סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?
די פירמע וואס גייט אהן די לעצטע יארן מיט פארשפרייטן שפאט קארטונס פון די כלי ה'סמארטפאון
איז יעצט אריבער צו א נייע שטאפל און עס פארגליכן צו אוישוויץ !
זענען זיי אריבער א רעדליין אדער איז עס אקצעפטירבאר

רצון טוב האט געשריבן:די פירמע וואס גייט אהן די לעצטע יארן מיט פארשפרייטן שפאט קארטונס פון די כלי ה'סמארטפאון
איז יעצט אריבער צו א נייע שטאפל און עס פארגליכן צו אוישוויץ !
זענען זיי אריבער א רעדליין אדער איז עס אקצעפטירבאר
ביסט מן הסתם גאר א יונגערמאן, די רעד ליין איז מען שוין אריבער פאר 10 15 יאר צוריק ביי ספרינט טעלעפאן, מיט ריזיגע פלאקאטען אז ס'איז אוישוויץ, איך מיין ס'אז אפילו געווען לעגאלע פראבלעמען מיט אזא זאך, ווער ס'געדענקט די דיטעילס זאל אריינקומען קלאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
די געדאנק פאר זיך איז נישט שלעכט און מעג ווען געניצט ווערן -אלמלא די שומרים קארטליך איז מותר, דעתי נוטה אז נישט - אבער אפילו די געדאנק איז אקעי דארף מען ווען האבן שכל עס נישט צו ניצען ווייל מען האט געזאלט וויסען אז די מידיא וועט עס אויפיקען און מאכען א שטינק דערפון.
לסיכום: יא איבערגעטריבען, מען האט עס נישט געזאלט ארויסגעבן.

-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4054
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
קאנסילמאן האט געשריבן:די געדאנק פאר זיך איז נישט שלעכט און מעג ווען געניצט ווערן -אלמלא די שומרים קארטליך איז מותר, דעתי נוטה אז נישט - אבער אפילו די געדאנק איז אקעי דארף מען ווען האבן שכל עס נישט צו ניצען ווייל מען האט געזאלט וויסען אז די מידיא וועט עס אויפיקען און מאכען א שטינק דערפון.
לסיכום: יא איבערגעטריבען, מען האט עס נישט געזאלט ארויסגעבן.
די איבערגעטריבנקייט איז שוין לאאאאאאנג אריבער עס איז בלויז נאך א שטאפל.
- שמשון הגיבור
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
- לאקאציע: אויפן פראנט
- אומאפיציעל
- שר חמש מאות
- תגובות: 546
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4054
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4270
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
אומאפיציעל האט געשריבן:פארוואס איבערגעטריבן ? שמשון הגבור זאגט זייער גוט, אוישוויץ איז נישט קיין פארגלייך צו די סמארטפאון'ס ליידער.
גראדע האט שוין אן ענליך בילד פראמינענט פיגורירט אויפן דעקל פונעם קונטרס פון ר' שאול יצחק ע"ה וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק.
דעתי הקטנה איז אז עס איז יא איבערגעטריבן. יא, מען קען רעדן דערפן אז סמארט פאונס פארברענט נשמות. אבער צו ניצט די ארבייט מאכט פריי סלאוגען, מיין איך (נאכאמאהל, דעתי הקטנה), אז דאס קומט פון נישט וויסן וואס אוישוויץ איז געוועהן. פינטל.
דיסקלעימער: איך האב אמאהל געהאט א סמארטפאון, און היינט האב איך נישט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 530
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am
אלעס פיין אן קיין פילטער, מיט א פילטער איז נישטא קיין טעלעגראם, קיין וואטסעפפ, ניטאמאל נייעס.
איינער וואס האט א פילטער און ברויך עס האבן פאר ביזנעס, אין כאן לא פרייקייט ולא גהינום.
מיט דעם אליין וואס זיי זענען כולל אלע סמארטפאונס, און אלע אומשטענדן, איזעס איבערגעטריבן, און איז אנדערש וואס רוב רבנים זאגן.

- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:ווען א גוי וואלט געניצט די ווערטער אויסשטעל וואלט ער פארשריוגען אין די גאנטצע וועלט.
פעלט נאר אויס איין אובער חכם וואס זאל עס טראגען צי די פרעסע.
מ'דארף די דאזיגע תגובה אויפהענגען העכער די הייוועי אויף ליע עוועניו. מ'כאפט אליין נישט ווי מ'שיסט זיך אין די פוס. יענער טאר נישט, אבער נאר איך מעג, גיוס, סמארטפאונס, מציצה, וכו'. נאציזם און אוישוויץ עביוזט מען נישט מיט קיין תורות פון גדול המחטיאו.
באמת האב איך נעכטן געזען דאס בילד פון דעם קארד, כ'האב אליינס נישט געכאפט די קראנקייט וואס ליגט דערין ביז כ'האב אסאך אריינגעקלערט און ב"ה געקומען צום שכל האפנטליך... דאס קומט פון דעם וואס דער אינגער דור האט נישט קיין מושג וואס דער האלאקאוסט מיינט. מען ווייסט נישט וואס מען האט אלץ אפגעטון צום אידישן פאלק פאר ווייניגער ווי 100 יאר צוריק. אין פובליק סקול להבדיל לערנט מען מער דערוועגן. דאס ברענגט אז מען נוצט אוישוויץ אויף אלעס וואס ס'לוינט זיך.
אבער אויב א קאנגרעס לעדי פון האנעלולו וועט בטעות לייגן א בילד וואס איז געכאפט געווארן דורך א נאצי איז זי אן אנטיסעמיט.
און האט נישט קיין טעות, איך בין קעגן גיוס, כ'נוץ נישט קיין סמארטפאון ברבים וכו'. סמארטפאונס זענען גאר שעדליך און ס'איז א מגיפה שלא היתה כמוהו. אבער איינער וואס קען קאלטבלוטיג נוצן דעם נאצישן סלאגאן אויף דעם, ווייסט פשוט נישט וואס טוט זיך מיט אים און כ'וואלט זיך נישט משדך געווען מיט זיינע אייניקלעך. וקצרתי ודי בזה.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
שמשון הגיבור האט געשריבן:ס׳איז נישט איבערגעטריבן. ווייל ס׳איז נישט קיין צושטעל, ס׳איז ס״ה א קארטון [צו איליסטרעטן עפעס].
און אידיש גערעדט אבער איז עס טאקע נישט איבערגעטריבן, אוישוויץ האט פארברענט גופים,סמארטפאון׳ס פארברענען נשמות.
פיין אמת, אבער אין פאקט, דאס נוצן אוישוויץ פאר יעדן דבר שבקדושה ברענגט א קאלטקייט צו אוישוויץ. עס ווערט אפגעקילט אין הארץ.
ווי גייט דאס ווערטל, וואס דער הייליגער חפץ חיים האט געשריבן אז לשון הרע איז פונקט אזוי חמור ווי עבודה זרה האט יענער לץ געזאגט כ'האב געמיינט אז עבודה זרה איז אסאך הארבער....
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
אומאפיציעל האט געשריבן:פארוואס איבערגעטריבן ? שמשון הגבור זאגט זייער גוט, אוישוויץ איז נישט קיין פארגלייך צו די סמארטפאון'ס ליידער.
גראדע האט שוין אן ענליך בילד פראמינענט פיגורירט אויפן דעקל פונעם קונטרס פון ר' שאול יצחק ע"ה וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאר צוריק.
אוישוויץ איז קיין פארגלייך צו אינטערנעט?
גרויסע צולייגער איינער, פרעג דיין רב וואס האט דיר דאס גע'פסקנ'ט אויב אינטערנעט איז מותר שלא לצורך פרנסה, למשל אייוועלט... אבער אוישוויץ איז קיין פארגלייך. דריי א צווייטנס קאפ.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 530
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am
אסדר לסעודתא האט געשריבן:כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:ווען א גוי וואלט געניצט די ווערטער אויסשטעל וואלט ער פארשריוגען אין די גאנטצע וועלט.
פעלט נאר אויס איין אובער חכם וואס זאל עס טראגען צי די פרעסע.
מ'דארף די דאזיגע תגובה אויפהענגען העכער די הייוועי אויף ליע עוועניו. מ'כאפט אליין נישט ווי מ'שיסט זיך אין די פוס. יענער טאר נישט, אבער נאר איך מעג, גיוס, סמארטפאונס, מציצה, וכו'. נאציזם און אוישוויץ עביוזט מען נישט מיט קיין תורות פון גדול המחטיאו.
באמת האב איך נעכטן געזען דאס בילד פון דעם קארד, כ'האב אליינס נישט געכאפט די קראנקייט וואס ליגט דערין ביז כ'האב אסאך אריינגעקלערט און ב"ה געקומען צום שכל האפנטליך... דאס קומט פון דעם וואס דער אינגער דור האט נישט קיין מושג וואס דער האלאקאוסט מיינט. מען ווייסט נישט וואס מען האט אלץ אפגעטון צום אידישן פאלק פאר ווייניגער ווי 100 יאר צוריק. אין פובליק סקול להבדיל לערנט מען מער דערוועגן. דאס ברענגט אז מען נוצט אוישוויץ אויף אלעס וואס ס'לוינט זיך.
אבער אויב א קאנגרעס לעדי פון האנעלולו וועט בטעות לייגן א בילד וואס איז געכאפט געווארן דורך א נאצי איז זי אן אנטיסעמיט.
און האט נישט קיין טעות, איך בין קעגן גיוס, כ'נוץ נישט קיין סמארטפאון ברבים וכו'. סמארטפאונס זענען גאר שעדליך און ס'איז א מגיפה שלא היתה כמוהו. אבער איינער וואס קען קאלטבלוטיג נוצן דעם נאצישן סלאגאן אויף דעם, ווייסט פשוט נישט וואס טוט זיך מיט אים און כ'וואלט זיך נישט משדך געווען מיט זיינע אייניקלעך. וקצרתי ודי בזה.
זייער גיט ארויס געברענגט.
Sorry for my misspellings
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
אנטשולדיגט @אסדר, גדול המחטיאו איז קיין תורה'לע, דאס איז א פאקט......
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
נו גוט נו שוין האט געשריבן:אנטשולדיגט @אסדר, גדול המחטיאו איז קיין תורה'לע, דאס איז א פאקט......
אמת, מיר גלייבן אין דעם. אבער ס'איז נישט עפעס וואס מיר קליינע אינטערנעט שרייבערליך קענען משיג זיין במציאות, ווייל די שכל לאזט נישט אריינרעדן אין אזא האקעלע נפק"מ.
און ברענג מיר נישט קיין ראיה פון איינער וואס זיין זון פארט אפ ה"י אז ס'טוט מער וויי ווי פארלירן א קינד רח"ל, מעגליך אז ס'איז אזוי, אבער די ווייטאג איז בעיקר די בזיונות, נישט אז די סטר"א האט פארכאפט א קינד מצד הקדושה, ווייל אויב יא, וואלט יענענ'ס קינד געדארפט פונקט אזוי וויי טון. ודו"ק ואכמ"ל.
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
אסדר לסעודתא האט געשריבן:נו גוט נו שוין האט געשריבן:אנטשולדיגט @אסדר, גדול המחטיאו איז קיין תורה'לע, דאס איז א פאקט......
אמת, מיר גלייבן אין דעם. אבער ס'איז נישט עפעס וואס מיר קליינע אינטערנעט שרייבערליך קענען משיג זיין במציאות, ווייל די שכל לאזט נישט אריינרעדן אין אזא האקעלע נפק"מ.
און ברענג מיר נישט קיין ראיה פון איינער וואס זיין זון פארט אפ ה"י אז ס'טוט מער וויי ווי פארלירן א קינד רח"ל, מעגליך אז ס'איז אזוי, אבער די ווייטאג איז בעיקר די בזיונות, נישט אז די סטר"א האט פארכאפט א קינד מצד הקדושה, ווייל אויב יא, וואלט יענענ'ס קינד געדארפט פונקט אזוי וויי טון. ודו"ק ואכמ"ל.
נישט קיין ראיות, און נישט קיין השגות!!
אז איינער פאלט אוועק רח"ל פון אידישקייט, איז געשען אן גרעסערע אומגליק, ווי דאס אז די נאציס האבן אומגעברענגט זיין זיידן אין אוישוויץ!!
די זעלבע אז איינער גייט דינען אין צח"ל, איזעס א גרעסערע אומגליק ווי ער זאל ווען געהרגעט ווערן אין אוישוויץ!
פשוט טייטש גדול המחטיאו יותר מהרגו
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
נו גוט נו שוין האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:נו גוט נו שוין האט געשריבן:אנטשולדיגט @אסדר, גדול המחטיאו איז קיין תורה'לע, דאס איז א פאקט......
אמת, מיר גלייבן אין דעם. אבער ס'איז נישט עפעס וואס מיר קליינע אינטערנעט שרייבערליך קענען משיג זיין במציאות, ווייל די שכל לאזט נישט אריינרעדן אין אזא האקעלע נפק"מ.
און ברענג מיר נישט קיין ראיה פון איינער וואס זיין זון פארט אפ ה"י אז ס'טוט מער וויי ווי פארלירן א קינד רח"ל, מעגליך אז ס'איז אזוי, אבער די ווייטאג איז בעיקר די בזיונות, נישט אז די סטר"א האט פארכאפט א קינד מצד הקדושה, ווייל אויב יא, וואלט יענענ'ס קינד געדארפט פונקט אזוי וויי טון. ודו"ק ואכמ"ל.
נישט קיין ראיות, און נישט קיין השגות!!
אז איינער פאלט אוועק רח"ל פון אידישקייט, איז געשען אן גרעסערע אומגליק, ווי דאס אז די נאציס האבן אומגעברענגט זיין זיידן אין אוישוויץ!!
די זעלבע אז איינער גייט דינען אין צח"ל, איזעס א גרעסערע אומגליק ווי ער זאל ווען געהרגעט ווערן אין אוישוויץ!
פשוט טייטש גדול המחטיאו יותר מהרגו
איך ווייס די טייטש דערפון, אבער מיר זענען ליידער נישט משיג דער מציאות דערפון. און לאמיר זאגן אז דיין גרויסער מוח באגרייפט עס יא, איז נאכאלץ נישט בארעכטיגט צו נוצן אוישוויץ אלס מיטל צו באהערשן אנדערע פראבלעמען.
און אפילו מען מעג יא, זיכער נישט ארויסלייגן אויף קארטליך וואס קענען אין איין רגע אנקומען אין גאנצן וועלט. התאחדות הרבנים, UJO, אגודה, און אלע וויכטיגע ארגס וואלטן עס געדארפט פארדאמען בפרהסיה.
נ.ב. איך לאז האלטן אנדערש.