען אויף די איידיע אז טראמפ וועט אונטערשרייבן אפצושוואכן די עמערדזשענסי פאווערס בשכר אז מען זאל נישט אראפשטימען די עמערדזשענסי אין סענאט, נעכטן אבער בשעת פענס איז געווען ביי די רעפאבליקאנער סענאט לאנטש, האט דער פרעזידענט אריינגערופן און געזאגט אויף ספיקער אז ער האלט ישט דערביי, נעכטן נאכט האט גרעהעם געוואלט מאכן א מיטונג, די ווייסע הויז האט נישט געוואלט, האט אבער גרעהעם זיך אריינגעזעצט אין וועג מיט קרוז און סעס און געקאלט זאגן אז ער קומט, נאכנישט דא קיין באריכטן וואס איז למעשה געווען דארט.

למעשה האט טראמפ אין א סיגנאל אז ער איז אפשר יא מסכים געטוויט היינט דאס,
If, at a later date, Congress wants to update the law, I will support those efforts, but today’s issue is BORDER SECURITY and Crime!!! Don’t vote with Pelosi

יאך קלער יעצט אז אחרי ככלות הכל פון די וואנט איז דא א גרויסע טשענס אז מען וועט דורכפירן א געזעץ איינצוצוימען די מאכטן, עס וואלט עניוועי געקענט האבן מער ווי מען ברויך האבן איבערצודרייען א וועטא.

מעקאנעל זאגט יעצט אז ער וועט שטימען מיט טראמפ, בעט יעדן צו טון די זעלבע.

זאגט אז אויב די 116טע קאנגרעס איז נישט צופרידן מיט די מאכט וואס די 94טע האט געגעבן דעם פרעזידענט, קענען זיי עס אוועקנעמען.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”