אימפיטשמענט - דעמעקראטען קאמיטי אויספארשונגען קעגן טראמפ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די פראגע איז נישט פארוואס זי הייבט נישט אן מיט די אימפיטשמענט פראצעדורן, די פראגע איז פארוואס זי שליסט עס אויס. זי זאגט נישט מיר וועלן ווארטן ביז די זאך קלארט זיך אויס, נאר אז זי איז קעגן אימפיטשמענט ווייל בלא בלא בלא.

די תירוץ אויף דעם איז ווייל, ווי @צל האט געזאגט, עס איז פשוט פאליטיש קלוגער נישט צו שטופן דעם וואגן וואס קען אויפהייטערן טראמפ שטיצער צו קומען ראטעווען זייער פירער; דער שטענדיגע וויקטעם.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

לאו דווקא איבער אויפהייטערן זיינע שטיצער, וואס וועלן עניוועי זיין. ס'איז פלעין נישט קיין נארמאלע פאזישען!

עז לאונג ס'איז נישטא קיין ארויסגעשטארצטע קריים וואס "פאדערט" אימפיעטשמענט איז עס ס"ה זיך ארויפקלעבן אויף עפעס, זייער סטפיד. און די דעמאקראטנס ברענד איז היינט צוטאגס צו זיין דער "נארמאלער" פארטיי, דער "סטאבילער" פארטיי, דער "אינקלוסיוו" פארטיי.

דאס האט זיי געמאכט געווינען מיט 9 פוינטס היי יאר און ס'איז נאריש אפצוטרעטן דערפון. איינמאל דו ווערסט אויך צעדרייט איז עס קוקו וו"ס קוקו, כאאס וו"ס כאאס.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

הייסט אז די אלע "באמשעלס" די לעצטע צוויי יאר זענען געווען פאלשע באמבעס, די באם סקוואט האט באשטעטיגט אז עס איז אומשעדליך?

אגב, די דעמאקראטן האבן זיך אהער געשטעלט אלס די נארמאלע פארטיי, ווען איז דאס געשעהן?

אויף וויפיל איך האלט מיט זענען זיי געגאנגען פון ליבעראל , צו ראדיקאל.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

גוט געזאגט..
איין שינוי: זיי פרובירן איינצורעדן אז דאס וואס זיי זענען איז די "נארמאלע".. און אזא אקציע וועט זיי אלעס צעגרינד לייגן...

בוידעם האקט..
און דערפאר זענען די דעמס צעטראסקעט היצט, הלמאי מ'פיטערט זיי איעדען טאג מיט פרישע באמבעס און לבסוף איז'ס ניאמאל ווערט אים אנידערציווארפן...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

כאפצעם האט געשריבן:לאו דווקא איבער אויפהייטערן זיינע שטיצער, וואס וועלן עניוועי זיין. ס'איז פלעין נישט קיין נארמאלע פאזישען!

עז לאונג ס'איז נישטא קיין ארויסגעשטארצטע קריים וואס "פאדערט" אימפיעטשמענט איז עס ס"ה זיך ארויפקלעבן אויף עפעס, זייער סטפיד. און די דעמאקראטנס ברענד איז היינט צוטאגס צו זיין דער "נארמאלער" פארטיי, דער "סטאבילער" פארטיי, דער "אינקלוסיוו" פארטיי.

דאס האט זיי געמאכט געווינען מיט 9 פוינטס היי יאר און ס'איז נאריש אפצוטרעטן דערפון. איינמאל דו ווערסט אויך צעדרייט איז עס קוקו וו"ס קוקו, כאאס וו"ס כאאס.

אפגעזען צו זיי וועלן סייווי שטיצן איז נאריש אים ממש צוצושטעלן די טולקינג פוינטס. סתם אים אריינפיטערן די ווערטער אין מויל?

דאס האט זי נישט געזאגט! דאס איז געווען די טאן ביז יעצט. "מען וועט ווארטן און זען וואס די מולער רעפארט שרייבט, עס איז נאך צו פרי צו רעדן פון אימפיטשמענט". דא האט זיך עפעס געטוישט און די סיבה איז לדעתי ווי דערמאנט און דאס איז א פוינט וואס אנאליסטן שרייען שוין לאנג. עס איז א טעות צו קאמפיינען אויף אימפיטשמענט.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יש ברירה האט געשריבן: עס איז א טעות צו קאמפיינען אויף אימפיטשמענט.

איך אגרי מיט דעם, אבער נישט אלסן אויפהייטערן זיינע וויילער נאר אלסן ווערן געזעהן ווי א כאאס אנווערטשאפער ביי אלגעמיינע וויילער, כנ"ל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פליגל האט געשריבן:זי קוקט סך הכל אביסל רעאליסטיש, נישט ווייל זי גלייכט טראמפ'ן אדער וואס.. זי פארשטייט פאקטיש אז אנהויבן א אימפיטשמענט אויף אים ווען מ'קעניש אנצייגן אויף הארטע באווייזן און איבערצייגענדע דאקומענטן וואס זאל באוועגן דעם געזעץ אים אנידערצושטעלן, וועט נאר אנמאכן א מאראסט ווען ס'וועט שרייען באשיינפערליך אז דאס'ז א פאליטיש געצילטע נקמה אקציע און קען נאר בעקפייערן.

נישט אז די גאנצע זאך איז נישט פאליטיש, אבער צו גיבן הארטע דאקומענטירטע באווייזן אז ס'יז נישט מער ווי דאס וועט נאר פאליטיש בעקפייערן און זיי זעלבסט באגראבן.

ליינט איבער אירע ווערטער קען מען דאס זען פון דארט.

די גאנצע אימפיטשמענט ווינט איז סך הכל פון עטליכע שפארבערישע, וואס די מינוט זיי וועלן מוזן אפגיבן דין וחשבון פאר א ריכטער אלס וואס עס האט זיי איבערצייגט געזעצליך דאס צו טאהן וועלן זיי שטעקן בלייבן.

פארגעסט נישט, נישט איעדע זאך ארבייט אלס ווער עס שרייט די העכסטע דער פירט אויס. אזא זאך מוז דורכגיין ביידע הייזער און האט לכאורה קיין שאנס אויסגעפירט צו ווערן אויסער אז דאס פאלק וועט צעריסן ווערן דערפאר און דאס'ז דערווייל קיין תכלית פאר די דעמס און גייט זיי גארנישט ברענגן.


יאך בין זיך שטארק מחולק מיט די תגובה, אפילו (אויב) עס איז דא הארטע באווייזן אויף א קריים וואס מען קען פראוון אין געריכט גרינגערהייט, נאר די רעפאבליקאנער האלטן נישט אז מען זאל פאר דעם אימפיעטשן, קען מען אים נישט רעמאוון פון אפיס, פעריאד

הארטע דאקומענטירטע באווייזן קומען נישט אזוי ווייט אריין דא, חוץ אויב מען וואלט גערעדט פון קריים וואס די GOP וואלט געזאגט אז אויב עס איז אמת, רעמאוון זיי אים, ביז דעמאלטס, דער איז נאטינג וואט טו דו.

און די אלטע רביצין ווייסט עס, און יאך האב עס שוין גראדע געשריבן דא כמה פעמים, יעצט האט זי עס די ערשטע מאל געזאגט ברבים.

------------------

@בוידעם האלט אין איין איבער שרייבן די נארישע ליגענט פוינט.

----------------------

דער טראמפ קאמפיין לייגט עס גאר אראפ ווי די ספיקער האלט אז עס קומט זיך נישט פאר טראמפ קיין אימפיעטשמענט.

Trump campaign on Pelosi saying no to impeachment: Every single Democrat running for president should be made to answer: do they agree with the Speaker who stands in opposition to baseless impeachment charges, or will they risk fracturing the country?...”
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג מארטש 12, 2019 1:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ווואףף!!! איינער האלט מיט???

כאפצעם, צל און יש זענען אלע ביזי אויפצוקלערן אז טראמפ האט נישט קיין פיטער אויפן קאפ. (פינג @אמביציע..)

וואס מיינטאס, מ׳קען פארמעקן בערך 2000 בלעטער אויף אייוועלט???...
:lol: :lol: :lol:

א רגע, וואסעט זיין מיט די דעמעקרעטס 2020 סלאגאן דרעין די סוואמפ?..
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יעצט זאגסטו די @בוידעם "ליגענט".

בד"וו, די דעמאקראטן סיי דער ציבור, סיי די קאנגרעס מעמבערס, ברויזן פיין, איינער מער איינער ווייניגער.

דאס איז "די הקדמה" פון די מאסיווע דרעין די סוואמפ קאמפיין.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל, ס׳קוקט אויס די גייסט צווישן די טראפן, די זיכסט אלע ווערטער אינעם דיקשענערי וואס זאל עס לייגן אויף א פאזיציע אז אין אמת׳ן האט טראמפ יא באגאנגען קריימס, נאר בלא בלא בלא.. באווייזן, ״הארטע״..גענוג קרימענאל״..

איך פארשטיי זייער גוט אז לאמיתו של דבר וויל פעלאוסי יא אימפיטשמענט, נישט נאר אימפיטשמענט, נאר ערגערע זאכן ווי דעם. וואזשע דען, ווי ענק (ענק, ווייסעכמיין?..) ברענגען ארויס איז עס א פאליטישע חשבון וואס פעלאוסי מאכט, סינס אימפיטשמענט אויף א נארישקייט קען בלויז מער אויפהייטערן די טראמפ׳סטערס.

ס׳איז א גערעכטע פוינט, נאר מיט די נישט ריכטיגע ווערטער. ווייל, ״האלאו!!! די ביסט א קרימענאל!!!״.. או נאו, כ׳בין נישט. ״או יע ביסט יא״.. לאמיר זעהן, ברענג מיר עוועדענס.

זאג, איז יענער אינעסענט? אדער א נישט-געפראוודטע קרימענאל! [?].

תירוץ; אינעסענט!

און מיט טראמפ איז די זעלבע מעשה. האסט געשריגן און פארפירט, אים אויסגעקנעטן און אויסגעברענט און גארנישט געפונען.. ״ווילאנג די באווייזן זענען נישט ״הארט״.. העלאו!?.. ווייעך איז עס יא?..

והשינית, יא! ווען ס׳איז ווען פארהאן אפילו בלויז 1 באווייז אז טראמפ האט באגאנגען א קריים, וואלט זי ״יא״ אויפגעברענגט אימפיטשמענט!.. און זעכער זיך נישט ארויסגעשטעלט קעגן דעם נאכפאר קאנגרעס דעמעקרעטס פארלאנגען עס אפציעל.

באדעם ליין, דרעין די סוואמפ אין 2020 האט נישט ווי ס׳זאל חל זיין. ווייל אויב עפעס האט שוין די מוללער אינוועסטיגעשן געפראווד אויף 1000% אז די דעמעקראטישע לידערשיפ איז טיף פארשימעלט און קאראפטירט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:זי קוקט סך הכל אביסל רעאליסטיש, נישט ווייל זי גלייכט טראמפ'ן אדער וואס.. זי פארשטייט פאקטיש אז אנהויבן א אימפיטשמענט אויף אים ווען מ'קעניש אנצייגן אויף הארטע באווייזן און איבערצייגענדע דאקומענטן וואס זאל באוועגן דעם געזעץ אים אנידערצושטעלן, וועט נאר אנמאכן א מאראסט ווען ס'וועט שרייען באשיינפערליך אז דאס'ז א פאליטיש געצילטע נקמה אקציע און קען נאר בעקפייערן.

נישט אז די גאנצע זאך איז נישט פאליטיש, אבער צו גיבן הארטע דאקומענטירטע באווייזן אז ס'יז נישט מער ווי דאס וועט נאר פאליטיש בעקפייערן און זיי זעלבסט באגראבן.

ליינט איבער אירע ווערטער קען מען דאס זען פון דארט.

די גאנצע אימפיטשמענט ווינט איז סך הכל פון עטליכע שפארבערישע, וואס די מינוט זיי וועלן מוזן אפגיבן דין וחשבון פאר א ריכטער אלס וואס עס האט זיי איבערצייגט געזעצליך דאס צו טאהן וועלן זיי שטעקן בלייבן.

פארגעסט נישט, נישט איעדע זאך ארבייט אלס ווער עס שרייט די העכסטע דער פירט אויס. אזא זאך מוז דורכגיין ביידע הייזער און האט לכאורה קיין שאנס אויסגעפירט צו ווערן אויסער אז דאס פאלק וועט צעריסן ווערן דערפאר און דאס'ז דערווייל קיין תכלית פאר די דעמס און גייט זיי גארנישט ברענגן.


יאך בין זיך שטארק מחולק מיט די תגובה, אפילו (אויב) עס איז דא הארטע באווייזן אויף א קריים וואס מען קען פראוון אין געריכט גרינגערהייט, נאר די רעפאבליקאנער האלטן נישט אז מען זאל פאר דעם אימפיעטשן, קען מען אים נישט רעמאוון פון אפיס, פעריאד

הארטע דאקומענטירטע באווייזן קומען נישט אזוי ווייט אריין דא, חוץ אויב מען וואלט גערעדט פון קריים וואס די GOP וואלט געזאגט אז אויב עס איז אמת, רעמאוון זיי אים, ביז דעמאלטס, דער איז נאטינג וואט טו דו.

זאגסטע אז דו ביזסט מאמין באמונה שלימה אז טראמפ איז באגאנגען ערנסטע קריימ'ס און עס איז אפי' דא הארטע באווייזן (און דיין איינגערינגעלטע "אויב" איז נישט עכט וואס דו האלטסט) .נאר פעלאוסי קען אים נישט אימפיטשן צוליב וואס די GOP וועט נישט מסכים זיין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האב געהאלטן (איך האלט נאך אלץ גראדע) אז ענק זענען קלוגע אידן.

די פוינט איז נישט וויפיל קריים און עווידענס עס איז דא, און עס קומט אפילו נישט אריין.

די רביצין האט סאך הכל קלאר געמאכט פאר גאנץ אמעריקע, וואס איך האב שוין געשריבן א שיינע פאר מאל פארדעם, אז אימפיעטשמענט ווענדט זיך כלל נישט אין קריים. עס ווענדט זיך אויב די רעפאבליקאנער, דא מיינט עס @טשאדעלע באדעלע @פעיק ניוז @וויכטיג מאכער וכדומה, וועלן ווילן אימפיעטשן טראמפ.

ווילאנג ענק שטיצן נישט אימפיעטשמענט, וועט ער נישט ווערן אימפיעטשט.

און פארדעם שטערט מיר ווען @בוידעם נוצט די לעק פון אימפיעטשמענט אלס א ראי' אויף עניטינג. חוץ טראמפ לויעלטי ביי זיין בעיס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

און איך האלט אז די אויב וואלט געווען הארטע באווייזן וואלט זי יא ארויפגעברענגט אימפיטשמענט אפגעזעהן וואס די רעפובליקאנער האלטן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואס וואלטן זיי געהאט דערפון?

חוץ אריינלייגן אין דעם די אייגענע בעיס'ס ענערדזשי, און נישט קענען נוצן די העיט אויף ווי @טשאדעלע רופט עס די דרעין דע סוואמפ קאמפיין. און אויפבויען ענערדזשי ביי די טראמפיסטן. מאכט עס ווייניג אויס.

עכ"פ, לאמיר גלייבן אז דו האלטסט אזוי, ווייסטו אבער אז איך האב אזוי געהאלטן שוין לאאאנג.

-------------------------------

מען רעדט א גאנצע צייט פון אזאנע זאכן וואס אויב @טשאדעלע באדעלע @פעיק ניוז @וויכטיג מאכער, עטליעסט 2 פון די 3, וואלטן נישט געוואלט ווארפן טראמפ אויב זיי זעהן מיט די אויגן ווי אזוי ער טוט עס.

אויב שיסט ער מענטשן קאנסטענטלי - נישט אמאל עפעס א מענטש - אויף פאבליק פלעצער, איז א אנדערע מעשה שטייצעך.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

צל עובר האט געשריבן:איך האב געהאלטן (איך האלט נאך אלץ גראדע) אז ענק זענען קלוגע אידן.

די פוינט איז נישט וויפיל קריים און עווידענס עס איז דא, און עס קומט אפילו נישט אריין.

די רביצין האט סאך הכל קלאר געמאכט פאר גאנץ אמעריקע, וואס איך האב שוין געשריבן א שיינע פאר מאל פארדעם, אז אימפיעטשמענט ווענדט זיך כלל נישט אין קריים. עס ווענדט זיך אויב די רעפאבליקאנער, דא מיינט עס @טשאדעלע באדעלע @פעיק ניוז @וויכטיג מאכער וכדומה, וועלן ווילן אימפיעטשן טראמפ.

ווילאנג ענק שטיצן נישט אימפיעטשמענט, וועט ער נישט ווערן אימפיעטשט.

און פארדעם שטערט מיר ווען @בוידעם נוצט די לעק פון אימפיעטשמענט אלס א ראי' אויף עניטינג. חוץ טראמפ לויעלטי ביי זיין בעיס.

ס'גאנץ א קלוגע טאלקינג פוינט פון פעלאוסי אבער איך און דו (און זי) ווייסן אז טאמער זאל מוללער שרייבן אז טראמפ האט קלאר אבסראקטעד זשאסטיס מיטן הייסן פאר כהן ליגנט זאגן וכו' און ער וועט פרעזענטן עווידענס וועט פעלאוסי נישט קאלן נונעז און זשארדען פרעגן צו זיי גייען מיט מיט אימפיטשמענט..

נאר וואס דען סאיז פשוט נישט דא קיין קראנטע מעשה'ס און פארדעם וויל זי נישט אימפיטשן,

בדו איך פארשטיי אז זי מיינט דאס צו זאגן אז ווילאנג סינישט דא קראנטע "עוווידענס" פון א "קריים" וועט זי נישט אימפיטשן ווייל רעפובליקאנער (ליין: איינער וואס האט נישט קיין אנטי-טראמפ בייעס) וועט נישט פארשטיין וואס מיר ווילן און ממילא וועט עס בעקפייערן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נאר אויב עס וועט זיין אזא זאך אז @וויכטיג מאכער וועט שרייבן דא אויף אייוועלט אז מען ברויך מאכן מייק פענס פאר פרעזידענט.

אדער פאר א מינומים ער זאל שרייבן אז מען קען און עס איז נארמאל צו אימפיעטשן דערויף.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג מארטש 12, 2019 2:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

@צל, מיין ארימע מיינונג, ווען עס וועט זיין הארטע באווייזן אויף א קריים, וועלן די רעפובליקאנער אויך האלטן אז מען דארף אים אימפיטשן. עיין ערך ניקסאן.

די רעבצין האט געניצט זייער א גוטע עקזעמפל פון ווען דעמאקראטן האלטן אזוי אבער נישט רעפובליקאנער, די בוש מלחמה. זי פארשטייט אויך גוט אז "האלטן" אז עס איז א קריים , מאכט עס נישט פאר א קריים, און עס איז נישט ווערט קיין אימפיטשמענט.

האקט
רצונינו לעשות רצוניך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זיך איינברעכן ביי די דעמאקראטן איז לכאורה נישט גענוג היינטיגע צייטן.

פעלאוסי נוצט די איראקע מלחמה פאר א משל, ווייל דעמאלטס האבן אירע משוגעים פארלאנגט אימפיעטשמענט, און זי האט קלאר געמאכט אסז מען וועט נישט. מיט דעם איז עס אזוי ווי דעמאלטס.

זי האט אבער בכלל נישט געהאלטן אז עס וואלט געווען נארמאל, אז עס איז זיך געקומען פאר בוש, אז עס איז געווען קריים'ס, אז ער איז א שטיק קארופציע, משא"כ יעצט.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג מארטש 12, 2019 2:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קודם כל, אריינלייגן די אייגענע בעיס ענעדזשי איז אויך גענוג סיבה, ווייל אויב זאל זי ווען נישט אויפברענגען אימפיטשמענט, אויב איז דא הארטע באווייזן אויף קריים'ס, גייט עס נישט נאר נישט ענעדזשייזן די בעיס, נאר עס גייט טוהן דאס פארקערטע.

צווייטנס ווער רעדט פון די טראמפ בעיס? איך גלייב אז עס וואלטן געווען גענוג און נאך מענטשן מער וואס וואלטן געהאלטן אז מען דארף אים אימפיטשן אויב איז דא באווייזן אויף קריים'ס ווי ווען ער איז איניסענט. דו האלטסט נישט אזוי?

האקט...

האקט ווייטער..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

באווייזן וועט מען לייקענען. אדער אוועקמאכן. אויך באווייזן און ווידיאו אדער טעיפ איז נישט ממש די זעלבע זאך.

לאמיר דיר פרעגן, אויב דו וואלסט געוואוסט קלאר אז טראמפ האט געווארפן קאומי וועגן ראשע, וואלטסטו געשטיצט אימפיעטשמענט? ביטע טראכט וואס עס וואלט עכט געווען, אין א פאל די ווייסט זיכער אזוי פאר א פאקט.

און יא, איך האלט אז עס וואלט ענערדזשייזט די בעיס אויב מען וואלט אים אימפיעטשט אין אזא פאל.

און אויב וואלט געווען א טעיפ ווי ער זאגט עס קלאר? וואס וואלטסטו געהאלטן?

איך נוץ די אישו, ווייל דאס איז די ערגסטע וואס איך קלער אז עס קען זיין מולער וועט זאגן. קיין ווידיאו איז גלייבעך נישט דא.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

צל עובר האט געשריבן:זיך איינברעכן ביי די דעמאקראטן איז לכאורה נישט גענוג היינטיגע צייטן.

פעלאוסי נוצט די איראקע מלחמה פאר א משל, ווייל דעמאלטס האבן אירע משוגעים פארלאנגט אימפיעטשמענט, און זי האט קלאר געמאכט אסז מען וועט נישט. מיט דעם איז עס אזוי ווי דעמאלטס.

זי האט אבער בכלל נישט געהאלטן אז עס וואלט געווען נארמאל, אז עס איז זיך געקומען פאר בוש, אז עס איז געווען קריים'ס, אז ער איז א שטיק קארופציע, משא"כ יעצט.

נישט די זיך איינברעכן האט באוואויגן די רעפובליקאנער אז ער דארף גיין פון אפיס. די אפענע אבסטראקשן אוו דזשאסטעס איז געווען די גורם.

ביז די סמאקינג גאון איז ארויס געקומען, זענען די רעפובליקאנער געווען אויף זיין זייט. ווי נאר די טעיפ איז ארויס, וואס דאס האט קלאר געשטעלט אז ער האט פרובירט צו פארדעקן די וואטערגעיט סקאנדאלן, האבן זיך אלע אפגעטרייסלט פון אים.

איך ווייס נישט פון וואו די נעמסט אז יעצט האלט זי אנדערש ווי ביי בוש. די איינציגסטע חילוק, טראמפ האט זי מער פיינט, אבער זי האט קלאר געזאגט אז עס דארף זיין אפענע קריים, און אויף דעם האט זי געניצט די משל צו בוש.

באדעם ליין, די סאו קאולד @בוידעם ליגענט איז שטארק אינטער געבעט מיט פאקטן, בוידעם איז מיד געווארן פון די ברעקינגס און באמשעלס וואס באגלייט שוין דעם פרעזידענט פון ווען ער איז ארויף אויפן בענקל.

נאך צוויי יאר ווארטן מיט שפאנונג אז עס זאל זיך טוישן פון די "בעגיניג אף די ענד", צו די פאקטישע ענד, האט בוידעם געכאפט אז לא דובים ולא יער, נישט קיין בעגיניג און נישט קיין ענד, די מידיע מאכט סתם פורים פונעם עולם, אדער זענען זיי אזוי פארנערט און קענען נישט אראפ שלינגען דעם טראמפ געווינס, און דאס מאכט זיי הערן וואויסעס אין מח.

די רעבצין האט עס נעכטן באשטעטיגט.
רצונינו לעשות רצוניך.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

צל עובר האט געשריבן:באווייזן וועט מען לייקענען. אדער אוועקמאכן. אויך באווייזן און ווידיאו אדער טעיפ איז נישט ממש די זעלבע זאך.

לאמיר דיר פרעגן, אויב דו וואלסט געוואוסט קלאר אז טראמפ האט געווארפן קאומי וועגן ראשע, וואלטסטו געשטיצט אימפיעטשמענט? ביטע טראכט וואס עס וואלט עכט געווען, אין א פאל די ווייסט זיכער אזוי פאר א פאקט.

און יא, איך האלט אז עס וואלט ענערדזשייזט די בעיס אויב מען וואלט אים אימפיעטשט אין אזא פאל.

און אויב וואלט געווען א טעיפ ווי ער זאגט עס קלאר? וואס וואלטסטו געהאלטן?

איך נוץ די אישו, ווייל דאס איז די ערגסטע וואס איך קלער אז עס קען זיין מולער וועט זאגן. קיין ווידיאו איז גלייבעך נישט דא.

דו וואלסט געשטיצט אימפיטשמענט אויב טראמפ האט געווארפן קאומי וועגן ראשע?

איך האב דיר פריער געשריבן מיין פשט אין פעלאסי'ס אימפיטשמענט גיידליינס: 1)קלארע עווידענס 2)אויף א "קריים" ווארפן קאומי איז נישט קיין קריים לויט אסאך עקספערטן ווייל סאיז אין זיין אויטאריטעט אפגעזען די כוונה
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:באווייזן וועט מען לייקענען. אדער אוועקמאכן. אויך באווייזן און ווידיאו אדער טעיפ איז נישט ממש די זעלבע זאך.

לאמיר דיר פרעגן, אויב דו וואלסט געוואוסט קלאר אז טראמפ האט געווארפן קאומי וועגן ראשע, וואלטסטו געשטיצט אימפיעטשמענט? ביטע טראכט וואס עס וואלט עכט געווען, אין א פאל די ווייסט זיכער אזוי פאר א פאקט.

און יא, איך האלט אז עס וואלט ענערדזשייזט די בעיס אויב מען וואלט אים אימפיעטשט אין אזא פאל.

און אויב וואלט געווען א טעיפ ווי ער זאגט עס קלאר? וואס וואלטסטו געהאלטן?

איך נוץ די אישו, ווייל דאס איז די ערגסטע וואס איך קלער אז עס קען זיין מולער וועט זאגן. קיין ווידיאו איז גלייבעך נישט דא.

דו רעדסט פון מיך? ניין, איך וואלט נישט געשטיצט אימפיטשמענט ווייל דאס איז נישט קיין קריים בכלל.

סאו אויב איז דאס דיין ערגסטע זאך וואס דו קענסט טראכטן אז טראמפ האט געטוהן, דאן בין איך גערעכט ווייל די סיבה פארוואס פעלאוסי זאל אין אזא פאל נישט אויפברענגען אימפיטשמענט, גייט נישט זיין צוליב וואס די רעפובליקאנער האלטן נישט דערפון, נאר צוליב וואס דאס איז קיין קריים אויף וואס מען קען אימפיטשן און עס קען זיין אז עס גייט נישט זיין צו פאפולער.

באט עניוועי, דערווייל האסטו דאך דאס אויך נישט. סאו מאן יימר אז פעלאוסי'ס סטעטמענט איז על הצד אז עס איז יא דא? איך האלט אז פעלאוסי רעדט לפי המצב יעצט וואס עס איז נישטא קיין באווייזן קען מען נישט אימפיטשן אויב וועט זיין וועל מיר דעמאלטס זעהן וואס מיר האבן און ווי הארב און ווי שטארק די זאך איז און לויט דעם באשליסן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@עדותינו, אקעי, דו האלטסט אז עס איז ווייניגער ווי א קריים, א דוגמה פון א קריים ביטע? איך וויל בעקר אז די רעפאבליקאנער דא זאלן אריינטראכטן וואס וואלט זיי געמאכט אימפיעטשן טראמפ, אויב עס ווערט געפראפט.

@בוידעם, איך האב שוין קלאר כמה פעמים געשריבן וואס די רביצין האט נעכטן געזאגט, סוי עס איז נישט קיין פרוף אויף גארנישט, אויב יא, האסטו פרוף אז @צל עובר האלט אז טראמפ האט גארנישט געטון. און זי האלט קלאר אנדערש יעצט ווי ביי בוש.

--------------------

@פעיק ניוז, דעמאלטס זאג מיר וואס איז יא א קריים.

(אונז זעמיר בכלל נישט אויף איין פעידזש, ווייל ביי מיר איז די שטערן די TWC מערדזשער אימפיעטשעבל און מער ווי קאלודן מיט ראשע, וואס מען האט זיך שוין אסאך גע'טענה'ט אויב קאלוזשען איז בכלל א קריים.)

שומער איז מסביר, איך האב אויך אזוי פארשטאנען, איך מיין אז עס איז פשוט, אז פעלאוסי רעדט פון וואס פעלט זיך מולער זאל זאגן.

דאס האט זי קלאר געזאגט, זי וועט נאר אימפיעטשן אויב עס וועט זיין ביי פארטיזען.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג מארטש 12, 2019 3:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קאנספירירן צו העקן די dnc
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”