*אפדעיטעד* $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט לייזן דעם דירות קריזיס.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דירות קאנטעסט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:50 pm

*אפדעיטעד* $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט לייזן דעם דירות קריזיס.

תגובהדורך דירות קאנטעסט » מיטוואך מארטש 06, 2019 9:43 pm

בס"ד

ברוכים הבאים.

***ביים סוף פון די תגובה איז צוגעלייגט לינקס פון די אפדעיטס איבערן קאנטעסט***

אין קורצן: א פינף הונדערט דאלאר באלוינונג וועט געגעבן ווערן פאר ווער עס וועט אויפקומען מיט די בעסטע געדאנקען וויאזוי צו פארשנעלערן די וואוקס ראטע פון די ישובים מחוץ לעיר.

דער פראבלעם:

דארף מען קיינעם נישט מסביר זיין.

די לעזונג:

כמעט אלע זענען מסכים אז דער איינציגסטער וועג וויאזוי מען קען לייזן דעם קריזיס איז דורכדעם וואס אידן וועלן זיך ארויסציען פון די טייערע געגנטער צו די ביליגע געגנטער. שוין צענדליגער יארן וואס מענטשן רעדן דערפון אבער גארנישט האט זיך געטוישט, אין די לעצטע 5 יאר בערך איז אבער ב"ה אנטשטאנען א שטארקע טויש, נייע געגענטער האבן זיך אנגעפאנגען צו עטאבילירן איינס נאך די אנדערע: דזשוירסי סיטי, לינדען, לעיקוואוד, בלומינגבערג, מאנטיסעלא וכו', די הצלחה פון די געגנטער איז אויף אן אויסטערלישן פארנעם, די איינוואוינער זענען העכסט צופרידן און ווער עס באזוכט נאר אמאל דארט אויף א שבת אדער יו"ט טוט זיך אליין איבערצייגן פארוואס. דאס אלעס איז נישט געשען פון זיך אליין עס קומט זיך א שטארקע הכרת הטוב פאר די אלע עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט אסאך מי און פלאג אז מען זאל אנקומען ביז אהער.

אזוי אויך די מיינדסעט פונעם עולם האט זיך שטארק געטוישט, ביז אפאר יאר צוריק האט רוב עולם געהאלטן אז ס'איז פוסטע חלומות און ס'וועט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטן, אידן וועלן זיך קיינמאל נישט ארויסציען פון ברוקלין צו נייע אומבאוואוינטע געגענטער, היינט צוטאגס איז אבער די אנגענומענע מיינונג ביים עולם אז ס'איז א פאקט וואס האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען.

אין א געוויסן זין שטייט מען היינט אין זייער א גוטן מצב מיט דעם וואס קיין איין ספעציפישע געגנט האט זיך נישט תיכף שנעל אויסגעארבעט ווייל ווען יא וואלטן די אנדערע געגנטער נישט אויפגעבליעט, יעצט אבער האט מען ב"ה א גרויסע אויסוואל פון געגנטער וואס האלטן זיך אינמיטן אנטוויקלען.

געוויסע מענטשן ווילן צוליב דעם זאגן אז דער דירות קריזיס איז שוין בעצם געלעזט דהיינו ס'איז שוין מער נישט קיין ציבור'ישן פראבלעם נאר א יחיד'ישן פראבלעם ווער ס'וויל מופן קען מופן, האלטסט נישט ביים מופן? קאמפלעין נישט! אז מען קוקט אבער מיט א קלארן בליק זעהט מען אז ס'איז פיל גרינגער געזאגט ווי געטון, בפרט די מענטשן וואס האבן זיך אריינגעלייגט אויף למעשה צו זוכן וואו זיך ארויסצוציען וועלן מעיד זיין אז ס'זענען דא זייער פיל שטרויכלונגען אויפן וועג, דער בלויזער פאקט אז טראץ די אומדערטרעגליכע דירות פרייזן אין ברוקלין און אפילו אין מאנסי / מאנראו וואקסן די נייע געגענטער זייער זייער שטייטעלעך ווייזט אז ס'זענען זיכער דא שטארקע סיבות וואס האלט צוריק מענטשן פון מופן.

דאס האט אונז געברענגט צו פראקלאמירן א $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט אויפקומען מיט די בעסטע געדאנקען וואס מען קען טון אויף א ציבורי'שן פארנעם וואס קען פירן דערצו אז דער עולם זאל אנהייבן מופן אין די מאסן. מיר גלייבן אז ס'זענען זיכער דא זאכן וואס מען קען טון און ס'איז נישט בלויז א פראבלעם פון יעדן יחיד באזונדער, הגם יעדער יחיד זאל געוויס טון וואס ער האט צו טון און נישט ווארטן אז "מ"זאל לעזן דעם פראבלעם פאר אים...

דער ציל פון דעם פארמעסט איז לאו דווקא אז דער ספעציפישער געדאנק וואס וועט געווינען וועט עמיצער עפעס טון דערמיט נאר אז די קנאת סופרים זאל ברענגען א שפע פון שעפערישע געדאנקען צום טיש און דאס זאל דינען ווי א מארק-פלאץ פון געדאנקען פאר ווער עס וויל טון אין דעם נושא.

איז לאמיר קודם מסביר זיין בערך וויאזוי די קאנטעסט וועט צוגיין און אי"ה אין דעם קומענדיגן מעלדונג וועל מיר ארויסלייגן די פונקטליכע גיידליינס פון דעם קאנטעסט.

די פראגע: שטעלט אייך פאר אז איר באקומט א גרענט פון $100,000 און איר ווערט באויפטראגט מיט די אויפגאבע צו נוצן די געלט אויף פאראויס צושטופן די אגענדע פון זיך ארויסצוציען צו די נייע געגנטער און איר דארפט דאס טון אויף די מערסטע אפעקטיווע וועג וואס ס'איז שייך, וואס וואלט איר געטון מיט די געלט? אויב האט איר דעם בעסטן ענטפער אויף די פראגע קענט איר זיין רייכער מיט פינף הונדערט דאלאר.

פארשטייט זיך אז מיט מער געלט קען מען מער אויפטון אויב למשל וואלט געווען א קאסע מיט הונדערטער מיליאנען דאלארן וואלט מען פשוט געקענט געבן $100,000 קעש פאר יעדן איינעם וואס מופט ארויס און די זאך וועט זיך אנפאנגען רוקן... דערפאר איז די פראגע וואס ס'איז שייך צו טון מיט א מער באגרעניצטע סכום געלט ווי צ.ב.ש. $100,000

עקזעקיושאן פלען: יעדע געדאנק דארף ווערן באגלייט מיט א פלאן וויאזוי עס קען ווערן דורכגעפירט, עס דארף נעמען אין חשבון אז קיינער ארבעט נישט אומזיסט און יעדע זאך וואס פארלאנגט מענטשליכע ארבעט קאסט געלט און דערפאר איז נאר אינטערעסאנט אן איידיע וואס קען ווערן דורכגעפירט מיט א באגרעניצטע סכום געלט ווי פריער דערמאנט.

די וואלן: די געדאנקען וועט מען אריינשיקן צו: DirosContest@gmail.com און מיר וועלן סארטירן אלע געדאנקען און זיי ארויסשטעלן אין א באזונדערן אנקעטע אשכול פאר'ן עולם צו וועלן, דער געווינער פון די אנקעטע וועט באקומען די $500. מען דארף נישט האבן קיין אייוועלט ניק אריינצושיקן געדאנקען, פארשטייט זיך אז מען דארף אבער יא האבן א ניק צו קענען וועלן.

ידעתי גם ידעתי אז דער עולם וועט פרעגן איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם ניק @דירות קאנטעסט, וויאזוי קען איך וויסן צי ער מאכט נישט סתם חוזק פון אונז? דערפאר וועלן מיר איינלייגן די געלט ביי אן עלטערער אנגענומענער ניק וואס ער זאל זיין דער ממונה איבערצוגעבן די געלט פאר'ן געווינער און מיר וועלן אנהייבן דעם קאנטעסט הערשט נאכדעם וואס דער ניק וועט ערהאלטן די געלט און ער וועט באשטעטיגן דא פאר'ן ציבור אז ער האט עס ערהאלטן. אויב זענט איר אינטערעסירט אין דעם פאסטן ביטע שיקט אן אימעיל צו DirosContest@gmail.com

דאס אלעס איז בערך וויאזוי די זאך וועט צוגיין אבער אלעס קען זיך נאך טוישן באזירט אויף די פידבעק פונ'ם עולם.

דערווייל זאל מען נאכנישט אריינשיקן קיין געדאנקען פאר דעם קאנטעסט נאר צואווארטן ביז די פונקטליכע פרטים ווערן אויסגעארבעט, אי"ה אין בערך א וואך ארום נאכדעם וואס מיר וועלן דורכטון די פידבעק און עצות פונ'ם עולם וועלן מיר ארויסלייגן די פונקטליכע פראגע פון די קאנטעסט און אלע רולס און רעגולעשאנס.

ובשם ה' נעשה ונצליח.
____________________________________________
אפדעיט דאנערשטיג ויקרא נאכמיטאג:
קאנטעסט איז שוין אפען, אלע פרטים איבערן קאנטעסט

viewtopic.php?f=98&t=39203&p=1888449#p1888449
_____________________________________________
אפדעיט דאנערשטיג ויקרא ביינאכט:
וויכטיג מאכער ווערט אויסגעקליבן צו האלטן די געלט פונעם קאנטעסט

viewtopic.php?f=98&t=39203&start=125#p1888675
____________________________________________

אפדעיט דאנערשטיג ויקרא 11:57 ביינאכט:
וויכטיג מאכער קאנפירמט אז די געלט איז שוין אין זיין באזיס

"יאפ, באקומען א קאנווערט מיט 500 מאות, און מיר וועלן דאס אי"ה איבערגיבן פארן געווינער פונעם פארמעסט..."
______________________________________________

אפדעיט זונטאג פרשת צו ביינאכט:
מיר האבן צוגעלייגט א PDF פון די קאנטעסט, ביטע פארשפרייטן פאר אייערע חברים.
צוגעלייגטע
Diros Contest.pdf
(71.23 KiB) דאונלאודעד 9 מאל
לעצט פאראכטן דורך דירות קאנטעסט אום דינסטאג מארטש 19, 2019 11:26 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מיטוואך מארטש 06, 2019 10:15 pm

Awareness

דאס הייסט דרשות ,אויפקלערונגען , דרשות ביי עלעפטע און צוועלעפטע קלאס מיידלעך , עקסטער פאר ווייבלעך ,פרויען

עדווערטייזמענטס און באשרייבונגען יעדע וואך אין יעדע היימישע אויסגאבע

פארשטייט זיך א קול קורא פון רבנים אז מען זאל מופן

מאסן אסיפות און עצרת פאר דעם מיט א עקספאו שאו מיט אלע געגענטער אין אפשענס פון קויפן און רענטעלס

אוועטאר
יש בו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:16 pm

יעדע אדער געוויסע פון די גרויסע קהילות וואס זענען הויפקווארטירט אין די גרויסע שטעט זאלן ארויס שיקן איינע פון די גרויסע מורה הוראות פון זייער קהילה, צו גיין וואוינען אין די נייע ישובים, יעדע ישוב אן עקסטערע מורה הוראה, וואס זאל דינען אלץ רב מטעם די אנגעגעבענע קהילה,
אויב וואוינט ביז היינט דער אנגעגעבענע מו״ץ אין אן אייגענע דירה, קען מען אים העלפן דאס צו פארקויפן אין מיט דעיס געלט קויפן א נייע,
(דאס וואס בלייבט איבער, וועט ער קענען האלטן אין טאש, אויב וואוינט ער אין א געדינגענע דעמאלטס זאל ער פשוט דינגען אן אַנדערס,
בלייבט איבער נאר די הוצאות פון די מופן זעלבסט, וואס דאס זאל @דירותקאנטעסט באצאלן,
די אויפטו: דאס וועט העלפן פאר די ישובים צו בליען, ס׳וועט זיין מער ריספאנסעביליטי און סטאביליטעט אויף אלע ענינים וואס האבן צו טוהן מיט קהילה און מוסדות, חינוך, וכדו׳. און פארשטייט זיך אז מענטשן וועלן פילן אז ס׳איז א געהעריגע חלק פון זייער קהילה,
און בנוגע די מו״ץ, דאכט זיך מיר אז דאס דארף נישט צו זיין א פראבלעים, וועלכע מו״ץ וויל דען נישט א געהעריגע באצאלטע שטעלע,
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:28 pm

מנדב זיין קאנפידענס שיעורים פארן ציבור.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:35 pm

Jobs Jobs Jobs!!

דאס איז פון די גרעסטע צוריקהאלטונגען פאר מענטשן צו מופן, נאכדערצו ווען מען גייט זיך צובינדן צו א מארטגעדזש.

אשר על כן, מען דארף שאפן א קאמיטע פון עסקנים מיט אינוועסטארס צוזאמען וואס זאלן אפקויפן א גיגאנטישע אפיס בילדונג מיט ווערהאוז ספעיס אין שכינות פונעם נייעם געגנט, און מען זאל אפפערן אז יעדע ביזנעס וואס ציעט זיך אהין וועט באקומען איין יאר רענט פריי.

מיט די דזשאבס וועלן קומען איינוואוינער. גאראנטירט.

איין אזא אפארטוניטי געפונט זיך יעצט אין די געגנט פון פלארענס, ניו דזשערסי. B&H האט דארט א גיגאנטישע ווערהאוז אין זיי מוטשענען זיך מיטן טרעפן נארמאלע ארבעטער. אפשר זאלן די עסקנים זיצן מיט די אייגענטומער פון B&H אז זיי זאלן אינוועסטירן אינעם געגנט.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:37 pm

די גרויסע רבי'ס דארפן זיך ארויסציען וועלן זאכן זיך ריקן גאר שנעל

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:41 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:Jobs Jobs Jobs!!

דאס איז פון די גרעסטע צוריקהאלטונגען פאר מענטשן צו מופן, נאכדערצו ווען מען גייט זיך צובינדן צו א מארטגעדזש.

אשר על כן, מען דארף שאפן א קאמיטע פון עסקנים מיט אינוועסטארס צוזאמען וואס זאלן אפקויפן א גיגאנטישע אפיס בילדונג מיט ווערהאוז ספעיס אין שכינות פונעם נייעם געגנט, און מען זאל אפפערן אז יעדע ביזנעס וואס ציעט זיך אהין וועט באקומען איין יאר רענט פריי.

מיט די דזשאבס וועלן קומען איינוואוינער. גאראנטירט.

איין אזא אפארטוניטי געפונט זיך יעצט אין די געגנט פון פלארענס, ניו דזשערסי. B&H האט דארט א גיגאנטישע ווערהאוז אין זיי מוטשענען זיך מיטן טרעפן נארמאלע ארבעטער. אפשר זאלן די עסקנים זיצן מיט די אייגענטומער פון B&H אז זיי זאלן אינוועסטירן אינעם געגנט.


נומבער איינס די זשאבס תירוץ איז א פוילע נישט אמת'ע תירוץ

פרעג דיך נאך כמעט יעדער וואס האט געמופט האט געטראפן א זשאב נאנט טאמער האט ער געוואלט שטארק

צווייטענס ווער רעדט פון א מארגעזש , טויזענטער אינגעלייט האבן געמופט די לעצטע 10 יאר פאר רענט אין אלע געגענטער

Clm
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

תגובהדורך Clm » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:46 pm

....I have no idea what you concern is
דער עולם מאפט אין די מאסן ממילה

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:50 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:Jobs Jobs Jobs!!

דאס איז פון די גרעסטע צוריקהאלטונגען פאר מענטשן צו מופן, נאכדערצו ווען מען גייט זיך צובינדן צו א מארטגעדזש.

אשר על כן, מען דארף שאפן א קאמיטע פון עסקנים מיט אינוועסטארס צוזאמען וואס זאלן אפקויפן א גיגאנטישע אפיס בילדונג מיט ווערהאוז ספעיס אין שכינות פונעם נייעם געגנט, און מען זאל אפפערן אז יעדע ביזנעס וואס ציעט זיך אהין וועט באקומען איין יאר רענט פריי.

מיט די דזשאבס וועלן קומען איינוואוינער. גאראנטירט.

איין אזא אפארטוניטי געפונט זיך יעצט אין די געגנט פון פלארענס, ניו דזשערסי. B&H האט דארט א גיגאנטישע ווערהאוז אין זיי מוטשענען זיך מיטן טרעפן נארמאלע ארבעטער. אפשר זאלן די עסקנים זיצן מיט די אייגענטומער פון B&H אז זיי זאלן אינוועסטירן אינעם געגנט.


נומבער איינס די זשאבס תירוץ איז א פוילע נישט אמת'ע תירוץ

פרעג דיך נאך כמעט יעדער וואס האט געמופט האט געטראפן א זשאב נאנט טאמער האט ער געוואלט שטארק

צווייטענס ווער רעדט פון א מארגעזש , טויזענטער אינגעלייט האבן געמופט די לעצטע 10 יאר פאר רענט אין אלע געגענטער

קען אפשר זיין אז מהאט 'געטראפן' א דזשאב, אבער דאס איז מסביר פארוואס די וואוקס גייט אזוי שטייט. ווען עס וואלט געווען א שפע פון דזשאבס וואלטן זאכן זיך גערוקט אסאך שנעלער.

די אלע 'רענטערס' וואס זענען ארויס צו די נייע געגנטער זענען געגאנגען פאר סעקשאן 8 (און פאר זיי איז גענוג צו 'טרעפן' א דזשאב ) אויף צו אוועקשטעלן א ישוב דארף מען קויפערס, און איינער וואס וויל קויפען דארף א מסודר'דיגע אינקאם.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:52 pm

צום פותח האשכול:

אויב מיינט איר עס ערנסט, דאן שכרכם הרבה מאוד. יעדעס ביסל וואס ווערט געטאן אין דעם הינזיכט שטופט דעם וואגן נאכאביסל, און איז א געוואלדיגע זאך. אויב מיינט איר עס צו טשעלענדשן איינעם און ווייזן אז מען קען עכט נישט גארנישט טוהן אונטער א רעדל צוויי, דאן אני מעכם בכל צער וצער...

צו די אידן וועלכע האבן ארויסגעוויזן ווארימקייט און געגעבן עצות:

אין איין ווארט: מען רעדט פון זאכן וואס מען קען טאן מיט א בודזשעט פון לכל היותר א מאה אלף, און עפעס וואס וועט מיט דעם ווערן געשטופט דאס ארויסמאפעריי גאר שטארק.

דעט סעד
אן עקספא אויף אן עפעקטיווער אופן קאסט עטליסט דריי פיר מאות
ארויסברענגען א דיין קאסט עטליסט א הויז + עטליכע יאר וועידזשעס
ארויסברענגען אן אדמו"ר קאסט אפאר מיליאן...
א יאר רענט פריי אין א אפיס בילדינג קאסט פאר איטש ביזנעס מער ווי א מאה (B&H איז נישט גרייט - אפגעזעהן ווי שטארק זיי מוטשען זיך מיט ארבעטער - צו צאלן פאר די פלארענס ארבעטער די קאסט אוו ליווינג פון א אידישע משפחה, מאן דכר שמי' פון צאלן רענט פאר אנדערע)
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 1:13 am

Clm האט געשריבן:....I have no idea what you concern is
דער עולם מאפט אין די מאסן ממילה

אט אזוי, נישט דא קיין שום אישו, יעדער ווער סהאט הענט און פיאות מופט, ספארט אסאאאך שנעלער ווי דער פותח האשכול מיינט.

א קליינע דוגמא, איך האב גערעדט די וואך מיט א דרייווער פון די בלומינגראווע געגנט, סאיז דא 1500(!) קינדער בלע"ה אינדרויסן פון די וויליעדזש וואס קומען אריינצופארן אין די מוסדות קר"י , אין קאנטראסט פון בלויז 3 יארצוריק איז געווען קנאפע 15 קינדער.

איך ווייס נישט ווי דער פותח וואונט אבער איך מיין מקען צומאכן די אשכול.

yankyperl
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 7:16 pm

תגובהדורך yankyperl » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 1:26 am

נו שוין האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:....I have no idea what you concern is
דער עולם מאפט אין די מאסן ממילה

אט אזוי, נישט דא קיין שום אישו, יעדער ווער סהאט הענט און פיאות מופט, ספארט אסאאאך שנעלער ווי דער פותח האשכול מיינט.

א קליינע דוגמא, איך האב גערעדט די וואך מיט א דרייווער פון די בלומינגראווע געגנט, סאיז דא 1500(!) קינדער בלע"ה אינדרויסן פון די וויליעדזש וואס קומען אריינצופארן אין די מוסדות קר"י , אין קאנטראסט פון בלויז 3 יארצוריק איז געווען קנאפע 15 קינדער.

איך ווייס נישט ווי דער פותח וואונט אבער איך מיין מקען צומאכן די אשכול.


זיי נישט אין דינייעל. ס'איז דא א ריזיגן ציבור וואס פייגער'ט צו מופן און האבן פארשידענע מניעות...

נעכטן נאכט ביים דינער פאר דזשערזי סיטי האט מען געקענט זעהן ווי די הערצער פון אסאך אינגעלייט האבן געקלעכץ און געהאפט צו מופן. זיי דארפן נאר הילף עס צו מאכן געשעהן. מ'האט זיך געווינטשען איינער פארן צווייטן אז מ'זאל בקרוב זיין תושבים פון די נייע שטאט.

די ווארעמקייט און רצון צו מופן צו די נייע אידישע געגענטער איז אין לשער...

בליץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 1:36 am

מען קען נישט אוועקנעמן יעדעם איינעם'ס מניעות..

בדרך כלל איז דא אסאך פלעצער ווי צו מופען און מען מופט און גרויסען...

דער פותח האשכול פרעגט פארוואס די נייע ישובים האבען זיך פארשטייטערט

לכאורה וועגן די לעצטע דריי יאר איז בלומענגראוו והגלילות אריינגעקומען און עס איז געווען א בעסערע אפציע פאר אסאך משפחות

yankyperl
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 7:16 pm

תגובהדורך yankyperl » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 1:38 am

בליץ,

בלומענגראוו והגלילות איז נישט קיין אפשען פאר גאר אסאך אידען אין וויליאמבורג און בארא פארק...אפילו סאטמאר'ע חסידים...

און בכלל, אסאך פון די אידען האבן געמופט פון קרית יואל, ווייל סאיז א שפאן אוועק, ממילא קענען די מניעות זיין אסאך ווייניגער...

אשר על כן קען מען נישט זאגן אז מ'דארף נישט מער קיין חיזוק, קען זיין ווי די וואינסט זענען די מניעות פשוט ווייניגער.

איך קען דיר זאגן, אין וויליאמסבורג איז די מצב 'שרעקליך', נישט ווייל מ'וויל נישט מופן, מען דארף פשוט הילף.
לעצט פאראכטן דורך yankyperl אום דאנארשטאג מארטש 07, 2019 2:03 am, פאראכטן געווארן 9 מאל סך הכל.

yankyperl
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 7:16 pm

תגובהדורך yankyperl » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 1:40 am

צולייגער האט געשריבן:צום פותח האשכול:

אויב מיינט איר עס ערנסט, דאן שכרכם הרבה מאוד. יעדעס ביסל וואס ווערט געטאן אין דעם הינזיכט שטופט דעם וואגן נאכאביסל, און איז א געוואלדיגע זאך.

פויגל מילך
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 6:06 am

אין די ליטא זאגט מען "איר שטעלט א הנחה און פרעגט א קשיא דערויף".

מאן יימר אז מ'דארף/זאל עס פארשנעלרן? ס'ווענד זיך פון וועלכע זייט מ'קוקט. עד"מ ווען א 18 יעריג פארפאלק ווערט געהאלפן מיט א בכור למז"ט, נעמט עס צייט פאר די נייע טאטע/מאמע צוביסלעך זיך צו ספראווען מיט אלע פרישע התחייבות'ן, קאנסעקווענסן, הוצאות, סדר היום והלילה אא"וו. ווען מ'איז רעדי אין דער רבש"ע גיט נאכאיינס, הייבט זיך אן אודך די זעלביגע דורכגאנג....ביז בר מצוה, חתונה...
שטעלט אייך פאר אויב ביי די 18 וואלט מען גלייך באקומען 10 קינדערלעך אין עלטער פון 0 ארויף ביז 15, וויאזוי וואלט עס אויסגעארבעט? יעך מיין ס'וואלט באנקראטירט נאך ביפאר יו סטארט, והא ראיה דער אויבירשטער טוט דאס נישט.

יעצט צום נמשל, א אידישע יישוב איז איינגעהילט אין אסאאאאך חבלי לידה, קימפעט, צער גידול בנים, שמחות, שווערע מינוטן, ציינדלען, טרעינינג, חומש סעודה, טינעידש וכו'. א נאטירליכן (אפשר אפילו לאנגזאמער) געוואוקס איז די בעסטע און בעז"ה מערסטע פארזיכערטע וועג פאר הצלחה, ווייל אזוי קענען די עסקנים זיך אפגעבן מיט יעדן אויפקומענדיגן פראבלעם, און יא! ס'איז דא פראבלעמען אן א דעילי בעיסיס (כ'מיין אפילו א בת היענה איז מודה דערצו).

איי, וועט איר זאגן אדרבה, ברענג מער מענטשן וועט זיין מער כוחות, לענ"ד שטימט עס נישט וועגן.......אבער כ'וויל קודם הערן דעת הציבור צו מ'איז איינשטימיג מיטן יסוד, און ערשט דערנאך דעבאטירן צו מענטשן (מען פאוער) וועט זיין א ישועה.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 6:47 am

פויגל מילך האט געשריבן:אין די ליטא זאגט מען "איר שטעלט א הנחה און פרעגט א קשיא דערויף".

מאן יימר אז מ'דארף/זאל עס פארשנעלרן? ס'ווענד זיך פון וועלכע זייט מ'קוקט. עד"מ ווען א 18 יעריג פארפאלק ווערט געהאלפן מיט א בכור למז"ט, נעמט עס צייט פאר די נייע טאטע/מאמע צוביסלעך זיך צו ספראווען מיט אלע פרישע התחייבות'ן, קאנסעקווענסן, הוצאות, סדר היום והלילה אא"וו. ווען מ'איז רעדי אין דער רבש"ע גיט נאכאיינס, הייבט זיך אן אודך די זעלביגע דורכגאנג....ביז בר מצוה, חתונה...
שטעלט אייך פאר אויב ביי די 18 וואלט מען גלייך באקומען 10 קינדערלעך אין עלטער פון 0 ארויף ביז 15, וויאזוי וואלט עס אויסגעארבעט? יעך מיין ס'וואלט באנקראטירט נאך ביפאר יו סטארט, והא ראיה דער אויבירשטער טוט דאס נישט.

יעצט צום נמשל, א אידישע יישוב איז איינגעהילט אין אסאאאאך חבלי לידה, קימפעט, צער גידול בנים, שמחות, שווערע מינוטן, ציינדלען, טרעינינג, חומש סעודה, טינעידש וכו'. א נאטירליכן (אפשר אפילו לאנגזאמער) געוואוקס איז די בעסטע און בעז"ה מערסטע פארזיכערטע וועג פאר הצלחה, ווייל אזוי קענען די עסקנים זיך אפגעבן מיט יעדן אויפקומענדיגן פראבלעם, און יא! ס'איז דא פראבלעמען אן א דעילי בעיסיס (כ'מיין אפילו א בת היענה איז מודה דערצו).

איי, וועט איר זאגן אדרבה, ברענג מער מענטשן וועט זיין מער כוחות, לענ"ד שטימט עס נישט וועגן.......אבער כ'וויל קודם הערן דעת הציבור צו מ'איז איינשטימיג מיטן יסוד, און ערשט דערנאך דעבאטירן צו מענטשן (מען פאוער) וועט זיין א ישועה.

איך האלט נישט אזוי

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 7:05 am

yankyperl האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:צום פותח האשכול:

אויב מיינט איר עס ערנסט, דאן שכרכם הרבה מאוד. יעדעס ביסל וואס ווערט געטאן אין דעם הינזיכט שטופט דעם וואגן נאכאביסל, און איז א געוואלדיגע זאך.

גא''ם
אלץ מיט א שמייכל נאר מיט קאך לא תשקאך . ,

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 7:36 am

וואס איז דער עיקר צוריקהאלט, וואס לאזט נישט דעם עולם מופן?
. . . . . . .

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 8:29 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:וואס איז דער עיקר צוריקהאלט, וואס לאזט נישט דעם עולם מופן?

Confidence!
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 9:00 am

פויגל מילך האט געשריבן:אין די ליטא זאגט מען "איר שטעלט א הנחה און פרעגט א קשיא דערויף".

מאן יימר אז מ'דארף/זאל עס פארשנעלרן? ס'ווענד זיך פון וועלכע זייט מ'קוקט. עד"מ ווען א 18 יעריג פארפאלק ווערט געהאלפן מיט א בכור למז"ט, נעמט עס צייט פאר די נייע טאטע/מאמע צוביסלעך זיך צו ספראווען מיט אלע פרישע התחייבות'ן, קאנסעקווענסן, הוצאות, סדר היום והלילה אא"וו. ווען מ'איז רעדי אין דער רבש"ע גיט נאכאיינס, הייבט זיך אן אודך די זעלביגע דורכגאנג....ביז בר מצוה, חתונה...
שטעלט אייך פאר אויב ביי די 18 וואלט מען גלייך באקומען 10 קינדערלעך אין עלטער פון 0 ארויף ביז 15, וויאזוי וואלט עס אויסגעארבעט? יעך מיין ס'וואלט באנקראטירט נאך ביפאר יו סטארט, והא ראיה דער אויבירשטער טוט דאס נישט.

יעצט צום נמשל, א אידישע יישוב איז איינגעהילט אין אסאאאאך חבלי לידה, קימפעט, צער גידול בנים, שמחות, שווערע מינוטן, ציינדלען, טרעינינג, חומש סעודה, טינעידש וכו'. א נאטירליכן (אפשר אפילו לאנגזאמער) געוואוקס איז די בעסטע און בעז"ה מערסטע פארזיכערטע וועג פאר הצלחה, ווייל אזוי קענען די עסקנים זיך אפגעבן מיט יעדן אויפקומענדיגן פראבלעם, און יא! ס'איז דא פראבלעמען אן א דעילי בעיסיס (כ'מיין אפילו א בת היענה איז מודה דערצו).

איי, וועט איר זאגן אדרבה, ברענג מער מענטשן וועט זיין מער כוחות, לענ"ד שטימט עס נישט וועגן.......אבער כ'וויל קודם הערן דעת הציבור צו מ'איז איינשטימיג מיטן יסוד, און ערשט דערנאך דעבאטירן צו מענטשן (מען פאוער) וועט זיין א ישועה.

אייער יסוד אז די ישובים גייען דורך חבלי לידה איז א זאכליכע סברא, און לויט ווי קלאר איר האט דאס ארויס פארשטייען מיר אז איר האט אדער דורכגעאקערט דעם סוגיא אדער זענט איר פשוט עוסק אין איינס פון די נייע ישובים, אבער צו דאס איז עפעס וואס מיינט אז דער אתנהלה לאטי איז א געוואונטשענע זאך?! יא און ניין.

אין איין ווארט, עס איז ווי דער האן און די איי שאלה... מענטשן האבן קנאפ כח און פלאץ אין קאפ צו דורכגיין שוועריגקייטן. מענטשן - אפילו אזוינע וועלכע רייסן זיך נישט אויף ביי שמחות - ספענדן סאך מער געלט אויף טעיק אוט פוד ווי אמאל ווייל מען האט נישט קיין כח צו זיך אליין, דער קאפ פארנעמט נישט און מען מוז אלעס האבן צוגעשטעלט.

זה אומר, פון איין צד איז טאקע אמת אז מיט ווינציגער מענטשן אויפאמאל קען מען זיך ספראווען מיט די פראבלעמען בעסער און הענדלען אישוס עז דעי ערייז, און פון די צווייטע זייט, מיט ווייניגער מענטשן איז במציאות ווייניגער צוגעשטעלט, ווייל מען קען זיך גרינגער אן אצה געבן און דער עולם וואס איז פאקטיש דארט פארלאנגט נישט אזוי סאך.

פון די צווייטע זייט, די מענטשן וואס קומען קוקן און האבן נישט דעם קאפ און מח צו אריינגיין אין עפעס וואס סובקאנטשעסלי האבן זיי א 5 פראצענט שאנס אז ס'עט נישט סוקסידן, און זיי זעהן אז עס וואקסט עפעס נישט אזוי שנעל, און די זאכן וועלכע די תושבים האבן זיך פיין אן עצה געגעבן דעראן פארשטייען זיי נישט וויאזוי מען קען אפילו לעבן אזוי, און דער ארויסמופעכץ קריגט א סטענדסטיל.

וואס יא?! מען ברויך זיכער מאכן צו נעמען עדווענטעדש פון די גוטע חלק און אדרעסירן די קליינליכע פראבלעמען ווען עס קומט ארויף אויפן אויבערפלאך, און כאטש פארזיכערן אז מען נוצט אויס דעם בענעפיט פון א שטייטע וואוקס צו די מאקסימום.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 9:48 am

פעטער שמואל האט געשריבן:אפשר זאלן די עסקנים זיצן מיט די אייגענטומער פון B&H אז זיי זאלן אינוועסטירן אינעם געגנט.

חלום ווייטער b&h גייט נישט געבן קיין פעני

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 10:02 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:וואס איז דער עיקר צוריקהאלט, וואס לאזט נישט דעם עולם מופן?

Confidence!


הייסט אז ספעלט פשוט סעלף קאנפידענס קורסעס?

כ'מיין אז נישט.....
. . . . . . .

אוועטאר
יש בו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 10:07 am

צולייגער האט געשריבן:
ארויסברענגען א דיין קאסט עטליסט א הויז

קוק איבער מיין תגובה, נאכדעם שרייב איבער
+ עטליכע יאר וועידזשעס

דאס זאל ווערן באצאלט דורך די קהילה וואס ער ווערט רב, אפשר קען מען עס איינטיילן אז איין חלק זאל ווערן באצאלט דורך די לאקעל הנהלת הקהילה, און די איבריגע זאל באצאלן די הנהלת הקהילה פון די הויפטקווארטירן
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 10:36 am

אפשר זאל מען מאכן אן אנקעטע אדער אריין שיקן א פארם
אלץ מיט א שמייכל נאר מיט קאך לא תשקאך . ,


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט