מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 7:18 pm

בקיצור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת הקהל »

בקיצור! אפשר קען איינער מסביר זיין בקיצור, וואס טוען די מענטשען וואס זאגן כסדר "בקיצור" וואס טוען זיי מיט די מינוטען וואס זיי פארדינען דורך זאגן א גאנצען צייט "בקיצור". אויב איינער קען מסביר זיין בקיצור....
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

איינער פרעגט מיר נעכטן , צו ווייסטו פארוואס די פייגעלעך זינגן יעדע צופריה ?

זאג איך אים , "אודאי , זיי ברויכן ניש גיין צו די ארבעט !!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א קאנטראקטער קומט אמאל צום פסיכיאטער
דער פסיכיאטער געט אים א פען און פאפיר און הייסט אים מאלן א הויז

דער קאנטראקטער נעמט דעם פאפיר און מאלט אויס א שיינע הויז ביים עק פון די פאפיר און געט עס צוריק פארן פסיכיאטער
דער פסיכיאטער פרעגט אים, סע'פשט אז דו האסט געמאלן די הויז ביים עק ?

זאגט אים דער קאנטראקטער , ביזט געפאלן אויפן קאפ ?! דו ווייסט וויפיל ס'קאסט א הויז אינמיטן שטאט !!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א עלטער פאר פאלק קומען צום דאקטאר פאר א רוטינע אונטערזוכינג

דער דאקטאר נעמט בלוט פון ביידע און געט א קוק און רופט זיך אהן , אינטערעסאנט אז עטץ האטס ביידע די זעלבע טייפ בלוט

רופט זיך אהן דער מאן , "נו וואדע שוין 40 יאר וואס זי טרונקט מיין בלוט, וואס איז די גרויסע וואונדער !!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א איד מיט א מאטארביציקעל קומט אהן אין וואשינגטאן און פארקירט זיין מאטארביציקעל אין פארנט פונעם יו עס קעפיטעל
קומט צו א פאליציאנט און זאגט אים , טשאלדיג אבער ס'קומען באלד אהן קאנגרעסלייט מיט סענאטארן מיט זייערע געהילפן

רופט ער זיך אהן, "ניש קיין פראבלעם כאמיר מיטגעברענגט א טשעין צו צובינדן ס'מאטארביציקל צום שטאנג !!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א פרוי איז געקומען צו א גרויסע באבא דא אין אמעריקע און רעדט זיך אפ אז זי האט געפערליכע פוס ווייטאג אז ממש זי קען זיך ניש אויפשטעלן

געט איר די באבא א קמיע און זאגט איר,טראג עס פאר די נעקסטע 6 חדשים

זי גייט אהיים און נאך 3 חדשים זעהט זי אז ס'העלפט ניש גארניש , רעגט זי זיך אויף און עפענט די קמיע
זעהט זי ניש מער און ניש ווייניגער א שיין געמאלען בילד פון..................טראמפ

לויפט זי צוריק צום באבא און הייבט אהן שרייען , רבי איר מאכט חוזק פון מיר צו וואס ?!
זאגט דער באבא , בכלל ניש, "כאב געמיינט אז טראמפ האט געקענט שטעלן דרייפערטל אמעריקע אויפן פוס , האבעך מיר פארגעשטעלט אז ער קען אייך אויכעט העלפן........................!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

זאגט מיר א גוטע חבר אז אויפן הייוועי האלטן אים אין איין אפשטעלן פאליציאנטן פרעגנדיג צו ער האט היינט געטרינקן

ער קען שוין קוים ווארטן ווען א פאליציאנט העט אים פרעגן צו ער האט שוין היינט געגעסן.............!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

איינער זאגט מיר היינט אז ווען זיין ווייב זאגט אים , "אונז דארף מיר רעדן צווישן פיר אויגן"

איז 99 פראצענט אז ער העט צוריק קומען נאר מיט איינס.............................!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

א מיידל קומט אהיים נאך אפאר שעה פארברענגן

און וויינט צו איר מאמע , ער וויל חתונה האבן מיט מיר
זאגט איר די מאמע , נו אידעך זייער גוט, וואס איז די פראבלעם

וויינט די מיידל , ער זאגט מיר ער גלייבט ניש אין באשעפער ניש נאר דעיס נאר ער גלייבט אפילו ניש אז סיז דא אזא זאך אווי א גהינום
זאגט איר די מאמע , "דו האנאר חתונה מיט עימען העט ער באקומען די גהינום און ער העט אנהייבן וויינען יעדן טאג צום באשעפער .......!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

לכבוד פורים קטן
האמיר געהערט פון יארמע רב זז"ג אז פארוואס ליינט מען ניש פורים קטן א קליינע מגילה
הוא מותיב והוא מפרק , ווייל א קטן איז פטור פון מצוות
איז דאך אבער שווער זאל מען אלס מצות חינוך דארפן ליינען
איז די תירוץ , ווען איז געזאגט געווארן אז מ'דארף אויסלערנען א קטן אלס מצוות חינוך , דאס אינאר אויב ער העט אמאל אויסוואקסן א גדול אבער דער פורים קטן העט קיינמאל ניש אויסוואקסן ממילא איניש דא אפילו א מצוות חינוך ודו"ק
ודברי פי חכם חריין
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

נו וואדע!!!!
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

נו וואדע האט געשריבן:א עלטער פאר פאלק קומען צום דאקטאר פאר א רוטינע אונטערזוכינג

דער דאקטאר נעמט בלוט פון ביידע און געט א קוק און רופט זיך אהן , אינטערעסאנט אז עטץ האטס ביידע די זעלבע טייפ בלוט

רופט זיך אהן דער מאן , "נו וואדע שוין 40 יאר וואס זי טרונקט מיין בלוט, וואס איז די גרויסע וואונדער !!!!"

;l;p- ס'מערסטע הנאה געהאט.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@קלאטש קלאטש פאר נו וואדע שכ״ח
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

כ'באקום היינט א קאל פון די "עץ" ניקים כ'זאל זיך משתתף זיין אין זייער מעטשינג
פרעג איך איהם: ווי זענט איר געווען פאר זעקס יאר צוריק, יעצט דערמאנט איר זיך?
ענטפערט ער: אמאל איז נאך נישט געווען אזא זאך "מעטשינג"
זאג איך איהם: איך בין א "חרדי כמו פעם..."
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

זיי קלינגען מיר איך זאל געבן פאר די מעטשינג פון "עץ"
זאג איך איהם:
לדעתי איז נישט כדאי צו זיך פארען דערמיט,
שוין געווען אמאל איינער וואס איז געווען גרייט צו צאלן צען טויזנט שטיקער זילבער אויף צו בויען דעם "עץ"
און צום סוף האט מען איהם אליין אופגעהאנגען דערויף...
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

;l;p- נו וואדע פאר נו וואדע !!!

;l;p- און פאר ר' זענדל'ען
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

געהערט נעכטן פון א בדחן לונגער בשם הרב שלום אליעזר דים אויף קול מבשר,
האט ער געפרעגט וואס איז דער חילוק צווישען א לעדלארד און א גרוש?
זאג ער אז א לענדלארד ווארט אויפן ערשטן און א גרוש ווארט אויפן צווייטן!!!!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מען האט אמאל געפרעגט א גר צדק: וואס איז די שווערסטע זאך אלץ איד?

"צוריק טראגן די סידור נאך קידוש לבנה."
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום דינסטאג פעברואר 19, 2019 10:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מענין לענין. א דעבאטע צווישן צוויי חסידים:

בערל: דו ווייסט ווי גרויס מיין רבי איז?! דעם פארגאנגענעם שבת שקלים איז אנגעקומען אין שטעטל א מחנה חסידים פיל מער ווי ערווארטעט און עס זיינען נישט געווען גענוג בילקעס צו טיילן פארן עולם; קוים געקלעקט פאר א פערטל פונעם ציבור. האט דער רבי געזאגט, "נישט געזארגט, איך וועל טיילן." ער האט געלייגט דעם שאכטל בארכעס אונטערן טיש, און עס איז אריינגעקומען אזא שפע; ער האט געטיילט און געטיילט ביז יעדער איינער אן אויסנאם, זקנים עם נערים, האבן געהאט לחם משנה!

יענקל: אויך מיר א מופת! דו ווייסט וואס מיין רבי קען?! איין חודש איז געווען אן עצירת הלבנה. דער רבי האט געגעבן א דריי מיט די פאטשיילע, די עננים האבן זיך צובלאזן און עס האבן זיך באוויזן אויפן האריזאנט 37 לבנות!

"טו מיר א טובה! מאכסט פון מיר שפאַס?!"

"אז דו וועסט נאכלאזן פון דיינע בילקעס, וועל איך נאכלאזן פון מיינע לבנות!"
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

:grin: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פאר יעדעם שכח
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

נו וואדע וואס זאל איך זאגן די ביסט סאך בעסער ווי גוט
אזוי צו מהנה זיין די עולם
די זכות זאל דיר ביישטיין די זאלסט אייביג זיין בשמחה
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

געווען א איד א קמצן קיין פרוטה נישט גענוצט אהן א פונקטליכען חשבון.
געווארן אלט און ליגט קראנק אין בעט, ער פילט דאס איז זיינע לעצטע מינוטין דא אין וועלט.

ער רופט אלע קינדער און אייניקלאך זאל קומען זיין ביי זיין יציאת הנשמה,
דער עולם קומט, און ער פרעגט מיט א שוואכער קול אלע זיינען דא?
יא זיידע אלע זיינען דא.

ביסט זיכער אלע זיינען דא?
יא יא אלע זיינען דא.

שרייט דער אלטער מיט זיין גאנצער כוח איז פארוואס איז די לעכט אין בית הכסא אנגעצונדען?????
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א איד קומט אריין צום רבי׳ן מיט א פדיון פון 46 רייניש.

ס׳איז מיט אייך? פרעגט דער רבי.

איך הייס ׳דוד׳ וואס איז 14, און איך לייד ליידער אויפן הארץ, לב - 32 = 46

די רבי נעמט זיך קרעכטצן הויעך, ׳א שאָד, א שאָד׳....

וואס איז, פרעגט דער דוד מיט גרויס נייגער?

א שאד איר הייסט נישט תתשרסתא, און איר ליידט נישט אויף די שיני כרכשתא!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

רבי חצקל, אן עלטערער עלנדער מאן אן קיין משפחה, איז נוטה לגסיסה. רייך ווי 20 שלימים, קאַרג ווי א גרייצער. ער רופט אן א היימישער פיינענשעל אדווייזער און ער בעט אים אז ער זאל אים העלפן מסדר זיין א צוואה אויף נאך די מאה ועשרים ואחד.

דער אדווייזער האט פארשטאנען אז רבי חצקל גייט דא טיילן מוצא'ס. א מעלאנע פאר הצלה, א האלבע פאר ביקור חולים, צוויי און א פערטל פאר א 'שם הבנין' פאר די ישיבה, אא"וו.

"לאחר מאה ועשרים - הערט ער די שטילע שטימע פון רבי חצקל - זאלט איר אינוועסטירן מיינע אויסגעהארעוועטע נכסים אין א שטארקע דייווערסיפייעד פּאָרטפאָליאָ. 10% אין בלו טשיפס, 10% אין וועליו סטאקס, 5% אין גאווערנמענט באנדס, אימערדשינג מארקעטס, גראויט סטאקס, העדזש פאָנדס, פאנזי סקימס, וכו' וכו'."

והאיש משתאה לו. "רבי חצקל, איר זענט זיכער אז איר מאכט נישט קיין טעות? וואס ברויכט איר די געלט אויף נאך די הונדערט און צוואנציג?"

"אינגערמאן, איר גלייבט נישט אין תחיית המתים?!"
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

בערל קראקאווער האט געשריבן:א איד קומט אריין צום רבי׳ן מיט א פדיון פון 46 רייניש.

ס׳איז מיט אייך? פרעגט דער רבי.

איך הייס ׳דוד׳ וואס איז 14, און איך לייד ליידער אויפן הארץ, לב - 32 = 46

די רבי נעמט זיך קרעכטצן הויעך, ׳א שאָד, א שאָד׳....

וואס איז, פרעגט דער דוד מיט גרויס נייגער?

א שאד איר הייסט נישט תתשרסתא, און איר ליידט נישט אויף די שיני כרכשתא!


א ענליכע מעשה צו דעם האבעך געהערט אמאל

א שטעלע מיט א ר א ש ה ק ה ל האט געזוכט א חזן
זיי האבן ארומגעשיקט מעלדן איבעראל, אז דאס שטעטעלע ב. זוכט א קאנדידאט פאר נערנות, ווער ס'איז גרייט קען קומען אויף פראבע, איזער גוט, אידאך גוט, און אז נישט העט מען שיקן ווייטער, אבער די שפעזן העט מען אים באצאלן,

טראכט זיך ר' דוד נישקשה א שבת אין שטעטעלע ב. איז נישט אוועקצומאכן, און אפשר העט עס געלונגען און מיין נערנות/חזנות העט מיר ערגעץ וואו צינוצקומען.

אומר ועושה מ'לאזטצעך ארויס אין וועג, אנגעקומען, פארברענגט א שבת ביים ברעטל, אבער .....סשטימע האט נישט אויסגענומען ביים ראש הקהל, נו גוט נו שוין, איז נישט גיימער אהיים.

פארדעם איז ער געגאנגען צום ראש הקהל זיך געזעגענען, און אפנעמען זיינע פאר רובל פאר שפעזן, פרעגט אים דער ראש הקהל, זאגט וואס איז אייער נאמען?

זאגט ער : דוד

דוד? פיין דא האט איר 14 רובל, און פארט לחיים ולשלום.

זאגט ר' דוד סהאט מיר געקאסט א 45 רובל די וועג וואס עפעס 14?

אזוי גייט עס איך באצאל די גימטריה פונעם נאמען, זאגט דער ראש הקהל, דוד איז 14 ריכטיג?

יא אבער סהאט געקאסט סך מער ??
סהאט נישט געהאלפן קיין טענות ומענות, ראש הקהל זאגט 14 איז 14 נישטא וואס צו מאכן....

אבער נישט מיט ר' דוד.
אז נישט קיין חזן, איז קיין נער אויך נישט....

גייט דורך אפאר וואכן ר' דוד דרייט ארויף דאס בארדע, פאריקט די פאות, נייט זיך א נייע קאפאטע, שיינע ברילן, און מ'איז שוין נאכמאל אויפן וועג צום שטעטל ב.

כהער איר זוכט א חזן?
יא ! איר ווילט גיין אויף פראבע?
יא!
פיין.

נאך א שבת ביים ברעטל, א שטימע קען מען נישט טוישן....
איזעס דעם ראש הקהל נישט געפאלן, נאופס נישט פאסיג פאר אונזער שטעטעלע ב.

גייט מען זיך געזעגענען, און אפנעמען די שפעזן.
און ווידער דער ראש הקהל פרעגט:
ווי רופא מען אייך?

ענטפערט ר' דוד, מיך רופא מען פ ר ש נ ד ת א ........

דער ראש הקהל עפענט זיינע צוויי קעלבערנע אויגן,
פרשנדתא?? א אינטערסאנטע נאמען, פ ר ש נ ד ת א כ'האב קיינמאל נישט געהערט אזא נאמען פ ר ש נ ד ת א ??

נו העט איר יעצט הערן! זאגט ר' דוד.

קיין צוויי ברירות האט ער נישט געהאט, האט ער אויסגעציילט
א טויזענט פונעף און דרייסיג רובל .....

ר' דוד שטייט שוין ביים טיר און דער ראש הקהל קען זיך נישט בארואיגן, נ'ער געט אים א פרעג,
זאגט נאר, פארוואס האט דיר דיין טאטע געגעבן, אזא לאנגע אונטערסאנטע נאמען?

ר' דוד דרייט זיך אויס, און גיט א זאג
אז דו ביזט א ויזתא, בין איך א פרשנדתא.....

און ער איז געפארן לחיים ולשלום
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”