אידן זיינען נע ונד - העלפט זיי - נישט קיין געלט קאמפיין!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אידן זיינען נע ונד - העלפט זיי - נישט קיין געלט קאמפיין!

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 4:33 pm

געלויבט האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:ברוך דיין האמת: תושבי בית שמש ובפרט תושבי הקריה החרדית נחלה ומנוחה המומים ואבלים על פטירתו הפתאומית של הרב הצדיק רבי יצחק אייזיק כהנא זצ"ל, רב בית כנסת ושטיבלא'ך חסידים בנחלה ומנוחה ברחוב הרב מבריסק והוא בן 55 בפטירתו.

אתמול (רביעי) בשעות הצהריים עבר דום לב ברחובה של עיר. כוחות ההצלה ביצעו בו פעולות החייאה ממושכות והוא פונה לבית החולים 'הדסה עין כרם' בירושלים, שם נפטר למגינת לב.

הרב כהנא זצ"ל נולד בירושלים בכ"ד אב תשכ"ג לאביו האדמו"ר הרה"צ רבי אלתר אליעזר כהנא זצ"ל מזידיטשוב ירושלים, ולאמו מרת חיה טויבא ע"ה נכדו של האדמו"ר רבי יוסף מאיר מספינקא זצ"ל.

בהגיעו לפרקו נישא לרעייתו, בתו של הגאון רבי יוסף משה סופר, מזקני התושבים בבתי אונגרין בירושלים ומוציא לאור ספרי "מרא דארעא דישראל' מהגרי"ח זוננפלד זצ"ל. המנוח היה ממקימי הישוב הישן בבית שמש והנהיג את בית מדרשו ברחוב הרב מבריסק בבית שמש.

אחיו, האדמו"ר רבי צבי הירש כהנא מזידיטשוב ספינקא זצ"ל, נפטר בט"ו בשבט תשע"ה בגיל 53.

הותיר אחריו דור ישרים .

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

בד"ה איך האב אים פינק פארברענגט מיט אים פאר 2 וואכן צירוק, ער איז דא געווען דאהי נאך געלט, א עכטער טיייערע איד, אבל אשמים אנחנו על אחינו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו, איך וואלט אים געדארפט מער העלפן תנצב"ה


מ'קען קיינעם נישט באשולדיגן, און ס'איז זיכער אז אל'ס איז פון אויבן זאל מער נישט פארקומען,
אבער פריער האב איך גערעדט מיט א נאנטער קרוב משפחה, האט ער מיר געזאגט אז דער נפטר האט זיך לעצטנ'ס אנגערופן אז ער האלט ממש נישט אויס, און אז נאכן וויילן וואכן אין דער פרעמד קומט ער צוריק מיט ליידיגע הענט,
והחי יתן אל לבו צו העלפן מיט וואס מ'קען, והמברכו מתברך בי"א דברים, לפחות געבן א גוט ווארט אויב מ'קען נישט עפעס אנדערש אז די אידן וואס קומען נאך געלט זאלן זיך נישט פילן אזוי צוקלאפט,
ויה"ר שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו אמן.


כ'האב עס שוין געשריבן ביי ר' מרדכי טורעץ זצ"ל און כ'גיי עס דא איבערשרייבן,
אפשר קען מען עס לייגן אין א עקסטערע אשכול והי' זה שכרי

איך פרוביר אמאל אמאל צו כאפן א שמועס מיט די ארץ ישראל געסט ווען זיי רוען זיך אפ נאך די ארבעט דא אין בית חי' ווען זיי נעמען א קאווע מיט א ספר צו די זייט.

עס דרייען זיך ארום אונז כסדר אין בארא פארק וויליאמסבורג און אין קרית יואל לעבעדיגע ספרי תורה, תלמידי חכמים מובהקים מענטשן וואס זענען בקיאים בש"ס ופוסקים מורי הוראה בעלי חסד מרביצי תורה ועוד וואס וואוינען בארץ הקודש במצור ובמצוק און לעבן אויף לחם צר ומים לחץ עוסקים בתורה מתוך הדחק אסאך זענען עסקנים וואס פאלן אריין אין חובות צוליב זייערע פעולות פאר אנדערע.

זיי קומען אהער בארץ לא ידוע להם ולאבותם וואלגערן זיך ארום כדומן על פני השדה, נישט וואוסענדיג וואו זיי גייען עסן וואו זיי גייען שלאפן, די קינדער רופן יעדע פאר שעה טאטי ווען קומסטו שוין אהיים, און די בעלי חובות קלינגען צו די רביצין נא, ר' יעקל איז שוין אהיים געקומען, ער זאל מיך רופן תיכף ווען ער קומט אן ער האט ביי מיר א טשעק פון צוויי טויזענט שקל. זי רופט אים שנעל איבערגעבן אזעלכע מעסידזשעס איינס נאכן צווייטן, ווען אינמיטן הערט ער איינס נאכן צווייטן מיין טאטע איז נישט אינדערהיים, אדער קלינגט ער ביי א טיר וואס איז לוסטיג לעבעדיג אינעווייניג און מ'זעט אויף די סקרין א ארץ ישראל'דיגער שנארער און מ'מאכט זיך גארנישט וויסענדיג פון אים ער שטייט אינדרויסן און ציטערט פון קעלט פיבערט פון בושה ער ווייסט נישט צו די בעל איז צובראכן צו מ'לאכט אינעווייניג וואו ער קלאפט און קלינגט נאכאמאל און נאכאמאל.

דער צער ובושה איז אין לשער ואין לתאר, מאכט מען נאך געלט איז נאך הכל ריוח אבער ווען דאס גייט אויך נישט, איז דער צער איום ונורא - און ס'איז אין פאקט "פיקוח נפש ממש"
במילא, אויב קענט איר געבן פאר די אידן גיבט זיי בעין יפה מיט א גוט ווארט צו די זייט, מאכט זיי נישט פילן אומבאקוועם, זיי זענען באמת נישט שולדיג אז דיין שותף/ארבעטער/קאסוטומער/סופלייער האט נעכטן געבלאזן.

אויב קענסטו נישט געבן יעצט א געהעריגע סכום, געב זיי א גוט ווארט, ווייז זיי אז דו פארשטייסט זיי זענען מענטשן מיט א געפיל, זאג הלואי קען איך געבן/געבן מער, איגנאריר זיי נישט, און אודאי און אודאי זיי חלילה נישט מבזה אזא איד. אויב קעסטו צושטעלן עסן שלאפן פרעג זיי וואו עסט איר, איר האט וואו צו שלאפן, מ'קען ראטעווען נפשות מיט א ווארט, מיט א מייכל, און אודאי אויב מ'קען מיט אפאר דאלער דערצו בסבר פנים יפות .

והבן כי קצרתי
בערעלע
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום דינסטאג מארטש 19, 2019 11:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 4:47 pm

געלויבט האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:ברוך דיין האמת: תושבי בית שמש ובפרט תושבי הקריה החרדית נחלה ומנוחה המומים ואבלים על פטירתו הפתאומית של הרב הצדיק רבי יצחק אייזיק כהנא זצ"ל, רב בית כנסת ושטיבלא'ך חסידים בנחלה ומנוחה ברחוב הרב מבריסק והוא בן 55 בפטירתו.

אתמול (רביעי) בשעות הצהריים עבר דום לב ברחובה של עיר. כוחות ההצלה ביצעו בו פעולות החייאה ממושכות והוא פונה לבית החולים 'הדסה עין כרם' בירושלים, שם נפטר למגינת לב.

הרב כהנא זצ"ל נולד בירושלים בכ"ד אב תשכ"ג לאביו האדמו"ר הרה"צ רבי אלתר אליעזר כהנא זצ"ל מזידיטשוב ירושלים, ולאמו מרת חיה טויבא ע"ה נכדו של האדמו"ר רבי יוסף מאיר מספינקא זצ"ל.

בהגיעו לפרקו נישא לרעייתו, בתו של הגאון רבי יוסף משה סופר, מזקני התושבים בבתי אונגרין בירושלים ומוציא לאור ספרי "מרא דארעא דישראל' מהגרי"ח זוננפלד זצ"ל. המנוח היה ממקימי הישוב הישן בבית שמש והנהיג את בית מדרשו ברחוב הרב מבריסק בבית שמש.

אחיו, האדמו"ר רבי צבי הירש כהנא מזידיטשוב ספינקא זצ"ל, נפטר בט"ו בשבט תשע"ה בגיל 53.

הותיר אחריו דור ישרים .

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

בד"ה איך האב אים פינק פארברענגט מיט אים פאר 2 וואכן צירוק, ער איז דא געווען דאהי נאך געלט, א עכטער טיייערע איד, אבל אשמים אנחנו על אחינו אשר ראינו צרת נפשו בהתחננו אלינו ולא שמענו, איך וואלט אים געדארפט מער העלפן תנצב"ה


מ'קען קיינעם נישט באשולדיגן, און ס'איז זיכער אז אל'ס איז פון אויבן זאל מער נישט פארקומען,
אבער פריער האב איך גערעדט מיט א נאנטער קרוב משפחה, האט ער מיר געזאגט אז דער נפטר האט זיך לעצטנ'ס אנגערופן אז ער האלט ממש נישט אויס, און אז נאכן וויילן וואכן אין דער פרעמד קומט ער צוריק מיט ליידיגע הענט,
והחי יתן אל לבו צו העלפן מיט וואס מ'קען, והמברכו מתברך בי"א דברים, לפחות געבן א גוט ווארט אויב מ'קען נישט עפעס אנדערש אז די אידן וואס קומען נאך געלט זאלן זיך נישט פילן אזוי צוקלאפט,
ויה"ר שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו אמן.


דאס דארף א באזונדערע אשכול, אבער עס דארף טאקע א תיקון גדול, עס רייסט ביים הארץ אסאך מאל צוצוזעהן די צער פון אידן, וואס אין זייער היימשטאט קענען זיי זיין מכובד'דיגע מענטשן, און דא דרייען זיי זיך ארום מיט בזיונות און קיינער קוקט זיי נישט אהן. אמת אז מענטשן קענען נישט אלץ געבן פאר יעדן, אבער אזוי ווי איר שרייבט דארף מען זיכער מאיר פנים זיין, און ווי עס שטייט אין 'שלחן ערוך' אז אויב מ'קען נישט געבן, דארף מען ארויסווייזן דאס צער אז מ'וואלט געוואלט גיבן.
הוי מחשב...

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:07 pm

א געוואלדיגע שטארקע פונקט און נקודה למחשבה. א דאנק פאר'ן מעורר זיין.

איך וואלט געראטן צו טוישן דעם קעפל צו עפעס אנדערש, ווייל עס קוקט אויס ווי נאך א געלט אקציע, און קען ווערן - ווי מ'זאגט דורך געבלעטערט אן אריינקוקן פון וואס מ'רעדט דא.

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:32 pm

מחשב האט געשריבן:
געלויבט האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:
בר חכים האט געשריבן:


דאס דארף א באזונדערע אשכול, אבער עס דארף טאקע א תיקון גדול, עס רייסט ביים הארץ אסאך מאל צוצוזעהן די צער פון אידן, וואס אין זייער היימשטאט קענען זיי זיין מכובד'דיגע מענטשן, און דא דרייען זיי זיך ארום מיט בזיונות און קיינער קוקט זיי נישט אהן. אמת אז מענטשן קענען נישט אלץ געבן פאר יעדן, אבער אזוי ווי איר שרייבט דארף מען זיכער מאיר פנים זיין, און ווי עס שטייט אין 'שלחן ערוך' אז אויב מ'קען נישט געבן, דארף מען ארויסווייזן דאס צער אז מ'וואלט געוואלט גיבן.

איך האב זיך איינגעפירט אז ווען א אר"י קומט נאך געלט, בשעת'ן געבן די דאלער וואס ער באקומט וואונטש איך אים צו 'הצלחה רבא' אדער אויב גייט ער פאר הכנסת כלה קען אין אויך צולייגן 'בשעה טובה ומוצלחת', און מען הערט געווענליך מיט וואספארא ווארעמקייט זיי ענטפערן 'אמן', דאס גיבט זיי אסאך חיזוק.
ווען מען גיבט נישט מער ווי איין דאלער איז נישט יושר זיי אויפצוהאלטן לענגער אבער 'והמפייסו מתברך בי"א ברכות' האט מען מיט דעם אויך יוצא געווען.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:35 pm

עפעס ליגט מיר אין קאפ א שנירל איבער דעם ענין ערגעץ דאהי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:35 pm

פון א אשכול דומה לזה א געוואלדיגע ארטיקל על האי שופרא דבלי בארעא
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:47 pm

פון די אנדערע זייט דארף מען ארויסהייבן די צדיקים נסתרים וואס זיי זענען מכניס אורח די אלע אידן אן קיינעמס וויסן, נישט פאר כבוד און אודאי נישט פאר באקוועמליכקייט.

איך האב א קרוב משפחה וואס איז א ריזיגער בעל מכניס אורח, א גאנץ יאר שטייט מען איין ביי אים, אריינגערעכנט זוממער ווען ער איז אין קאנטרי! און ער האט אזוי מחנך געווען זיינע קינדער, האט מיר אמאל געזאגט זיינס א קינד: ביי מיין טאטן איז דאס איינציגסטע פלאץ וואו כ'האב געזעהן אז די משולחים זענען נארמאלע מענטשן!!

אידישע קינדער, קוקט אריין וואס שטייט אין שלחן ערוך יו"ד סי' רמ"ט:
Capture.PNG
Capture.PNG (36.66 KiB) געזעהן 2003 מאל

דאס איז א חיוב, נישט קיין מדת חסידות.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:55 pm

אמרו עליו על נחום איש גם זו שהיה סומא משתי עיניו גדם משתי ידיו קיטע משתי רגליו וכל גופו מלא שחין והיה מוטל בבית רעוע ורגלי מטתו מונחין בספלין של מים כדי שלא יעלו עליו נמלים.
פעם אחת בקשו תלמידיו לפנות מטתו ואחר כך לפנות את הכלים. אמר להם בניי פנו את הכלים ואחר כך פנו את מטתי, שמובטח לכם שכל זמן שאני בבית אין הבית נופל. פינו את הכלים ואחר כך פנו את מטתו ונפל הבית.
אמרו לו תלמידיו, רבי, וכי מאחר שצדיק גמור אתה, למה עלתה לך כך. אמר להם, בניי אני גרמתי לעצמי. שפעם אחת הייתי מהלך בדרך לבית חמי והיה עמי משוי שלשה חמורים אחד של מאכל ואחד של משתה ואחד של מיני מגדים, בא עני אחד ועמד לי בדרך, ואמר לי, רבי פרנסני, אמרתי לו, המתן עד שאפרוק מן החמור. לא הספקתי לפרוק מן החמור עד שיצתה נשמתו. הלכתי ונפלתי על פניו ואמרתי, עיני שלא חסו על עיניך יסומו, ידיי שלא חסו על ידיך יתגדמו, רגלי שלא חסו על רגליך יתקטעו, ולא נתקררה דעתי עד שאמרתי כל גופי יהא מלא שחין.
אמרו לו, אוי לנו שראינוך בכך, אמר להם, אוי לי אם לא ראיתוני בכך

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 6:02 pm

שכח, פארן ריקן דעם אשכול אפשר קען מען טאקע טוישן דעם קעפל צו ווערטער וואס קוקן נישט אויס ווי א שנאר אקציע אדער צושרייבן צום קעפ - נישט קיין געלט אקציע-
צו שפיגליצקי'ס פוינט.
אמת, ס'איז א הלכה, כהאב נאר געוואלט ארויסברענגען אז סיאז נישט נאר אין צדקה נאר אויך אין פיקוח נפשות!
אגב, דער לינק איז אויך געוואלדיג, הלואי קען מען עס שמעלצן אהער,
דיסקלעימער, כ'קען נישט בערעלע קבצן (זוי מיין איך) אבער ער האט מיין פולע רעספעקט, גוט געשריבן און כ'בין מסכים מיט יעדעס ווארט וואסער שרייבט נורא נוראות, און דאס ווארט וואס יוםטוב ערליך ברענגט דארט פון ר' חנא קאלאשיצער שרעקט מיך אביסל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 6:10 pm

נא_שכל האט געשריבן:פון א אשכול דומה לזה א געוואלדיגע ארטיקל על האי שופרא דבלי בארעא

איך שעים מיר צו זאגן האבער כהאב פשוט געוויינט ביים ליינען דאס
כהאב אמאל מיטגעהאלטן און א שוהל און קרית יואל בשעת סהאט זיך געטוהן ארום די שטח און בית שמש פון גלובוניץ ווי איינער האט באוואשן ברבים א חשובן משולח פון ארץ ישראל ווייל יענער באלאנגט צו א קהלה וואס האלט נישט פונקט ווי אים און ממש קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר אים

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 6:12 pm

אויב איינער קען ברענגען פאזיטיווע משלים, בעסער אן נעמען, וויאזוי מען איז מחי' זעלכע אידן יבא על שכרו
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 6:17 pm

lebediger berel האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:פון א אשכול דומה לזה א געוואלדיגע ארטיקל על האי שופרא דבלי בארעא

איך שעים מיר צו זאגן האבער כהאב פשוט געוויינט ביים ליינען דאס
כהאב אמאל מיטגעהאלטן און א שוהל און קרית יואל בשעת סהאט זיך געטוהן ארום די שטח און בית שמש פון גלובוניץ ווי איינער האט באוואשן ברבים א חשובן משולח פון ארץ ישראל ווייל יענער באלאנגט צו א קהלה וואס האלט נישט פונקט ווי אים און ממש קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר אים

רבי דברים איך מיין איר פארקריכט, לאמיר האלטן דעם אשכול זויבער שבזויבער און מעקט אייער תגובה איך גיי מעקן מיינס אין צוויי מינוט

איך גיי נישט מעקן ווייל סאיז אויך פיקוח נפש דער איד איז געשטאנען דארט בלאס ווי די וואנט בשעת יענער האט געשריגן און דער עולם האט זיך פיין אינטערגעשמייכלט פון יענעמס בלוט

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג מארטש 08, 2019 12:19 am

געפעלט מיר


ביי אונז אין בית מדרש איז דא א חשבון פון 20 - געלט גייערס פער טאג. חוץ די וואס קומען ביי די טיר און ביי מנחה מעריב.

סאו דער עולם איז ברוגז הלמאי מען געט נישט א צוואנציגער פאר יעדעם. חוץ די מוסדות עטה״ק און פאר די היזיגע קהילות און מוסדות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג מארטש 08, 2019 12:23 am

איך זע אין בית מדרש טעגליך ווי עס גייט בלי שום גוזמא אלפים פאר צדקה. פשוט פאר יחידים.

איך זאג נישט. די טעם פון זיצן אין אפיס און שרייבן איך וויל נישט מקטרג זיין אבער דער עולם דארף געבן געלט איז זייער געשמאק. אבער עס איז א קלות ראש און א העזה מוציא לעז זיין אויף כלל ישראל בפרט ביי צדקה וואס תלי״ת איז אויף א שיינע דרגה בזמן הזה

די פראבלעם אז עס איז דא ליידער אסאך נצרכים. און די ארץ ישראל אידן וואלטן געוואלט מאכן נאך, איז טאקע א פראבלעם
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג מארטש 08, 2019 12:35 am

@שאינו יודע מ'רעדט סך הכל ווי אזוי, נישט דוקא וויפיל, און גיט זייזשע מוחל א ליין איבער דעם אויבנגעברענגטן לינק, צו פארשטיין בעסער....
. . . . . . .

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג מארטש 08, 2019 1:08 am

קיינער פארלאנגט נישט קיין צוואנציגער
סך הכל בעט מען א שמייכל

איך גיב פאר יעדן נצרך איך שוהל א קוואדער מיט א שמייכל און א ברכה. זיי שמייכלען צו מיר צוריק מער ווי צו א פינעווער
אינדערהיים געבעך א דאלער מיט א ווארימע ברכה. קודם רוף איך אים אריין ער זאל נישט שטיין אינדערויסן אין די היץ אדער קעלט. כ'פרעג צי כ'קען אים מכבד זיין מיט א טרינק אדער טעימה און צו ער וויל גיין וואו דער פרעזידענט טוויט. רוב זאגן אפ אבער שיינען ממש אויף.

איר דארפט הערן די ברכות וואס זיי געבן מיר
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » פרייטאג מארטש 08, 2019 2:43 am

הענדימען האט געשריבן:קיינער פארלאנגט נישט קיין צוואנציגער
סך הכל בעט מען א שמייכל

איך גיב פאר יעדן נצרך איך שוהל א קוואדער מיט א שמייכל און א ברכה. זיי שמייכלען צו מיר צוריק מער ווי צו א פינעווער
אינדערהיים געבעך א דאלער מיט א ווארימע ברכה. קודם רוף איך אים אריין ער זאל נישט שטיין אינדערויסן אין די היץ אדער קעלט. כ'פרעג צי כ'קען אים מכבד זיין מיט א טרינק אדער טעימה און צו ער וויל גיין וואו דער פרעזידענט טוויט. רוב זאגן אפ אבער שיינען ממש אויף.

איר דארפט הערן די ברכות וואס זיי געבן מיר

ממכם יראו וכן יעשו

געלויבט
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

תגובהדורך געלויבט » פרייטאג מארטש 08, 2019 5:15 am

באמת איז דאס טאקע די נושא, קומט א איד פון ארה"ק א מיטליעריגער און ארויף, קלעטערט ארום פון שטוב צו שטוב, אדער אין די בתי מדרשים, לפחות זאל מען איהם געבן די געפיהל אז מ'איז מיט איהם, און מ'וויל ארויסהעלפן, די מוט וואס ער באקומט וועט איהם דאך העלפן אז ער זאל קענען ממשיך זיין,
ויה"ר שלא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה.

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

על האי שופרא דבלי בארעא

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג מארטש 08, 2019 6:34 am

בס"ד
קודם שלו' עליכם אלע מיינע ידידים אויף איי וועלט, ובפרט די בעלי בתים פון איי וועלט, איך מוז זאגען אז איך בין זייער נהנה פון איי וועלט ובפרט פון די פילע שיינע מאמרים און מראה מקומות, אינטרעסאנט צו זעהן וויא אידען ת"ח ברענגען צאם פון כל מיני ספרים אזויפיל שיינע ענינים און פסקים,
קודם וויל איך זאגען פאר דעם שאינו יודע לשאול אזוי און לייג גוט צו קאפ,
אמת אז אידען זענען הייליג און געבען - בעסער געזאגט "ווארפען" ריזיגע געלטער פאר צדקה, אבער געדענק איין זאך, הלכה איז אן הלכה, און אויב די הלכה זאגט אז מען מוז געבען חאטש א קלייניקייט פאר יעדען און אויב מען האט נישט מוז מען מפייס זיין, און די תוה"ק זאגט נתן תתן לו אפי' מאה פעמים איז דאך נישט שייך צו זאגען אנדערש, ריכטיג?
יעצט זאג מיר דעם אמת, דו האסט שוין געפילט דעם טעם פון גיין נאך געלט פאר זיך? איך האף אז נישט, אבער אני הקטן האב יא געפילט דעם טעם און איך פיל עס נאך היינט, עס איז איום ונורא וויאזוי געוויסע מענטשען - און ליידער מער וויא א מיעוטא דמיעוטא - פירען זיך אויף צו די אידען, ואכמ"ל.
לאמיך דיר דערציילען א מעשה שהיה די וואך, עס קומט אריין צו מיר א איד - די גאנצע גלות ליגט אויף זיין פנים - און וויינט זיך אויס פאר מיר, נא, די ערשטע זאך געב איך אים א גלאז טרינקען און בעט דעם באשעפער געב מיר די ריכטיגע ווערטער אין מויל, איך זאג אים אז איך וויל אזוי שטארק העלפען אבער איך בין דאך אן עני ואביון א בעל חוב, עכ"ז וועל איך געבען יותר מכפי יכולתי, און איך האב אים געגעבעם 50 $, ער האט זיך אזוי באדאנקט און געגעבען ברכות, ביים ארויסגיין זאגט ער מיר בזה"ל "הלוואי טרעף איך נאך אזוינע אידען וויא דו" פרעג איך אים "וואס האב איך שוין געגעבען" זאגט ער מיר "עס איז נישט די נתינה עס איז די אויפנאמע", איר פארשטייט,
באמת קען מען נישט פארלאנגען פון מענשען זאלען טאן וואס א צווייטער טוט, אבער א גוט ווארט "יישר כח פאר'ן מזכה זיין" קען און מוז יעדער זאגען, און אויב געט מען א קלייניקייט זאל מען זאגען "הלוואי איך קען געבען מיר, איך בעט דיך נעם אן מיין מנחת עני, איך וויל האבען די זכות המצוה" וכדו',
לאמיר גיין א טריט ווייטער, דער אמת איז אז מיט התמדה קומט מען אן, אויב מען גייט און גייט מיט פלייסיקייט - איך מיין נישט צו זאגען ארום לויפען פארסאפעטערהייט - פשוט גיין יעדען טאג צו א צווייטען ביהמ"ד, גיין צו טירען - מיט א רואיקייט- סוכ"ס זאמעלט זיך אן א סכום הגון, נאר וואס דען מען דארף דעם מוט דערצו, איז ווען מען גייט נאך געלט - ובפרט די איידעלע ביישנים - אויב מען געט זיי חיזוק און מען הייבט זייער מוט, קענען זיי ממשיך זיין, וועלען זיי שוין אנקומען צו א סכום, אבער אויב מען צוקלאפט זיי איז אוי ואבוי,
יעצט ווידער וועגען די וועלכע מוטשען צופיל, דאס איז אונזער נסיון, מען ברויך זיך אויסלערנען און זאגען איינמאל און נאך אמאל ר' איד איך האב אייך ליעב אבער איך קען אייך נישט צוליעב טון,
א איד זאגט מיר די וואך אז בזכות פון געבען א סכום וועט ער מיר געבען א ברכה אזאנס און אזעלכעס, זאג איך אים געגאנגען, איך געב דיר א טשעק פון 1000 $ און געב מיר א ברכה אז עס זאל אריבער גיין, און איך האב עס געזאגט אויף א שיינעם אופן, נישט סארקאשטיש,
הכלל עס איז דא אסאך צו זאגען און צו שרייבען, העיקר הוא, אז מען זאל אייביג וויסען אז וויפיל מיר טוען וויל דער רבוש"ע נאך מער, והא ראי' אז זיי קומען צו אונז, און דער זוה"ק זאגט דאך אז עס איז א מתנה,
זאגט מיר, א געשעפטס מאן רעדט זיך אפ אז ער האט צופיל קאסטומערס? הא? ניין, אדרבה יעדען קונה שעצט מען, אפילו שווערע, כל זמן זיי קויפען און צאלען - קוקט מען ארויס אז זיי זאלען קומען נאך אמאל און נאך אמאל, נא- זאגען דאך חז"ל "יותר ממה שבעה"ב עושה עם העני העני עושה עם בעל הבית" זאל דער רבוש"ע העלפען עס זאל זיין ששון ושמחה פאר אלע יודען, ובלע העניות לנצח,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג מארטש 08, 2019 9:58 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:@שאינו יודע מ'רעדט סך הכל ווי אזוי, נישט דוקא וויפיל, און גיט זייזשע מוחל א ליין איבער דעם אויבנגעברענגטן לינק, צו פארשטיין בעסער....


קוק די תגובות. אינעם ערשטען תגובה. מען רעדט פון מאכן ווייניג געלט וכו׳
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג מארטש 08, 2019 12:12 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:@שאינו יודע מ'רעדט סך הכל ווי אזוי, נישט דוקא וויפיל, און גיט זייזשע מוחל א ליין איבער דעם אויבנגעברענגטן לינק, צו פארשטיין בעסער....


קוק די תגובות. אינעם ערשטען תגובה. מען רעדט פון מאכן ווייניג געלט וכו׳

ווען ער באקומט כאטש די געפיל, אז ער איז מקובל בינינו, און 'מותר לבוא בקהל', וואלט ער דאס מן הסתם בעסער אויסגעהאלטן, אבער אז דאס עצם זאך ווען א בן א"י קומט אריין אין ביהמ"ד, באקומט ער די שפיזיגע בליקן (טאקע נאר פון א מועט דמיעוטא אבער מיעוט הניכר ליידער, ווייל איין אזא קען שעכטן דעם מענטש, מער וויפיל א גאנצע ביהמ"ד קען אים הייבן) קוק דער קוזק הנגזל איז שוין דא, דער יזרעלי שנארער, זאל ער גיין ארבעטן, וואס מיינט ער מיין אויסגעהארעוועטע דאלער דארף איך אים געבן, און מ'קוקט אים נאך, ווי צו זאגן, טראג דיך אפ וואס פריער פון דא, איז אויב לעזט ער א שיין מטבע אין דעם ביהמ"ד, וועט דאס נאך מיטגיין (מיט גרויס שוועריגקייט אבער שוין), אבער אויב מאכט ער קיין געלט אויך נישט, דעמאלט'ס קען דאס גורם זיין, ער זאל צוריק גיין אין אכסניה, און אויספלאצן אין א ביטערן געוויין, צו אריין פאלן אין יאוש חלילה.
און פארגעס נישט, אסאך פון די וואס גייען נאך געלט (איך קען אסאך פון זיי) זענען אינדערהיים אנשים מכובדים, וואס פירן די קופקע אין ביהמ"ד, אדער דער ת"ח וואס יעדער קומט פרעגן שבת ווי אזוי מ'קען צולייגן וואסער צו די טשולענט, אידן מיט צוויי רעכטע הענט, נאר דאס געהאלט דעקט נישט חתונה צו מאכן, אדער צרכי רפואה, און ער מוז זיך ווענדן נאך געלט, אין א"י איז ער שוין געגאנגען, און די בושה איז אים צו גרויס, ווייל ער איז א איש מכובד, טוט ער ווי די הלכה, ילבש שחורים ויתעטף שחורים וילך למקום שאין מכירים אותו, אבער פון דארט ביז דער זלזול וואס מ'באקומט אמאל, קען ליידער אוועק לייגן א מענטש אויף אייביג.
כשמ"ו כן הוא

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

על האי שופרא דבלי בארעא

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מוצ"ש מארטש 09, 2019 9:02 pm

בס"ד
מיר געפינען ביי די פרשה פון עגלה ערופה א מוראדיגע זאך און עס איז כדאי זיך מתבונן זיין דערין, די פסוק זאגט אז בי"ד ברויך אהין גיין און זאגען ידינן לא שפכו את הדם הזה, פרעגט די גמרא "וכי תעלה על דעתך וכו' אז בי"ד האט אים געהארגעט? נאר וואס דען לא פטרנוהו בלא לוי', קומט אויס אז אלמלא ווען בי"ד זעהט דעם איד גיין אויפ'ן וועג און מען באגלייט אים נישט, איז רח"ל ידם שפכו את הדם הזה, זיי זענען חלילה א בחינה פון רוצחים רח"ל, ושמעתי פירושו אז ווען מען באגלייט אים וועין וואלט ער נישט געוועהן צוקלאפט און ער וואלט זיך מתגבר געוועהן אויפ'ן רוצח, יהי' איך שיהי' אויב קוקט מען זיך נישט אום אויף צובראכענע אידען איז אוי ואבוי, דאס אז מען טיילט און טיילט בארעכטיגט נישט צוצוקלאפען איין איד, א דאקטער וואס היילט מאסען מענטשען נאר איין איינציגען הארגעט ער איז ער א רוצח סיי בדיני אדם סיי בדיני שמים,
און איך זאג נאך אמאל אויב מען געט חיזוק מאכט מען געלט, ווייל אויב מען גייט מיט התמדה קומט מען אן, און אויב מען האט מוט און חשק גייט מען, אויב אבער איז מען צוקלאפט קען מען נישט גיין,
אז איך האב שוין רשות הכתיבה וועל איך שרייבען וועגען נאך א וויכטיגע נקודה,
עס גיסט זיך היינט געלט אין די גאסען, ליינט די בלעטער יעדע וואך וועט מען זעהן וויא די מיליונען וואלגערען זיך אין די גאסען, יעצט בעט איך אייך א טובה, איר באגעגענט זיך יעדען טאג מיט צובראכענע קראנקע אידען ליידער, נעמט זיי אין א זייט און פרעגט זיי אויס, וואס וועט מען הערען, פונקט דאס פארקערטע, איז וואס גייט פאר, נאר דער תירוץ איז עבדים היינו לפרעה, פאר כבוד איז מען גרייט צו געבען און געבען אבער סתם פאר א מצוה נישט, ווסט איר וואס די הלכה מפורשת זאגט? יו"ד סימן רמ"ט סעיף י"ג הגה: וְעַל כָּל פָּנִים לֹא יִתְפָּאֵר הָאָדָם בַּצְּדָקָה שֶׁנּוֹתֵן. וְאִם מִתְפָּאֵר, לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מְקַבֵּל שָׂכָר, אֶלָּא אֲפִלּוּ מַעֲנִישִׁין אוֹתוֹ עָלֶיהָ (סְמַ''ג מְבִיאוֹ בֵּית יוֹסֵף סי' רמ''ז) . וּמִכָּל מָקוֹם מִי שֶׁמַּקְדִּישׁ דָּבָר לִצְדָקָה, מֻתָּר לוֹ שֶׁיִּכְתֹּב שְׁמוֹ עָלָיו שֶׁיְּהֵא לוֹ לְזִכָּרוֹן, (ט) וְרָאוּי לַעֲשׂוֹת כֵּן (תְּשׁוּבַת רַשְׁבָּ''א סִימָן תקפ''א) .
איי וועט איר פרעגען "מפרסמין עושי מצוה" טאקע דער רשב"א וואס דער רמ"א ברענגט, נאר דער פשט איז אפאר זאכען, ראשית ממנו ילמדו וכן יעשו, שנית אז מען זאל אים בענטשען, ועוד, איי וועסטו פרעגען וויאזוי ווייס איך אויב ער געט לשם כבוד אדער לשם מצוה, זייער פשוט, קוק וויאזוי ער נעמט אויף א צובראכענעם איד, (אין כוונתי אז ער זאל געבען אין די וועלט אריין, כוונתי צו ער איז מחשיב א צובראכענעם איד, צו איז ער אים מחזק, אדער חלילה פארקערט)
ווידער ארוים די אלע נארישע מאמרים וואס דער עולם טראגט זיך ארום דערמיט, אז נאך א מזל עשירים האבען ליעב כבוד, אדער אז נישט די עשירים ווער וועט אויסהאלטען דעם באשעפער כביכול, המשך יבא בע"ה
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

משבצת
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 8:45 am

תגובהדורך משבצת » מוצ"ש מארטש 09, 2019 10:30 pm

lebediger berel האט געשריבן:אויב איינער קען ברענגען פאזיטיווע משלים, בעסער אן נעמען, וויאזוי מען איז מחי' זעלכע אידן יבא על שכרו

ר' בערל.
איך גיי דיר פארציילן א געשיכטע וואס א אינגערמאן האט געטוהן דעם פרייטאג, זייענדיג אונטערן רושם פון דיין מאמר איבער די אידן וואס זענען נע ונד.
זאלסט וויסן אז דו האסט א חלק דערין.
דער אינגערמאן האט געדאווענט אין שוהל פרייטאג, אין זיינע אויגן זענען געפאלן אויף אן ארץ ישראל איד וואס איז געגאנגען נאך געלט. ער האט אים געגעבן א דאללער. אבער אים אביסל באטראכט האט ער באמערקט אז דער אידס שיך איז אין א שרעקליכע מצב. נאכן דאווענען איז ער צו געגאנגען צום איד און געפרעגט צו ער וויל קומען קויפן נייע שיך. תיכף ומיד האט ער גענומען דעם איד אין שוך געשעפט אין געקויפט נייע שיך פאר אים און באצאלט.
אלעס צוליב דיין מאמר.
שכרך הרבה מאוד

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מארטש 10, 2019 12:43 am

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:אויב מען האט נישט מוז מען מפייס זיין,

ביטע ברענג א מראה מקום. איך קען עס נוצן

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן: די תוה"ק זאגט נתן תתן לו אפי' מאה פעמים

אויך א לאו פון לא תקפוץ את ידך מאחיך האביון

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:עצט זאג מיר דעם אמת, דו האסט שוין געפילט דעם טעם פון גיין נאך געלט פאר זיך?

לאו דוקא פאר זיך

איך פלעג גיין גאר אסאך נאך געלט פאר כל מיני צוועקן. קען זיין פאר דעם בינעך אזוי סענסיטיוו פאר די געלט גייער


טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:דער אמת איז אז מיט התמדה קומט מען אן, אויב מען גייט און גייט מיט פלייסיקייט - איך מיין נישט צו זאגען ארום לויפען פארסאפעטערהייט - פשוט גיין יעדען טאג צו א צווייטען ביהמ"ד, גיין צו טירען - מיט א רואיקייט- סוכ"ס זאמעלט זיך אן א סכום הגון

נישט אלעמאל

די וועג וויאזוי ס'ארבעט (אין רוב פעלער) מ'גייט ארום און קלויבט מטבעות & סינגעלס און די מוט רינט ארויס. איך האב אפאר מאל נאכגעקוקט, מ'מאכט זייער ווייניג. נאר דא דארט מאכצעך א שיינע נדבה און פילט אן דעם חלל

יעצט טאמער די שיינע נדבות קומען נישט אן, מחמת איזה סיבה. קען זיך צומאל די נסיעה נישט האבן אויסגעצאלט. מ'הערט כסדר מעשיות פון השגחה פרטית וויאזוי אידן האבן שוין געהאלטן ביים אהיימפארן און האבן נישט געהאט אויף שפעזן. די פראבלעם איז נאר אז מ'הערט (געווענליך) נאר די מעשיות מיט א פרייליכע סוף, ס'זענען אבער דא ליידער גאר אסאך מעשיות וואס ענדיגן זיך נישט אזוי

יעצט ווען א איד פון א"י קומט אריין צו דיר אינדערהיים און איז זויער קען מען קיינמאל נישט וויסן וואסערע דורכפעלער ער האט שוין געהאט. און דאס איז חוץ פון דעם וואס גאר אסאך זענען שעמעדיגע און קענען עכט נישט בעטן פון יענעם . ווער רעדט נאך פון די בזיונות וואס מ'מאכט זיי, צומאל אפילו אומווילנדיג


ס'פאלט מיר יעצט ביי א געדאנק. ווי באקאנט, מאכן פרייליכע געלט גייער מער. אויב אזוי, ווען איינער ציהט ארויף א שמייכל אויף א צובראכענעם נצרך, וועט ער דאך מאכן מער געלט לכבוד דעם. האט ער א חלק אין יעדע פעני וואס ער מאכט מער נאכדעם

בקיצור. מ'קען געבן טויזנטער און מיליאנען פאר צדקה וואס ס'זאל נישט קאסטן קיין פעני

דאס איז חוץ פון די הצלת נפשות ממש וואס כל המקיים נפש אחת...

אנשטאט די אידן זאלן קומען צו אונז און טרייען ארויסצובאקומען א דאלער דארפן מיר נאכלויפן די זכותים מאשינען און פרובירן ארויסצובאקומען ווי מער
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג מארטש 10, 2019 9:03 am

יו"ד רמ"ט
סעיף ד אִם שָׁאַל לוֹ הֶעָנִי וְאֵין לוֹ מַה יִּתֵּן לוֹ, לֹא יִגְעַר בּוֹ וְיַגְבִּיהַּ קוֹלוֹ עָלָיו, אֶלָּא יְפַיְּסֶנּוּ בִּדְבָרִים, וְיַרְאֶה לִבּוֹ הַטּוֹב שֶׁרְצוֹנוֹ לִתֵּן לוֹ, אֶלָּא שֶׁאֵין יָדוֹ מַשֶּׂגֶת. הגה: וְאָסוּר לְהַחֲזִיר הֶעָנִי הַשּׁוֹאֵל רֵיקָם, אֲפִלּוּ אֵין נוֹתֵן לוֹ רַק גְּרֹגֶרֶת אַחַת, שֶׁנֶּאֱמַר אַל יָשֹׁב דַּךְ נִכְלָם (תְּהִלִּים עד, כא) . (לְשׁוֹן הַטּוּר לְקַמָּן סי' ר''ן בְּשֵׁם הָרַמְבַּ''ם) .
בנוגע מאכען געלט, בדרך כלל אויב מען גייט מיט התמדה מאכט מען, נאר עס זענען דא ביישנים, אבער אויב מען איז זיי מחזק אז זיי טוען אונז א טובה און זייערע יסורים זענען מגין אויף אונז געט עס זיי חיזוק, און אוודאי איז דא יוצא מהכלל, אויף דעם קענען מיר גאר נישט טאן, נאר בעטען השי"ת,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט