קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

דריידל האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?

קודם כל, מען האט נישט מחייב געווען! דער רבי האט געבעטן, געפאדערט, פארלאנגט, אבער נישט "חיוב"

זשאסט פאר די רעקארד, די קוואטסט דאך די נוסח פון די דברות קודש "קיינער זאל זיך נישט ארויסדרייען פון די חובת השעה צו גיבן לכה"פ הינדרעט דאללער". און די פלאקטן האבן אויך געריפן אויסצופאלגן די התחייבות פון רבי'ן.


א מחלוקה שוין אין די גמרא צו תפוס לשון ראשון צו תפוס לשון אחרון. די רבי הייבט אן אנפאנג אז ער בעט...

מ'קען אפשר מיישב זיין אז די רבי 'בעט' אז יעדער זאל נעמען אויף זיך א ''חלות'' (חולם למד דגושה) פון א חיוב..
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

קונדיטון האט געשריבן:די מוסדות האט א בוזשעט פון בערך 180 טויזנט פער חודש, און איבער 100 דערפון דארף ווערן גערעיזד פונעם ציבור.

אויף די פראגע פארוואס אזוי סאך? האט ער מסביר געווען.
מלמדים און טיטשערס קאסטן מער פער קינד זינט געוויסע קלאסן פארמאגן ווייניגער קינדער, אבער מקען נישט צאלן פארן מלמד ווייניגער לכבוד דעם.
ווי אויך די עלטערע קינדער וואס פארן קיין קרית יואל קאסט די טראנספארטעשן אסאך, אבער מקען נישט צופיל בעטן פון די עלטערן פאר דעם, וויל זיי צאלן דאך שכר לימוד און קרית יואל.
לע״ע וואוינען נישט דארט צופיל ב״בטישע אינגעלייט קען מען פון די אייגענע ציבור אויך נישט צופיל דעקן.

דערווייל דארפן זיי שאפן אן ערך פון א מליאן דאלער דזשאסט צו קאווערן די לאך פון יעצט, און פון דא און ווייטער ארבייטן זיי אויף א מסודערדיגן פאנדרעיזינג סיסטעם אזוי ווי אלע אנדערע מוסדותער, וואס זאל דעקן די קליינע לעכער וואס בלייבן נאך די אויבער דערמאנטע טוישונגען.

מ'דארף לכאורה אריינברענגן א גוטן קאונסאולטענט דורכצוגיין ווי מ'קען אלץ שניידן פון די הוצאות,
געהערט זאגן (כ'ווייס נישט אויב ס'איז קראנט) אז אין לעיקוואד האט מען געשניטן די הוצאות פון איבער 80 אלפים א חודש צו בערך 55 אלפים.
אגב, די מוסדות האבן דארט לאנטש פראגרעמס אדער עני אנדערע פראגראמען?

מיין הונדערטער האב איך שוין געגעבן נעכטן אין שול...
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

וואס טיט זיך מיט הייזער, מ'בויעט יעצט עפעס דארט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

ס'אינטערעסאנט צו זעהן.. ווי ס'איז דא מענטשן וואס זענען אנגעפילט מיט ווייטאג ,אין ווען ס'מאכט זיך זיי די מינדעסטע געלעגנהייט ארויסצוגעבן זייער ביטערניש, זענען זיי דא.... אין זאגן אין פרעגן כלומר'שט תמימותדיגע שאלות וואס זיי ווילן וויסן, מ'זעהט אבער קלאר זייער ווייטאג שפריצן פון צווישן די שורות.

מ'בעט די אלע געליטענע, זאלן אויפהערן אריינהאקן איבעראל מיט זייערע נארישע אגענדע'ס, אויפן חשבון פון די פרידליכע ליינער אין שרייבער.

סאו יונגערמאן האסט ווייטאג גיי צום דאקטאר.... אין לאז צורוה דעם עולם. ודי.
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

וואס עפעס? האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:דאסמאל האבן די ליטווישע גדולים געראטעוועט סאטמארע מוסדות פון צוזאמבראך :grin: :grin:

:smile:


שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס!

ס'איז א בפירושע פסוק....

שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנה
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אחד מהחבורה האט געשריבן:ס'אינטערעסאנט צו זעהן.. ווי ס'איז דא מענטשן וואס זענען אנגעפילט מיט ווייטאג ,אין ווען ס'מאכט זיך זיי די מינדעסטע געלעגנהייט ארויסצוגעבן זייער ביטערניש, זענען זיי דא.... אין זאגן אין פרעגן כלומר'שט תמימותדיגע שאלות וואס זיי ווילן וויסן, מ'זעהט אבער קלאר זייער ווייטאג שפריצן פון צווישן די שורות.

מ'בעט די אלע געליטענע, זאלן אויפהערן אריינהאקן איבעראל מיט זייערע נארישע אגענדע'ס, אויפן חשבון פון די פרידליכע ליינער אין שרייבער.

סאו יונגערמאן האסט ווייטאג גיי צום דאקטאר.... אין לאז צורוה דעם עולם. ודי.

אזא ביטערקייט.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

א גרויסען יישר כח פארן ברענגן די לינק זיך יעצט משתתף געווען אנליין ווייל ווי קען מען שטיין אין א זייט ווען די חברים זענען זיך משתתף לדבר מצווה
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

lebediger berel האט געשריבן:דער אשכול האט שוין איבער 400 בלאט און אסאך שרייבן דא כאילו מהאט עס היינט געעפנט און ס'איז א נייע נושא - ס'גייט אויף די נערוון
איך האב שוין קלאר געשטעלט למען האמת אז איך דאווען ענדערש אין 53 ווי אין 52'נד און כ'צאל שכר לימוד פאר וועלץ נישט פאר שנעבאלג
כ'האף אז איר פארשטייט אז איך זוך נישט צו שטופן איצט קיין פארטייאישע וואגן
נאכדעם וואס בלומינגבורג האט געכאפט דעם קלאפ פון די רעגירונג אז די דעוועלאפערס וואס האבן עס ארגינעל געדארפט שטופן ביזן סוף האבן זיך בעל כרחם געמוזט ארויס ציען פונעם עסק,
איז עס אן קיינעם'ס שולד געבליבן הענגען אין די לופט,
און עס קומט אסאך קרעדיט פאר האדמו"ר וחסידיו וכת דלהון וואס האבן גענומען די פלייצע און די עול עס ווייטער צו טראגן און שלעפן די אומאויסגערעכנטע אומגעפלאנטע אונטערנעמעונג.
כ'גיי כלל נישט אריין צו סאיז לשמה צו שלא לשמה, פונקט ווי דו ווילסט נישט מ'זאל דיר אריין קריכן. ס'איז נישט צוגענומען פון קיינעם, ס'איז א זויבערע נייע זאך וואס מ'מוטשעט זיך שרעקליך דערמיט בשעת ס'וואלט נישט געדארפט זיין אזוי (ווייל די דעוועלאפארס וואלטן געדארפט העלפן דערמיט אבער זיי זענען ארויס געטריבן געווארן בשן ועין דורך די רעגירונג) און סקומט זיך קרעדיט און מ'דארף העלפן ווייל דאס איז בעקיפין א הילף פאר גאנץ יהדות ניו יארק, ובמישרין פאר די וואס געהערן צו די קהלה וואס באשטייט פון א ריזיגע ציבור אידן יראים ושלמים.
כ'האף אז מ'קען לאזן די תגובה, און אויך ענטפערן זויבער און צו די זאך!
זיידי בערעלע
אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן
נ.ב. פארוואס איך בין אזוי קעגן די רעגירונג און פאר די דעוועלאפערס וועל איך אפשר בל"נ מרחיב הדיבור זיין ביי אנדערע געלעגנהייט, אבער איך האב קלארע איבערצייגונג אז סאיז געווען אזוי ווי כ'שרייב וכגון דא אמרו חכמים הזהרו בדבריכם

זיידי דו ביסט אייזן, יש חכמה ויש זקנה, יש 52 ויש 53, יש וועלץ ויש שנעבאלג, יש לשמה ויש שלא לשמה, יש רעגירונג ויש דיוועלאפערס, ויש קרעדיד להאדמו''ר וחסידיו, ויש ציקער זיסע בערעלע.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ויש כאן ישר כח לגעריבענער סוחר
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער זיידע וויל פארשטיי איך שטעלן אין פלאץ די אידן וואס פרעגן דא די אלע אויסגעקנעטענע טראל שאלות.

@בענאק, ישר כח פארן ברענגן דעם לשון, זייער שטארקע דיבורים.
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

סאיז דערגרייכט געווארן די ציל פון א האלב מיליאן ?
(אינקלודינג איז מיין אנגעשטרענגטע הונדערטער)
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

גאר א געלונגענע קאמפיין ב"ה, זיך משתתף געווען מיט $100 היינט אין שוהל
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

מאתים האט געשריבן:סאיז דערגרייכט געווארן די ציל פון א האלב מיליאן ?
(אינקלודינג איז מיין אנגעשטרענגטע הונדערטער)

קודם א יישר כח פאר דיר און פאר אלע וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און זיך משתתף געווען ברוח נדיבה, כ'קען מעיד זיין אז דאס געלט איז אנגעקומען אויף א גוט פלאץ, זכות המצוה וועט אייך אלע זיכער באשטיין לטובה.

וועגן גרייכן די גאול, דאס האט נאך דערווייל נישט פאסירט, די צוויי טעג זונטאג און מאנטאג האט מען זיך שטארק פארלייגט אויף די גרויסע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, עס איז נאך דא אסאך קלענערע שולן און געגענטער ווי די עסקנים האבן נאכנישט עספיעט אנצוקומען, די קאמפיין גייט נאך אן מיטן גאנצן קראפט פאר די קומענדיגע פאר טעג בעז''ה.

אויב האט איר נאכנישט אנטייל גענומען אינעם גרויסן מגבית ביטע קליקט דעם לינק מנדב צו זיין דורכן קאמפיוטער אדער אויפן טעלעפאון.

http://bit.ly/2u0Hugr
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

דריידל האט געשריבן:וואס טיט זיך מיט הייזער, מ'בויעט יעצט עפעס דארט?


#אבא האיך מעשרין את המלח
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

IMG-20190312-WA0000.jpg
IMG-20190312-WA0000.jpg (112.85 KiB) געזען 1872 מאל
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

קאמפיין אין "קרית יטב לב" גופא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

אין שטעטל אליינס, לעבט אויך דער קאמפיין אויף אלע באקן
אלע ווענט אין די בתי מדרשים זענען באהאנגן מיט די פייערדיגע צעטלעך
0311191014.jpg
0311191014.jpg (343.48 KiB) געזען 6345 מאל

0311191009.jpg
0311191009.jpg (242.36 KiB) געזען 6345 מאל


די מקוה מאשין האט באקומען די אפציע פון "פקודת הקודש $100"
0312190930.jpg
0312190930.jpg (531.11 KiB) געזען 6345 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

צל עובר האט געשריבן:דער זיידע וויל פארשטיי איך שטעלן אין פלאץ די אידן וואס פרעגן דא די אלע אויסגעקנעטענע טראל שאלות.

@בענאק, ישר כח פארן ברענגן דעם לשון, זייער שטארקע דיבורים.


איך וויל פשוט מחזק זיין די זאך און געבן קרעדיט ווי קרעדיט איז DUE.

און איך האלט גראדע אז מען דארף נישט באלמוטשען אזוי שטארק די תושבים / נחשונים
די כל התחלות קשות און חבלי לידה איז גענוג א שווערע זאך.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

זיך משתתף געווען מיט 100$
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

עני אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?

ער מיינט מסתמא ווען די קריטיקירער פלאנען צוריקצוקומען...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

קע"ה כן ירבו
אטעטשמענטס
IMG_20190315_025004.jpg
IMG_20190315_025004.jpg (59.31 KiB) געזען 4488 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?

ער מיינט מסתמא ווען די קריטיקירער פלאנען צוריקצוקומען...

פשוט, האט מען מצליח געווען צו שאפן דאס געלט צו שטעלן די מוסדותאויף די פיס מהיום והלאה
אויך אויב מ'האט שוין פארמירט עפעס א מהלך ס'זאל זיין א דבר של קיימא וואס מ'האט געזאגט אז ס'גייט זיין
"און איך גלייב אז עס קען זיין אויב מ'וועט טון צו די זאך"
און כדי שלא להוציא הנייר חלק הייב איך אן מיט הצעות וואס כ'גלייב סאיז סייווי דא
אז מ'דארף אנהייבן צו שטעלן הכנסות פאר די מוסד, למשל א קנאקעדיגע האטעל קען זיין א זאך, אפילו א מצה בעקערי, וכו' וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

א מצה בעקערי זעה איך נישט וויאזוי סקען אריינברענגען געלט ווען סאיז דא אין קרית יואל, אבער א האטעל קען זיין א מאסיווע איידיע אז די מוסדות זאל האבן אפאר הייזער צו פארדינגען אויף וויקענדס א מאטעל סטייל.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?

ער מיינט מסתמא ווען די קריטיקירער פלאנען צוריקצוקומען...

ווען איך וואלט געהאט צייט וואלט איך אויסגעשמועסט די פארשידענע שאלות וואס מען האט נעכטען דא געפרעגט.
די גרעסטע פראבלעים און די אשכול איז אז עס איז דא פארשידענע ניקים וואס האלטן נישט אויס די סוקסעס חלק פונעם שטעטל און טאנצען דא אריין און פאטשקענען ארום. דערנאך מיז די הנהלה אראפנעמען אלעס אפילו תגובות וואס ווען זיי וואלטן געפרעגט געווארן נארמאל וואלט מען עס שיין אויסגעשמועסט.

די עולם דארף פארשטיין אז דאס איז א פאבלוק פארום וואס ווערט געליינט דורך צוקניפטיגע תושבים, אינוועסטירער, עסקנים, קהילה און נגידים. ארומפאטשקענען דא מיט אירעלליווענט שטיתים מאכט נאר פראבלעימען, אז האסט ווייטאג גיב עס אויס ערגעץ אנדערש און שטער נישט א שטעטל פון דיינע ברידער וואס בויעט זיך הערליך ברוך השם

א דאנק
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”