קענדי'ס האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:
מיין דעת תורא איז אז וועיז מיט'ן באנק דארף מען א עקסטערע שאלה פרעגן די ליין ליגט ביי לצורך פרנסה אדער נישט
יעצט דיין דעת תור (איך שרייב נישט קיין ה' אדער א' ווייל איך גיי דיר נישט אראפ רייסן פאר איך ווייס נישט ווער די ביסט)
זאג די
די האלסט אז וועיז מיטן באנק פערסעניל יוז מעג מען יא איז ווי איז די ליין נמשל וואסטעפפ טשעט וואסטעפפ גרופס טעלגראם
ביז ווי איז די ליין וואס מען מעג יא אדער נישט?
יישר כח פארן נישט אראפרייסן, ס'דא א טראק מיט אייער.
טעלעגראם איז מער ווייניגער גע'אסר'ט געווארן דאכצעמער. וואטסעפפ "גרופעס" האט סאטמארער רבי מהר"א גע'אסר'ט. אנדערע זאלן פרעגן זייער רבי ומורה דרך.
האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.
איך וויל דיר פרעגן, דער כולל אינגערמאן מעג האבן אן אימעיל אדרעס און גיין צו א קיאסק אויספילן א סעקשן 8 אפליקעישן? די הייליגע צעטלעך טוען/פלעגן נישט ארויסהייבן די קיאסקן וואס האבן די ליווידזשענט פילטער? וואסי פשט? (אויב דו האלטסט אז די משל איז נישט גוט, איז נישט)
די רבנים האבן גע'אסר'ט צו האבן אינטערנעט שלא לצורך פרנסה. איינער וואס דארף עס פאר פרנסה מעג האבן. וואס ער מעג האבן האבן זיי אראפגעשטעלט אז עס איז תלוי יעדער לפי מצבו, אזש ביז א סמארטפאון, זיי האבן דערווייל נישט אנגענומען די מהלך אז לצורך פרנסה איז א האוקס.
נישטא אבער קיין פסק אז מען מעג נישט נוצן אינטערנעט לדבר היתר, איך עכ"פ האב נישט געזען אזאנס.
איז געקומען רש"י ראבינאוויטש [וואס האט אפען געזאגט אז ער גייט שלא עפ"י פסק הרבנים, מטעם לא כמוס] און נאכגעפאלגט מיט שומרים קארטלעך און דאן געביטן נאמען צו השומרים, און האבן געעפנט אן אייגענע פראנט, סמארטפאונס. איבער עס ארויסנעמען אין בית המדרש האבן זיי מער ווייניגער אויסגעפירט, אבער די פסקים פון די רבנים, איבער ווער עס מעג האבן און וואס, זענען דערווייל קאי וקיים. און לפי מיעוט ידיעתי טוט דאס נישט אסר'ן צו נוצן די כלי וואס מען מעג האבן לצורך פרנסה, לצורך דבר היתר.
דאס איז וואס כ'האב דיר געשריבן פון אנפאנג, און כ'פלאן עס ניט איבערצוזאגן נאכאמאל, אפילו וועסט ברענגען ק"נ טעמים לאיסור. אז וועסט מיר ברענגען אז די פסק איז פארקערט, אדרבה.