זיין א קא-סיינער אויף א חבר'ס\קרוב'ס דירה

שטאטישע פראגראמען און לעגאלע דאקומענטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

הענדימען האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:אין ביי דע ווע ווען ער האט צריק געגבען די קאר פאר די lease אין מהאט געדארפט באצאלן פאר די קליינע זעטצעץ האט ער זיך געקירגט מיט זיי אין זיי אנגעפופען איך האב באצאלט כמעט 3 אלפים ( סאיז געווען אסאך געלט דאן)

דאן איז ער א פשוט'ער גנב

ער האט נישט "זיי" אנגעפיפען. ער פייפט "דיך" אן

אגב. אויב איז דריי טויזנט נישט קיין סאך קענסטו מיר געבן אביסל?

3 טויזנט איז אסאך געלט אבער 15 יאר צריק האסט אויך געקענט קויפען אסאך זאכען פאר 3000 :P
Sorry for my misspellings
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אפאר יאר צוריק איד געווען אזא מעשה (איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן)

ראובן האט געקויפט א הױז אויף שמעון'ס נאמען און נישט באצאלט די פעימענטס

בי"ד האט גע'פסק'נט אז שמעון מעג עס פארקויפן

ראובן האט טעראריזירט יעדן וואס האט נאר געהאט א שייכות מיט דעם הויז


בקיצור. די וועלט זאגט א ווערטל אז מ'איז נישט נאר משדך מיט איינעם וואס מ'קען זיך גט'ן. אויב קען מען זיך נישט גט'ן, קען מען זיך נישט משדך זיין


נאך א פוינט. אויב שפירט מען אז מ'קען יענעם נישט אפזאגן ווייל יענער פרעשורט געפערלעך אדער מ'האט מורא איז דאס די שטערקסטע סיבה טאקע נישט זיך צו לאזן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

@הענדימאן

דער שו"ע קומט נישט עכט אריין דא, קיינער האט נישט קיין חיוב צו געבן זיין נאמען, די שאלה איז ווי נאמט דו ביזט מיט יענעם, און צו ס'איז טאקע דיין אחריות יענעם צוהעלפן פונקט ווי דו וואלסט אים צאמגעשטעלט געלט אויף חתונה צו מאכן
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

El Rushbo האט געשריבן:@הענדימאן

דער שו"ע קומט נישט עכט אריין דא, קיינער האט נישט קיין חיוב צו געבן זיין נאמען, די שאלה איז ווי נאמט דו ביזט מיט יענעם, און צו ס'איז טאקע דיין אחריות יענעם צוהעלפן פונקט ווי דו וואלסט אים צאמגעשטעלט געלט אויף חתונה צו מאכן

איך רעד נישט פון הלכה

איך וויל אז דער שואל זאל הערן פון א דיין ערשטהאנטיגע אינפארמאציע איבער וואס ס'קומט אלץ פאר
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

הענדימען האט געשריבן:נאך א פוינט. אויב שפירט מען אז מ'קען יענעם נישט אפזאגן ווייל יענער פרעשורט געפערלעך אדער מ'האט מורא איז דאס די שטערקסטע סיבה טאקע נישט זיך צו לאזן

זייער אמת.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

טוה עס נישט בשום פנים ואופן. ביודעי ומכירי קאמינא עטליכע מעשיות מיטגעהאלטען פון דער נאנט. אנגעזעצט דעם קרוב'ס קרעדיט.
אשלג
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשלג »

טא, אויב דארף ער צוקומען צו א קאסיינער צו קענען קויפן איז דאס די ערשטע סיבה נישט צו זיין א קאסיינער.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אריין.

א קרוב מיינער האט געוויינט צו מיר אז ער דארף וויכטיג געלט אויב איך קען עהם בארגן, איך האב רחמנות געהאט אויף עהם און געבארגט, ער האט מיר געזאגט נאר פאר א חודש, למעשה האט ער נישט געהאט צו באצאלן, עס האט זיך געצויגן פאר איבער צוויי יאר, אין צווישן האב איך געדארפט וויכטיג די געלט, למעשה היינט רעד איך נישט צו דעיע קרוב, אונז זענען געווארן צוקריגט...

איך וואלט געזאגט, מיט משפחה עסט מען ניטאמאל קיין קיגל...

וועגן א קאו סיינער ווייס איך נישט.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

זינגער האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אריין.

א קרוב מיינער האט געוויינט צו מיר אז ער דארף וויכטיג געלט אויב איך קען עהם בארגן, איך האב רחמנות געהאט אויף עהם און געבארגט, ער האט מיר געזאגט נאר פאר א חודש, למעשה האט ער נישט געהאט צו באצאלן, עס האט זיך געצויגן פאר איבער צוויי יאר, אין צווישן האב איך געדארפט וויכטיג די געלט, למעשה היינט רעד איך נישט צו דעיע קרוב, אונז זענען געווארן צוקריגט...

איך וואלט געזאגט, מיט משפחה עסט מען ניטאמאל קיין קיגל...

וועגן א קאו סיינער ווייס איך נישט.

איך בין שוין גרייט צירוק צי רעדן מיט דיר זינגער אבער זיי מיר נאר מוחל די געלט. עני וועי וועסט עס נישט זעהן פון מיר סא זאל עס זיין בדרך כבוד :roll: :lol:
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7073
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

האמיר טאקע באצאלט א גרויסן ערבות אין גמ"ח און יענעמ'ס אנטווארט.... (דאס איז אמת)
הער מיך אויף פגע'רן. פריי דיך און דאנק דעם באשעפער אז דו האסט געהאט דאס געלט צו בעצאלען!!!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
עפעס אנדערש ליגט מיר אין קאפ אז אויב יענער צאלט נישט נאך די ערשטע יאר דעמאלטס מאכט עס שוין נישט חרוב די קאו סיינערס קרעדיט. איינער קען עס קאנפירמען אדער איך חלום?
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

צו געזונט האט געשריבן:האמיר טאקע באצאלט א גרויסן ערבות אין גמ"ח און יענעמ'ס אנטווארט.... (דאס איז אמת)
הער מיך אויף פגע'רן. פריי דיך און דאנק דעם באשעפער אז דו האסט געהאט דאס געלט צו בעצאלען!!!

בכוסו, בכיסו, ובכעסו.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א דאנק אלע ענפערער, קודם כאטש אביסל אינפאו.

ווער עס האט נאך צו ענפערן איז וועלקאם. צווישן די שאלות (אויב שייך מיט מקורות):
  1. ווען מען רעדט פון א דיין, האט איינער א נאמען מיט א נומער? פאר פרי אדער פאר געלט?
  2. אויב דער אונער צאלט נישט דער מארגידזש קענעך אנהויבן צאלן און באקומען בעלות, אדער נאר אויב איך מאך פשוט א בידענדע אגרימענט מיט אים?
  3. וואס איז איינגעשטעלט פון מיר אויב הערט מען אויף צאלן? מיין קרעדיט אוודאי אבער קען די באנק קומען נעמען מיינע נכסים אפעציעל?
  4. דער עולם זאגט אז ער זאל ריפיינענסן ווי נאר "ער קען", אבער איז דען דא א וועג וואס איז זאל קענען וויסן ווען דער "ער קען" איז? און וואס מיינט "ער קעו", באקומט ער נישט אייביג בעסערע טערמינען ווען ער האט מיר אויך?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שמעלץ טאפ
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלץ טאפ »

זינגער האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אריין.

א קרוב מיינער האט געוויינט צו מיר אז ער דארף וויכטיג געלט אויב איך קען עהם בארגן, איך האב רחמנות געהאט אויף עהם און געבארגט, ער האט מיר געזאגט נאר פאר א חודש, למעשה האט ער נישט געהאט צו באצאלן, עס האט זיך געצויגן פאר איבער צוויי יאר, אין צווישן האב איך געדארפט וויכטיג די געלט, למעשה היינט רעד איך נישט צו דעיע קרוב, אונז זענען געווארן צוקריגט...

איך וואלט געזאגט, מיט משפחה עסט מען ניטאמאל קיין קיגל...

וועגן א קאו סיינער ווייס איך נישט.


אױף צו בארגן געלט איז דא א כלל, בארג וויפיל די קענסט זיך ערלויבן צו פארלירן. למשל אויב דיין חבר וויל בארגן 5קעי און ביסט באזארגט צו ער קען עס באצאלן און די גייסט נישט קענען אראפשלינגן א לאס פון 5קעי דאן בארג נאר 2000 וכו'
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

רבתי איך זע די עולם מישט סאיז דע 2 עקסטרע זאכען.
Cosigner, אין נעמען אוף דיין נאמען.
סאיז נישט דו זעלבע.
סאיז מיר שווער צי שרייבען זאלען די גיטע שרייבערס אראפלייגען.
Sorry for my misspellings
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7073
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קא-סיינער ביזטו א פולקאמער אחראי אויף די גאנצע סכום אבער עס געהער יענעם...
אויף דיין נאמען, איז דיינס לעגאל, אבער אויב יענער צאלט נישט און עס איז מיט א בי"ד צעטל, דאן קאן יענער זאגען אין לי און אפשר גאר בלייבן מיט נכס און דו מיט א אנגעזעצטע קרעדיט און א שפאר ביסל חובות
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

עס איז אויסדרוקליך א מצוה צו העלפן א איד אויב מען קען און ווער רעדט נאך א נאנטער משפחה וכדו', די צוויי תנאים דאס צו טון זענען ווי הענדימען און צו-געזונט ברענגען עס מער ווייניגער ארויס:

א)
הענדימען האט געשריבן:איך מיין אז די כלל איז אז אויב קענסטו נישט באצאלן די פעימענטס אנשטאט יענעם, דאן קענסטו נישט עפארדן צו נעמען אחריות


אמת און דאס איז א וויכטיגער כלל ביי יעדע סארט הלואה, בארגן קרעדיט קארד וכדו'.

ב)
צו געזונט האט געשריבן:קא-סיינער ביזטו א פולקאמער אחראי אויף די גאנצע סכום אבער עס געהער יענעם... אויף דיין נאמען, איז דיינס לעגאל


קיינמאל, קיינמאל זאלסטו נישט זיין קיין קא-סיינער פאר קיינעם, אין קורצן באדייט דאס אז יענער קריגט די דירה און דו קריגסט דעם חוב.

די איינציגע וועג איז דורך נעמען טייטל אויף די דירה אינגאנצן אליינס אן קיינע שותפים בשו"א, דאס איינציגסטע וואס דער אייגענטומער קריגט איז א שטר (קען זיין עפ"י דיתוה"ק און אויך עפ"י דינא דמלכותא) אז אויב ער צאלט מאנאטליך קויפט ער צוביסלעך אפ די דירה פון דיר (אנשטאט פון די באנק - וואס דו קויפסט עס פון זיי און די דאון פעימענט וואס ער האט איינגעצאלט איז אן הלואה צו דיר) און ווי נאר א געוויסע צאל מאנאטן ווערן נישט באצאלט קען ער אויטאמאטיש פארלירן די דירה און דאס וואס ער האט שוין איינגעצאלט ווערט גערעכנט אלס רענט על העבר און פארזוכערונג אויפן עתיד, והשאר ברויכסט אים צוריקצאלן ווען ער מופט ארויס, אויב איז ער ארענטליך און פלאנט צו צאלן איז דאך מה טוב ומה נעים.

אויב זעהט אים דאס נישט אויס יושר ברויכסטו פארשטיין געבן אז זיין 100,000 דעפאזיט איז נישט קיין סאך - אויב בכלל - מער ווערט פון דיין נאמען-אחריות און פינאנציעלער עתיד, אויב הייבט ער אן פרעגן פארוואס איז שלעכט קא סיינער, ווי איז אביסעלע טראסט וכדו'... איז דיין פראגע אויף צוריק היתכן ער פארטרויעט דיך נישט מיטן טייטל איז דאך הוא מותיב לה והוא מפרק לה אז כמים פנים לפנים, און בלייב מיר גוטע פריינט\ברידער.

נאכן קלאוזן קענסטו אריבערלייגן די דירה אויף א נייע LLC צו אפטיילן און פארזיכערן - עכ"פ טיילווייז - דיינע אנדערע נכסים, די מארטגעדזש גייט אויטאמאטיש מיט.

נישט פארגעסן א שטר עיסקא פאר די מארטגעדזש אינטערעסט און א וועג וויאזוי ער וועט עס צוריקנעמען אן דיר געבן א סעיל וואליו מיט פאטענציעלע קעפיטעל געינס איינקונפט שטייערן.
קאמענטארן זענען איבריג
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

קאמענטאטאר האט געשריבן:.

ביסט אריינגעקימען זייער קלאר!

אבער איין זאך קען נאר בלייבן אין טראבעל, דהיינו, אפילו די האסט די הויז אויף דיין נאמען, וואס וועט אבער זיין אויב יענער באצאלט נישט? איך גלייב אז דו קענסט נישט קאנסידערען דיין קרוב א ווי א רעגעלער טענענט, און דו גייסט שיינערהייט באצאלן מארטגעטש ווייטער. דו האסט געגעבן א עצה פון א LLC אבער איך גלייב נישט אז דו ווילסט פיילן בענקראפסי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

אמת, אבער לאידך גיסא האסטו געקריגן א דירה פאר א גוטן פרייז... איי זאגסטו ער וועט קיינמאל נישט ארויסגיין, דער אמת איז דאך אז דאס איז א שטיקל מילתא דלא שכיחא זינט עס איז גאר אויסער-ארענטליך עמיצער זאל אינגאנצן לאזן פאלן זיין שווער אויסגעהארעוועטע דירה און ווי שוין אויבן ערווענט האסטו אינגאנצן טייטל און ער ווייסט אז דו קענסט דאס פארקויפן איבערנאכט אן זיין וויסן, ווי אויך עפ"י רוב ווי נאר יענעם'ס קינדער וואקסן אונטער און האבן חתונה וועלן זיי נאטורליך פרובירן פאר יעדן פרייז דאס צוריקדרייען, אוודאי רעדט מען נישט דא פון א אינוועסטמענט געלעגענהייט מיט גלענצענדע רווחים - עכ"פ נישט בעולם הזה און ס'איז נאך אלס א גרויס גמ"ח וואס הקרן קיימת לעה"ב, מ'רעדט נאר מינימאלע השתדלות עס זאל זיין ידו על העליונה און צו פארמיידן שברי לב און מחלוקת עד כמה שידו מגעת.
לעצט פארראכטן דורך קאמענטאטאר אום מיטוואך מארטש 13, 2019 2:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאמענטארן זענען איבריג
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:.

ביסט אריינגעקימען זייער קלאר!

אבער איין זאך קען נאר בלייבן אין טראבעל, דהיינו, אפילו די האסט די הויז אויף דיין נאמען, וואס וועט אבער זיין אויב יענער באצאלט נישט? איך גלייב אז דו קענסט נישט קאנסידערען דיין קרוב א ווי א רעגעלער טענענט, און דו גייסט שיינערהייט באצאלן מארטגעטש ווייטער. דו האסט געגעבן א עצה פון א LLC אבער איך גלייב נישט אז דו ווילסט פיילן בענקראפסי.

זייער שיין מסביר געוועזן, און וואס וועט זיין מיט די 1098 ווי אזוי וועט די עכטע באלאבאס קלעימען זיין ריפאנד אויף די אינטרעסט ?
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:.

ביסט אריינגעקימען זייער קלאר!

אבער איין זאך קען נאר בלייבן אין טראבעל, דהיינו, אפילו די האסט די הויז אויף דיין נאמען, וואס וועט אבער זיין אויב יענער באצאלט נישט? איך גלייב אז דו קענסט נישט קאנסידערען דיין קרוב א ווי א רעגעלער טענענט, און דו גייסט שיינערהייט באצאלן מארטגעטש ווייטער. דו האסט געגעבן א עצה פון א LLC אבער איך גלייב נישט אז דו ווילסט פיילן בענקראפסי.


פארקויף עס ווייטער.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:.

ביסט אריינגעקימען זייער קלאר!

אבער איין זאך קען נאר בלייבן אין טראבעל, דהיינו, אפילו די האסט די הויז אויף דיין נאמען, וואס וועט אבער זיין אויב יענער באצאלט נישט? איך גלייב אז דו קענסט נישט קאנסידערען דיין קרוב א ווי א רעגעלער טענענט, און דו גייסט שיינערהייט באצאלן מארטגעטש ווייטער. דו האסט געגעבן א עצה פון א LLC אבער איך גלייב נישט אז דו ווילסט פיילן בענקראפסי.

זייער שיין מסביר געוועזן, און וואס וועט זיין מיט די 1098 ווי אזוי וועט די עכטע באלאבאס קלעימען זיין ריפאנד אויף די אינטרעסט ?


און אזא פאל איז נאר דא א דעדאקשען און נישט קיין קרעדיט ווייל עס ווערט גערעכנט ווי א אינוועסטמענט און נישט א פריימערי רעזידענט און עס איז נישט אנדערש ווי קרעדיט קארד ריווארד פוינטס וואס דער קארטל אייגענטומער וועט אלס האלטן פאר זיך, והשנית געווענטליך אויב קען ער נישט האבן א דירה אויף זיין נאמען איז זיין טעקס פיילונג מסתמא ממילא נישט אין א דרגא פון קריגן דידאקשענס, אלזא איז דאס נישט עפעס וואס ער וואלט אנדערשט געקריגן, נאר דאס בלייבט א שטיקל מתן שכרה בצידה פארן נאמען געבער וואס די שאנסן זענען העכער אז זיין ריטורן איז יא עלידזשיבעל פאר מארטגעדזש דעדאקשענס.
לעצט פארראכטן דורך קאמענטאטאר אום מיטוואך מארטש 13, 2019 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאמענטארן זענען איבריג
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

ווישוואש האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:.

ביסט אריינגעקימען זייער קלאר!

אבער איין זאך קען נאר בלייבן אין טראבעל, דהיינו, אפילו די האסט די הויז אויף דיין נאמען, וואס וועט אבער זיין אויב יענער באצאלט נישט? איך גלייב אז דו קענסט נישט קאנסידערען דיין קרוב א ווי א רעגעלער טענענט, און דו גייסט שיינערהייט באצאלן מארטגעטש ווייטער. דו האסט געגעבן א עצה פון א LLC אבער איך גלייב נישט אז דו ווילסט פיילן בענקראפסי.


פארקויף עס ווייטער.

עס איז מיר נישט ביייגעפאלן. יעצט זעה איך אז קאמענטאטאר האט עס שוין אויך געשריבן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

נאך א וויכטיגען איינצעלהייט אז די מאנאטליכע בילס ברויכן קומען אן דייקא צום נאמען געבער אהיים וועלכער באצאלט פון זיין באנק אקאונט און דער אייגענטומער צאלט אים צוריק, פארשטייט זיך פאראויס מיט 3 חדשים (ד.ה. 3 חדשים סעקיוריטי) אזוי קען דער נאמען געבער זיך באצייטנס דערוויסן אויב ס'איז צרות און נישט לאחר המעשה ווען דער שאדן איז שוין אפגעטאן.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קאמענטאטאר האט געשריבן:אויב הייבט ער אן פרעגן פארוואס איז שלעכט קא סיינער, ווי איז אביסעלע טראסט וכדו'...

דאס האבעך אינזין געהאט ווען כ'האב געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:נאך א פוינט. אויב שפירט מען אז מ'קען יענעם נישט אפזאגן ווייל יענער פרעשורט געפערלעך אדער מ'האט מורא איז דאס די שטערקסטע סיבה טאקע נישט זיך צו לאזן
נאר כ'האב עפעס נישט געטראפן די ווערטער אזוי גוט ארויסצוברענגען


ווען עפעס קען גיין צוויי וועגן אבער איינער וועט מוזן זיין אומבאקוועם, דארף דער וואס באקומט די טובה נעמען די אומבאקוועמליכקייט. אויב פארלאנגט ער די טובה אויף "זיין" וועג, איז גאר א שלעכטע סימן

אגב. איינער וואס טראסט נישט קיינעם אבער פארלאנגט מ'זאל אים טראסטן, איז גאר שלעכטע נייעס

אז מ'רעדט שוין. דיין פלאן איז געוואלדיג

געריבענער סוחר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:.

ביסט אריינגעקימען זייער קלאר!

אבער איין זאך קען נאר בלייבן אין טראבעל, דהיינו, אפילו די האסט די הויז אויף דיין נאמען, וואס וועט אבער זיין אויב יענער באצאלט נישט? איך גלייב אז דו קענסט נישט קאנסידערען דיין קרוב א ווי א רעגעלער טענענט, און דו גייסט שיינערהייט באצאלן מארטגעטש ווייטער. דו האסט געגעבן א עצה פון א LLC אבער איך גלייב נישט אז דו ווילסט פיילן בענקראפסי.

פארקויף עס!

וועסט אליינס מאכן די פעימענטס ביז דו טרעפסט א קונה

אנדערש ווי די באנק, וועסטו זיכער מאכן צו באקומען דערפאר די פולע פרייז (ערידאך דיין קרוב\חבר) און אז ער וויל, קען ער עס אליינס אפקויפן

נאכדעם וועסטו צוריקנעמען די פעימענטס וואס דו האסט געמאכט און אים געבן די רעשט (און אויב נעמט מען זיך אויס, אראפנעמען עפעס פאר זיך פאר טירחה און עיסקא)

אויב גייסטו עס נישט קענען פארקויפן ווייל......... דאן גיי איין אויפן געשעפט מיט פלאן אויסצוצאלן יענעמ'ס הויז און ניטאמאל א שקויעך וועסטו באקומען

געהאקט אין גרויסן

שיק עניוועי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “דינא דמלכותא”