שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אומאפיציעל האט געשריבן:קענדי, דו ביזט זייער גוט, און דיין אישי בריוו איז נאך בעסער, איך לאז מיינע קינדער טיילן קארטלעך פאר טאטעס כאטשיג איך שטופ זיי נישט דערצו, און ב"ה אז מיינע קינדער זענען נישט קיין מחוצפים.

איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם אז מיין קינד זאל זעהן אז ער האט א גרויסע שיינע גלאנציגע אינטערעסאנטע ציהענדע סמארטפאון, קומט זיך אים אפאר בהמה קארטלעך, איך האב נישט די קוראזש עס אים צו זאגן אין פנים אריין, זאל ער באקומען די מעסעדזש דורך אפאר שומרים קארטלעך, זייער פיין, קומענדיגע מאל זאל ער האלטן די סמארטפאון אין טאש אדער עס נוצן אין ביהכ"ס אזוי ווי קענדי האט אזוי שיין ציטירט פון מר. אישי.

און ניין! די שומרים קארטלעך זענען נישט געמאכט צו מחנך זיין טאטעס! אבסעלוט נישט! עס איז געמאכט צו אריינפרעגלען אין קינדער א גרינגשעצונג און א עקל פון די טמא'נע סטרא אחרא טעלעפאנען!! און ב"ה אז עס ארבעט! דאס וואס טייל קינדער נוצן דאס צו געבן פאר טאטעס מיט סמארטפאונס איז א אייגענע אינציאטיוו וואס קינדער מיט גאטס נעמען אונטער.

פיין סאמערייזד!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:אין דער וואס וויל וויסן דעם אמת
די מלחמה מיט סמארטפאון ברבים, האט לכאורה אסאך געשאדט אויפן עצם אינטערנעט מלחמה ודו"ק


כ׳האב געדוק׳ט און נישט געטישקעחט.

והשינית, ס׳קוקט אויס אז די ביסט פון די וואס מיינען אז די מלחמה קעגן סמארטפאונס ברבים, איז ס״ה א מהלך וויזוי צו מלחמה האלטן מיט די איננטערנעט פראבלעם. ס׳איז אבער א טעות, ס׳איז צוויי באזינדערע פראבלעמען, צוויי באזינדערע מלחמות.

פאר איך פאנג אן...
איך האב ב"ה נישט קיין סמארט קאר, אין איך לעש אויס מיין סעלער ביים דאווענען

ס'איז טאקע צוויי אנדערע מלחמות אבער מ'האט קלאר דערלייגט אסאך מענטשן מיט פילטערס דורך די מלחמה מיט סמארט פאון ברבים מלחמה!
ביז ווילאנג זיי האבן געהאט איין טעלעפאון האסטו זיי געקענט קארנער'ן מיט א פילטער, איינמאל די פאנגסט אן משוגע צו מאכן אז מ'דארף האבן אן אנדערע טעלעפאון ברבים האט ער געקויפט א פשוטע טעלעפאון וואס ער געט איין פאר די פילטער קאמפעני, די אנדערע מוז ער שוין נישט איינגעבן אין דארט קען ער טוען ואס ער וויל!
איך רעד פון פאקטן נישט פון קיין חלומות!

איך שטיץ שטארק די געדאנק אז מ'טאר נישט ארויס נעמען אזא כלי אין ביהמ"ד, אבער ס'האט געדארפט געטוען ווערן מיט מער ישוב הדעת וואס דאס קען/גייט צוברענגען
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

געווען די וואך ביי א חתונה, זע איך דארט אלע שפילערס האבן אין פארנט פון זיך א סמארט פאון (א טעבלעט אויך...)
א חידוש אז ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן צו האקן דערויף, מינומום זיי געגעבן א שומר קארטל...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

די אלע מענטשען וואס האבן נישט קיין פילטער וועגען בלא בלא בלא
איז א תירץ וואס זיי זאגן די אמת איז זיי ווילן נישט האבן קיין פילטער און דעטס איט
זיי וואלטן פריער אדער שפעטער אראפ גענומען די פילטער דאס איז סתם וואס זיי דרייען א קאפ
קוק נאך וועלעכע מענטשען די קענסט וואס האבן אראפ גענומען די פילטער וועסטו זעהן איך בין גערעכט
(נקודה למחשבה אויב וויל ער עכט יא א פילטער נאר די מוסד איז שילדיג איז פארוואס גייט ער נישט צי א אנדערע פילטער קאמפעני ווי מען קען אים נישט און ער לייגט דארט א פילטער)
אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Horizontal »

ניס קראכער האט געשריבן:געווען די וואך ביי א חתונה, זע איך דארט אלע שפילערס האבן אין פארנט פון זיך א סמארט פאון (א טעבלעט אויך...)
א חידוש אז ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן צו האקן דערויף, מינומום זיי געגעבן א שומר קארטל...
אטעטשמענטס
0219191543-1.jpg
0219191543-1.jpg (562.14 KiB) געזען 3460 מאל
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ניס קראכער האט געשריבן:געווען די וואך ביי א חתונה, זע איך דארט אלע שפילערס האבן אין פארנט פון זיך א סמארט פאון (א טעבלעט אויך...)
א חידוש אז ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן צו האקן דערויף, מינומום זיי געגעבן א שומר קארטל...

דאס אידאך לצורך פרנסה במקום העבודה...........
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:שנעלע אינטערנעט מאכט עס נאכנישט קיין סמארטפאון

ס'זענען דא אסאך מענטשן וואס קענען זיך נישט דערלערנען וויאזוי מ'נוצט א סמארטפאון און איך מיין אז ס'דא גענוג פון זיי אז די קאמפאניס וועלן זיי נישט לאזן הענגען

איך זעה עס הערשט ביים עולם א אומקלארקייט וועגן 4G טעלעפאנען, ווען מען הערט די ווארט 4G כאפט א פחד אין לשער, קען איינער ביטע קומען און אביסל אויסקלארן די מצב? פארוואס טראכסטו אז עס איז א סמארטפאון? וועגן שנעלע אינטערנעט? נאך עפעס? און וואס זענען די צדדים אויף נישט? איך בין נישט אזא גוטער שרייבער, מיין פעדער איז ביים מעכאניקער איצטערט.

לאמיר דיר מסבירן א 4G פאון האט שנעלע אינטערנעט פונקט ווי א סמאטפאון (LG רופט עס LG Exalt LTE Smartphone for Verizon VN220) ס'זעט אויס ווי די בחור האט א אומשילדיגן פליפ פאון, און ביזדערוויל קוקט ער זיך אן מיט כל דבר אסור בעיסיקלי מ'האט אוועקגענימען די גאנצע מראית עין יעדע פאון איז א סמארטפון אנלעס מ'טראגט עס צי טעג
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

וואס איז מיט די בריוו פון לעיקוואד'ער ראשי ישיבה, איז דאס א קארעקטער זאך?
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

קול קורא 5 מנהלים.jpg
קול קורא 5 מנהלים.jpg (455.92 KiB) געזען 3245 מאל
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

און?
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

עציץ נקוב האט געשריבן:און?


"און" ווען נישט די מנהלים שליט"א דא אויפן פארום מיט אפאר ערעיסער'ס אין די זייט
וואלט מען נישט געמעגט זיין אויף איך-וועלט אויך נישט
וויפיל מאל מוז מען מאכן א ".... אלערט"....
און מען רעדט דא פון פשוט אומשולדיג פארזעהן עפעס אויפן בילד אדער קליפ וואס מען לייגט ארויף ודי
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?

viewtopic.php?p=1879043#p1879043
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

הרב וויס.jpg
הרב וויס.jpg (334.21 KiB) געזען 2930 מאל
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »






Internet 5776 MM.pdf
(150.89 KiB) געווארן דאונלאודעד 115 מאל
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

הרה"ק מסקולען זי"ע מברך מטבעות עם שומרים קארטלעך
אטעטשמענטס
skulen (2).png
skulen (2).png (146.64 KiB) געזען 2584 מאל
שויתי ה' לנגדי תמיד
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

איך בין אריינגעפאלן דא ווי מ'זאגט ביי מיסטעיק...

קודם: איך האב נישט קיין סמארטפאון און פאר א לאנגע ציט נישט געהאט א סעלפאון בכלל (איך האב חתונה געהאט פאר ס'איז געווארן אן אנגענומענע זאך פאר א חתן צו באקומען א סעלפאון און שבע ברכות...) אבער איך קען אסאך מענטשן וואס האבן יא.

מיט'ן פולסטען רעספעקט צו אלע חשוב'ע, עלטערע ניקים דא וועל איך נאר ארויסברענגען עטליכע נקידות פאר איך גיי מיר פון דא.

1) פאר די וואס טענה'ן אז ס'האט כאטש געהאלפן פאר די קינדער: די מציאות איז אז די ווייסט נישט וואס די long term תוצאות וועלן זיין.
קען זיין פאר יעצט האט עס געהאלפן אבער זיי זענען נאכנישט אויסגעשטעלט צו די נסיון! וואס גייט געשעהן ווען די אינגערמאן וואס איז יעצט א קינד וועט ווילן ארויסגיין ארבעטן און בלית ברירה זיך מוז'ן איינהאנדלען א סמארטפאון ווייל די דיספעטש סיסטעם פון די קאר סערוויס קאמפאני פאר וועם ער ארבעט ארבעט דורך א סמארטפאון (לדוגמא)? לצורך פרנסה קען זיין אויף אסאך מער אופנים ווי די קענסט דיך פארשטעלן. (דרך אגב, שפילערס און זינגערס ניצן עס פאר די notes און song list...). וואס וועט געשעהן דעמאלטס? וועט ער וויסן וויאזוי זוך צו באגיין דערמיט מיט אחריות אדער וועט ער צוליב די קארטלעך זיך פילן ווי א שגץ, בהמה... סייווי - כ'האב דאך א סמארטפאון, דעמאלטס מעג איך שוין טוהן אנדערע זאכן אויך...?

2) ס'איז גאנץ קענטיג אז עס זענען דא די וואס האבן באמת נישט קיין מושג וואס ס'טוט זיך באמת אויפ'ן גאס.

איינער האט מיר פארציילט אז ער איז אריין צו איינע פון די פלעצער צו לייגן א פילטער אויף זיין קאמפיוטער. יענער האט אים אזוי פארגעהאלטן היתכן ער האט א קאמפיוטער אינדערהיים בכלל אפילו מיט א פילטער ( די אינגערמאן האט זיין אפיס אינדערהיים ווייל ער קען זיך נאכנישט ערלויבן אן עקסטערע אפיס און האלט אלעס פארשפארט און אויסגעלאשן אז זיינע קינדער קומען נישט צו דערצו). ער זאגט אים דארט אז ער ווייסט פאר א "פאקט" א מענטשן שטעלן זיך עכט צו און ס'איז שוין דא אסאך ווייניגער אינטערנעט דיווייסעס ביים עולם לויט ווי מ'זעהט אז מענטשן געבן איין פאר די מוסדות'ער...
די אינגערמאן האט נישט געוויסט צו ער זאל לאכן אדער וויינען. דא קומט ער מיט אחריות און לייגט ארויף א פילטער אנשטאט דאס באהאלטן פון די מוסדות'ער ווי אזויפיל אנדערע טוהן און אים האלט מען פאר... ער האט עס דורכגעשמואסט מיט זיין רב און דערציילט וואס איז געשעהן און וואס די מציאות איז אז מענטשן באהאלטן עס פשוט, צו ס'איז א סמארטפאון, טאבלעט אדער קאמפיוטער. א צייט שפעטער איז זיין רב צוריקגעקומען און אים נאכאמאל איבערגעפרעגט מיט ווייטאג צו ס'איז טאקע אזוי און וואס ער טראכט מ'קען טוהן דערוועגן...

איך האב נאך אסאך צו זאגן איבער די נושא אבער איך וועל זיך אפשטעלן דא פאר איך ווער צו צוהיצט...

איך וועל נאר זאגן איין זאך פאר איך גיי:

איך challenge אלע די וואס זענען אינוואלווד מט די קארטלעך צו נעמען די צייט, צוגיין צו א אנגערמאן וואס האט א סמארטפאון און כאפן מיט אים א רואיגע שמועס און נעמען די צייט אים אמת'דיג צו פארשטיין פארוואס ער האט עס טאקע - אן דזאדזשען אדער פרובירן איבערצורעדן - פשוט פארשטיין.
ווען די וועסט דאס טוהן מיט מער ווי איין אינגערמאן מיין איך אז דיין בליק וועט זיך גאנץ שנעל טוישן.
און דאן וועסטו אפשר קענען אנהייבן צו טראכטן פון אן אמת'דיגע לעזונג צו די פראבלעם און נישט עפעס וואס וועט זיי פשוט אוועקשטופן נאך מער אדער זיי אריינשטופען און באהעלטעניש.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

איך גיי מיר נישט טענה'ן מיט דיר איך האב מיר שוין גענוג ג'טענה'ט דא
איז אלעס האט ענפערס אבער איך וויל נישט ווערן ציהיצט וועל איך נישט ענפערן יעצט למעשה איז יעצט ערב פסח סיזען איז ס'איז דא ארבעט האב איך נישט קיין צייט יעצט פאר דעם
אבער א געוויסע פוינטס האב איך הנאה געהאט אזוי

1) די זאגסטעך אפ דא דיינס און די גייסטעך ביסטו אפי' נישט אינטערסירט צי הערן א תירץ

2)צי ס'איז דא אינגעלייט וואס דארפן עס באמת האבן איך עגרי מיט דיר אבער זייער וויינונג
איך CHALLENGE דיר גיי צי א אינגערמאן מיט א ס'מ פאון און כאפ מיט אים א רואיגע שמועס און נעם די צייט אים אמת'דיג צי פראווען אויב ער דארף עס אמת'דיג
ווען די וועסטו דאס טון מיט מער ווי איין אינגערמאן מיין איך אז דיין בליק וועט זיך גאנץ שנעל טוישן

רוב ריבם פון אינגעלייט דארפן עס נישט נאר פאר באקוועליכקייט
איך לייקן נישט ס'איז זייער באקוועם

ועוד חזון למועד
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

קענדי'ס האט געשריבן:

Internet 5776 MM.pdf



מען פארציילט אויף איינער פון אמעריקאנער פרעזידענטן אז ער איז איין זונטאג אהיים געקומען פון.... האט אים זיין פרוי געפרעגט "וואס האט דער פרעדיגער געזאגט היינט?"
"ער האט ארויסגעברענגט אז די רייכע האבן אן אחריות צו העלפן די ארימע."
"נו, ער האט קאנווינסט דעם עולם?"
"די ארימע האט ער זיכער קאנווינסט...."

איך בין שטארק סימפאטיש מיט די סמארטפאון מערכה. אבער מיט אלל דו רעספעקט, די דאזיגע בראשור האט אין בעסטן פאל קאנווינסט נאר איינעם, דער וועלכע זענען שוין סיי ווי אלל די וועי אנטי-סמארטפאון. כדי צו איבערצייגן דעם געוויסן פון א מענטשן, ברויך מען רעדן צו אים דברים של טעם. און ציהן א שטריך פון גיין אן א קאַפּל אויפן קאפּ ביז א "געפילטערטע" סמארט פאון איז זײער נישט איבערצייגנד, אפילו אויב דער צושטעל זאל זיין 100% אמת.

פארהאן א א שיינע פאר השומרים קארטלעך וואס ברענגן ארויס דעם ענין פיל בעסער ווי די דאזיגע 4-בלעטער בראשור. (נעמט דאס נישט אן ווי א בלענקעט הסכמה אויף "פראדזשעקט השומרים".)

מיינע צוויי פּעניס.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

חסידישער מבין האט געשריבן:לצורך פרנסה קען זיין אויף אסאך מער אופנים ווי די קענסט דיך פארשטעלן. (דרך אגב, שפילערס און זינגערס ניצן עס פאר די notes און song list...)


אן ערנסטער צורך פרנסה.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

לאמיר מאכן א שטיקעלע סך הכל אויף די טענות וואס מען האט דא
ס'איז געווען א כינוס כלל ישראל סיון תשע''ב די עולם האט זיך אמת'דיג פארגענומען
ס'איז אריבער געגאנגען אפאר יאר און די עולם האט מער ווייניגער פארגעסען דערפון איינער מער איינער ווייניגער געוויסע מוסדות האבן פארלאנגט אז מען זאל אינטערשרייבן אז מען האט נישט, מער האבן נישט פארלאנגט ארויס נעמען ס'מ פאונס און פאבליק איז געווען א נארמאלע זאך צי און בהמ'ד צי און אינדערהיים איז גארנישט געווען Wראנג
אחד היה ר' שאול יצחק זצ'ל וואס האט זיך אריין געלייגט דערין אויף געוועקט די עולם אויף געוועקט די רבנים היינט מיין איך האט כמעט יעדע בהמ''ד א סיין נישט ארויס נעמען קיין ס'מ פאון (אגב און מיטן דאווענען טאר מען א בעיסיק פאון אויך נישט ארויס נעמען) יעדע מוסד איז שוין היינט שטרענגער ווי אמאל (ווער ס'האט אמאל גארנישט פארלאנגט פארלאנגט שוין היינט יא ווער ס'האט יא פארלאנגט אמאל פארלאנגט יעצט א געהעריגע אפראוועל פון וועד משומר)
ער איז אויף געקומען מיט די קארטלעך געדאנק
געדענק איך ווי ער האט אראפ געלייגט די אלע טענות וואס די עולם האט היינט אויף עס
וועגען חוצפה האט מען גענפערט דא אפאר מאל איך האב נישט קיין נערווען אלעס איבער צי חזרן (איך וויל נישט ס'זאל אויסקוקען ווי די וואקסין אשכול)
דאס וואס אסאך טענה'ן וועגען די לאנג ראן מיין איך האט מען נאך נישט גענפערט
איז לאמיר זיך אראפ זעצען און זען ווי אזוי ס'וואלט אויס געקוקט אן קארטלעך און מיט קארטלעך

אן קארטלעך וואלט די טאטע און מאמע און שוועסטער און פעטערס געהאט א ס'מ פאון, א פילטער אפשר יא אפשר נישט מען פארלאנגט דאך עס נישט וואלט מען נישט געלייגט די קינד וואלט געקוקט אויף אלע אינטערסאנטע קליפס אין די טאטעס און מאמעס פאון האלב כשר (אינגאצען טרייף) האלב נישט, אפי' נאר אויף צניותדיגע פרויען אויב ס'איז א כשרע משפחה

און די קינד וואלט אזוי אויף געוואקסען ער וואלט חתונה געהאט וואלט ער זיכער געקויפט א ס'מ פאון יעדער האט דאך ניין? געלייגט א פילטער זיכער נישט (ביז דעמאלס ווער וואלט אפי' פארלאנגט פילטערס) געקוקט אלעס זיכער יא ער וואלט ניטאמאל געוויסט אז ס'איז א פראבלעם איך האב אסאך אויס געלאזט מען קען גיין סאך ווייטער


יעצט מיט קארטלעך האט מען אזוי 1000'טער אינגעלך מיט בחורים האבן אינטערגעשריבן נישט אריין ציקוקען און א ס'מ פאון האט מען שוין יעצט אפגעהאלטען מיליאנען ריאות אסורות אסאך אסאך מער מענשטען האבן נישט קיין ס'מ פאונס די מוסדות זענען שטרענגער

יעצט די קינד גייט עלטער ווערן און אויב ער וועט יא וויכטיג דארפן האבן ס'מ פאון וועט ער לכאורה יא לייגן א פילטער ווייל יעדער האט א פילטער


גארנישט איז נישט 100% נאר די טויט ס'קען זיין ס'וועט פונקט זיין אזא מין בחור וואס ווען ער וועט חתונה וועט ער נישט לייגן א פילטער וועגען די קארטלעך ס'קען זיך מאכן אבער די אנדערע וועג איז זיכער ערגער מען האט אפגעהאלטען ריאות אסורות און מען האלט ווייטער אפ

יעצט ווער ס'האלט נאך אלס אז דאס איז נישט די וועג ווי אזוי מען וואלט געדארפט פירן די קאמפיין זאל פארשטיין אז די יעצטיגע עסקנים (וואס זיי זענען די איינציגסטע וואס טוען) וואס פירן עס האבן איינגעזען אז דאס איז די איינציגעסטע וועג וואס ארבעט
אויב האט איר א בעסערע וועג זענט איר מכובד זיך אריין צילייגן דערין (אדער כאטש קומען זאגן פאר די עסקנים) סתם זאגן קריטיק איז גארנישט ווערט מען וועט אייך נישט אויס הערן יתרו פרשה און די תורה רופט מען ואתה תחזה ווייל פון דארט הייבט זיך אן די עצה נישט ביי די קריטיק
א צעטל פון אלע רבנים אינטערגעשריבן אז מען מיז לייגן א פילטער איז זייער א גוטע עצה אבער ביז יעצט האט עס נישט גע'ארבעט (קען זיי ביי אייך יא) ביי די כינוס כלל ישראל האט מען גערופון רב וואזנער וואס האט גע'פסקנט אז אינטערנעט האט א איסור יחוד און ס'האט נישט ציפול געהאלפען

די פאקט האט געוויזן אז נאר דאס האט גע'ארבעט און די רבנים ספארטן עס (די פרעגסט וועלעכע ווייז די מיר אז איינער האט עס גע'אסרט נישט ביי די ליטווישע ווי דארט'ן האט טאקע כמעט יעדער א ס'מ פאון)


און איך געב רשות צי עס FWD אן געבען קרעדיט
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

מונאוויטש האט געשריבן:[

מען פארציילט אויף איינער פון אמעריקאנער פרעזידענטן אז ער איז איין זונטאג אהיים געקומען פון.... האט אים זיין פרוי געפרעגט "וואס האט דער פרעדיגער געזאגט היינט?"
"ער האט ארויסגעברענגט אז די רייכע האבן אן אחריות צו העלפן די ארימע."
"נו, ער האט קאנווינסט דעם עולם?"
"די ארימע האט ער זיכער קאנווינסט...."

איך בין שטארק סימפאטיש מיט די סמארטפאון מערכה. אבער מיט אלל דו רעספעקט, די דאזיגע בראשור האט אין בעסטן פאל קאנווינסט נאר איינעם, דער וועלכע זענען שוין סיי ווי אלל די וועי אנטי-סמארטפאון. כדי צו איבערצייגן דעם געוויסן פון א מענטשן, ברויך מען רעדן צו אים דברים של טעם. און ציהן א שטריך פון גיין אן א קאַפּל אויפן קאפּ ביז א "געפילטערטע" סמארט פאון איז זײער נישט איבערצייגנד, אפילו אויב דער צושטעל זאל זיין 100% אמת.

פארהאן א א שיינע פאר השומרים קארטלעך וואס ברענגן ארויס דעם ענין פיל בעסער ווי די דאזיגע 4-בלעטער בראשור. (נעמט דאס נישט אן ווי א בלענקעט הסכמה אויף "פראדזשעקט השומרים".)

מיינע צוויי פּעניס.

איך עגרי מיט דיר למחצה ולשליש
אבער אפי' נאר פאר דאס האט זיך עס אויך געלוינט אז די אלע וואס האבן נישט קיין ס'מ פאון באקומען חיזוק דערפון לוינט זיך עס
מיין מיינונג קיין מיט א קאפל דארף מען להלכה נאר ביים דאווענען און ווען מען מאכט א ברכה און מיט ס'מ פאון איז דא סאך מער אסורים (ביטע נישט אויסטון די קאפל וועגען מיר)

יעצט מען דארף רעדן צי אים דברים של טעם קיין שום זאך ביי די ס'מ פאון מענטש האט נישט אזא טעם ווי די ס'מ פאון אליינס ער וועט האבן 100'טער תירוצים פארוואס ער דארף עס יא
איז די האסט בעסערע עצות לאמיר הערן
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

קענדי'ס האט געשריבן:איך גיי מיר נישט טענה'ן מיט דיר איך האב מיר שוין גענוג ג'טענה'ט דא
איז אלעס האט ענפערס אבער איך וויל נישט ווערן ציהיצט וועל איך נישט ענפערן יעצט למעשה איז יעצט ערב פסח סיזען איז ס'איז דא ארבעט האב איך נישט קיין צייט יעצט פאר דעם
אבער א געוויסע פוינטס האב איך הנאה געהאט אזוי

1) די זאגסטעך אפ דא דיינס און די גייסטעך ביסטו אפי' נישט אינטערסירט צי הערן א תירץ

2)צי ס'איז דא אינגעלייט וואס דארפן עס באמת האבן איך עגרי מיט דיר אבער זייער וויינונג
איך CHALLENGE דיר גיי צי א אינגערמאן מיט א ס'מ פאון און כאפ מיט אים א רואיגע שמועס און נעם די צייט אים אמת'דיג צי פראווען אויב ער דארף עס אמת'דיג
ווען די וועסטו דאס טון מיט מער ווי איין אינגערמאן מיין איך אז דיין בליק וועט זיך גאנץ שנעל טוישן

רוב ריבם פון אינגעלייט דארפן עס נישט נאר פאר באקוועליכקייט
איך לייקן נישט ס'איז זייער באקוועם

ועוד חזון למועד

נישט אמת האסט נאך קיינעם נישט גפרעגט זעי איך פון דיינע ווערטער
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

איז אמת איז מיט א גדר פילטער קען מען נישט ארויפ גייט אויפ
על על .קאם?!.....................
אזוי זאגט מיר איינער
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

קענדי'ס האט געשריבן:איך גיי מיר נישט טענה'ן מיט דיר איך האב מיר שוין גענוג ג'טענה'ט דא
איז אלעס האט ענפערס אבער איך וויל נישט ווערן ציהיצט וועל איך נישט ענפערן יעצט למעשה איז יעצט ערב פסח סיזען איז ס'איז דא ארבעט האב איך נישט קיין צייט יעצט פאר דעם
אבער א געוויסע פוינטס האב איך הנאה געהאט אזוי

1) די זאגסטעך אפ דא דיינס און די גייסטעך ביסטו אפי' נישט אינטערסירט צי הערן א תירץ

2)צי ס'איז דא אינגעלייט וואס דארפן עס באמת האבן איך עגרי מיט דיר אבער זייער וויינונג
איך CHALLENGE דיר גיי צי א אינגערמאן מיט א ס'מ פאון און כאפ מיט אים א רואיגע שמועס און נעם די צייט אים אמת'דיג צי פראווען אויב ער דארף עס אמת'דיג
ווען די וועסטו דאס טון מיט מער ווי איין אינגערמאן מיין איך אז דיין בליק וועט זיך גאנץ שנעל טוישן

רוב ריבם פון אינגעלייט דארפן עס נישט נאר פאר באקוועליכקייט
איך לייקן נישט ס'איז זייער באקוועם

ועוד חזון למועד


פון דיינע ווערטער זעהט מען אז ווי מ'זאגט you missed the point.

ווי געזאגט פריער איך בין נישט אינטערעסירט אריינצוגיין און א לאנגע וויכיח מיט דיר איבער דעם (איך האב פשוט נישט די צייט פאר דעם) אבער אין קורצן איז אזוי:

ס'איז דא א פראבלעם פון סמארטפאון'ס, גערעכט?

יעצט קיינער רעדט זיך נישט איין אז יעדער וואס האט עס איז עס טאקע לצורך פרנסה (כאטש ס'איז מער ווי די מיינסט...) אבער אז די אינגערמאן האט א סמארטפאון איז דא א סיבה פאר דעם! און פאר די וועסט נישט פארשטיין פארוואס ער האט עס (נישט פארוואס ער דארף עס נישט עכט האבן - דאס ווייסט ער אויך) וועסטו קיינמאל נישט קענען עכט דורכקומען צו אים און טרעפן א אמת'דיגע לייזונג צו די פראבלעם.

קוק, קען זיין די ווילסט נישט פארשטיין, אדער קענסטו נישט פארשטיין, אבער ס'איז גאנץ קענטיג פון די שומרים קארטלעך וכדומה אז זיי האבן נישט גענומען די צייט צו אמת'דיג פארשטיין די פראבלעם און פון וואו עס קומט, פאר זיך ארויסלאזן אין מלחמה... נעם די צייט צו פארשטיין דיין שונא פאר די גייסט אין מלחמה און דעמאלטס וועסטו בעזרת ה' טאקע געווינען דעם קריג.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

Wow a1 האט געשריבן:נישט אמת האסט נאך קיינעם נישט גפרעגט זעי איך פון דיינע ווערטער

איך האב יא געפרעגט און ס'איז 100% אמת וואס קענדיס זאגט

רובה דרובה אינגעלייט מיט סמארטפאונס מוזן עס נישט האבן און גאר אסאך נוצן עס נישט פאר זייער ארבעט אין קיין שום וועג

און וואס איז מיט די פרויען? זיי דארפן עס אויך לצורך פרנסה?

Wow a1 האט געשריבן:איז אמת איז מיט א גדר פילטער קען מען נישט ארויפ גייט אויפ
על על .קאם?!.....................
אזוי זאגט מיר איינער

זאג פאר דעם לץ אז פאר'ן ארומגיין און קאלט מאכן אידן מאכט מען הייס דעם גיהנם

אגב איזעס ליגענט אויך


חסידישער מבין האט געשריבן:פון דיינע ווערטער זעהט מען אז ווי מ'זאגט you missed the point.

ער האט זייער גוט ארויס די פוינט. דו ביסט אייגענטליך דער וואס פארפאסט עס

די ענטפער אויף דעם
חסידישער מבין האט געשריבן:עצט קיינער רעדט זיך נישט איין אז יעדער וואס האט עס איז עס טאקע לצורך פרנסה (כאטש ס'איז מער ווי די מיינסט...) אבער אז די אינגערמאן האט א סמארטפאון איז דא א סיבה פאר דעם! און פאר די וועסט נישט פארשטיין פארוואס ער האט עס (נישט פארוואס ער דארף עס נישט עכט האבן - דאס ווייסט ער אויך) וועסטו קיינמאל נישט קענען עכט דורכקומען צו אים און טרעפן א אמת'דיגע לייזונג צו די פראבלעם.

קוק, קען זיין די ווילסט נישט פארשטיין, אדער קענסטו נישט פארשטיין, אבער ס'איז גאנץ קענטיג פון די שומרים קארטלעך וכדומה אז זיי האבן נישט גענומען די צייט צו אמת'דיג פארשטיין די פראבלעם און פון וואו עס קומט, פאר זיך ארויסלאזן אין מלחמה... נעם די צייט צו פארשטיין דיין שונא פאר די גייסט אין מלחמה און דעמאלטס וועסטו בעזרת ה' טאקע געווינען דעם קריג.
איז דאס
קענדי'ס האט געשריבן:יעצט מען דארף רעדן צי אים דברים של טעם קיין שום זאך ביי די ס'מ פאון מענטש האט נישט אזא טעם ווי די ס'מ פאון אליינס ער וועט האבן 100'טער תירוצים פארוואס ער דארף עס יא
איז די האסט בעסערע עצות לאמיר הערן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”