משפחת הגבירים החסידים למשפחת שנעה מסקאהל - ותעלומת יחוס ר' אברהם שנעה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

משפחת הגבירים החסידים למשפחת שנעה מסקאהל - ותעלומת יחוס ר' אברהם שנעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הקדמה

פאר בערך פיר יאהר צוריק, האב איך מיך היבש געשריבן מיט דעם יעצט-באקאנטן שווינדלער שלמה בומ—ן, ווער עס האט זיך פאר געשטעלט צו מיר אלץ איין אייניקל (בן בתו) פון מיינס איין עלטער-עלטער-פעטער - מיינס איין עלטער-זיידע'ס א ווייניג-באקאנטער ברודער. איך האב איהם געוואלט העלפן נאך גיין זיין יחוס בכלל - ער איז דאך געוועהן אינטערעסירט אין רבי'שע/רבני'שע יחוס - בין איך נאך געגאנגן אויך זיינע אנדערע צדדים עד היכן שידי מגעת.
יעצט וואס מיר קענען זיינע דרכים, ווייסן מיר אז ער שטעלט צוזאמן עכטע משפחות וואס ער טרעפט, געווענליך אויף יד ושם, צו פאבריצירן זיין יחוס. אין מיין פאל, האט ער געהאט א פראבלעם: מיין עלטער פעטער, וועם ער האט אויס געקליבן אלץ זיין זיידען פון זיין מאמע'ס צד, איז נישט באקאנט ביי וועמן ער איז געוועהן איין איידים. מאיזה טעם(א) האט ער זיך געקליבן פאר איין עלטער זיידע א איד, א בעל הבית א גרויסער יחסן, איינער ר' ניסן אשכנזי פון לעמבערג, א זוהן פון ר' חיים צבי אשכנזי אב"ד פרשעווארסק (עי' באשכול על שושלת אשכנזי-טאלטשווא).(ב)
לכבוד איהם, האב איך מיך גוט אריין געלייגט אין דעם ר' ניסן'ס יחוס, און איך האב געטראפן פיל אינטערסאנטע ידיעות אויף זיין פאטער'ס און מוטער'ס משפחה וואס זענען נישט באקאנט, עכ"פ וואס קיינער האט נישט מאסף געוועהן לפונדק אחד. איך זעה דאס בפרט יעצט, ווען איך האב הערשט איבער געפרישט דעם נושא.(ג)

אזוי בין איך געוואהר געווארן פון א כמעט-פארגעסענע משפחה פון חסידי'שע נגידים, משפחת שנעה פון סקאהל.
און טראץ דעם וואס די טעם וואס איך האב מיך אריין געלייגט אין דעם איז בטל (בפשטות), שפיר איך אז איך האב א שטיקל חיוב פאר צו לייגן וואס איך האב געטראפן, ווייל דיע משפחה האבן זיך משדך געוועהן מיט פיל גדולי ישראל, און עס שטאמן פון זיי משפחות מיוחסות (חאטשיק איך ווייס נישט פון קיין יחוס פון משפחת שנעה אליינס), אבער די קשר צווישן זיי איז פארגעסן געווארן, אפילו ביי די פרומע, חסידי'שע אייניקליך פון די משפחה.

נאך דערצו, כפי שיתבאר, האב איך געטראפן א שווערע צווייפל אין איין צווייג פון דעם משפחה, וואס זייער יחוס, ווי באקאנט ביי זיי, שטימט אין גאנצן נישט מיט זייער יחוס ע"פ די מקורות.
====
    (א) איך ווייס פארוואס, אבער אכמ"ל, און עס לייגט נישט צו צום נושא דא.
    (ב) יצויין אז דא האבן זיך געוויזן זיינע באגרעניצומגן. ער האט נישט געוואוסט פון ר' חיים צבי אלץ אב"ד פרשעווארסק בכלל – ווייל עס שטייט נישט בפירוש אויף יד ושם – און האט אויס געמישט מיט זייערע קרובים, די סיגיטער אשכנזי'ס.
    (ג) ר' ניסן'ס ווייב'ס יחוס איז מיר נישט געלונגן נאך צו גיין, ווייל זי שטאמט פון א שטאט מיט שוואכע רשימות.

אלזוי, וועל איך אנהייבן בעז"ה פון דעם ערשטן פון דעם משפחה וואס איך האב געקענט טרעפן: ר' אהרן זעליג שנעה מסקאהל, אבי ר' לוי משם, אבי ר' אברהם משם, וחותן ר' חיים צבי אשכנזי אב"ד פרשעווארסק אבי 'מחותני' ר' ניסן אשכנזי מרישא ולבוב דלעיל.
לעצט פארראכטן דורך הסרפד אום מיטוואך פעברואר 27, 2019 3:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הערה כללית

דער משפחה-נאמן ווערט געשריבן בדרך כלל 'שנעה' אבער אויך שנע, שנעע, שנעי, און (מער פארצייטיש) 'שנייא'. ובלעז: Schnee בדרך כלל, זעלטן Sznee, Sznej, וכו', און א מאהל פארדרייט דורך די רעקארד-נאכשרייבערס אלץ Schnec אדער אפילו Szuc.
אין אונגראן שרייבט מען א מאהל Sne, Snee, און עס ווערט פארדרייט דורך די מעתיקים אויף אהן-צאהל וועגן (איך וועל ברענגן screenshots פון די אונגארישע רעקארדס אנשטאט אויס רעכענן די גרייזן).
איין גרויסע שווערקייט אין נאך גיין דעם משפחה איז, אז זיי האבן היבש געוויילעט אין דערפלעך – לרגל מלאכתם, כאשר יתבאר בעז"ה – וואס זייערע מעטריקל זענען נישט אלעמאל פארשריבן געווארן, ככל הנראה. למשל, עטליכע פון די משפחה זענען געבוירן אין א דערפל Sielec ביי סקאהל, וואו זייער מעטריקל וואלט געדארפט זיין פארשריבן, אבער היבש איז חסר מן הספר.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דור א

דער אבי המשפחה הנוגע לענינינו איז געוועהן ר' אהרן זעליג שנעה פון סקאהל. וועגן איהם אליין, און ווייטער ארויף, ווייס איך גארנישט: נישט זיין פאטער'ס נאמן, נישט אפילו וועליכע אנדערע 'שנעה' משפחות פון גאליציע שטאמן פון די זעלבע משפחה.(א)
ער איז געבוירן בערך שנת תק"ס. ר' אהרן זעליג'ס פרוי האט געהייסן פערל יוטא (אדער איטא, דיע נעמן זענען מתחלף), זי איז געבוירן בערך תקע"א.
ר' אהרן זעליג איז אוועק אין תרכ"ח, 68 יאהר, זוגתו מ' פערל יוטא איז אוועק פריהער, תרט"ו (1854 סוף יאהר), 44 יאהר.
(כידוע זענען די עלטער-יאהרן אין אלטע מעטריקל נישט מדוייק, אויזער אין שטעט וואו מען האט נאך געקוקט דעם געבורט מעטריקל, ודי בזה.)

ר' אהרן זעליג און מ' פערל יוטא האבן געהאט קינדער ווי פאלגענד:
א. ר' יקותיאל זלמן שנעה מקאמינקא, אבי משפחת שנעה מקאמינקא ומאשציסק (עי' לקמן), אויב איז ער געוועהן ר' אהרן זעליג'ס זוהן
ב. ר' יהודה לוי, עי' לקמן
ג. מ' זלאטא, געבוירן תקפ"ט בערך, אוועק תרמ"ב, 53 יאהר. אשת ר' יצחק כ"ץ.
היות איהרע אייניקליך זענען שווערער נאך צו גיין (כ"ץ טובא איכא בשוקא דסקאהל), וועל איך שרייבן נאר איין נקודה וואס קען אינטערעסירן יחוס-פארשער פון גאליציאנער רבני'שע משפחות: זייער איידים איז געוועהן ר' יהודה הירש דאנער, א זוהן פון ר' לוי דאנער ממאסט (ב) נכד הרה"ג ר' שמריה (שמערל) שטיקלער אב"ד מאסט, חתן חתנו ר' ישראל בצלאל גרינוואלד.
ד. ר' ראובן, עי' לקמן
===
    (א) למשל משפחות שנעה מלבוב, טארטיקוב, זלאטשוב וכו'
    (ב) ובנו חורגו פון ר' יחיאל דוב מונד אב"ד מאסט, וואס האט בזו"ש גענומן ר' לוי דאנער'ס אלמנה.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דור א: נספח – משפחת שנעה מקאמינקא ומאשציסק

אין קאמינקא איז געוועהן א משפחה 'שנעה' וואס איז זיכער געוועהן משפחה מיט ר' אהרן זעליג דינן – מיר טרעפן ביי זיי די נעמן 'אהרן זעליג', 'פערל יוטא', 'ראובן', און 'יהודה לוי'. לפי זה איז מסתבר אז ר' יקותיאל זלמן (שם זוגתו מ' אסתר), אבי המשפחה, איז געוועהן א זוהן פון ר' אהרן זעליג (כמו שכתבתי לעיל). מאידך גיסא, איז דער ר' זלמן אוועק אין 1888 אלט 78 יאהר – צו אלט צו זיין ר' אהרן זעליג זוהן. ולפי זה וועלן מיר זאגן אז ער איז געוועהן א ברודער – אבער דאס איז נישט אזוי שווער, כאמור, ומחוורתא.

אויף דיע משפחה וועל איך אויך נישט מאריך זיין, איך וועל נאר אהן מערקן אז ר' שמעון שנעה (ב"ר יקותיאל זלמן הנ"ל) ממאשציסק איז געוועהן א מחותן מיט איינער ר' זונדל רמר"ז מלוביטשוב, ממשפחת רמר"ז המפורסמת מבראד וסקאהל.
לעצט פארראכטן דורך הסרפד אום מיטוואך פעברואר 27, 2019 4:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

קוקט אויס א פאנטאסטישע ארבעט, יישר כחך וחילך, הלואי זעהן מיהר אזא ווערק אויף גאנץ כלל ישראל, בזכותו של רמאי. . . .

פילייכט וואלט געווען כדאי אריינצולייגן עפעס באקאנטע נעמען פון די גדולי ישראל וואס האבן געהאט א קשר משפחתי מיט די שנעה'ס, און דערמיט געבן פארן עולם א שטריקל וואס באהעפט אונז צו אן אומבאקאנטע משפחה אין גאליציע.

אלענפאלס, אנטשולדיגט פארן איבערהאקן. . .
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ידיעות שונות האט געשריבן:קוקט אויס א פאנטאסטישע ארבעט, יישר כחך וחילך, הלואי זעהן מיהר אזא ווערק אויף גאנץ כלל ישראל, בזכותו של רמאי. . . .

פילייכט וואלט געווען כדאי אריינצולייגן עפעס באקאנטע נעמען פון די גדולי ישראל וואס האבן געהאט א קשר משפחתי מיט די שנעה'ס, און דערמיט געבן פארן עולם א שטריקל וואס באהעפט אונז צו אן אומבאקאנטע משפחה אין גאליציע.

אלענפאלס, אנטשולדיגט פארן איבערהאקן. . .

אי"ה בקרוב. איך האב שוין פארשריבן דעם גאנצע נושא בראשי פרקים וראשי תיבות, איך דארף עס נאר אויס פילן אז עס זאל זיין פארשטענדליך...
(רוב פון מיינע תגובות בענייני יחוס פון די לעצטע פאר וואכן האבן עפעס א שייכות מיט דעם אשכול'ע... האב איך אסאך דא מקשר צו זיין.)
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

ווער איז געווען רבי אברהם שנעה זצ"ל?
ער איז געווען דער שווער פונעם זוו"ש פון דער חוסטער דיי'ן הרה"ג רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל
פאלגענד איז פון די הקדמה פון שרגא בטהרה - תולדות פון רש"ד זצ"ל
אטעטשמענטס
רבי אברהם שניי ז'ל.png
רבי אברהם שניי ז'ל.png (146.1 KiB) געזען 4702 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אילו זכינו האט געשריבן:ווער איז געווען רבי אברהם שנעה זצ"ל?
ער איז געווען דער שווער פונעם זוו"ש פון דער חוסטער דיי'ן הרה"ג רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל
פאלגענד איז פון די הקדמה פון שרגא בטהרה - תולדות פון רש"ד זצ"ל

איך קום אהן צו דעם בעז"ה - דאס איז א חלק פון דעם גרויסן צווייפל פון וואס איך רעד.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחזור לעניננו...

דור ב חלק א
ר' יהודה לוי מסקאהל ב"ר אהרן זעליג
ר' יהודה לוי שנעה, הנקרא בדרך כלל 'לוי' בלבד, איז דער ערשטער פון די משפחה וואס איך קענען טרעפן מער פרטים אויף איהם ווי בלויז טריקענע דאטן. אין פרענומעראנטן (א)(ב) ווערט ער דערמאנט מיט שיינע טיטלן, און עס דערקענט זיך אז ער איז געוועהן גערעכנט פאר א חשוב'ע איד און א גביר. ער האט זיך משדך געוועהן מיט משפחות אשר מעולם אנשי השם.

ר' לוי איז געבוירן אין שנת תקפ"ו בערך. בזיווג ראשון האט ער גענומן מ' רבקה. זי איז, ככל הנראה (ג), געוועהן ממשפחת רעדליך פון ראווא, א קרובה פון ר' ירוחם פישל רעדליך שו"ב פאדגורז יליד ראווא.(ד)

פון איר איז איהם געבוירן צוויי קינדער (כפי שמתבאר פון הייראט רשימות):
א. מ' חיה פייגא אשת ר' חיים צבי אשכנזי אב"ד פרשעווארסק,(ה) ב"ר יונה אב"ד שם, נכד הרה"ג ר' משה דוד אשכנזי אב"ד טאלטשווא – המשך משפחה זו וועל איך שרייבן בל"נ באשכול המיוחד למשפחה זאת.
ב. ר' אברהם מסקאהל, עי' לקמן

אין תרל"ה איז מ' רבקה אוועק. אין תרל"ו בערך האט ער גענומן מ' טאבא בת ר' ישעיה באב"ד אב"ד זבאריז, ממלא מקום אחיו הרה"ג ר' יוסף באב"ד בעל ס' מנחת חינוך, וחתן הנגיד ר' יחיאל מיכל הכהן קאניר מטיסמעניץ בן הרה"ג ר' יעקב צבי אב"ד מאהלוב, כמו שכתבתי כאן וכאן באשכול המיוחד למשפחתו.
(דאס גייט נישט זיין דאס לעצטע מאהל מיר טרעפן דא משפחת באב"ד...)
מ' טאבא איז געוועהן די אלמנה ר' אליעזר הירש ווילנער (איך ווייס נישט ווער דאס איז), און האט מיט געבראכט זיינס א זוהן (ר' ליב) און א טאכטער (מ' חיה לבית צימעלס).

מיט ר' לוי, האט זי געהאט איין טאכטער (וואס איז נישט אוועק אינגערהייט ר"ל):
ג. מ' פערל איטא, אשת ר' ברוך (ב"ר הירש) גאלדבערג פון בוטשאטש (מער ווייס איך נישט פון איר).
ר' לוי און זיין ברודער ר' ראובן, האט געפיהרט (ו) גלאז פאבריקן. די מלאכה איז געבליבן אין משפחה ביים קומענדיגען דור: ר' אברהם ב"ר לוי און ר' משה ב"ר ראובן האבן אויך געפיהרט גלאז פאבריקן (ז) אין דערפליך אין צפון מזרח גאליציע. צוויי שטעטליך ווערן דערמאנט: Huta Sielecka דהיינו דער גלאז פאבריק אין סיעליץ (Sielec) בפלך סקאהל (בין קריסניפאל למאסט, נישט ווייט פון בעלזא), און Huta Pieniacka דהיינו דער גלאז פאבריק אין פיעניאקי (Pieniaki) בפלך זלאטשוב (קרוב לפודהארעץ[?] ואלעסק).
ר' לוי איז אוועק תרנ"ה אין סקאהל.
====
    (א) וכאן המקום להכיר טובה להרב טייבעלע וסיעתו וכל מלאכתם בשמות הפרענומעראנטן.
    (ב) במחילת כבודכם, האב איך נישט פארשריבן די פונקטליכע מקורות פון ידיעות וואס איך האב גענומן פון פרענומעראנטן מפני הטורח, ביטע גלייבט מיר אז איך פעלש נישט, המעיין ברשימת הפרענומעראנטן אשר באתרא הדין ימצאם.
    (ג) די נקודה גייט זיין וויכטיג לגבי די קושיות וועגן איר זוהן ר' אברהם'ס יחוס, בין איך מדגיש וואס איז נישט מוכרח.
    (ד) מיר טרעפן אין ראווא א ר' לוי שנעע וזו' רבקה לבית רעדליך, און די יאהרן שטימן. לכאורה האט די משפחה נישט מיט משפחת רעדליך נכדי ר' שלמה חתן הרה"צ ר' ארון ליב מפרעמישלאן – אבי ר' אברהמ'טשע מיקאלאיוב'ער חתן ר' מאיר'ל פרעמישלאנער.
    (ה) ביי היינטיגע יחוס-פארשער און -שרייבער, בעיקר באקאנט אלץ דער (שווער. טעות) [עלטער-שווער] פון ר' שלום לייפער מנדבורנא-ברייטאן.
    (ו) איך ווייס נישט צו די פאבריקן האבן געהערט פאר זיי; פון דייטשע דאקומענטן איז משמע אז ר' לוי און ר' ראובן האבן נאר געפיהרט דעם פאבריק אין סיעליץ, למשל.
    (ז) איך ווייס נישט צו בשותפות, והוא הדין פאר זייערע פאטערס. עכ"פ פאר א תקופה האבן זיי ביידע געוואוינט אין סיעלעץ.
לעצט פארראכטן דורך הסרפד אום זונטאג מארטש 03, 2019 12:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דור ב חלק ב
ר' ראובן מסקאהל ב"ר אהרן זעליג

ר' ראובן איז געבוירן בתק"צ בערך, און האט חתונה געהאט מיט מ' רייזל בת ר' שמעלקא וזו' מ' יכט ווארט (ווארד, Ward/Warth) מסקאהל.

וועגן איהם ווייס איך ווייניג, נאר למען השלימות – און בפרט ווייל ער האט זיך משדך געוועהן מיט עטליכע רבני'שע משפחות (גלאנץ מקאמרנא, וויעליטשקער מסקאהל, וכו') וואס זענען אויך ליידער שוואך באשריבן – וועל איך אויס רעכענען זיינע קינדער:

א. מ' מארגאלא, געבוירן תרי"א בערך. אשת ר' אלעזר הכהן גלאנץ מקאמרנא, בן הרב ר' מרדכי יצחק אב"ד קאמרנא,(א) בן הרה"צ ר' צבי הירש הכהן גלאנץ אב"ד (שם. טעות) [שיניאווא], חתן האריה דבי עילאי. ר' אלעזר איז אוועק אין תרס"ה, אלט 55 יאהר. אויף זייערע יוצ"ח טרעף איך גארנישט.
ב. ר' יוסף אלעזר מסקאהל, געבוירן תרי"ז בערך. חתן ר' מאיר ליפּערמאן (פ"א דגושה) פון וואריש. נפטר תר"צ. געהאט עטליכע קינדער (אפשר נאר טעכטער), לענינינו איז אינטערעסאנט בתו מ' רעלא אשת ר' פייבל(ב) סים בן הרה"ג ר' [אברהם דוב] בעריש סים אב"ד נאראיוב. אויף די משפחה פון ר' בעריש סים איז ווייניג באקאנט, בפרט וועגן זיינע פיר זיהן, לע"ע עי' בתוך דברי ידידנו הרב מיללער בפארום אוצה"ח על חתנו ר' מרדכי סג"ל לאנדא מבורשטין.
ג. מ' חיה, געבוירן תר"כ בערך. אשת ר' בעריש מיזיש מיאברוב, ב"ר יוסף הירש משם, ב"ר אברהם אליעזר מלבוב, ממשפחת קאזינער-מיזיש המפורסמת מלבוב.
ד. ר' משה מסקאהל, געבוירן תרכ"א בערך. חתן ר' משה נתן(ג) וויעליטשקער מסקאהל, ממשפחת וויעליטשקער הידועה – מחותנים עם הרה"ק מאלעסק. ר' משה האט, כנראה,(ד) ממשיך געוועהן מיט זיין טאטענ'ס גלאז-פאבריקאציע. ער איז נפטר געווארן אין תרס"ד, 43 יאהר אלט.
ה. מ' רחל, געבוירן תרכ"ג בערך, אשת ר' [יעקב יוקל ב"ר] אליה ריס מליביטשויב – מער ווייס איך נישט.

ר' ראובן איז אוועק אין סקאהל אין תרנ"ב, אלט 62 יאהר.(ה)

====
    (א) זיין צווייג פון משפחת גלאנץ איז אויך ליידער גאנץ שוואך באשריבן.
    (ב) המכונה לפעמים, משום מה, 'Samuel'
    (ג) אדער משה נטע? נתן משה?
    (ד) ער איז גער איינציגסטער 'M. Schnee' עכ"פ אין די משפחה.
    (ה) JRI האט נאך געשריבן בטעות 45.
לעצט פארראכטן דורך הסרפד אום דינסטאג מארטש 05, 2019 8:34 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דור ג – הקדמה

איך בין דאך מעיקרא געקומן צו פארשן דעם יחוס פון ר' חיים צבי אשכנזי אב"ד פרשעווארסק, אבער דאס לאז איך אויף יענעם אשכול בל"נ; אין משפחת שנעה'ס אשכול, דערגרייכן מיר יעצט דעם הויך-פונקט: הגביר החסיד ר' אברהם שנעה מסקאהל.

ווען נישט די פראבלעמן וואס עס גייט אונז מאכן, וואלט לכאורה געוועהן פשוט אז "ר' אברהם (וזוגתו מ' שרה) שנעה פון סקאהל" איז נאר געוועהן איינער: דעם אויבן-דערמאנטן זוהן פון ר' לוי ב"ר אהרן זעליג. איך וואלט ממילא ארויף געלייגט יעדן זכר פון א ר' אברהם שנעה, צי פון סקאהל, צי פון צפון מזרח גאליציע בכלל, אויף איהם. איך ווייס דאך אבער יא וואס קומט אונז באלט אנטקעגען, ממילא:

1) ערשט וועל איך באשרייבן ר'-אברהם-ב"ר-לוי-בלי-ספק, און אלעס וואס געהערט צו איהם בוודאות.

2) דער נאך וועל איך פרעזענטירן דעם 'צווייטן' ר' אברהם (וועם הרב 'אילו זכינו' האט דערמאנט אויבן: חמיו של הרה"ג ר' שמואל דוד הכהן פריעדמאן מחוסט בזיווגו השני וזקנו של הרבנית מפריימאן – אבער 'ועוד...'), און איך וועל דערמאנען אלע ר' אברהם'ס וואס מען קען ארויף לייגן לכאן או לכאן.

3) דער נאך וועט זיך אהן הייבן אונזער 'צווייפל'.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דור ג חלק א
ר' אברהם מסקאהל ב"ר לוי ב"ר אהרן זעליג

ר' אברהם שנעה מסקאהל איז געבוירן אין תר"י בערך, צו זיין פאטער ר' יהודה לוי הנ"ל, מזיווגו הראשון מ' רבקה לבית רעדליך מראווא.

אויף ר' אברהם פערזענליך איז א ביסל שווער צו שרייבן, ווייל מיר וועלן דאך פון איהם מאכן דא א פלג-גופא, וועלן מיר זיך מסתפק זיין דערווייל מיט טריקענע ביאגראפישע פונקטן.

לויט די מעטריקל, האט ר' אברהם דינן חתונה געהאט מיט מ' שרה בת ר' אלעזר הלוי הורוויץ וזו' אסתר פון סטאניסלאב. דאס מיינט זיכער(א)(ב) הרה"ג ר' אלעזר הלוי הורוויץ אב"ד ראהאטין, וואס, כדברי הרב מיללער (מיט א פאהר לינקס צו געלייגט):
מיללער האט געשריבן:נאך א זון פון ר' יעקב יוקל מבאלחוב ב"ר מנחם מענדל מלינסק איז געווען ר' אפרים פישל הורוויץ אב"ד מונקאטש, ער איז געווארן רב אין מונקאטש אויפן פלאץ פון ר' עזריאל גרין (איבער וועם מיר האבן א באזונדערן אשכול) וועלכער איז נפטר געווארן בשנת תר"א, פאר אכצן יאר האט ר' פישל משמש געווען ברבנות העיר מונקאטש ביז צו זיין פטירה בשנת תרכ"א[...]
איך האב דערווייל געטראפן צוויי קינדער פון ר' אפרים פישל הורוויץ אב"ד מונקאטש;
א. בנו ר' מאיר
ב. בתו הרבנית אסתר רבקה אשת ר' אלעזר סג"ל הורוויץ אב"ד ראהאטין בעמח"ס דבר הלכה ועטרת זקנים ב"ר משולם יששכר מסטניסלוב הבר ליוואי נכד מהר"י מהאמבורג זצ"ל
[...]
בני ר' אלעזר הורוויץ אב"ד ראהאטין חתן ר' אפרים פישל ממונקאטש;
1. ר' אפרים פישל הלוי הורוויץ אב"ד מאריאמפאל [חותנו של ר' ניסן שטאלצבערג מווינא בעמח"ס האביב]
2. ר' דוד הורוויץ אב"ד סטאניסלוב מח"ס אמרי דוד
3. ר' שלום אלטר הלוי הורוויץ (מו"ל ספר אביו עטרת זקנים שנפס בסוף ספר זקנו פני אריה)

(בתו מ' שרה ווערט דערמאנט ביי ר' מאיר וונדר אין מאורי גליציה, אבער פון וואנעט ווייס איך נישט.)

פון איר האט ער געהאט אזוי:
א. ר' חיים מרישא וסקאהל, געבוירן בערך תרל"ז. די ראויות אז ר' חיים געהערט דא זענען זייער אומ-דירעקט – עי' אצל אחותו מ' מרים, ותמצא. פון א געבורטס מעטריקל זעהן מיר אז ר' חיים האט גענומן מ' סאשא ביילא בת ר' ברוך טווערסקי ממאלין וזו' מ' רחל (געהייראט 1904 אין מאלין). דאס געהערט לכאו' מיט שושלת צדיקי מאלין מגזע טשערנאביל/ברעסלאב, אבער איך האב נישט געטראפן ווי אזוי, כמו שכתבתי במקומו. ר' חיים ווערט דערמאנט אין צענסוס פון רישא פון 1910, אבער עס איז לכאורה פול מיט גרייזן. אויב איז דאס די זעלבע זיווג, קומט אויז אז זיין פרוי איז געבוירן אין ראדאמישל – לפי הענין וואלט איך געזאגט די אוקריינער ראדאמישל, אצל מאלין וקיוב. אויך האט געוואוינט ביי איהם זיין טאכטער – לכאורה צ"ל שוועסטער – מ' מרים מיט איר זוהן לייבוש. אויף די עלטער איז ער אפשר צוריק קיין סקאהל, וואו מיר טרעפן א ר' חיים שנעה וואס איז אוועק אין תרצ"ב אלט 57 יאהר.
ב. מ' מרים הי"ד. פון יד ושם ווייסן מיר אז ר' אברהם שנעה(ג) האט געהאט א טאכטער, איין אלמנה, מ' מרים, וואס האט זיך גערופן ביי איר מיידלישן נאמן, מרים שנעה, וואס האט אויך געהאט א זוהן, ר' לייבוש שנעה הי"ד. פאר'ן קריעג האבן זיי געוואוינט אין טארנא. אין סקאהל טרעפן מיר טאקע א טאכטער 'מאריא' פון ר' אברהם שנעה וואס האט געבוירן א זוהן 'לעאן', און איר מאן הייסט ר' פנחס טארן, לכאורה ממשפחת טארים/טארן המפורסמת נכדי ר' מענדלי רימינוב'ער. די יאהרן שטימן גענוי מיט מ' מרים שנעה מסקאהל הנזכרת אצל (אביה) [אחיה] ר' חיים כנ"ל, געבוירן למס' 1878 דהיינו תרל"ח בערך.
ג. הרב ר' אהרן אשר מסקאהל ואב"ד טויסט,(ד) געבוירן תרמ"א. ר' אהרן אשר איז דער הויפט רבני'שע דמות פון די משפחה, און ממילא דער מערסטער באשריבינער. ר' אהרן אשר האט חתונה געהאט אין תרס"ד(ה) מיט מ' חיה טראני בת הרה"ג ר' שמחה גינצבורג אב"ד סטראזיניץ (ועיי"ש בהמשך).
פון איר האט ער געהאט חאטש איין זוהן, הרב ר' ישראל הי"ד, חתן אשה לבית רמר"ז בסקאהל,(ו) אוועק בימות הזעם מיט זיינע זיהן, שמחה אהרן, חיים יהושע, אברהם דוד, און זיין טאכטער חנה מרים, הי"ד. מ' חיה טראני איז אוועק אין תרס"ז ווי עס שטייט אויף איהר מצבה כמצויין ע"י הרב נחוניא באשכול הנ"ל.
בזו"ש איז ר' אהרן געווארן איין איידים ביי הרה"ג ר' דוד מנחם מאניש באב"ד אב"ד טארנאפאל בעל חבצלת השרון, בעל בתו מ' פעשא, אין די תר"פ יאהרן בערך. פון איר האט ער געהאט מ' רעלא הי"ד, אשת הרב ר' נפתלי הירץ לאנדא הי"ד אב"ד בורשטין,(ז) כמבואר אין די ספרי החבצלת וואס מען האט איבער געדרוקט נאכ'ן קריעג.
ר' אהרן איז, אין א געוויסע תקופה געוועהן אב"ד טויסט/טלוסט.(ח) ער איז לכאורה דער ר' אהרן שנעה אין סקאהל וואס איז וועק יום כיפור (אדער מוצאי יו"כ) תרצ"ד.(ט)
ד. בתו מ' רויזא או רייזל,(י) געבוירן תרמ"ג אין פאדהארעץ. ביי איר געבורט שטייט קלאהר אז איר מוטער'ס פאטער איז געוועהן ר' אלעזר הורוויץ רב פון ראהטין.
ה. בתו מ' לאה, אשת הרב ר' מנשה יחזקאל פערלמאן(יא) ב"ר משה מקראקא בן הרה"ג ר' נפתלי בנימין פערלמאן אב"ד מישלעניץ.(יב)
ו. בנו ר' יהודה לוי הי"ד, נולד תרנ"ה בערך. נשא מ' שפרה בת ר' מאיר מויער(יג) מקאמינקא וזו' אסתר רחל לבית איסרליס.(יד) ער ווערט דערמאנט צווישן דיע קדושים פון סקאהל.(טו)
ז.-ח. בניו ר' שלום ור' לייבוש מסקאהל הי"ד.(טז)

ר' אברהם איז אוועק אין סקאהל אין תרע"ה, אלט 65 יאהר,(יז) און דערנאך זיין פרוי [כנראה] מ' שרה, אין תרע"ו (נאך אין 1915), אנגעבליך 58 יאהר.

עד כאן דברי ר' אברהם הידוע, בן ר' לוי וחתן הרה"ג ר' אלעזר אב"ד ראהטין.

====
    (א) ווי עס שטייט קלאהר ביים געבורט פון בתו מ' רויזא (אבער דארט שטייט נישט אז די עלטערן זענען פון סקאהל, כמו שיתבאר בערכה), און ווי עס וועט ווערן געבראכט אין די מקורות אויף בנו ר' אהרן אשר ובתו מ' לאה פערלמאן.
    (ב) עס איז אינטערעסאנט אהן צו מערקן, אז דיע דריי – ר' לוי שנעה [עם זוגתו השניה מ' טאבא בת ר' ישעיה באב"ד אב"ד זבאריז] און זיינע צווי קינדער מזו"ר מ' רבקה – האבן זיך אלע איינגעשריבן אין הייראט-מעטריקל אין איין וואך, סוף דעצעמבער 1876. יצויין אז JRI אויף דיע תקופה פון הייראט-מעטריקל אין סקאהל איז אין גאנצן פארדרייט; זעהט דעם עצם מעטריקל. )
    (ג) דינן, ווייל עס געבט איין אזוי איין שלמה יעקובוביץ, איין אייניקל פון ר' חיים צבי אשכנזי מפרשעווארסק.
    (ד) ע"ש זקנו ר' אהרן זעליג?
    (ה) אין קול מחזיקי הדת איז דא א מזל טוב פאר איהם פון 'בן גיסו' ר' אפרים פישל שראטט מקארטשין
    Schrott Schnee Aug 1904 QMH.png
    Schrott Schnee Aug 1904 QMH.png (11.68 KiB) געזען 4553 מאל

    בן בתו פון ר' אלעזר אב"ד ראהטין כמבואר בהקדמת שו"ת הרי בשמים תניינא, לבן דודו המיועד להיות חותנו, הגאון מסטאניסלאב.
    (ו) שם חמיו חסר, יתכן שהיה ממשפחת וועליטשקער הנזכרת.
    (ז) בן אחי חותנו של החבצלת? כך ראיתי כותבים.
    (ח) כמבואר בכתובים על החבצלת, און ווי עס שטייט אין הקדמת ספר האביב פון ר' ניסן שטאלצבערג הנ"ל (חתן הרב ר' אפרים פישל הורוויץ אב"ד מאריאמפאל [בעל בתו מ' יוכבד. רשימות ווינא] בן הרה"ג ר' אלעזר אב"ד ראהטין כנ"ל) וואס רופט איהם 'בן אחות חותני'.
    (ט) אין שו"ת חבצלת השרון תניינא, ארויס געגעבן דורך חתני המחבר, ווערט ער טאקע נישט דערמאנט. אזוי אויך האט ער געהאט איין אייניקל פאר'ן קריעג וואס האט געהייסן נאך איהם (בן בנו ר' ישראל, עי' לעיל).
    (י) מתחלפין בלעז, כידוע.
    (יא) נישט אויס צו מישן מיט זיין פעטער מיטן זעלבן נאמן.
    (יב) עי' מאו"ג בערכו, ע"פ מאמר בכרם שלמה. דארט זעהט מען אז ר' מנשה יחזקאל איז געוועהן איין איידים ביי ר' אברהם שנעה מסקאהל חתן ר' אלעזר אב"ד ראהטין. וכן בשו"ת אמרי דוד סי' קצח (שציין במאו"ג) להרה"ג ר' דוד אב"ד סטאניסלאב בן ר' אלעזר אב"ד ראהטין, כותב להבחור לוי בן ר' מנשה יחזקאל בשם 'נ"א' (נכד אחותי). סדר הבנים במאו"ג טעות, כמבואר למעיין ב-JRI.
    (יג) פארשריבן אלץ בלויז 'פרענקל' דא, אבער ביי זיין אייגן הייראט רשימה אין קאמינקא שטייט קלאהר בן ר' הירש מויער מפרעמישלאן [שם עירו חסר ב-JRI] וזו' חיה טויבא לבית פרענקל. בן אחר בן פון ר' מאיר'ל? און אפשר מצד אמו? ליידער זייער שוואך באשריבן.
    (יד) מי הוא זה? שם אביה ר' איסר איסרליס כמבואר ברשימה הנ"ל בקאמינקא.
    (טו) ביי זיין הייראט רשימה שטייט בפירוש 'הורוויץ' ביי זיין מוטער.
    (טז) דערמאנט אין סקאהלער יזכור ביכל ביי ר' לוי ב"ר אברהם הנ"ל, ויגיד עליו רעו.
    (יז) לויט די יאהרן מדובר בר' אברהם דינן לכאורה.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

השלמות ונספחים להנ"ל (איידער איך גרייט אהן דאס איבעריגע צום שרייבן)

דור א
אות ג. מ' זלאטא ובעלה ר' יצחק כ"ץ.
איך האב יעצט געטראפן אז ר' יצחק'ס איין אייניקל, דניאל אבראהאם (שוין עטליכע דורות אראפ פון וועג ר"ל אין דייטשלאנד און אמעריקע) האט א גענעאלאגיע וועבסייט אויף ר'יצחק'ס אייניקליך:
http://www.danielabraham.net/tree/katz/
(אויף משפחת שנעה לייגט ער נישט צו על דברינו כאן)

איין אינטערעסענטע נקודה קומט אויס ע"פ וואס איז געבראכט דארט: נכדם ר' אהרן זעליג כ"ץ איז געוועהן בזו"ר איין איידים ביי ר' שמואל'טשע הלוי פערן מרודיק, ב"ר אלימלך משם, שניהם מנגידי חסידי קאמרנא (עי' עליהם בס' יזכור רודקי ובמאו"ג בערכם.)

דור ג חלק א
אות א. וב. ר' חיים מריישא ומ' מרים אלמנת ר' פנחס טארן
ממעטריקל ריישא:
Chaim Schnee Rzeszow.jpg
Chaim Schnee Rzeszow.jpg (227.03 KiB) געזען 4517 מאל

ממפקד רישא
Chaim Schnee Rzeszow Census.png
Chaim Schnee Rzeszow Census.png (54.04 KiB) געזען 4517 מאל


שם אות ה. מ' לאה אשת ר' מנשה יחזקאל פערלמאן
מאורי גליציה (קיצור דברי קובץ כרם שלמה):
perlman.jpg
perlman.jpg (52.92 KiB) געזען 4517 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נאך השלמות ונספחים להנ"ל

דור ג חלק א

מס' יזכור סקאהל:
Schnee Yizkor Sokal 2.jpg
Schnee Yizkor Sokal 2.jpg (2.67 KiB) געזען 4513 מאל

Schnee Yizkor Sokal 1.jpg
Schnee Yizkor Sokal 1.jpg (16.43 KiB) געזען 4513 מאל
(על מ' שיינדל בת ר' יוסף אלעזר: עי' דור ב חלק ב אות ב.)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דור ג חלק ב
ר' אברהם שנעה 'השני' מסקאהל

[עס האט זיך געלוינט שרייבן במתינות דעם חלק, ווייל איך האב דערווייל געטראפן, אין מיין אייגענע ווערטער, א חצי-תשובה אויף מיין הויפט קשיא.]

אלזוי, ווער איז דער 'אנדערער' ר' אברהם? ער איז דער זיידע פון די אונגארישע רבני'שע משפחות וואס זענען זיך מתייחס צו א ר' אברהם שנעה מסקאהל. איך מיין דאך ר' אברהם,(א) דער פאטער פון מ' נייטשא ווערטהיימער/פריעדמאן דערמאנט אויבן - אבער זי איז נישט געוועהן זיין איינציגע קינד.

אבער ערשטענס, וואס ווייסט מען אויף דעם ר' אברהם אליינס? די לשון וואס זיינע אייניקליך שרייבן אויף איהם, כמעט בסגנון אחד, גייט אזוי: הנגיד/הגביר הרבני החסיד ר' אברהם שנעה מסקאהל מחשובי חסידי בעלזא.(ב) דער ר' אברהם האט אויך געוואוינט א תקופה אין בראד, און אין Borchots, וואס לדעתי איז שלעכט-איבער-געשריבען פון קורענט-שריפט פון Podhorets. אויף זיין יחוס, לדברי יוצ"ח, וועלן מיר זיך דאך שטעלן באזונדער.
דער ר' אברהם פרוי האט אויך געהייסן מ' שרה, אפשר שרה פאיע (עי' בהעתק המעטריקל למטה).

און וואס ווייסן מיר אויף זיינע קינדער? מיר טרעפן זיי אין די סיגעטער מעטקריקל (דורך JewishGen), כזה:
Freund-Friedman-Schnee.png
Freund-Friedman-Schnee.png (34.49 KiB) געזען 4473 מאל

קומט אויס אז בני ר' אברהם אלו הן:
א. מ' רייצא ריזל. געבוירן תרכ"ב אדער תרכ"ג. עס איז מיר א ביסל א פלא אז זי ווערט נישט דערמאנט דורך נכדי אחותה מ' נייטשא. זי האט חתונה געהאט מיט הרה"ח ר' שלום פריינד מסיגוט, בן הנגיד החסיד המפורסם ר' משה אריה משם, וכמו שכתבתי באשכול לתולדות משפחת פריינד:
הסרפד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=14089
מציבת הראה"ק ר' משה ארי' פריינד מסיגוט, לידו מנוחת בנו ר' שלום, סמוך ונראה באהל אחד עם הערך ש"י ראב"ד סיגוט

שמן למאור האט געשריבן:משפחת הרה"ח ר' משה ארי' פריינד ז"ל ראה"ק סיגוט
[...] ח. בנו הרה"ח ר' שלום פריינד ז"ל נפטר ח"י שבט תש"ג. [...] בתו מרת יוכבד ע"ה אשת הרה"ח ר' מרדכי ארי' מאשקאוויטש ז"ל מקאנאדא

מצבת זוגתו מ' רייצא ריזל בסאטמאר (פון דא):
בילד

אויסער דעם וואס די נעמען שטימן, טרעפט מען דאך ר' שלום אלץ איין עד ביי ר' שמואל דוד פריעדמאן'ס הייראט רשימה, ווי אויך שטימן צוזאמן די יחוס אויף ביידע שוועסטער'ס מצבות.(ג)

ב. מ' נייטשא. געבוירין תרכ"ט בערך. בזיווג ראשון איז זי געוועהן אשת ר' מאיר ווערטהיימער מזבארוב. פון איהם איז באקאנט איין זוהן, ר' מנחם מענדל ווערטהיימער הי"ד,(ד) חתן ר' מאיר שטערנליכט ממעליץ, אבי הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער ואחותו מ' מינדל לאה (מצבתה) אשת הרה"ג ר' רפאל זילבער אב"ד פריימאן זצ"ל.
נאך איר מאן ר' מאיר איז אוועק, האט זי חתונה געהאט בזוו"ש מיט הרה"ג ר' שמואל דוד הכהן פריעדמאן דומ"ץ חוסט (לע"ע עי' עליו באשכול על רבני חוסט), און דאס איז די צווייטע רשימה פון די סיגיטער מעטריקל געבראכט אויבן. בנוסף צו קינדער וואס ר' שמואל דוד האט געהאט פון זיין זו"ר, האט ער מיט איר געהאט די קינדער וואס הרב אילו זכינו האט געבראכט אויבן: הרה"ג ר' יעקב דומ"ץ חוסט הי"ד (חמיו של הרה"ג ר' נפתלי לאנדא מחוסט זצ"ל - מצבת זוגתו מ' נייטשא), הר"ר אהרן הי"ד חתן הרה"ג ר' וואלף ענגיל בן הרה"ג ר' שמואל אב"ד ראדאמישלא, והרה"ח ר' יו"ט ליפא ז"ל (מצבתו), אבי הרב הנגיד ר' שמואל דוד הכהן פריעדמאן שליט"א (בעל ספרים הרבה אין קץ, כ"י).
וזאת מצבתה (מספר בדידי הוה עובדא לנכדה ר' שמואל דוד הנ"ל):
Bdidi 682.jpg
Bdidi 682.jpg (53.22 KiB) געזען 4473 מאל


מיר וועל אויך צו לייגט נאך א זיכערע זוהן פון דעם ר' אברהם:
ג. ר' ליבש שנעע (בסקאהל). ווערט דערמאנט אלץ בחור דורך זיין שוואגער הרה"ג ר' שמואל דוד פריעדמאן מחוסט הנ"ל, בהקדמת ספר מילי דחסידותא להרה"ק מבוטשאטש שהוציא לאור בשנת תרס"ט.

====
    (א) איך וועל מיך דערווייל נישט וויסענדיג מאכן פון דיע וואס טוישן ר' אברהם'ס משפחה נאמן, ווייל עס שטימט נישט. (צום סוף וועל איך נאך אלץ נישט וויסענדיג מאכן פון דעם דעה; אין מיטן וועל איך עס ערגעץ דורך-שמועסן.)
    (ב) 'החסיד... מסקאהל' 'מחסידי בעלזא' איז, אגב, כמעט א כפל לשון...
    (ג) זייערע קינדער וועל איך ברענגן אין א נספח ווייטער בל"נ.
    (ד) אין זמירות מטר השמים להרה"ג ר' טודרוס זילבער איז דא א לאנגע רשימה פון פעטערס פון אמו הרבנית מ' מינדל לאה, כולם בני ר' מאיר, אבער עס איז נישט קלאהר וועליכע זענען מצד אביה ר' מנחם מענדל ב"ר מאיר ווערטהיימער, און וועליכע זענען מצד אמה מ' גיטל חיה בת ר' מאיר שטערנליכט.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נספח לדור ג חלק ב
אות א. מ' רייצא רייזל אשת ר' שלום פריינד מסיגוט
(אפשר געהערט דאס אין דעם פריינד אשכול? עכ"פ זכרון אחד עולה וכו')

לשלימות הענין, ברענג איך דא screenshots פון JewishGen'ס מעטריקל database פון סיגוט פון זייערע קינדער (נישט מסודר לויט די יאהרן פאר טעכנישע סיבות) - די נעמען זענען פול מיט גרייזן, ממילא איז שווער צו זוכן:
Freund-Schnee births 1.png
Freund-Schnee births 1.png (41.56 KiB) געזען 4454 מאל

Freund-Schnee births 2.png
Freund-Schnee births 2.png (40.67 KiB) געזען 4454 מאל


אין יד ושם האט בתם מ' יוכבד מאשקאוויטש הנ"ל אריין געגעבן ווי פאלגענד (טייל בשם 'יוכבד מאשקאוויטש' און טייל בשם 'יוכבד פריינד'):
- יוטא (Jollan?) בסאטמאר
- אסתר (Etel) בסיגוט
- משה אריה בסיגוט-
- פראדל דבורה בסאטמאר
(איך לאז אויס די יאהרן וואס ווערן דארט פארשריבן וואל עס זענען זיך סותר מיניה וביה מיט 20 יאהר אין איין פאל. אויך האט מ' רייצא רייזל זיכער נישט געהאט קיין קינדער ארום 1920 למס', ולאו בכל יומא אתרחש ניסא. אלא מאי, מרת מאשקאוויטש ע"ה האט דאס נישט אליינס פארשריבן, און דער כותב האט זיך טועה געוועהן, ופשוט.)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דור ג חלק ג
ר' אברהם שנעה מסקאהל 'סתם'

אויסער די צוויי ר' אברהם'ס – אדער די צוויי טיילן פון איין ר' אברהם – וועמן איך האב דערמאנט אויבן, ווערט די נאמן ר' אברהם שנעה דערמאנט אפט אין גאליציאנער מקורות פון יענעם תקופה (תרל"ה–תר"ע), וואס הדעת נותן, אין אלע פעלער, אז דער מדובר איז איינער פון די צוויי אויבן-דערמאנטע. דיע מקורות פון וואס איך רעד זענען: פרענומעראנטן,(א) די גאליציאנע חסידי'שע צייטונגן מחזיקי הדת/קול מחזיקי הדת – בפרט אין די מדור תשובה כללית(ב) אלץ ר"א שנעע וכדומה, און אין נאך מעטריקל ביכער.
איך וויל באציהען, אז יהיה מי שיהיה, ביידע אונזערע ר' אברהם'ס שטאמן זיכר פון סקאהל, פון די זעלבע משפחה, און ממילא האבן מסתמא געהאט א שייכות מיט גלאז-פאבריקאציע, און האבן זיך געדרייט אין דערפלעך וואו מען האט פאבריציאט גלאז. אזוי אויך, יהיה מי שיהיה, האט זיין פרוי געהייסן שרה.

אין תרל"ט טרעפן מיר אין מחזיקי הדת דערמאנט אז קהלת מאסט רבתי האט זיך משתתף געוועהן אין די חברה מחזיקי הדת, בין הממונים הרב המופלג וגביר נכבד מו"ה אברהם שנעע נ"י (ועמו בין הממונים [מחותנו, כמו שנתבאר] ר' ישראל בצלאל גרינוואלד חתן הגאון ממאסט ר' שמעריל שטיקלער, ועוד כמה ממשפחתו)
MHD Mosty 1879.png
MHD Mosty 1879.png (97.54 KiB) געזען 4423 מאל

א פאהר יאהר פריער, אין תרל"ו (דעצ' 1875) טרעפן מיר אין מאסט(ג) פטירת הילד יצחק אייזיק בן ר' אברהם ומ' שרה שנעע פון הוטא סיעלעצקא (=דעם גלאז-פאבריק-שטעטל ביי סיעליץ אצל מאסט), 3 יאהר. דאס איז מסתמא הילד אייזיק אליעזר/אלעזר(ד) געבוירן אין סקאהל ב' דר"ה תרל"ד. (מיר טרעפן שוין א מיידל, פערל בת ר' אברהם ומ' שרה שנעה, געבוירין שוין אין סוף תשרי תרל"א. ביי איר איז אויך נישט דא קיין הכרע וועליכע ר' אברהם איז איר פאטער.)
אין די סוף תר"מ – אנהייב תר"נ יאהרן טרעפן מיר אין צווישן די דערמאנטע אין 'תשובה כללית' אין [קול] מחזיקי הדת, 'ר"א שנעע' אין פיעניאקי (פיניאק/פינאקי וכו'), אויך (אפשר דווקא שפעטער) אין בראד.
Schnee Tsh Kl MHD 1888-91.png
Schnee Tsh Kl MHD 1888-91.png (33.87 KiB) געזען 4423 מאל

פיעניאקי, ווי דערמאנט אויבן, איז אויך א גלאז-פאבריקאציע דערפל (אצל בראד) – און איינער ר' אברהם שנעע פון 'גלאזפאבריק פיעניאקי' האט געשריבן א גאנצע מאמר (צוויי טיילן) סוף זומער תרמ"ח אין 'קול מחזיקי הדת', געבויעט אויף זיין וויכוח מיט עפעס א משכיל, בשעת זיינע נסיעות לרגל מלאכתו.
(תחלתו וסופו:)
MHD Stam Maksh 1888.png
MHD Stam Maksh 1888.png (57.02 KiB) געזען 4423 מאל

אויכעט אין דיע יאהרן טרעפן מיר אין פרענומעראנן ר' אברהם שנעה/שנייא/שנע אין 'פיניאק' און בראד. צו געדענקן, ר' אברהם שנעה השני האט זיכער געהאט עפעס א שייכות מיט בראד, ווי דערמאנט אין די געבורט מעטריקל ביי איינער פון די קינדער פון בתו מ' רייצא רייזל פריינד.

====
    (א) ווי איך האב שוין געשריבן, וועל איך נישט צו צייכנען די מקורות פון די פרענומעראנטן מפני הטורח (ד.מ. ווייל איך האב זיי פארגעסן צו פאר שרייבן...)
    (ב) למען האמת ווייס איך נישט אויף וואס דא איז געוועהן געאייגנט, אבער די מושבים זענען אלע רבנים ואנשי השם וואס האבן געהאט א שייכות מיט חברה מחזיקי הדת.
    (ג) הויז נומ' 2 (גש"ג). דאס איז ווארשיינליך געוועהן עפעס א גאסט-הויז – יעדער נפטר דארט איז געווען פון א דערפל נעבן מאסט און נישט פון מאסט אליין.
    (ד) Eliaser
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דור ג חלק ד
יחוס ר' אברהם שנעה השני, והקושי שבו - פרק 'תעלומה' המכונה 'צווייפל'

  • [איך וויל נישט משיג גבול זיין, בפרט פאר א מומחה, ממילא וועל איך לאזן דעם נושא פון די וועג וואס ר' אברהם שנעה המכונה אצלנו 'השני' האט זיך מתיחס געוועהן צו הגה"ק בעל ברוך טעם זצ"ל צו הרב 'אילו זכינו', ווער עס האט שוין אהן געהויבן צו שרייבן אין דעם ענין. די שאלה צי ר' אברהם'ס אייניקליך קענען זיין דער ברוך טעם'ס אייניקליך, אבער, איז א נושא פאר זיך, אין ווענדט זיך לכאורה אין מיין נדון צי 'אחד היה אברהם', און איך וועל מיך ערלויבן צו באשרייבן דעם טייל.]
אחרי כל דברינו הנ"ל, קומט אונז אויס אזוי: מיר האבן, אין איין תקופה, מיטן זעלבן נאמן, צוויי סקאהלער חסידי'שע נגידים, פון איין סקאהלער משפחה פון גלאז-פאבריקאנטן, וואס האבן זיך משדך געוועהן מיט משפחות מיוחסות בישראל. ביידע טרעפט מען אין פארשידענע דערפליך אין צפון גאליציע – און אין איין פאל טרעפן מיר זיי אין די זעלבע שטעטל, פידהאריץ – אבער דאס לייגט נישט צו אסאך, ווייל מיר זעהן אז גלאז-פאבריקאציע איז געבינדן אין וואנדערן. אבער נישט נאר איז שמו כשמו ושם עירו כשם עירו, נאר שם אשתו איז אויך גלייך. נאך דערצו, דעם איין נאמן וואס דער חוסטער דיין ר' שמואל דוד פריעדמאן דערמאנט פון זיין שווער'ס משפחה אין סקאהל, הבח' ליבש, טרעפט מען טאקע אויך ביי ר' אברהם ב"ר לוי 'הראשון'.

איז אויב אזוי, פארוואס זאל מען טאקע נישט זאגן אז הוא הוא, ושלום על ישראל? ר' מאיר וונדר, אין זיין מיינסטער-ווערק מאורי גליציה, האט טאקע שוין אזוי באשלאסן, און ער מאכט פון ר' אהרן אשר שנעה חתן החבצלת מיט ר' מענדל ווערטהיימער בפירוש פאר שוואגערס.

  • (וכאן הבן שואל: דאס אליינס איז מעורר פראגעס – ווייסן מ' נייטשא ווערטהיימער/פריעדמאן'ס אייניקליך פון ר' אהרן אשר צו זאגן? איז דאס בכלל א קשיא? איז געוועהן וועם צו פרעגן, פון וועמן מקבל צו זיין?)
נאר וואס, דאס איז נישט מעגליך – אויב דיע חשוב'ע משפחות וועלן נישט מוותר זיין אויף א טייל פון זייער יחוס. ווי מיר זעהן אויף זייערע מצבות, דער ערשטער דור פון ר' אברהם 'השני' - זיינע טעכטער מ' נייטשא פריעדמאן און מ' רייצא רייזל פריינד - זענען זיך בפירוש מתייחס צו די גאונים בעל חכם צבי און בעל ברוך טעם.(א)
איז יעצט אזוי: ממילא יחוס צום חכם צבי, קענען מיר גרינג פארשטיין: ר' אברהם ב"ר לוי שנעה איז געוועהן איין איידים ביי ר' אלעזר אב"ד ראהטין, וועמענס יחוס צום בנין אריאל נכד החכם צבי איז באקאנט —
אבער דער ברוך טעם, היבש נענטער צו אונזער דור, וואו קען מען איהם טרעפן א מקום מנוחה? יעצט איז נישט קיין חילוק צו וועליכען אייניקל פון דעם ברוך טעם די איינקליך זענען זיך מתיחס: עס קען נישט אריין גיין. נישט ר' אברהם'ס פאטער, און נישט זיין מוטער, האבן די מינדנסטע שייכות מיט משפחות וואס קענען זיין אייניקליך פון דעם ברוך טעם,(ב) און ווידער דער יחוס פון ר' אלעזר אב"ד ראהטין וזוגתו איז גאהר באקאנט.(ג)

  • [א זייטיגע נקודה: דא איז דער פלאץ מבטל צו זיין בכל-מכל-כל איין גירסא פון די יחוס צום ברוך טעם, וואס איך גלייב נישט אז הרב אילו זכינו וועט אדורך שמועסן, ווייל עס האט נישט קיין יסוד: די גירסא אז ר' אברהם (אבי מ' נייטשא) איז נישט מער נישט ווייניגער הרה"צ ר' אברהם אבלי שעהנבלום משטעריץ (בן הרה"צ ר' וואפטשי מלבוב תלמיד ר' אורי סטרעליסקער, וחתן הרה"ק ר' יהושע העשיל מקאמרנא בן הברוך טעם) אליין. (איך רעד נישט פון א דעה אז ר' אברהם שנעה אין געוועהן איין איידים ביי ר' אבלי.) איך דארף נישט מאריך זיין פארוואס דאס איז נישט עולה על הדעת, און איך וואלט עס נישט געדארפט אפילו דערמאנען, ווען נישט וואס איך האב עס שוין כמעט זיכער געזעהן בדפוס ערגעץ, און איינער האט עס קובע געוועהן אלץ Geni'ס גירסא. צווישן אנדערע פירכות, האט ר' אבלי'ס רעביצין בת ר' יהושע העשיל מקאמרנא נישט געהייסן שרה (און אויך נישט יוכבד ווי מען האט א מאהל געשריבן ביי אונז – זי איז געוועהן ר' יהושע העשיל'ס רעביצין, ר' אבלי'ס שוויגער), נאר הינדא דבורה.]
וועלסטו מיר וועלן זאגן אז עס איז געפאלן עפעס א טעות דא, אין דער יחוס צום ברוך טעם איז בעצם א מחותנות'שאפט (און מחותנים זענען זיי געוועהן, כמה פעמים), אדער עס איז בלויז א יחוס צו משפחת פרענקל אדער תאומים וואס מען האט ארויף געלייגט על שם דעם מערסטע מפורסם (וכבר היה לעולמים...),(ד) דאס איז זייער שווער צו גלייבן. און אפילו לייגט מען די מסורה פון די משפחה אין א זייט, איז דא א שטארקע אסמכתא צו זייער רייד: דער נאמן נייטשא.

'נייטשא' איז גאנץ א זעלטענער נאמן. דער ערשטער מענטש מיט דעם נאמן נייטשא (נייטשה, נייטשי וכו') אין היסטאריע וועם איך קען טרעפן איז הרבנית מ' נייטשא בת הרה"ג ר' אריה לייב אב"ד אמסטרדאם (ואחות הבנין אריאל) חתן החכם צבי, אשת הפרנס ר' משה ר' יוסקי'ס מזאלקווא, אבי משפחת הרבנים אשכנזי-אורנשטיין מלבוב, כמבואר באריכות אין באלאבאן'ס ביכל אויף דעם משפחה. אויף מ' נייטשא הראשונה אליינס, ברענגט מען אז זי האט בעצם געהייסן 'נחמה' – אבער, כידוע, ביי ווייבערישע נעמן ווערט גרינג פון א צו-נאמן איין עיקר השם.
לדעתי, נאך היבש זוכן, טרעפט מען דעם נאמן נייטשא אך ורק ביי נכדי מ' נייטשא אשת ר' משה ר' יוסקי'ס.(ה) איינע פון די משפחות ביי וועליכע מיר טרעפן די נאמן נייטשא זייער אפט איז משפחות וועקסלער פון קאמרנא, וואס זענען זיך מתיחס טאקע צו הרה"ג ר' מרדכי זאב אורנשטיין 'הגדול' מלבוב בן מ' נייטשא הנ"ל, כמו שכתבתי במקומו. משפחת וועקסלער וועט שפילן א וויכטיגע ראלע אין הרב אילו'ס נדון, אבער בכל אופן, אלע גירסאות פון וואס איך ווייס זאגן אז ר' אברהם שנעה'ס טעכטער האבן זיך מתיחס געוועהן צום ברוך טעם דורך זיין זוהן ר' יהושע העשיל מקאמרנא – וואס עס ווערט געבראכט אויף איהם אז ער איז געוועהן איין איידים ביי משפחת וועקסלער.(ו)
לפי דעם הנחה מיינע, איז נאך שווערער אוועק צו מאכן די מסורה פון יחוס צו ר' יהושע העשיל בן הברוך טעם.

וחזר הדין, וועסטו נאר זאגן אז עס זענען געוועהן צוויי ר' אברהם שנעה'ס (וזו' מ' שרה) פון סקאהל – מעגליך איז עס, ווייל די איינוואוינער פון הוטא סיעלעצקא און הוטא פיעניאצקא, די וואוינונגס-ערטער פון א גרויסע טייל פון משפחת שנעה, זענען נישט גוט פארשריבן אין די מעטריקל. למשל, מיר קענען זאגן אז דער צווייטער ר' אברהם איז געוועהן גאהר איין אום-באקאנטן זוהן פון ר' ראובן ב"ר אהרן זעליג,(ז) – אבער מסתבר איז עס נישט. און בפרט איז שווער, אויב, ווי עס איז משמע אין מאורי גליציה, האט דער פריימאנער רב געוואוסט פון ר' אהרן אשר שנעה אב"ד טויסט אלץ א פעטער (ועי' מה ששאלתי במוסגר לעיל).

איך האב שוין א ביסל א מהלך צו פאר ענטפערן, אבער איך וויל זעהן וואס די מבינים האבן צו זאגן, בפרט נאך וואס הרב אילו זכינו וועט אונז קלאהר שטעלן ווי די יחוס צום ברוך טעם דארף צו גיין.

====
    (א) אין די אויבן-דערמאנטע זמירות פון ר' טודרוס זילבער שליט"א שטייט אויך אז זיי זענען זיך מתיחס צום פנים מאירות.
    (ב) אויף א פאל אזוי נאהנט צו אונזער דור איז לדעתי 'לא ראינו' א ראיה.
    (ג) ואם תאמר אשת ר' פישל אב"ד מונקאטש תוכיח, עי' בהערה הקודמת.
    (ד) חאטש איך טרעף דאס אויך נישט, אבער דא איז שוין 'לא ראינו' נישט קיין ראיה...
    (ה) דהיינו – רוב רובן וואס איך האב געקענט טרעפן זענען אירע זיכערע אייניקליך אדער מסתמא אירע אייניקליך.
    (ו) בית קומרנא להרב ישר-שליכטער. מאידך גיסא, דער ערשטער פון די וועקסלערס וואס איז זיכער געוועהן איין אורנשטיין אייניקל איז געוועהן ר' יהושע העשיל'ס איידים ר' ישראל מענדל, און עס נישט מוכרח אז ר' יהושע העשיל'ס שווער אדער שוויגער זענען אויך געוועהן אורנשטיין אייניקליך, ופשוט. איך האב לע"ע נישט געטראפן קיין זיכערע פאל פון א 'נייטשא' ביי ר' יהושע העשיל'ס איין אייניקל אויסער ביי משפחת חתנו ר' ישראל מענדל וועקסלער.
    (ז) באשאפן א נייע זוהן פון ר' אהרן זעליג, צו זיין אונזער ר' אברהם'ס פאטער, איז פיל שווערער.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הזמנת כבוד
אילו זכינו האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי משפחת ווערטהיימער זענען אייניקלעך פון דער ברוך טעם?
וויפיל איך ווייס:
ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער ז"ל
בן ר' מענדל ווערטהיימער ז"ל הי"ד
בן - אמו מרת נייטשא ע"ה (בזוו"ש אשת רבי שמואל דוד פר"מ דומ"ץ חוסט)
בת?
?
הרה"ק ר' יהושע העשיל מקאמארנא זצ"ל
בן הרה"ק בעל ברוך טעם זצ"ל

קען איינער ממלא זיין וואס ס'פעהלט?

אילו זכינו האט געשריבן:ווער איז געווען רבי אברהם שנעה זצ"ל?
ער איז געווען דער שווער פונעם זוו"ש פון דער חוסטער דיי'ן הרה"ג רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל
פאלגענד איז פון די הקדמה פון שרגא בטהרה - תולדות פון רש"ד זצ"ל

- הרב אילו זכינו: איר זענט מכובד, אויב ווילט איר.
[אויף ווי די יחוס צום חכם צבי און צום פנים מאירות דארף צו גיין האט איר עפעס אויכעט?]
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

[אנטשולדיגט - איין זאך פארגעסן]
נספח לכל הנ"ל - די שטעט פון וואס מיר רעדן
Schnee map.png
Schnee map.png (211.45 KiB) געזען 4385 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אפשר האט דער ר' אברהם שנעע געהאט צוויי זיווגים, טאקע ביידע מיט די נאמען שרה?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

נחוניא האט געשריבן:אפשר האט דער ר' אברהם שנעע געהאט צוויי זיווגים, טאקע ביידע מיט די נאמען שרה?

לדעתי איז דאס די אמת'ע לעזונג. (איידער וואס איך האב געשריבן דעם חלק אויף 'ר' אברהם השני', האב איך געהאט א פאלשע דאטום פאר מ' רייצא רייזל'ס געבורט, וואס וואלט געמאכט דעם תירוץ אום-מעגליך.)
עס וואלט אבער געוועהן געשמאקער ווען עס איז דא א בפירוש'ער מסורה אז ר' אהרן אשר אב"ד טויסט איז געוועהן פאר זיי א פעטער, אדער אז מ'וואלט געוואוסט פון א זיידע 'ר' לוי', וכדומה.

איין נקודה ווערט אבער שווערער, אויב עס איז איין ר' אברהם מיט צוויי זיווגים: רעכנט ווי אלט ער איז געוועהן ווען ער האט געמוסט חתונה האבן בזוו"ר... אפילו בימים ההם איז דאס מאדנע לע"ד. (גביר'ישע משפחות אין לעמבערג - וואו איך קען מיך בעסער אויס - האבן זעלטן חתונה געהאט פאר די פיפצין.)
טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט איבער »

משפחת ווערטהיימער שרייבן אז זייער יחוס צום ברוך טעם איז ווי פאלגענד:
נייטשא ע"ה בת מוה"ר אברהם שנעה ומרת שרה לאה ע"ה
שרה לאה בת הגה"ח ר' ישראל מענדל וועקסלער ע"ה ומרת הינדא דבורה ע"ה
הינדא דבורה בת רבי יהושע העשיל פרענקל אבד"ק קאמראנא
בן הגאון האדיר רבי ברוך תאומים-פרענקל בעמח"ס ברוך טעם
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

טראכט איבער האט געשריבן:משפחת ווערטהיימער שרייבן אז זייער יחוס צום ברוך טעם איז ווי פאלגענד:
נייטשא ע"ה בת מוה"ר אברהם שנעה ומרת שרה לאה ע"ה
שרה לאה בת הגה"ח ר' ישראל מענדל וועקסלער ע"ה ומרת הינדא דבורה ע"ה
הינדא דבורה בת רבי יהושע העשיל פרענקל אבד"ק קאמראנא
בן הגאון האדיר רבי ברוך תאומים-פרענקל בעמח"ס ברוך טעם

זייער אינטערעסאנט! דאס שטימט טאקע מיט ר' נחוניא'ס הצעה פון צווי זיווגים - די ערשטע, לפי זה, מ' שרה לאה, און די צווייטע מ' שרה. אין די הייראט-מעטקירל ביי ר' שמואל דוד דומ"ץ חוסט, געבראכט אויבן, שטייט טאקע Szura Peie, און עס קען פיללייכט זיין Szura Leie (ווייל L/P זענען זיך מתחלף אויף דייטשע שריפט - ווי למשל האב איך אמאהל געזעהן אויס טוישן Pesche/Lifsche).
די שאלה אויף דעם איז, ווען האט זיך ענטוויקלט די ידיעה פון דעם יחוס? אין די עלטערע ספרים לבית משפחת הרב מפריימאן ומשפחת פריעדמאן פעלן פרטים, אנדערע לייגן אריין אנדערע דורות אין צווישן (ווי איך האף אז ר' אילו זכינו וועט אונז מסביר זיין), איז ווען זענען זיי געקומן צו אזא קלאהרקייט?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

טראכט איבער האט געשריבן:משפחת ווערטהיימער שרייבן אז זייער יחוס צום ברוך טעם איז ווי פאלגענד:
[...]

אגב - וואו שרייבן זיי אזוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”