משנה מקום, משנה הבריות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

יעצט געליינט דעם ארטיקל אויספאסטנדיג פון דעם ער"ח אלול מוקדם תענית, און זייער הנאה געהאט פון דעם געדאנק ארויסברענגען.

איך וויל אבער וויסן רעדנדיג פון א טונעל צו נאך איינער האט פראבלעמען צו דרייוון אין א טונעל אזוי ווי איך.

איך פאר אין א טונעל און ס'איז צו לאנג, און ס'רוקן זיך ציגל מיט לעקטער שפיר איך פלוצלינג ווי אלעס נעמט זיך מיר דרייען, אזוי ווי א מעיז, איך האב ממש א פאביע פון דרייוון אין א טונעל, אויף אזוי ווייט אז ווען וועיז ווייזט אז ס'וועט מיר נעמען 15 מינוט לענגער אן א טונעל נעם איך עס גערן.

לעצטע וואך בין איך אריינגעפאלן אומווילנדיג אין א טונעל, דהיינו איך האב נישט אנגעהויבן צו ווייסן וואו איך בין נאר געפאללאוט וועיזן. און איך האב ממש געשפירט אז ס'איז כלו כל הקונצן, ביז איך בין אויפגעקומען און אראפגערוקט דעם זון שיצער פון קאר און אזוי נישט זענדיג די לעקטערס איז אלעס בעסער געווארן.

איינער ווייסט וואס דאס איז?

און אויב איז עס א ערנסטע משפחה פראבלעם ביטע נישט מפרסם זיין, אין ביהמ"ד הייס איך נאך א נארמאלע מענטש ביזדערווייל
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

עס קען זיין וועגן די געלע טיילס
קואמא לייגט יעצט נייע אפשר וועט דיר עס העלפן
לעצט פארראכטן דורך א נייער אום דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 3:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

ניין. ס'איז נישט געווען אין קיין טונעל מיט געלע טיילס. איך רעד פון די יו קערי טאנעל וואס איז עקטשועלי שיין איבערגעמאכט
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

נישט אז איך ווייס איך פראביר נאר צי העלפן
אפשר וועגן די האסט נישט צי ליב צו שווימען
אדער וועגן א עפעס א שלעכטע חלום
אדער וועגן א סתם פאביע
אדער דרייסטו אונז סתם א קאפ
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

משנה מקום, משנה הבריות חלק ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע »

משנה מקום, משנה הבריות חלק ב'

במנהג שבעולם אז יעדע מענטשליכע באשעפעניש טוט זיך אן אויף זיינע פיס אזא מין אפאראט וואס רופט זיך שיך, דאס טוט מען אן דורכאויס דעם טאג אז מען זאל קענען גיין דערמיט סיי ווי אימער, אט פאר די אפאראט ברויך מען האבן אינדערהיים א שיך האלטער אויף אוועק צו לייגן ווען מען טוט דאס אויס ביינאכט אדער סיי ווען אימער מען ברויך עס נישט אנגעטוהן, געוואלדיג.
אבער וואס טוט מען ווען מען איז אויף די גאס, און די פיס הייבט אן קראצן אזש מען קען עס שוין נישט דורכטראגן, יעדע פארבייגייענדע מינוט זעהט אויס ווי מען וואלט יעצט געזיצן אויפן ברוקלין בריק 5 אזייגער נאמיטאג פארנדיג 2 מייל פער שטונדע ברויכענדיג הכנות, איך מיין ער שטייט דא אויף די גאס ער וואלט גערן אויסגעטוהן זיינע שיך, און אריינגעוועלגערט לשם מצות מצוה, אבער ווי לייגט מען די שיך?

נישט געזארגט! אין אמעריקא א פארגעשריטענע לאנד געבט מען זיך אן עצה פארדעם אויך, די רעגירונג איז אויפגעקומען מיט א געדאנק, מען האט אראפגעשטעלט ביי יעדע וואונקל פון די גאס אזאלעכע שטאנגען, גראדע הענגן זיי אויך אויף דערויף אזאלעכע טראפיק לעמפלעך אזוי צאלט זיך אויס די שטאנגען צוביסעלעך דורך די קוויטלעך וואס ווערן פארטיילט אין די מאסן, דורך די אלע פארלעצער וואס קימער'ן זיך נישט וואס די לעמפלעך האבן צו זאגן, און מאכן זיך בכלל נישט וואוסענדיג דערפון.
הקיצור מען האט געשליכטעט דעם פראבלעם פון שיך האלטער'ס אויף די גאס, יעדע ערל וואס וויל זיך אראפדערזעהן מיט זיינע שיך אויף די גאס, צו ווייל זיין פיס קראצט אים, אדער ער האלט זיינע שיך האבן מורא'דיגע אויג פארכאפענדע קאלירן און ער וויל עס מנדב זיין צו באצירן די שטאט, איז היינט געשליכטעט די פראבלעם, ער פארבינד די צוויי בענדלעך פון די שיך באנאזאם, דערנאך פארבינד ער זיי איין שיך מיט די אנדערע, און זיידע יאנטשי, באבע צירל אויפ יו גאוי, מען מאכט הגבה, און די שיך טרעפט זיין מנוחה נכונה דארט אויף די שטאנגען וואס ליגט ביים עק גאס, און דאס בלייבט דארט איבער צו באצירן די אזוי אויך שיין באצירטע שטאט אויף די חגאות, כדי צו ווייזן פאר אלע אויסלענדישע טוריסטן אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר קיין שום דריטע וועלט לאנד!
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

העלא משהלע סנייעס?

כאמזל די שיך גייען אזוי הויעך, כ'וויל נישט טראכטן פונעם גערוך ....
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

טענקיו משה'לע
ביסט גוט!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

אין מילים






אה מצעתי מילים הערליך אין מעכטיג קיעפ איט אן
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אויסגעבעטע ווערטער....
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

יעצט מיט לעגאלע מאריוואנא ווערט ערווארטעט אז יעדע שטאנג אין די סיטי זאל שוין לכתחלה קומען באהאנגען מיט א פאר שיך...
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פרעזידענט האט געשריבן:יעצט מיט לעגאלע מאריוואנא ווערט ערווארטעט אז יעדע שטאנג אין די סיטי זאל שוין לכתחלה קומען באהאנגען מיט א פאר שיך...

:lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

הענדימען האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:יעצט מיט לעגאלע מאריוואנא ווערט ערווארטעט אז יעדע שטאנג אין די סיטי זאל שוין לכתחלה קומען באהאנגען מיט א פאר שיך...

:lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

משנה מקום, משנה הבריות חלק ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע »

אין די אנדערע זייט פונעם אנטלאנטיק, טיף אינמיטן די אייראפא ערד קוגל, דארט ביי די פארברענטע שטיקל ביי די עק, געפונט זי א לאנד וואס רופט זיך 'פוילן', דאס איז א לאנד וואס לעבט נאך אויפן אמאליגן שטייגער, די מוחות דארטן זענען נאך פונעם אלטן קוואליטעט, די שכל דארטן לויפט נאך אויף 2דשי, הקיצור די רעגירונג האט נישט לאנג צוריק גענדיגט א שאסיי גערופן די A4 דאס איז א שאסיי וואס איז געמאכט געווארן פאר מאטאריסטן וואס ווילן אנקומען פון איין שטאט ביז די אנדערע אויף א שנעלן וועג.

וואס איז אבער אינטערסאנט אנצומערקן איז, די שאסיי האט צוויי ליניעס, די רעכטע ליניע איז פאר כל הקהל הקודש, און די לינקע ליניע איז געמאכט פאר די היציגע מענטשן וואס ברויכן זיך אריינכאפן פון יעדן איינעם, אבער כדי אז מען זאל זיך כסדר קענען אריינכאפן איינער פונעם צווייטן, האט די רעגירונג ארויפגלייגט א געזעץ וואס פארבאט א מאטאריסט זיך צו האלטן אויף די לינקע ליניע צו לאנג, די לינקע ליניע קען בלויז גענוצט ווערן אויף זיך אריינצוכאפן אין גראד צוריק צו די רעכטע ליניע, א שטייגער פון טובלן אין ארויס.

נאך מער איז אינטערעסאנט דארטן ביי די צוריקגעשטאנענע חברה, היות דארטן איז מען נאכנישט אנגעקומען צו די לבנה, יאגט מען מען זיך דארטן מוראדיג שטארק, די ספיד לימיט איז 75 מייל פער שטונדע, וכל המוסיף תבא עליו ברכה.

איינע פון די זאכן וואס זיי זענען זייער שטארק צוריקגעשטאנען, דארטן איז כמעט נישטא קיין עקסידענטן אויף די שאסייען, מאנכע אינוועסטירער האבן שוין אויסגעארבייט פלענער מען זאל אימפארטירן עקסידענטן פון אמעריקא וואס איז גאר שטארק פארגעשריטן אין די ענינים, עס ליגט גראדע יעצט אויפן טיש ביים קומענדיגן טרעיד דיעל אפמאך מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט ירום הודו.


איצטערט לאמיר זיך אומקערן צו אונזער היימלאנד אמעריקא, א לאנד וואס די טעכניק האט צוגעברענגט אז מען זאל קענען פארוואנדלען די הויפט שאסייען פאר ערהוילינג און פארוויילונג ערטער פאר יעדע יארגאנג.

היות דא אין אמעריקא איז אלעס אומזינסט, א שטייגער וי העלט קעיר, געהאלט פארזיכערונג, קאלידזש, ועוד ועוד. במילא האט מען דא 3 ליניעס אויף אלע הויפט שאסייען, מען קען זיך דאך ערלויבן, נו פארוואס נישט, עס קאסט דאך נישט קיין געלט, און דאס קליין ביסל וואס קאסט שוין יא, נעמט מען אפ פון די מאטאריסטן וואס זעמען דאס מנדב בחפץ לב ביי די בודקעס, אין אויב ברויך מען נאך געלט, נעמט מען דאס אפ פון די אויבערשטע איין פראצענט מחוצפים וואס דרייען זיך דא אין לאנד, און מוט די גרעסטע העזה טוען זיי אויסניצן די ארימע פארדינער אין מאכן געלט אויף זייער חשבון.

הכלל די רעגולאציעס פון די דריי ליניעס שאסייען דא אינעם פארגעשריטענעם לאנד זענען ווי פאלגענד, די גאנץ רעכטע ליניע איז געמאכט פאר סיניער סיטיזענס וואס קומען פארוויילען אויפן שאסיי ווען זיי האבן אן איבעריגע שעה אדער צוויי.

די מיטעלסטע ליניע איז געמאכט געווארן פאר מעסיגע טרעלער'ס און מאטאריסטן ואס האבן ממש איצטערט געלאנדעט פון די לבנה און ברויכן נאך קומען צו זיך, ווי אויך טוט די מיטעלסטע ליניע דינען אלס ערהוילינגס היים פאר די אומצאליגע פאציענטן וואס קענען נאכנישט צוזיך קומען אז טראמפ האט געווינען די עלעקשאן און זיי נוצן יענע ליניע זיך אויסצוגראדן די נערווען.

דערנאך קומט די דריטע ליניע וואס דאס איז פאר די וואס זענען מדייק צו פארן פונקטליך וויפיל די ספיד לימיט ערלויבט און כדי אז אן עין הרע זאל חלילה נישט שאדן, פארן זיי מיט איינס ווייניגער, געעוענליך וועלן די מענטשן זיך טרעפן אויף די דריטע ליניע גלייך ביים אנקום אויפן שאסיי, און וועלן עס חלילה נישט איבערלאזן אפילו פאר איין רגע עס זאל חלילה נישט חמצדיג ווערן, און זיי וועלן אנשטעלן דעם זייגערל אויף קרוז כדי חלילה נישט איבערגיין דעם אזוי אויך שטוינענד הויך ספיד לימיט.

גראדע טוט די גאנץ רעכטע ליניע דינען פאר טייל אויסלענדישע געסט וואס זייערע מוחות זענען נאכנישט אזוי רייף ווי די אמעריקאנע, זיך ארייצוכאפן פון אנדערע מאטאריסטן ווען עס מאכט זיך כסדר ליידיג פלאץ צווישן איין סיניער סיטיזען אין די צווייטע.

הקיצור וואס אין פוילן מאכט מען א שאסיי פאר מאטאריסטן צו קענען ווי שנעלער אנקומען צו זייער דעסטינאציע גרינג און שנעל, איז דא אין פארגעשריטענעם אמעריקא אן ערהוילנגס היים פאר סיניער סיטיזענס און פאר ווער עס וויל זיך גיין אויסלופטערן.
משנה מקום, משנה הבריות.
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אני מרגיש כאב שלך
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

בענקעל האט געשריבן:אני מרגיש כאב שלך


How do you know how his father feels?...
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

פארוואס טראכטסטו אז עס איז א 'כ' הדמיון?
אוועטאר
משה'לע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:26 pm
לאקאציע: בעולם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע »

בענקעל האט געשריבן:אני מרגיש כאב שלך


עס טוט מיר גארנישט וויי, עס איז מיר פשוט אינטערעסאנט צו זעהן די מיינונגס פארשידענהייטן צווישן אנדערע לענדער און אמעריקא, איך שפעקוליר וואס מאכט אז מיר זאלן טראכטן אנדערש וויאזוי צו נוצן טראנפארטאציע און דאס גלייכן, איז דאס צוליב די גלאבאלע אנווארימונג וואס באטרעפט אונז דאס מערסטע? מען ברויך אריינקוקן דערין אבער מעגליך אז גלאבאלע אנווארימונג האט אן אפעקט אויפן מח, ברויך מען אפשר יא אדורכשטופן דעם גרינעם דיעל?!?!

קען זיין עס איז די אימיוניזעישאן שאטס וואס מאכט אונזערע מוחות ארבייטן מער פארגעשריטן ווי אנדערע לענדער?!?! אפשר ברויך מען דעקלערן א נאצינאלע עמערדזענסי אז די אלע דריטע וועלט לענדער זאלן האבן גרינגערע צוטריט צו די וואקסינען, און די מוחות זייערע זאלן זיך אנטוויקלען אזוי ווי ביי אונז?!?!

אפשר האט דאס צוטוהן מיט די אומלעגאלע אימיגראנטן וואס מיר לאזן אריין אין די מאסן?! פוילן לאזט נישט אריין, ברויך מען דערגיין צו די אלע חכמות קומען נישט גאר פון די מעקסיקאנער וואס שווערצן זיך אדורך די גרעניצן און ברענגן מיט די סודות פון חדר?!?!

איך בין סקעפטיש צו עס האט בכלל עפעס צוטוהן מיט די מיליטער, ווארום אונזער מילטער ברענגט דאך גערעכטיגקייט איבער דאס גאנצע ערד קוגל פאר א פרייז פון ביליאנענען דאלארן יערליך דורך די ברייטהארציגע שטיצע פון יעדן אמעריקאנער בירגער וואס קען נישט שלאפן רואיג ביינאכט אז אין סיריע איז נאכנישט דא דעמאקראטיע, אדער אז אין וועניזועלע איז דא א פארברעכער אויפן בענקל, מיר ברויכן זעהן פאר אלע געלטער צו ברענגן ארדענונג אין די וועלט, וואס דען זאלן מיר טוהן מיט די שווערע אויסגעהארעוועטע געלט פון די מיטל קלאס פארדינער?

שוין שיק דעם תגובה, גענוג לאנג פארברענגט.
משה' לע
המכונה עד כאן בקהלת הד''א
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

היוצא לנו מזה ומזאת ומזו ומהכא, מכאן ומהתם מדא והא, מלהלן ומלעיל, מלמעלה ומלמטה, מהיה מכבר מעבר ומכל אשר בה'עדר-קוגל,

אז משה'לה זאל נישט מיד ווערן פון שרייבן!
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

משה'לע די ארטיקל ווייס איך שוין האסטע געשריבן אינעם רעכטע לעין.. ווען ביסטע אבער געווען אין פולן..

;l;p-
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

גוט
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”