עס איז אויסדרוקליך א מצוה צו העלפן א איד אויב מען קען און ווער רעדט נאך א נאנטער משפחה וכדו', די צוויי תנאים דאס צו טון זענען ווי הענדימען און צו-געזונט ברענגען עס מער ווייניגער ארויס:
א)
הענדימען האט געשריבן:איך מיין אז די כלל איז אז אויב קענסטו נישט באצאלן די פעימענטס אנשטאט יענעם, דאן קענסטו נישט עפארדן צו נעמען אחריות
אמת און דאס איז א וויכטיגער כלל ביי יעדע סארט הלואה, בארגן קרעדיט קארד וכדו'.
ב)
צו געזונט האט געשריבן:קא-סיינער ביזטו א פולקאמער אחראי אויף די גאנצע סכום אבער עס געהער יענעם... אויף דיין נאמען, איז דיינס לעגאל
קיינמאל,
קיינמאל זאלסטו נישט זיין קיין קא-סיינער פאר קיינעם, אין קורצן באדייט דאס אז יענער קריגט די דירה און דו קריגסט דעם חוב.
די איינציגע וועג איז דורך נעמען טייטל אויף די דירה אינגאנצן אליינס אן קיינע שותפים בשו"א, דאס איינציגסטע וואס דער אייגענטומער קריגט איז א שטר (קען זיין עפ"י דיתוה"ק און אויך עפ"י דינא דמלכותא) אז אויב ער צאלט מאנאטליך קויפט ער צוביסלעך אפ די דירה פון דיר (אנשטאט פון די באנק - וואס דו קויפסט עס פון זיי און די דאון פעימענט וואס ער האט איינגעצאלט איז אן הלואה צו דיר) און ווי נאר א געוויסע צאל מאנאטן ווערן נישט באצאלט קען ער אויטאמאטיש פארלירן די דירה און דאס וואס ער האט שוין איינגעצאלט ווערט גערעכנט אלס רענט על העבר און פארזוכערונג אויפן עתיד, והשאר ברויכסט אים צוריקצאלן ווען ער מופט ארויס, אויב איז ער ארענטליך און פלאנט צו צאלן איז דאך מה טוב ומה נעים.
אויב זעהט אים דאס נישט אויס יושר ברויכסטו פארשטיין געבן אז זיין 100,000 דעפאזיט איז נישט קיין סאך - אויב בכלל - מער ווערט פון דיין נאמען-אחריות און פינאנציעלער עתיד, אויב הייבט ער אן פרעגן פארוואס איז שלעכט קא סיינער, ווי איז אביסעלע טראסט וכדו'... איז דיין פראגע אויף צוריק היתכן ער פארטרויעט דיך נישט מיטן טייטל איז דאך הוא מותיב לה והוא מפרק לה אז כמים פנים לפנים, און בלייב מיר גוטע פריינט\ברידער.
נאכן קלאוזן קענסטו אריבערלייגן די דירה אויף א נייע LLC צו אפטיילן און פארזיכערן - עכ"פ טיילווייז - דיינע אנדערע נכסים, די מארטגעדזש גייט אויטאמאטיש מיט.
נישט פארגעסן א שטר עיסקא פאר די מארטגעדזש אינטערעסט און א וועג וויאזוי ער וועט עס צוריקנעמען אן דיר געבן א סעיל וואליו מיט פאטענציעלע קעפיטעל געינס איינקונפט שטייערן.