צופלאשעטע פאות אין קינדער - עצות אויסער Perm

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

צופלאשעטע פאות אין קינדער - עצות אויסער Perm

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 11, 2019 8:41 pm

ווי גיבט מען זיך איין עצה מיט א יונג קינד מיט לאנגע פאות, זייער גראדע האר, וואס האלטן זיך נישט שיין? זיי זענען שוין אזוי קורץ ווי מעגליך ע"פ הנהוג בעדתו; בלויז קעמן מיט gel, די שטערקסטע וואס מען קען טרעפן, האלט זיך נישט אויף מער ווי א פאהר שעה; Perm איז נישט קיין עצה, כאמור, ווייל עס איז זייער נישט געראטן ביי דעם עלטער.

איז דא עפעס כמו-פערם, נאר מיט מילדערע כעמישע שטאפן? אדער עפעס א סיסטעם פון gel מיט האלטערס וואס טריקענט זיך אויס בעסער?

איך דאנק אייך אויף אייער הילף בעז"ה, ויה"ר מלפניו ית', שאשיב שולחי דבר, ולא אושב ריקם מלפניכם.

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:25 pm

האסט פרובירט Hair mousse? עס איז א בחינת דזשעל אבער אנדערש, טרוקנט שנעלער און האלט זיך לענגער און שטערקער

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:33 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:האסט פרובירט Hair mousse? עס איז א בחינת דזשעל אבער אנדערש, טרוקנט שנעלער און האלט זיך לענגער און שטערקער

אינטערעסאנט, איך וועל פרעגן צו מען האט עס שוין פראבירט. (mousse קומט טאקע אין שטערקערע סארטן ווי דזשעל? איך האב ווייניג ערפארונג מיט ביידע, אבער איך וואלט מיך פאר געשטעלט אז דזשעל איז שטערקער, mousse זעהט דאך אויס אזוי שוואך...)

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:41 pm

עס זעט אויס שוואכער, אבער למעשה זעט עס מיר אויס שטערקער, איך האב פרובירט ביידע און mousse האלט זיך אסאך בעסער און שענער.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:43 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:עס זעט אויס שוואכער, אבער למעשה זעט עס מיר אויס שטערקער, איך האב פרובירט ביידע און mousse האלט זיך אסאך בעסער און שענער.

א גרויסן יש"כ.

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:45 pm

אגב, איך האב מיר זייער געמוטשעט אלס קינד מיט גראדע האר, און מיין מאמע זז"ג האט מיר געשיקט פאר א פערם און איך בין איר דאנקבאר ביז היינט, עס האט מיר געמאכט אויסקוקן נארמאל און מסודר.

אוועטאר
דער שיבער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

תגובהדורך דער שיבער » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:03 pm

פרובירט אפאר דזשעל'ס אבער אלעס האט נישט געארבעט פאר צו לאנג, צוקער וואסער האט געמאכט די טריק!

מקבל
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:42 pm

די געווענטליכע העיר ספרעי וואס גייט ביי אונז איז נאמבער 2
https://www.amazon.com/Garnier-Fructis- ... B000KEOQR4
עס איז דא צו באקומען נאמבער 3 4 און 5
https://www.amazon.com/Garnier-Fructis- ... B00N54OAL8
https://www.amazon.com/Garnier-Fructis- ... B00778LSX6
5 איז א mousse אזוי ווי כשרע טעלעפאן האט געשריבן

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:59 pm

יש"כ אייך אלע!

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג מארטש 12, 2019 1:23 pm

הוי דעי אשכול דערמאנט מיך פון אלט'ס קינד... כהאב געהאט גלאטע האר, מיין מוטער זז"ג האט מיך בשו"א נישט געוואלט מאכן א PERM צילוב אירע סיבות. אוי האב איך געארבעט שווער. אלט'ס אינגל פלעג איך ניצן גאלאנען דיפעדי-דאו, שפעטער נאך די בר מצוה ווען כהאב אנגעהויבן גיין אין מקוה טעגליך, איז ד"ד שוינישט געווען קיין אפציע, דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן די שווערע ארבעט. טעגליך בינעך געזעצן שעה'ן (אין קלאס צו בשעת'ן לערנען-חזר'ן) און געדרייעט די פאות אויף ארויף, קלאבלעך, ארויף אראפ, צענדליגע הונדערטע מאל, איינמאל איז עס יא גוט געלונגען, אסאך מאל נישט. ב"ה היינט צוטאג' איז מיין פאות א שטיקל לייט. עס קרייזלט זיך שוין אליינס מיט א בלויזן קעמל נאך די מקוה... איי זכרונות.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בבל און 13 געסט