שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

מיסטעריעז האט געשריבן:

מיין דעת תורא איז אז וועיז מיט'ן באנק דארף מען א עקסטערע שאלה פרעגן די ליין ליגט ביי לצורך פרנסה אדער נישט
יעצט דיין דעת תור (איך שרייב נישט קיין ה' אדער א' ווייל איך גיי דיר נישט אראפ רייסן פאר איך ווייס נישט ווער די ביסט)
זאג די
די האלסט אז וועיז מיטן באנק פערסעניל יוז מעג מען יא איז ווי איז די ליין נמשל וואסטעפפ טשעט וואסטעפפ גרופס טעלגראם
ביז ווי איז די ליין וואס מען מעג יא אדער נישט?
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

הענדימען האט געשריבן:שנעלע אינטערנעט מאכט עס נאכנישט קיין סמארטפאון

ס'זענען דא אסאך מענטשן וואס קענען זיך נישט דערלערנען וויאזוי מ'נוצט א סמארטפאון און איך מיין אז ס'דא גענוג פון זיי אז די קאמפאניס וועלן זיי נישט לאזן הענגען

איך זעה עס הערשט ביים עולם א אומקלארקייט וועגן 4G טעלעפאנען, ווען מען הערט די ווארט 4G כאפט א פחד אין לשער, קען איינער ביטע קומען און אביסל אויסקלארן די מצב? פארוואס טראכסטו אז עס איז א סמארטפאון? וועגן שנעלע אינטערנעט? נאך עפעס? און וואס זענען די צדדים אויף נישט? איך בין נישט אזא גוטער שרייבער, מיין פעדער איז ביים מעכאניקער איצטערט.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8572
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

קענדי'ס האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:

מיין דעת תורא איז אז וועיז מיט'ן באנק דארף מען א עקסטערע שאלה פרעגן די ליין ליגט ביי לצורך פרנסה אדער נישט
יעצט דיין דעת תור (איך שרייב נישט קיין ה' אדער א' ווייל איך גיי דיר נישט אראפ רייסן פאר איך ווייס נישט ווער די ביסט)
זאג די
די האלסט אז וועיז מיטן באנק פערסעניל יוז מעג מען יא איז ווי איז די ליין נמשל וואסטעפפ טשעט וואסטעפפ גרופס טעלגראם
ביז ווי איז די ליין וואס מען מעג יא אדער נישט?

יישר כח פארן נישט אראפרייסן, ס'דא א טראק מיט אייער.

טעלעגראם איז מער ווייניגער גע'אסר'ט געווארן דאכצעמער. וואטסעפפ "גרופעס" האט סאטמארער רבי מהר"א גע'אסר'ט. אנדערע זאלן פרעגן זייער רבי ומורה דרך.

האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.
איך וויל דיר פרעגן, דער כולל אינגערמאן מעג האבן אן אימעיל אדרעס און גיין צו א קיאסק אויספילן א סעקשן 8 אפליקעישן? די הייליגע צעטלעך טוען/פלעגן נישט ארויסהייבן די קיאסקן וואס האבן די ליווידזשענט פילטער? וואסי פשט? (אויב דו האלטסט אז די משל איז נישט גוט, איז נישט)

די רבנים האבן גע'אסר'ט צו האבן אינטערנעט שלא לצורך פרנסה. איינער וואס דארף עס פאר פרנסה מעג האבן. וואס ער מעג האבן האבן זיי אראפגעשטעלט אז עס איז תלוי יעדער לפי מצבו, אזש ביז א סמארטפאון, זיי האבן דערווייל נישט אנגענומען די מהלך אז לצורך פרנסה איז א האוקס.
נישטא אבער קיין פסק אז מען מעג נישט נוצן אינטערנעט לדבר היתר, איך עכ"פ האב נישט געזען אזאנס.

איז געקומען רש"י ראבינאוויטש [וואס האט אפען געזאגט אז ער גייט שלא עפ"י פסק הרבנים, מטעם לא כמוס] און נאכגעפאלגט מיט שומרים קארטלעך און דאן געביטן נאמען צו השומרים, און האבן געעפנט אן אייגענע פראנט, סמארטפאונס. איבער עס ארויסנעמען אין בית המדרש האבן זיי מער ווייניגער אויסגעפירט, אבער די פסקים פון די רבנים, איבער ווער עס מעג האבן און וואס, זענען דערווייל קאי וקיים. און לפי מיעוט ידיעתי טוט דאס נישט אסר'ן צו נוצן די כלי וואס מען מעג האבן לצורך פרנסה, לצורך דבר היתר.

דאס איז וואס כ'האב דיר געשריבן פון אנפאנג, און כ'פלאן עס ניט איבערצוזאגן נאכאמאל, אפילו וועסט ברענגען ק"נ טעמים לאיסור. אז וועסט מיר ברענגען אז די פסק איז פארקערט, אדרבה.
לעצט פארראכטן דורך מיסטעריעז אום מאנטאג פעברואר 18, 2019 1:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

אונז זענען נעכטען געוועהן אין קודש ספרים געשעפט אויף 13 ביי 52 און איינער האט באוואשען די איינגעטומער היתכן ער פארקויפט די "חוצפע" קארטלעך, האט ער -ר' יעקב גרינפעלד- גענטפערט מיט אזא זיסקייט... "איך מעג! עס איז לצורך פרנסה"!
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Horizontal »

די קארטלעך קויפט מען? איך האב געמיינט מען טיילט דאס
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

איך האב געזען די סארט צעטלעך פון אסאך קהילה'ס אבער איך האב נישט געוויסט אז איך דארף עס אוועק לייגן
א שנעלע גוגל האט מיר געברענגט די צעטל

6a00d83451b71f69e201676708830e970b-800wi.jpg
6a00d83451b71f69e201676708830e970b-800wi.jpg (228.67 KiB) געזען 2636 מאל


איטערנעט דאס מיינט א ס'מ פאון אדער א PC עפעס וואס קאנעקט זיך צי די אינטערנעט איז נאר מותר בשעת ובמקום עבודה דאס מיינט פערסענעל יוז איז אסור לויט מיין פיצי שכל
איך מיין אז אלע (אדער כמעט אלע) קהילת האבן ארויס געשטעלט אזא צעטל
חוץ וואס איז דא די פראבלעם פון מראות עין מיט און אנרייצן

יעצט לויט ווי קומסט מיר זאגן איז אינטערנעט געהעריג מותר נאר די פאר סייטס (אזוי ווי טעלגראם [וואסטעפפ נאר קהילת מהר'א]יו טוב וכודמה) וואס מען האט גע'אסר'ט איז אסור
יעצט בין איך שוין קרעקט מיר דיר?

חסיד אמיתי האט געשריבן:אונז זענען נעכטען געוועהן אין קודש ספרים געשעפט אויף 13 ביי 52 און איינער האט באוואשען די איינגעטומער היתכן ער פארקויפט די "חוצפע" קארטלעך, האט ער -ר' יעקב גרינפעלד- גענטפערט מיט אזא זיסקייט... "איך מעג! עס איז לצורך פרנסה"!

איך מיטשע זיך צי פארענפערן דאס איז נאך די גרינגסטע תירץ
פאר ווער ס'איז א ביסל שווער צי כאפן
פונקט ווי די טוסט אויף די פאון וואס די ווילסט ווייל די האסט א תריץ צורך פרנסה די זעלבע תירץ האט דער וואס ס'מאכט עס און פארקויפט עס

Horizontal האט געשריבן:די קארטלעך קויפט מען? איך האב געמיינט מען טיילט דאס

ביידע
אבער אפי' מען טיילט דאס האט עס איינער מנדב געווען
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8572
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

קענדי'ס האט געשריבן:איך האב געזען די סארט צעטלעך פון אסאך קהילה'ס אבער איך האב נישט געוויסט אז איך דארף עס אוועק לייגן
א שנעלע גוגל האט מיר געברענגט די צעטל

6a00d83451b71f69e201676708830e970b-800wi.jpg


איטערנעט דאס מיינט א ס'מ פאון אדער א PC עפעס וואס קאנעקט זיך צי די אינטערנעט איז נאר מותר בשעת ובמקום עבודה דאס מיינט פערסענעל יוז איז אסור לויט מיין פיצי שכל
איך מיין אז אלע (אדער כמעט אלע) קהילת האבן ארויס געשטעלט אזא צעטל
חוץ וואס איז דא די פראבלעם פון מראות עין מיט און אנרייצן

יעצט לויט ווי קומסט מיר זאגן איז אינטערנעט געהעריג מותר נאר די פאר סייטס (אזוי ווי טעלגראם [וואסטעפפ נאר קהילת מהר'א]יו טוב וכודמה) וואס מען האט גע'אסר'ט איז אסור
יעצט בין איך שוין קרעקט מיר דיר?

כ'ווייס נישט וואס דו ביסט, איך ווער שוין אבער צוקרעקט... א עברי טייטש מלמד בין איך נישט, אבער דאסמאל העמיר מאכן אן אויסנאם. בשעת ובמקום עבודה איז לויט מיין נארישע הבנה טייטש, אין אפיס - דורינג ביזנעס האוערס. וואו איר זעהט דערין פערסענעל יוז ווייס איך נישט. הגע בעצמך, די מוסד אליינס פארמאגט דאך א וועבסייט און מאכט אפיעלס אנליין.

ווי מראית עין אן אנרייצן קומט אריין אין א שמועס איבער אינטערנעט "לצורך דבר היתר" ווייסט איין קענדי'ס.

הצלחה מרובה.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Shomrim Cards a Letter of Support

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

Shomrim Cards a Letter of Support

https://www.dropbox.com/s/m29ww7trj9ldr ... t.pdf?dl=0

If there would
be an epidemic of children starting smoking, and somebody made some anti‐smoking cards.
Would people complain that children are bringing home anti‐smoking literature, when the
father himself smokes? The answer is certainly not, we would tell the father, you should stop
smoking!


Shomrim Cards a Letter of Support_Page_6.jpg
Shomrim Cards a Letter of Support_Page_6.jpg (92.08 KiB) געזען 2611 מאל

Shomrim Cards a Letter of Support_Page_7.jpg
Shomrim Cards a Letter of Support_Page_7.jpg (259.91 KiB) געזען 2611 מאל

Shomrim Cards a Letter of Support_Page_8.jpg
Shomrim Cards a Letter of Support_Page_8.jpg (133.52 KiB) געזען 2611 מאל
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

Shomrim Cards a Letter of Support_Page_9.jpg
Shomrim Cards a Letter of Support_Page_9.jpg (103.11 KiB) געזען 2608 מאל


פאר די וואס קענען נישט עפענען דראפבאקס וועל איך עס דא ארויף ברענגען
Shomrim Cards a Letter of Support_Page_1.jpg
Shomrim Cards a Letter of Support_Page_1.jpg (270.42 KiB) געזען 2608 מאל

Shomrim Cards a Letter of Support_Page_2.jpg
Shomrim Cards a Letter of Support_Page_2.jpg (348.52 KiB) געזען 2608 מאל
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

Shomrim Cards a Letter of Support_Page_3.jpg
Shomrim Cards a Letter of Support_Page_3.jpg (357.6 KiB) געזען 2607 מאל

Shomrim Cards a Letter of Support_Page_4.jpg
Shomrim Cards a Letter of Support_Page_4.jpg (334.02 KiB) געזען 2607 מאל

Shomrim Cards a Letter of Support_Page_5.jpg
Shomrim Cards a Letter of Support_Page_5.jpg (111.36 KiB) געזען 2607 מאל
אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Come and go »

חסיד אמיתי האט געשריבן:אונז זענען נעכטען געוועהן אין קודש ספרים געשעפט אויף 13 ביי 52 און איינער האט באוואשען די איינגעטומער היתכן ער פארקויפט די "חוצפע" קארטלעך, האט ער -ר' יעקב גרינפעלד- גענטפערט מיט אזא זיסקייט... "איך מעג! עס איז לצורך פרנסה"!

אוי האסט מיר געמאכט לאכען ר יעקב בתפארתו
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

מיסטעריעז האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס דו ביסט, איך ווער שוין אבער צוקרעקט... א עברי טייטש מלמד בין איך נישט, אבער דאסמאל העמיר מאכן אן אויסנאם. בשעת ובמקום עבודה איז לויט מיין נארישע הבנה טייטש, אין אפיס - דורינג ביזנעס האוערס. וואו איר זעהט דערין פערסענעל יוז ווייס איך נישט. הגע בעצמך, די מוסד אליינס פארמאגט דאך א וועבסייט און מאכט אפיעלס אנליין.

ווי מראית עין אן אנרייצן קומט אריין אין א שמועס איבער אינטערנעט "לצורך דבר היתר" ווייסט איין קענדי'ס.

הצלחה מרובה.

יעצט בין איך קלאר האסט דאך חוזק געמאכט פון מיר מיז זיין אז די ביסט גערעכט נישט אזוי
יעצט צי דיין תגובה איז זייער קלאר אז די ניצט נאר וועיז און אפיס דורינג ביזנעס האוערס
און אנדערע צייטען אז דיין טעלעפאן אוועק געלייגט וואויל איז דיר

הצלחה מרובה.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אין דער וואס וויל וויסן דעם אמת
די מלחמה מיט סמארטפאון ברבים, האט לכאורה אסאך געשאדט אויפן עצם אינטערנעט מלחמה ודו"ק
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8572
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אינטערעסאנט צו וויסן וואו דו האסט מיר געזעהן חוזק מאכן.

דו מאכסט אביסל צופיל מסקנות אין אנדערע מענטשן היינט. האסט מיר געזעהן ערגעץ שרייבן צו די צעטל הנ"ל איז מיר מחייב, וואספארא כלים איך האב און ווען איך נוץ זיי? פארוואס די גיהנום גיין פערזענליך?!

האסט געברענגט דעם צעטל צו ווייזן אז מען מעג נישט נוצן אינטערנעט פאר דברי היתר חוץ פרנסה, און דערפאר געשריבן פאלשע טייטש אין די ווערטער דערפון. משום איזה סיבה שהוא האסטו אויך פארזעהן אז די צעטל וואס דו ברענגסט איז אוטדעיטעד, עס שטייט דערויף א סעיף וואס זיי טוען קלאר נישט אזוי, זיי טוען קלאר ערלויבן געפילטערטע סמארטפאונס, איז אז דו ווילסט וויסן וואס זיי ערלויבן צו טוהן מיט א געפילטערטע סמארטפאון האסטו נישט א גוטן צעטל.
חוץ מזה, די צעטל רעדט פון נוצן געפילטערטע אינטערנעט, נוצן עפפס ווי וועיז און טשעיס פון וואס מיר רעדן דא אויבן האט גארנישט מיט נוצן געפילטערטע אינטערנעט. א טעלעפאן קאלל, מיט א געפילטערטע סמארטפאון אין די הינטערשטע זיץ פון א קאר וואס האט טינטעד ווינדאוס און מען איז אינדרויסן פון געגנט, מעג מען מאכן?

אז דו וועסט נידערן דיין היץ און פאוקוסן צום ענין וועלן מיר מעגליך ווייטער רעדן.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

די אלע בריווען שרייבען די גרוסקייט פין די ארגענזעשען .
זיי האלטען דרשות.
זיי לייגען צעטלעך אין שול.
זיי שרייבען אין די צייטגען.
איך זע נישט איינעם שרייבען עפעס וועגען קארטלעך.
מהאט מלחמה געהאלטען מיט ציונית אבער מהאט נישט געלאזאט גיין צי UN אליין
Sorry for my misspellings
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

ניס קראכער האט געשריבן:אין דער וואס וויל וויסן דעם אמת
די מלחמה מיט סמארטפאון ברבים, האט לכאורה אסאך געשאדט אויפן עצם אינטערנעט מלחמה ודו"ק

האסט געזאגט א סטעיטמענט און זע הא איך מעג מיר מחולק זיין מיט דיר?
זייט'שע ביטע מסביר פארוואס ס'האט געשאד

נמשל ווען פליס מאכט א ברעיקדאון און טיילען טיקעטס פארווער ספיד טוט עס אויף אדער שאד?
OK ס'איז נישט פונקלעך גלייך ווייל זיי באהאלטען זיך און טרייען דיר צי כאפן און די מוסדות נישט
אבער ביטע זייט מסביר פארוואס ס'זאל שאטן

מיסטעריעז האט געשריבן:אז דו וועסט נידערן דיין היץ און פאוקוסן צום ענין וועלן מיר מעגליך ווייטער רעדן.

איך בין OK איך בין געקומען דא צי פארענפערן די וואס שרייען אויף די שומרים קארטלעך איז איך גיי נישט וויינען אויב די ווילסט נישט ווייטער רעדן
א סמך מם פאון האב איך ב'ה נישט און די PC בין איך אויך נישט די מערסטע כשר אבער איך ווייס כאטש אז ווען איך בין דא איז עס נישט לכתחילה איז ניץ איך עס נאר די מינימים לויט דיר מעג מען זיצען דא לכתחילה וועגען מען האט נישט גע'אסר'עט און שוין וואס האמער זיך צי טענה'ן
איז הצלחה

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:די אלע בריווען שרייבען די גרוסקייט פין די ארגענזעשען .
זיי האלטען דרשות.
זיי לייגען צעטלעך אין שול.
זיי שרייבען אין די צייטגען.
איך זע נישט איינעם שרייבען עפעס וועגען קארטלעך.
מהאט מלחמה געהאלטען מיט ציונית אבער מהאט נישט געלאזאט גיין צי UN אליין

איך זעה יא רעדן וועגען די קארטלעך
עניוועי דאס מאכט נישט קיין חילוק אז זעהסט נישט ברענג מיר קודם איין איסור
דאס אז אלע חסידשע מוסדות טיילען דאס איז מיר שוין גענוג שטארק צי זיין כשר
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

חסיד אמיתי האט געשריבן:אונז זענען נעכטען געוועהן אין קודש ספרים געשעפט אויף 13 ביי 52 און איינער האט באוואשען די איינגעטומער היתכן ער פארקויפט די "חוצפע" קארטלעך, האט ער -ר' יעקב גרינפעלד- גענטפערט מיט אזא זיסקייט... "איך מעג! עס איז לצורך פרנסה"!

זייער זיס! כ'האב מיר אפילו מצייר געווען זיין זיסע שמייכל בשעת'ן עס זאגן.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ניס קראכער האט געשריבן:אין דער וואס וויל וויסן דעם אמת
די מלחמה מיט סמארטפאון ברבים, האט לכאורה אסאך געשאדט אויפן עצם אינטערנעט מלחמה ודו"ק


כ׳האב געדוק׳ט און נישט געטישקעחט.

והשינית, ס׳קוקט אויס אז די ביסט פון די וואס מיינען אז די מלחמה קעגן סמארטפאונס ברבים, איז ס״ה א מהלך וויזוי צו מלחמה האלטן מיט די איננטערנעט פראבלעם. ס׳איז אבער א טעות, ס׳איז צוויי באזינדערע פראבלעמען, צוויי באזינדערע מלחמות.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

קענדי, דו ביזט זייער גוט, און דיין אישי בריוו איז נאך בעסער, איך לאז מיינע קינדער טיילן קארטלעך פאר טאטעס כאטשיג איך שטופ זיי נישט דערצו, און ב"ה אז מיינע קינדער זענען נישט קיין מחוצפים.

איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם אז מיין קינד זאל זעהן אז ער האט א גרויסע שיינע גלאנציגע אינטערעסאנטע ציהענדע סמארטפאון, קומט זיך אים אפאר בהמה קארטלעך, איך האב נישט די קוראזש עס אים צו זאגן אין פנים אריין, זאל ער באקומען די מעסעדזש דורך אפאר שומרים קארטלעך, זייער פיין, קומענדיגע מאל זאל ער האלטן די סמארטפאון אין טאש אדער עס נוצן אין ביהכ"ס אזוי ווי קענדי האט אזוי שיין ציטירט פון מר. אישי.

און ניין! די שומרים קארטלעך זענען נישט געמאכט צו מחנך זיין טאטעס! אבסעלוט נישט! עס איז געמאכט צו אריינפרעגלען אין קינדער א גרינגשעצונג און א עקל פון די טמא'נע סטרא אחרא טעלעפאנען!! און ב"ה אז עס ארבעט! דאס וואס טייל קינדער נוצן דאס צו געבן פאר טאטעס מיט סמארטפאונס איז א אייגענע אינציאטיוו וואס קינדער מיט גאטס נעמען אונטער. און איך מיין אז אסאך מלמדים טיילן די קארטלעך (איך ווייס אז מלמדים פארשטייען נישט דעם פראבלעם אז קינדער ווערן מחוצפים, אזוי ווי די אלע משוגעים וואס האלטן פון שומרים קארטלעך פארשטייען נישט דעם פראבלעם פון מחנך זיין זייערע קינדער אויף חוצפה, נאר בעלי בתים ארבעטס לייט וואס זענען פארנומען טאג און נאכט על המחי' ועל הכלכלה ועל הסמארטפאון פארשטייען צו די זאכן, אבער וואס קען מען טון אז יענע זענען צו פארנומען מיט פרנסה און אלע עפפס, און זיי לאזן די ארבעט פון מחנך זיין קינדער פאר די אומגעלערנטע נארישע מלמדים...)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8572
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

קענדי'ס האט געשריבן:לויט דיר מעג מען זיצען דא לכתחילה וועגען מען האט נישט גע'אסר'עט און שוין וואס האמער זיך צי טענה'ן
איז הצלחה

ווידעראמאל לערנט ער אריין אייגנס אין יענעם. פון גע'אסר'ט ביז מותר לכתחילה איז א ווייטע מהלך.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דער כח פון PR איז אזוי גרויס אז מענטשן ווייסען שוין נישט קיין חילוק צווישען א איסור דאורייתה און א איסור פון א געוויסע קהילה און מאנכע מיינען שוין אז חוטא ומחטיא אויף וואס עס שטייט גהינום כלה וכו' גייט שוין ארויף אויף דער וואס נוצט ר"ל וואצעפפ ברבים, נישט צום גלייבן ווי מענטשען מאכן א קוגל פון גדרים וסייגים פון א קהלה צו איסורים דאורייתה.
היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היט-אפ מויל & קיפעד »

איך וויל געבן חיזוק פאר די שומרים קארטלעך מאכער׳ס, חזקו ואמצו. ס׳איז דא א כלל ביי די דוקטורים, אז ווען דער חולה שרייט איז א סימן אז די מעדעצין ארבעט.

ס׳איז נישט קיין חינוך קארטלעך, און די קינדער וואס פארטיילן עס זענען נישט קיינעם מחנך. און אויב קריגסטו א קארטל, זיי מוחל און שטעל אוועק דעם סעל!

דיסקלעמעראציע; איך האב אויך א סמארטפאון.
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

די וואך געווען ביי א חתונה, אינגלעך האבן נישט אויפגעהערט צו צוקומען מיט די נייע סקרעטש קארטלעך פון השומרים, צענדליגער אינגלעך בלי גוזמא, איך האב פאר יעדן שיין געענטפערט מיט דרך ארץ אז איך געב זיי נישט קיין רויטן צענט ווייל איך האלט נישט פון די צוועק.

דיסקלעימער: איך האב נישט קיין סמארטפאון.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

צו די מערכה מיט סמארטפאון האט שוואכער געמאכט אינטערנעט בכלליות ווייס איך נישט. אבער עס האט זיכער שוואכער געמכט די געדאנק פון רעדן אויף א טעלעפאון אין בית המדרש בשעת התפלה
די עיקר איז אז מען האט נישט א סמארט פאון איי עס שטערט דאווענען עס איז נאר אסור סמארטפאן עס איז בכלל נישט א פראבלעם יענעם שטערן ביי שמו״ע
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דער כח פון PR איז אזוי גרויס אז מענטשן ווייסען שוין נישט קיין חילוק צווישען א איסור דאורייתה און א איסור פון א געוויסע קהילה און מאנכע מיינען שוין אז חוטא ומחטיא אויף וואס עס שטייט גהינום כלה וכו' גייט שוין ארויף אויף דער וואס נוצט ר"ל וואצעפפ ברבים, נישט צום גלייבן ווי מענטשען מאכן א קוגל פון גדרים וסייגים פון א קהלה צו איסורים דאורייתה.

ס'נישט די ערשטע מאל וואס די זאגסט עפעס דא און די ענפערסט נישט ווען מען פרעגט דיר איבער
איז די לייגסט אראפ כאילו די גדרים איז א פריוואטע קהילה זאך
מען רעד אז ס'גרעניצט זיך יא מיט איסורי דאורייתה האט מען געמאכט גדרים און איינע פון די גדרים איז מען זאל עס נישט ארויס נעמען און פאבליק
איז איינער וואס פאלגט נישט די גדרים וואס די חכמי הדור האבן געמאכט איז א .... (שרייב אריין וועלעכע לשון די ווילסט אביסל שארף זייער שארף)

שפיגליצקי האט געשריבן:די וואך געווען ביי א חתונה, אינגלעך האבן נישט אויפגעהערט צו צוקומען מיט די נייע סקרעטש קארטלעך פון השומרים, צענדליגער אינגלעך בלי גוזמא, איך האב פאר יעדן שיין געענטפערט מיט דרך ארץ אז איך געב זיי נישט קיין רויטן צענט ווייל איך האלט נישט פון די צוועק.

דיסקלעימער: איך האב נישט קיין סמארטפאון.

אויף דעם איז געזאגט געווארן אדער ווייסט מען נישט וואס די פראבעלם דערפון אדער דארף מען מער קארטלעך
viewtopic.php?p=1869474#p1869474

דא פאקט האט געוויזן דאס האט נאך די מערסטע אויף געטון
(איך גיי נישט זאגן ביי קיין טאטעס וועגען ס'גייט ארויס נעמען עטליכע ניק'ס פון די כלים אבער איך האלט ס'האט זייער אסאך אויף געטון ביי טאטעס אויך)
אבער ביי קינדער וויפול קינדער רירן נישט היינט ציטאגס צי צי א סמך מם פאון אדאנק די קארטלעך דאס העסטו מיזן מודה זיין

שם התלמוד האט געשריבן:צו די מערכה מיט סמארטפאון האט שוואכער געמאכט אינטערנעט בכלליות ווייס איך נישט. אבער עס האט זיכער שוואכער געמכט די געדאנק פון רעדן אויף א טעלעפאון אין בית המדרש בשעת התפלה
די עיקר איז אז מען האט נישט א סמארט פאון איי עס שטערט דאווענען עס איז נאר אסור סמארטפאן עס איז בכלל נישט א פראבלעם יענעם שטערן ביי שמו״ע

דאס עגרי איך מיט דיר אבער יעדע זאך און די וועלט ארבעט אזוי די גרעסערע פראבלעם מאכט אוועק די קלענערע פראבלעם
מיין ביעסיק פאון איז אינגאצען ציגעמאכט ווען איך דאווען (אגב ס'איז א פשוטע הלכה נישט קיין חומרה)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”