מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

;l;p-
מונאוויטש האט געשריבן:רבי חצקל, אן עלטערער עלנדער מאן אן קיין משפחה, איז נוטה לגסיסה. רייך ווי 20 שלימים, קאַרג ווי א גרייצער. ער רופט אן א היימישער פיינענשעל אדווייזער און ער בעט אים אז ער זאל אים העלפן מסדר זיין א צוואה אויף נאך די מאה ועשרים ואחד.

דער אדווייזער האט פארשטאנען אז רבי חצקל גייט דא טיילן מוצא'ס. א מעלאנע פאר הצלה, א האלבע פאר ביקור חולים, צוויי און א פערטל פאר א 'שם הבנין' פאר די ישיבה, אא"וו.

"לאחר מאה ועשרים - הערט ער די שטילע שטימע פון רבי חצקל - זאלט איר אינוועסטירן מיינע אויסגעהארעוועטע נכסים אין א שטארקע דייווערסיפייעד פּאָרטפאָליאָ. 10% אין בלו טשיפס, 10% אין וועליו סטאקס, 5% אין גאווערנמענט באנדס, אימערדשינג מארקעטס, גראויט סטאקס, העדזש פאָנדס, פאנזי סקימס, וכו' וכו'."

והאיש משתאה לו. "רבי חצקל, איר זענט זיכער אז איר מאכט נישט קיין טעות? וואס ברויכט איר די געלט אויף נאך די הונדערט און צוואנציג?"

"אינגערמאן, איר גלייבט נישט אין תחיית המתים?!"
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א רבי האט אמאל געוואלט געבן א ׳געבענטשטע דאללער׳ פאר א איד.

זאגט ער אים, בעסער אייער׳ס א ׳פארשאלטענע הונדערטער׳!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

א מלמד פרעגט אמאל די קינדער אין חדר וואס ס'טייטשט "עשתנותיו"? נאך א פאר סקונדעס פון שטילקייט רופט זיך איין קינד אן "רעדער". פרעגט אים די מלמד פון ווי נעמסטו דאס? ענטפערט דער קינד זייער פשוט. תצא רוחו די לופט איז ארויסגעגאנגן, ישב לאדמתו האט ער זיך געזעצט אויף דער ערד, קומט אויס אז ביום ההוא אבדו עשתנותיו אין יענעם טאג האט ער פארלוירן זיינע רעדער...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:א ענליכע מעשה צו דעם האבעך געהערט אמאל

א שטעלע מיט א ר א ש ה ק ה ל האט געזוכט א חזן
זיי האבן ארומגעשיקט מעלדן איבעראל, אז דאס שטעטעלע ב. זוכט א קאנדידאט פאר נערנות, ווער ס'איז גרייט קען קומען אויף פראבע, איזער גוט, אידאך גוט, און אז נישט העט מען שיקן ווייטער, אבער די שפעזן העט מען אים באצאלן,

טראכט זיך ר' דוד נישקשה א שבת אין שטעטעלע ב. איז נישט אוועקצומאכן, און אפשר העט עס געלונגען און מיין נערנות/חזנות העט מיר ערגעץ וואו צינוצקומען.

אומר ועושה מ'לאזטצעך ארויס אין וועג, אנגעקומען, פארברענגט א שבת ביים ברעטל, אבער .....סשטימע האט נישט אויסגענומען ביים ראש הקהל, נו גוט נו שוין, איז נישט גיימער אהיים.

פארדעם איז ער געגאנגען צום ראש הקהל זיך געזעגענען, און אפנעמען זיינע פאר רובל פאר שפעזן, פרעגט אים דער ראש הקהל, זאגט וואס איז אייער נאמען?

זאגט ער : דוד

דוד? פיין דא האט איר 14 רובל, און פארט לחיים ולשלום.

זאגט ר' דוד סהאט מיר געקאסט א 45 רובל די וועג וואס עפעס 14?

אזוי גייט עס איך באצאל די גימטריה פונעם נאמען, זאגט דער ראש הקהל, דוד איז 14 ריכטיג?

יא אבער סהאט געקאסט סך מער ??
סהאט נישט געהאלפן קיין טענות ומענות, ראש הקהל זאגט 14 איז 14 נישטא וואס צו מאכן....

אבער נישט מיט ר' דוד.
אז נישט קיין חזן, איז קיין נער אויך נישט....

גייט דורך אפאר וואכן ר' דוד דרייט ארויף דאס בארדע, פאריקט די פאות, נייט זיך א נייע קאפאטע, שיינע ברילן, און מ'איז שוין נאכמאל אויפן וועג צום שטעטל ב.

כהער איר זוכט א חזן?
יא ! איר ווילט גיין אויף פראבע?
יא!
פיין.

נאך א שבת ביים ברעטל, א שטימע קען מען נישט טוישן....
איזעס דעם ראש הקהל נישט געפאלן, נאופס נישט פאסיג פאר אונזער שטעטעלע ב.

גייט מען זיך געזעגענען, און אפנעמען די שפעזן.
און ווידער דער ראש הקהל פרעגט:
ווי רופא מען אייך?

ענטפערט ר' דוד, מיך רופא מען פ ר ש נ ד ת א ........

דער ראש הקהל עפענט זיינע צוויי קעלבערנע אויגן,
פרשנדתא?? א אינטערסאנטע נאמען, פ ר ש נ ד ת א כ'האב קיינמאל נישט געהערט אזא נאמען פ ר ש נ ד ת א ??

נו העט איר יעצט הערן! זאגט ר' דוד.

קיין צוויי ברירות האט ער נישט געהאט, האט ער אויסגעציילט
א טויזענט פונעף און דרייסיג רובל .....

ר' דוד שטייט שוין ביים טיר און דער ראש הקהל קען זיך נישט בארואיגן, נ'ער געט אים א פרעג,
זאגט נאר, פארוואס האט דיר דיין טאטע געגעבן, אזא לאנגע אונטערסאנטע נאמען?

ר' דוד דרייט זיך אויס, און גיט א זאג
אז דו ביזט א ויזתא, בין איך א פרשנדתא.....

און ער איז געפארן לחיים ולשלום

;l;p-
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

זענדל האט געשריבן:זיי קלינגען מיר איך זאל געבן פאר די מעטשינג פון "עץ"
זאג איך איהם:
לדעתי איז נישט כדאי צו זיך פארען דערמיט,
שוין געווען אמאל איינער וואס איז געווען גרייט צו צאלן צען טויזנט שטיקער זילבער אויף צו בויען דעם "עץ"
און צום סוף האט מען איהם אליין אופגעהאנגען דערויף...
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

בערל קראקאווער האט געשריבן:א איד קומט אריין צום רבי׳ן מיט א פדיון פון 46 רייניש.

ס׳איז מיט אייך? פרעגט דער רבי.

איך הייס ׳דוד׳ וואס איז 14, און איך לייד ליידער אויפן הארץ, לב - 32 = 46

די רבי נעמט זיך קרעכטצן הויעך, ׳א שאָד, א שאָד׳....

וואס איז, פרעגט דער דוד מיט גרויס נייגער?

א שאד איר הייסט נישט תתשרסתא, און איר ליידט נישט אויף די שיני כרכשתא!

מעשה שהיה נאר געטוישט די פרטים :!: :!:
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אז מ'רעד פון כאפן זשאוקס האב איך געהערט נאך זאגן פון איינער פון די היינטיגע גרויסע גוט זאגערס..
גייט ער אמאל אין גאס שטעלט אים אפ איינער און זאגט אים, זאג מיר שנעל א זשאוק ווייל איך יאג זיך צו כאפן די בארא פארק באס.. שוין צום סוף האט ער נישט געכאפט די דשאוק... און נישט די באס...
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

פארוואס עפעס האבן די אידן געדארפט געבן נאר א האלבע שקל ???

ווייל די אנדערע האלב איז אריינגעקימען פון מעטשינג פאנדס!!!
אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Horizontal »

הערשקא האט געשריבן:פארוואס עפעס האבן די אידן געדארפט געבן נאר א האלבע שקל ???

ווייל די אנדערע האלב איז אריינגעקימען פון מעטשינג פאנדס!!!

;l;p-
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
אוועטאר
פראביר נאר
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2018 5:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראביר נאר »

הערשקא האט געשריבן:פארוואס עפעס האבן די אידן געדארפט געבן נאר א האלבע שקל ???

ווייל די אנדערע האלב איז אריינגעקימען פון מעטשינג פאנדס!!!

די קשיא גייט...
סשטייט "ושקל אשא...." פרעגט מען מהאט דאך נאר געגעבן א האלבע? אלא מאי סאיז געווארן געמעטש'ט....
געדענק! נישט יעדע זאך וואס ליגט דיר אין בויך דארפסטו שרייבן, קענסט עס אויך זאגן!
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

שקר האט געשריבן:משה: איך קען שיין זינגען אבער ווען קיינער הערט נישט

יעקב: ליגענער איך האב איין טאג געהערט ווען איך האב אדורך געוואקט דיין הויז ווי די זינגסט אין די הייבסט נישט אן צי קענען

משה: הא הא זיכער האב איך נישט געקענט וואל די האסט געהערט
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

זאגט מיר היינט צופרי (כ"T אד"א) א חשוב'ע איד
היינט איז די ערשטע יא"צ פונעם רבין ר' אלימלך זיע"א
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

אימפעט האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:משה: איך קען שיין זינגען אבער ווען קיינער הערט נישט

יעקב: ליגענער איך האב איין טאג געהערט ווען איך האב אדורך געוואקט דיין הויז ווי די זינגסט אין די הייבסט נישט אן צי קענען

משה: הא הא זיכער האב איך נישט געקענט וואל די האסט געהערט

די תורה איז אנדערש

משה: עס גייט ארום א "שם" אויף מיר אז איך קען זייער שיין זינגען
נו משה לאמיר שוין הערן דיין שטימע, כ'הער טאקע אין גאס גרויסע שמועות אז דו קענסט שיין זינגען
משה: איך וויל נישט זינגען, כדי נישט צו פארלירן דעם "שם"...
מי כעמך ישראל!
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

מאמע שרייבט צעטל פאר מלמד:
היות מיין שלמה'לע איז זייער סענסעטיוו,
ווען ס'קומט זיך אים א שטראף, ביטע שלאגן א צווייטע קינד
ער וועט שוין כאפן דעם רמז...
אוועטאר
Elvin
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elvin »

א טאטע זאגט פאר זיין טאכטער, די קענסט נישט חתונה האבן מיט יענקל!
ער אי שוין 50 יאר אלט און די ביסט קוים 21 יאר!
זארג זיך נישט טאטי האט זי געענטפערט, איך וועל אים פארקערצערן זיינע יארן........
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

איך קים אמאל אריין און א ביהמ"ד,
זעט איך, שטייט איינער ביים בלעמער איינער,אין דער עולם ליגט אויף דער ערד פאר געלעכטער,
דער ביים בלעמער קלפט
נאמבער 10..! דער עולם שיסט פאר געלעכטער
נאמבער 7..! דער עולם שיסט פאר געלעכטער
נאמבער 33..! דער עולם קאטשעט זיך פאר געלעכטער

פרעגט איך איינעם פונעם ביהמ"ד,זאג? וואס גייט דא פאר?
זאגט ער, גארנישט ..
אינז גיי מיר אלע פאר jokes,
האמער אפגעמאכט, וואס דארף מען איבער זאגען פינקטלעך יעדע joke [די גאנצע מעשה]

יעדער האט זיך איין געחזערט יעדע joke, מיט א נאמבערס,
מע זאגט די נאמבער פין א joke, אין דער עולם שיסט פאר געלעכטער
וואס פארשטייסט נישט.. סע איז אזוי מאדנע?

איך קאטשע מיך פאר געלעכטער, וואס? איז דעס פאני, מעעעשיגענע מענטשען,

אין דער שטריק ביים בלעמער הערט נישט אויף צי קלפען נאמבערס,
נאמבער 33..! דער עולם שיסט פאר געלעכטער
נאמבער..100
א באנדע מעשיגאום...!
ליידאקעס.. איו א ביהמ"ד גאר..?

סע ווערט פאר שטיל א ביסל,
איך זע איינעם, -פערצאפאל זעט אויס ווי אן אלטער שטריק- ער פלאצט אויס פאר געלעכטער,
הע העע..
וואס איז דעס??
זאג נאר? פרעגט איך דעם פין שול, וואס גייט דא פאר מיט דעם אלטען ?
ער? ער, האט יעצט געכאפט די לעצטע joke,

אין דער שטריק ביים בלעמער הערט נישט אויף צי קלפען נאמבערס
נאמבער 11..! דער עולם ראלט זיך
נאמבער .. 12, 9
פליצלים זע איך איינעם, דער איז א אינגאטש גראדע .. ,ער ראלט זיך, ממש אויף ערד, ער קען זיך נישט נעמען צים אטעם,
ריבונו של עולם? וואס איז דעס?
זאג,זאג,זאג? , וואס גייט דא פאר?

ער? ער, האט יעצט געהערט דע joke, די ערשטע מאל....
לעצט פארראכטן דורך yoy אום דאנערשטאג מארטש 14, 2019 11:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יוי גוט גוט
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אמאל האט מען געזאגט גייענדיג הכנות. אז מגייט ווי די קעניג גייט אליין. היינט קען מען זאגן אז מגייט ווי די קעניג שרייבט צום פאלק (טוויטער)
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

maybeeynot האט געשריבן:אמאל האט מען געזאגט גייענדיג הכנות. אז מגייט ווי די קעניג גייט אליין. היינט קען מען זאגן אז מגייט ווי די קעניג שרייבט צום פאלק (טוויטער)

...

גייסט טאקע היינט צוטאגס אויף טוויטער.קאם קען מען נישט ארויסזאגן דארט א דבר שבקדושה
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
בני אדם
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2019 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני אדם »

אברהמ'עלע מלמד ליגט אין שניי, אוי וויי געב מיך טיי, די טיי איז ביטער, געמעך
צוקער, די ציקער איז זיס, לעק דיין פיס, די פיס איז נאס, גיי אין גאס, אין גאס
האב איך מורא, לערן תורה, די תורה איז הייליג, עס בייליג, די בייליג איז
פארדארבן, המן איז געשטארבן, יעקב אבינו איז געבוירן........ איימסארי, אבער
אויף דעם ניגון האב איך א מיליארד קשיות און פירכות, לאמיר גיין פאוואליע,
וואס האט דא פאסירט?: דער ר' 'אברהמ'עלע מלמד' דער ליגט נעבעך אין שניי....,
מ'העמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם ווער עס האט אים דארט אריינגעווארפן, דער
מציאות איז אז ער ליגט אין שניי, יא?, אקעי, יעצט איז דאך לכאורה פארשטענדליך
דער 'אוי וויי געב מיך טיי', פשוט, עס איז אים ביטערליך קאלט, ער ליגט
פארפרוירן אין שניי שרייט ער 'אוי וויי' און ער בעט זיך 'געב מיך טיי', פיין.
אבער העי איין מינוט! וואסארא טיי אין קאפ אריין? נעמטס אים ארויס פון דארט
און פארטיג ניין?!!!, נאכדעם אז איר ווילט אים דערווארעמען אביסל פונעם פראסט
דאן קענט איר אים דערלאנגען א הייסן טיי אבער 'פוירסט טינגס פוירסט' זעטס אים
ארויס פונעם שניי!!...., אקעי אז עטס זענטס אכזרים און איר ווילט אים נישט
ארויסנעמען עטליעסט גיב אים כאטש דעם טיי!!!!.... ניין, הייבן זע אן
ארומדרייען מיט די צונג 'עה כ'ווייס... די טיי איז ביטער.... בלא בלא בלא' פאר
א גוט יאר וואסארא תירוץ אין קאפ אריין איז דאס?!!!!.... ער בעט זיך ווי א
גזלן גיב מיך טיי!!! גיב אים שוין דעם טיי און פערטיג!!!..... נו שוין ער דער
'אברהמ'עלע' נעבעך וויל דאך נישט אריינגיין אין קיינע וויכוחים יעצט, ס'איז
אים דאך ביטער קאלט.... גיבט ער נאך, 'נו שוין... אז ס'איז ביטער נו 'געמיר
צוקער'...., העעע... קומען זע מיט א גאנצע טענה 'די צוקער איז זיס.....' איר
הערט א גערעדעכץ? ס'איז זיס!!.... נו וואדע איז עס זיס דאס איז דאך דע
חכמה!!!! צו מאכן זיס די ביטערע טיי!!.... זע לאזן נישט נאך די רשעים זיי מאכן
אים נאך צו שפאט און הייסן אים 'לעק דיין פוס'....... וואסארא
אכזרים!!!!!!!...... דער אברהמ'עלע ליגט נעבעך דארט אזוי אין די שניי, די
ציינער קלאפן זיך אים איינע דאס אנדערע, די נאז רינט אים ווי א קוואל, ער היסט
ביטערליך, ער פרירט פאר קעלט... נו זאל ער זיך גיין איינרייסן מיט די
חברה??.... גיבט ער זע נאך און זאגטסע 'ההמממ... אנטשולדיגט... די פיס איז
נאס.....', דעי חברה גייען ווייטער אן מיט די רציחה.... 'גיי אין גאס!!!'
שרייען זע אים.... איר הערט??, איין מינוט קודם כל... ער איז דאך יעצט אין גאס
ניין??!!... און אפילו ווען נישט אזוי ענטפערט מען??!!!.... דער אברהמ'עלע זעט
דאך אז ער האט נישט קיין ברירה שפילט ער מיט און זאגט מיט א צובראכן קול 'אין
גאס האבעך מורא...., קומען זיי אן מיט א טענה 'לערן תורה...!!!...', איר הערט
א חוצפה! די קליינע ראצערלעך די לאבאווצעס גייען זאגן דעם תלמיד חכם ר'
אברהמ'עלע'ן דעם מלמד נישט מער און נישט ווייניגער ווי 'לערן תורה'...., נו
שוין ענפערט ער צובראכן 'די תורה איז הייליג'..., גראדע דאסמאל פארשטיי איך
נישט אביסל דעם ר' אברהמ'עלע'ן, ווער זאגט אז די תורה איז נישט הייליג? און אז
ס'איז הייליג איז וואס? קען מען איר נישט לערנען אין די שניי? די תורה ווארעמט
דאך אן?, נו שוין אבער קען מען דען פרעגן קשיות אויף אים ווען ער ליגט נעבעך
געפרוירן אין די שניי און די חברה ליצים מאכן דאס גענאר פון אים....., אבער
הערט וואס די רשעים ענטפערן אים 'עס בייליג...', סתם רשעות אן קיין פשט... און
נאך מער!!!.... אפשר ברענגט איר אים א שטיקל פיינע ווארעמע בייליג??!!!!...דאס
פאלט אייך שוין נישט איין הא??!!!.... עניוועי דא ווערט שוין דער שמועס סתם
אין די וועלט אריין פארדארבן, געשטארבן, געבוירן, אהין און צוריק..... אבער
וואס איז געווארן פון דעם ר' אברהמ'עלע נעבעך???
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

בני אדם האט געשריבן:אברהמ'עלע מלמד ליגט אין שניי, אוי וויי געב מיך טיי, די טיי איז ביטער, געמעך

:smile: :grin: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
וזרח השמש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש/יאהאנעסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וזרח השמש »

הרב בני אדם איר זענט פיינע נייעס ;l;p- ;l;p- ;l;p-

שטארק הנאה געהאט!.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

;l;p- ;l;p-
אייזן גוט האב מיר שוין א פשעטעל פאר שבת זכור
חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער קאך »

ווען די וואלסט גלערענט וואלסטו גאווארן א שטיקל תלמיד חכם
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

Haha git git
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”