געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג פאברואר 25, 2019 1:30 pm

רצון טוב האט געשריבן:איז לעת עתה דא א חילוק צווישן אינזער סטאוטס און די לאנדאנע אידן ?

איך קען נישט דעם פונקטליכן מצב אין לאנדאן, אבער איין זאך ווייס איך, אין אדם דן גזירה שוה אלא אם כן קבלה מרבו! מ'קען נישט אליינס באשליסן ווען און וואס ס'איז יא אדער נישט גלייך צו לאנדאן אדער ארץ ישראל, מיר ווארטן אויף אנווייזונגען פון רבנים, נישט אויף קיינע אנאנימע גליונות!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:00 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:איז לעת עתה דא א חילוק צווישן אינזער סטאוטס און די לאנדאנע אידן ?


מיר ווארטן אויף אנווייזונגען פון רבנים, נישט אויף קיינע אנאנימע גליונות!


בארצינו הק' איז תלי"ת לעצטענס דא א פאזיטיווער טויש אינעם געביט פין חינוך , זייער אסאך זענען שוין באוויסטזיניג צום מצב, און פילע חדרים ווערן אויפגעפענט,
א גרויסער יד דערין איז די אנאנימע גליונות וואס האבן יארן לאנג אויפגעדעקט די שלייער וואס טיט זיך אין די מוסדות החינוך.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:06 pm

ווער ס'ווערט ערוועקט פון אנאנימע גליונות, דער וואלט במילא געעפנט אן אייגענע מוסד מיט די צייט, צוליב די טענות אויף זיין עקזעסטירנדע מוסד, ס'איז איין סארט עלעמענט.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:09 pm

עס איז איבער די פאקטן און באווייזן וואס דער גליון זאגט, נישט איבער דער וואס גיבט עס ארויס. וואס אין אר"י איז נישט קיין סוד אז דער ארויסגעבער איז ר' שמואל וויינטרויב שליט"א, און עס איז א גרינטלעכע פארש ארבייט, נישט סתם סיסמאות. און פאר דעם האט עס א עפעקט. משא"כ דא אין אמעריקע איז עס ווייט פון א קראנטער און גרינטליכער ארבייט, פארדעם קוקט עס אזוי אויס.
הוי מחשב...

עס וועט זיין גיט
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:10 pm

עס איז שוין דא עפעס בילדער פין די אסיפה אין ב"פ?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:10 pm

ווי קען מען פראוון אז אנאנעמע גליון האט איינעם אויפגעקלערט דארט?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:12 pm

מחשב האט געשריבן: אין אר"י איז נישט קיין סוד אז דער ארויסגעבער איז ר' שמואל וויינטרויב שליט"א, און עס איז א גרינטלעכע פארש ארבייט, נישט סתם סיסמאות. און פאר דעם האט עס א עפעקט. משא"כ דא אין אמעריקע איז עס ווייט פון א קראנטער און גרינטליכער ארבייט, פארדעם קוקט עס אזוי אויס.

סאו האט עס ווינציג שייכות צו א אנאנימער אדער רבניש קינד מאכט עס
די עיקר די תוכן זאל זיין פיין, דארף מען אפירקראצען א רב וויינטרויב דאהי.

ניס קראכער האט געשריבן:ווי קען מען פראוון אז אנאנעמע גליון האט איינעם אויפגעקלערט דארט?

רעדט מיט די ווואס טיען אין די נייע מוסדות, ס'קיין סוד.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:14 pm

רצון טוב האט געשריבן:סאו האט עס ווינציג שייכות צו א אנאנימער אדער רבניש קינד מאכט עס
די עיקר ס'זאל האבן א הסכמה פון א פראמינענטער רב
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:16 pm

כ'האב נישט געוויסט דער עולם איז אזוי נאיאוו כ'פלאן אויך צו מאכען א גליון...

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:17 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ווי קען מען פראוון אז אנאנעמע גליון האט איינעם אויפגעקלערט דארט?


פון ווי קען מען פראווען אז למשל: בחדרי אדער כיכר האט א עפעקט אויף איינעם?

אז דו פארציילסט פאר איינעם א קראנטע (אדער אזוי אויסקוקנדע) "פאקט" מיט דעקונג, א נייעס וכדו', האט עס זיכער א עפעקט! אפגעזען צו דער פארציילער הייסט 'אלי שלעזינגער' אדער 'אנאנימער'.
הוי מחשב...

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:18 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:סאו האט עס ווינציג שייכות צו א אנאנימער אדער רבניש קינד מאכט עס
די עיקר ס'זאל האבן א הסכמה פון א פראמינענטער רב

קוק דא דף 4 און דף 8 דאס האט געמאכט די עיקר שטורעם אין ארץ ישראל, עס האט רעגלמעסיג אנטפלעקט קראנטע געשעהנישן פין מענטשן וואס האבן אליינס מיטגעלעבט די מצב פין די מוסדות וואס זענען אינטערן ציוניסטישן בעלות.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:20 pm

אין יעצט ווי קומט די אר"י נייעס אריין לגבי די ניו יארקער מוסדות?
הימל אין ערד! דער גליון רעדט ניטאמאל צו מוסדות'ער, זיי זוכן סתם צו מאכן א באלאגאן מיט א ווארשיינדליכער מעטשינג פאנד...

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:33 pm

רצון טוב האט געשריבן:קוק דא דף 4 און דף 8 דאס האט געמאכט די עיקר שטורעם אין ארץ ישראל, עס האט רעגלמעסיג אנטפלעקט קראנטע געשעהנישן פין מענטשן וואס האבן אליינס מיטגעלעבט די מצב פין די מוסדות וואס זענען אינטערן ציוניסטישן בעלות.

דאס איז געווען דער עיקר גורם וואס האט געברענגט דעם עפענונג פון די צוויי דריי נייע מוסדות עטה"ק?? א גליון???
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:42 pm

שטייט דאך בפירוש אין די "דבר המערכת" אז די אויסגאבע איז געגרינדעט געווארן "ע"פ בקשת הרבנים הגאונים שליט"א"

ווער האט נאך די העזה צו אונטעררייסן אזעלכע וויכטיגע פראיעקטן להצלת הדורות

(ווי אזוי זענען די רבנים אנגעקומען צו די שרייבער? לכאורה דורך די אימעיל אדרעסס בשולי הגליון)

ס'קאסט א לאַך (בעסער געזאגט א טרער) ווי אזוי מען טענה'ט בתמימות אז די אנאנימע גליונות ראטעוועט די חינוך בארה"ק
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג פאברואר 25, 2019 3:13 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:קוק דא דף 4 און דף 8 דאס האט געמאכט די עיקר שטורעם אין ארץ ישראל, עס האט רעגלמעסיג אנטפלעקט קראנטע געשעהנישן פין מענטשן וואס האבן אליינס מיטגעלעבט די מצב פין די מוסדות וואס זענען אינטערן ציוניסטישן בעלות.

דאס איז געווען דער עיקר גורם וואס האט געברענגט דעם עפענונג פון די צוויי דריי נייע מוסדות עטה"ק?? א גליון???

יאפס..
אויפוואכונג אין אזא ערנסטע נושא ווי תינוקות של בית רבן ברענגט רעזולטאטן.


הלשון האט געשריבן:ס'קאסט א לאַך (בעסער געזאגט א טרער) ווי אזוי מען טענה'ט בתמימות אז די אנאנימע גליונות ראטעוועט די חינוך בארה"ק

גארניש ווינציגער ווי די רביים אין בעלזא האבן מיט א מחזיקי הדת צייטונג געוואלט אויפוואכן איבער אידישקייט.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג פאברואר 25, 2019 3:14 pm

מחזיקי הדת איז געווען אנאנים?

אגב, איך האב א חתימה פאר א סיבה.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20851
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 25, 2019 3:18 pm

ממנ"פ ביסטו הונדערט פראצענט זיכער אז די טוסט דעם רצון ה', דאן פארוואס באהאלטסטו דיין נאמען?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג פאברואר 25, 2019 3:40 pm

רצון טוב האט געשריבן:גארניש ווינציגער ווי די רביים אין בעלזא האבן מיט א מחזיקי הדת צייטונג געוואלט אויפוואכן איבער אידישקייט

טו סעט די רעקארד סטרעיט

די צייטונג איז געווען כדי מ'זאל נישט ליינען די אנדערע. גארנישט מיט אויפוואכן אידישקייט
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג פאברואר 25, 2019 3:45 pm

farshlufen האט געשריבן:פארוואס באהאלטסטו דיין נאמען?

ס'שטייט דאך די נאמען
"ע"פ בקשת הרבנים הגאונים שליט"א"

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג פאברואר 25, 2019 4:01 pm

רצון טוב האט געשריבן:גארניש ווינציגער ווי די רביים אין בעלזא האבן מיט א מחזיקי הדת צייטונג געוואלט אויפוואכן איבער אידישקייט.


בכלל א צושטעל א צייטונג וואס באוואוסטע "רביים" האבן מייסד געווען, צו אן אנאנימע פליג-בלעטל?

אבער לאמיר אננעמן אז ס'איז יא א פארגלייך:

- "דער איד" וואס איז געגרינדעט געווארן לשם שמים דורך סאטמאר רב זי"ע, האט דען היינט די זעלבע אפעקט ווי שנים קדמוניות בהלו נרו על ראשינו?

- "מחזיקי הדת" וואלט ווען היינט געהאט אויף דיר א שטערקערע השפעה ווי דער "המחנה החרדי"?

משא"כ דער פארשלייערטער "קול החינוך" טוט באשיינפערליך ראטעווען די חינוך פון תינוקות של בית רבן ברחבי תבל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג פאברואר 25, 2019 4:16 pm

הלשון האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:גארניש ווינציגער ווי די רביים אין בעלזא האבן מיט א מחזיקי הדת צייטונג געוואלט אויפוואכן איבער אידישקייט.



אבער לאמיר אננעמן אז ס'איז יא א פארגלייך:

- "דער איד" וואס איז געגרינדעט געווארן לשם שמים דורך סאטמאר רב זי"ע, האט דען היינט די זעלבע אפעקט ווי שנים קדמוניות בהלו נרו על ראשינו?

משא"כ דער פארשלייערטער "קול החינוך" טוט באשיינפערליך ראטעווען די חינוך פון תינוקות של בית רבן ברחבי תבל


פארוואס דען נישט
א שופר אויפן פאפיר וואס אסאך מענטשענן ליינען איר איז א שטארקע באזע אפגעזען צו צדיקים לעבן יא צו נישט, דעת הקהל איז א שטארקער כח.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג פאברואר 25, 2019 4:23 pm

רצון טוב האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:גארניש ווינציגער ווי די רביים אין בעלזא האבן מיט א מחזיקי הדת צייטונג געוואלט אויפוואכן איבער אידישקייט.



אבער לאמיר אננעמן אז ס'איז יא א פארגלייך:

- "דער איד" וואס איז געגרינדעט געווארן לשם שמים דורך סאטמאר רב זי"ע, האט דען היינט די זעלבע אפעקט ווי שנים קדמוניות בהלו נרו על ראשינו?

משא"כ דער פארשלייערטער "קול החינוך" טוט באשיינפערליך ראטעווען די חינוך פון תינוקות של בית רבן ברחבי תבל


פארוואס דען נישט
א שופר אויפן פאפיר וואס אסאך מענטשענן ליינען איר איז א שטארקע באזע אפגעזען צו צדיקים לעבן יא צו נישט, דעת הקהל איז א שטארקער כח.

סאו אן אניאנאמע גליון איז דעת הקהל? :roll:
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג פאברואר 25, 2019 4:26 pm

דער א"ידיגער גליון האט געשאפט א שטארקע דעת הקהל

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג פאברואר 25, 2019 4:28 pm

#פאקט

ווי קומט עס דא אריין אין דעם אשכול פארשטיי איך נאכאלטס נישט

יונגרייז
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2019 12:31 pm

זוכען ריכטער'ס

תגובהדורך יונגרייז » מאנטאג פאברואר 25, 2019 4:31 pm

קען איינער מסביר זיין פארוואס מ'קען נישט גיין דזשודזש האפינג אזוי ווי די דעמאקראטען טוען מיט זייערע פראבלעמען און זענען רוב מאל מצליח
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן טשערנאבלער)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלעק & ווייט, געשמאקער און 21 געסט