שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » זונטאג פאברואר 17, 2019 2:24 am

און פון ארבעטן און ברענגען פרנסה ביז גיין ליידיג א גאנצן טאג און שרייבן אויף אייוועלט...
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:00 am

Think and Thank האט געשריבן:אויב זאל ווען קינדליין טיילן זייער אויסגאבע פאר קינדער שלא בידיעת - וכ''ש נגד רצונם - פון זייערע עלטערן וואלט געווען הפגנות אין די גאסן, און מיט רעכט. דיינע קינדער באקומען עס אפשר אין די מוסדות, אבער פאר וועם איז געמאכט די אלע 'חלוקות'? פאר טאטעס אפשר?

לגבי די חלוקות האסטו א פוינט (ס'איז א שמועס און כ'וויל נישט אריינגיין יעצט) אבער באמת דארף א טאטע האבן גענוג קאנטראל אויף זיינע קינדער, נישט צו לאזן גיין צו די חלוקות

ווען מיינע קינדער ברענגען אהיים עפעס וואס איך האלט נישט פאר ריכטיג זאג איך זיי זייער שיין און מ'ווארפט עס אוועק און אזוי האבעך געטוהן מיט אפאר שומרים קארדס וואס כ'האב געהאלטן אז זיי ציען איבער די שטריק

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
יאקאן דינעלי האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:וועלכער דיין האט דיר מתיר געווען צו שרייבן אויף אייוועלט?

גערעכט מען טאר טאקע נישט האבעך שוין אויבן געשריבן

און דו ביסט נאכאלס דא :roll:

דעפאזיטן א טשעק איז נאך עניטיים אזוי מותר ווי לייגן א גליון אויף אייוועלט :roll:

נישט ממש די זעלבע, ביים ארויפגיין צו chase.com העסטע געווענטליך באגעגענען בילדער וואס די ווילסט נישט דיינע קינדער זאלן זעהן יעדן טאג.

אויף די עפפ אויך ?
יאפ! אויף די טשעיס עפפ קומט אפט ארויף נישט די שענסטע בילדער אזויווי מחשב שרייבט
מחשב האט געשריבן:אפשר זאגסטע מיר דיין פילטער, ווייל מיינס (משומר) בלאקט די זאכן לרביע ולשמינית ולפעמים ולא כלום.
מחשב האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:משומר מאכט דיר עס נישט שווארץ?


אפטמאל נישט. ספעציעל קליינטשיקע בילדערלעך.


אסדר לסעודתא האט געשריבן:די קארטלעך ווייזן פאר די קינדער אז די רבנים ווייסן נישט וואס זיי רעדן. והא ראיה, מיין טאטע איז א נארמאלע מענטש מיט א סמארטפאון! קינדער ווערן עלטער און אויך קלוגער, זיי הייבן אן צו כאפן וואס די קארטלעך האבן געמאכט דאס גענאר פון אים, דאס וועט אים ברענגען אפצושפעטן פון כל הקודש.

ערגסטנס קענען די קארטלעך ווייזן פאר די קינדער אז עסקנים וואס מאכן די קארטלעך רעדן שטותים

טאמער דער טאטע נוצט דעט דעם סמארטפאון נאר ווען ער מוז וועלן עס די קינדער זייער גוט פארשטיין. פונקט ווי זיי פארשטייען ווען די טאטע טוט פאר פרנסה סיי וועלכע זאך וואס מ'קען מפקפק זיין

טאמער נוצט ער עס אבער ווי א טוי ווען די קינדער זעען, זאל ער נישט שרייען אז די שומרים קארטלעך לייגן צוגרינד זיין קינד'ס חינוך בשעת ער טוט עס אליינס
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:10 am

הענדימען האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
יאקאן דינעלי האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
גערעכט מען טאר טאקע נישט האבעך שוין אויבן געשריבן

און דו ביסט נאכאלס דא :roll:

דעפאזיטן א טשעק איז נאך עניטיים אזוי מותר ווי לייגן א גליון אויף אייוועלט :roll:

נישט ממש די זעלבע, ביים ארויפגיין צו chase.com העסטע געווענטליך באגעגענען בילדער וואס די ווילסט נישט דיינע קינדער זאלן זעהן יעדן טאג.

אויף די עפפ אויך ?
יאפ! אויף די טשעיס עפפ קומט אפט ארויף נישט די שענסטע בילדער אזויווי מחשב שרייבט
מחשב האט געשריבן:אפשר זאגסטע מיר דיין פילטער, ווייל מיינס (משומר) בלאקט די זאכן לרביע ולשמינית ולפעמים ולא כלום.
מחשב האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:משומר מאכט דיר עס נישט שווארץ?


אפטמאל נישט. ספעציעל קליינטשיקע בילדערלעך.



ביי מיר איז נישטא קיין שום בילדער אויף די טשעיס עפפ!
ניטאמאל פארשווארצט, נאר בכלל נישט.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:17 am

דממה דקה האט געשריבן:ביי מיר איז נישטא קיין שום בילדער אויף די טשעיס עפפ!
ניטאמאל פארשווארצט, נאר בכלל נישט.

לעצטע שטיק צייט איז טאקע כמעט נישט געווען אבער ס'מאכט זיך דא דארט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:20 am

דממה דקה האט געשריבן:ביי מיר איז נישטא קיין שום בילדער אויף די טשעיס עפפ!
ניטאמאל פארשווארצט, נאר בכלל נישט.

דו האסט טשעיס פרייוועט קלייענט?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:32 am

יעקל אלטמאן האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ביי מיר איז נישטא קיין שום בילדער אויף די טשעיס עפפ!
ניטאמאל פארשווארצט, נאר בכלל נישט.

דו האסט טשעיס פרייוועט קלייענט?

דו האסט?

ווען מען רעדט פון די טשעיס עפפ רעדט מען פון די עפפ וואס האט 10 מיליאן יוזערס, נישט פון א עפפ וואס האט קארגע טויזנט יוזערס.

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:53 am

עס איז די זעלבע עפפ,
איך ארבעט מיט איינעם וואס ער האט cpc און ביי זיין עפפ קומט גארנישט ארויף האב איך געטראכט אז אפשר האסטו אויכעט.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:58 am

איך נוץ די געהעריגע עפפ, עס האט נישט קיין בילדער, קען זיין אז משומר בלאקט עס, אדער האט עס בכלל נישט.

אז מען רעדט שוין וועגן עפפס, אויף די uber עפפ בלאקט ביי מיר משומר די פיקטשער פון די קאר, און עס מאכט זייער נערוועז, איך וויל יא וויסן וועלכע קאר עס קימט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג פאברואר 17, 2019 10:29 am

אויף מיין טשעיס עפפ איז גראדע נישט געבלאקט די בילדער וואס קומען ארויף פארן אריינלאגן.

איך האב גדר.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

טווערסקי
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 08, 2018 2:33 am

תגובהדורך טווערסקי » זונטאג פאברואר 17, 2019 10:52 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אויף מיין טשעיס עפפ איז גראדע נישט געבלאקט די בילדער וואס קומען ארויף פארן אריינלאגן.

איך האב גדר.


ביי מיר מעט מען בוויז א בלויער בעקראנד
די מאגן פלאקערט......

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג פאברואר 17, 2019 10:57 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אויף מיין טשעיס עפפ איז גראדע נישט געבלאקט די בילדער וואס קומען ארויף פארן אריינלאגן.

איך האב גדר.

איך האב אויך גדר און לעצטנס זעה איך ווייניגער בילדער. קען זיין ווייל כ'נוץ עס פשוט ווייניגער

אויף עמעזאן עפפ וואס איך נוץ גאר אסאך פאר די ארבעט קומט כמעט אייביג ארויף בילדער און לאו דוקא איידעלע

איך, ווייס שוין נישט צו קוקן, און גראד אריינצולייגן אין די סורטש עפעס, אדער גיין צו די שאפינג קארט. אבער איינמאל האב איך עפעס געזוכט און מיין קינד האט געקוקט (ער איז צוגעקומען יענע סעקונדע) און יענע סעקונדע איז עפעס ארויפגעקומען, און ער פרעגט מיך מיט שאק. וואס איז געווען יענע פיקטשער?

בקיצור. כ'האב מיך אויסגעלערנט די שווערע וועג, אז פונקט ווי ווען מיינע קליידער זענען שמוציג מיט שטויב פון לעד פעינט קומט מען נישט אהיים אזוי, אפילו איך טוה עס לצורך פרנסה. די זעלבע זאך קען איך נישט שאפן פאר מיין ארבעט, ווען ס'דא א מעגליכקייט אז מיינע קינדער זאלן זעהן מיין סקרין
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

monroe10950
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

תגובהדורך monroe10950 » זונטאג פאברואר 17, 2019 11:17 am

בבל האט געשריבן:ברעקינג 2 קהילות קדו'י זענען ארויס קעגן די מהלך פון שומרים קארטלעך
בית מדרש גבוה
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p1869148

טהאש
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p1869194

די מודעה פון טאהש איז א פרעכער שקר.

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » זונטאג פאברואר 17, 2019 11:18 am

אז מ'רעדט פון עמעזאן, איך האב משומר און די עמעזאן עפפ ארבייט נישט, סגייט פאר א סקונדע און דערנאך קראכט עס.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:42 am

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ערעב שלו' מאיר, עס שיינט אז איר זענט פון די אלטמאדישע וואס גייען עפ"י הרבנים שליט"א ולהבחל"ח נבג"מ וואס האבן געפירט א מערכה מיט "אינטערנעט" אהן א פילטער, זאל עס זיין א קאמפיוטער, טעבלעט, סמארטפאון, בעיסיק פאון, אייפאד, אדער וואס אימער. מיר האבן מקבל געווען פון הרה"ק מהרשי"ר הי"ד אז מען דארף פירן א מערכה מיט "סמארטפאונס". איי מארגן וועט ארויסקומען 4G בעיסיק פאונס וואס מען קען נישט פילטערן, וועט מען לייגן עדס איבעראל אז דאס איז די זעלבע שעדליך "ווי א סמארטפאון".

למעלה, ברענגטזשע מיר ביטע א פסק אז א סמארטפאון איז אסור לצורך פרנסה.

א 4G פליפ פאון איז א סמארטפאון

איך הער וואס דו זאגסט, אבער קענסטו מיר ביטע מסביר זיין ווען א טעלעפאן גייט אריין אין די גדר פון סמארטפאון?

אלע טעלעפאונס זענען שוין אדער גייען בקרוב זיין סמארטפאון'ס אפילי פליפ פאונס

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:56 am

שנעלע אינטערנעט מאכט עס נאכנישט קיין סמארטפאון

ס'זענען דא אסאך מענטשן וואס קענען זיך נישט דערלערנען וויאזוי מ'נוצט א סמארטפאון און איך מיין אז ס'דא גענוג פון זיי אז די קאמפאניס וועלן זיי נישט לאזן הענגען
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:37 am

פון אישי קעסטעלע

אישי האט געשריבן:קאנסט עס ארויסלייגן אינעם השומרים קארטלעך אשכול, ביטע נישט בשמי.

נאר אויב די ווילסט, ישר כח.


------------------------

כ'האב נישט אדורכגעליינט אלע תגובות, ס'קוקט מיר אבער אויס אז יעדער האלט די זעלבע, נאר מ'טענה'ט זיך בחיטין און מ'ענפערט בזכר קדשו.

יעדער דא ווייסט אז אינטערנעט איז גע'אסר'ט. יעדער דא ווייסט אז א סמארטפאון איז אויך גע'אסר'ט. יעדער דא ווייסט אז אויב מיז זיך באנוצן מיט א סמארטפאון לצורך פרנסה - מיט א היתר פון א מו"ץ אויב האט מען א גוטן פילטער מעג מען עס האבן אין באזיס, און יעדער דא פארשטייט אז אויב האט איינער א סמארטאון אויף א אויסגעהאלטענעם אופן, מיז נישט זיין אז ער טאר עס נישט ניצן פאר אנדערע צוועקן [למשל פאר וועיז, דיפאזיטן טשעקס אא"וו, און אפילו שרייבן אויף אייוועלט].

אזוי אויך פארשטייט יעדער אז די פראבלעם פון א סמארטפאון איז לאו דוקא די אינטערנעט שבו, נאר בכלל די עצם כלי וואס פארקריפלט די מענטשליכער מהות, ברענגט אן גאר שווערע און גרויסע פראבלעמען אין אידישע שטובער "בגשמיות".. וואס פאר א איד איז דאס רוחניות!.. וואס ווער ס'איז נאר א פיצי באהאווענט וואס טוצעך אינדרויסן ווייסט וואספארא חרבנות די סמארטפאון האט שוין אלטס אנגעווערטשאפט אין אידישע שטובער.

און [האפענטליך] פארשטייט יעדער דא אז דער וואס האט שוין יא א סמארטפאון – פארשטייט זיך אויף דעם אויסגעהאלטענעם אויפן - מיטדעמאלעם איז דאס ארויסצונעמען ברבים א גרויסע עוולה. אדער לאו דוקא ברבים 'טאטעס', נאר פארענט פון קינדער [פרעמדע אויך..].

און טאקע ווייל א סמארטפאון איז א תאווה וואס איז זייער גרינג מושך דעם בשר ודם [פארפאלן, ס'איז א געשמאקער כלי!...], און טאקע ווייל מ'קען עס האבן מיט א היתר פון א מורי דרך, און טאקע ווייל די פראבלעם דערפון איז [אויב האטעס א פילטער] מער א גשמיות'דיגער פראבלעם. [וואס ווי געזאגט איז עס פאר אידן הערשט א רוחניות'דיגער חורבן] מיז מען זיין עקסטרעם פארזיכטיג ביים עס באהאנדלען אויפן גאס ווען מ'באניצט זיך דערמיט.

ווען א קינד גייט צו אן ערוואקסענער מיט א סמארטפאון, אין פארענט פון מענטשן געבט ער אים אהין א קארטל און דער יונגערמאן ווערט פארשעמט, איז טייטש אז דער "יונגערמאן" איז נישט געווען פארזיכטיג! און לויטן פסק פון הרבנים הגאונים שליט"א איז דער יונגערמאן מיטן ארויסנעמען דעם סמארטפאון ברבים גאר א חוטא ומחטיא!.. און די קשיא גייט נישט צום קינד אדער צו דער וואס פאברעצירט די קארטלעך.. היתכן די ביסט גורם ביזיונות פאר מענטשן וואס האבען א סמארטפאון באופן כשר. די קשיא גייט אויפן "יונגערמאן" וואס האט געכאפט דעם "פליק", פונעם 10 יעריגן ראצער.. היתכן א קינד האט דיר אהין געגעבן אזא קארטל בכלל!.. [?]

בעולם האמת אויב וועט דער פארשעמטע יונגערמאן קומען מיט א טענה אז ער איז אדורכגעגאנגען ביזיונות מיט דעם וואס הילד פלוני ופלוני האט אים ברבים מזכה געווען מיט א קארטל.. איך בין נישט אין עולם האמת, אבער לכאורה וועט מען אים גאר פארהאלטן היתכן די דעי יונגל האט געוויסט [געזעהן] אז די פארמאגסט אזא כלי בכלל..

די טענה אז איך האב א ספארטפאון מיט א היתר, לצורך פרנסה, צו לצורך וואס_א_חילוק... אנטשולדיגט, אבער נישט דאס האבן א אימגע'כשר'טע סמארטפאון איז דאס וואס באדערט "מיר". דיין כלי איז כשר!? תבא עליך ברכה, אבער האלטעס ביי דיר. דאס ארויסצונעמען ברבים איז א באזינדערע פראבלעם.

אויב 'מיזסטו' האבן דעם סמארטפאון לצורך פרנסה "אפילו אין ביהמ"ד"... [כ'וועל דיר לאזן וויסן...], אויב באקומסטע א וויכטיגע נאוטיפעקאציע צו וואס די "מיסט" ממש "שוין" ענפערן, אדער עפעס א צווייטע וויכטיגע זאך וואס די מיזט "יעצט" ארלעדיגן..זיי מוחל און שפאר דיר איין אין ביה"כ און טו דיינע געברויכן דארט. ארויסנעמען דעם כלי באופן גלוי [אפילו אינטערן רעקל ווי כאילו קיינער ווייסט נישט וואס די טוטסט דארט.. :wink: ] איז נישט אויסגעהאלטן. און יא, אויב גייט דיר א יונגל צוברענגען א קארטל, זיי מוחל און זאג אים ישר כח, בעט אים איבער און זאג אז די האס געמאכט א טעות, און ס'קומענדע מאל גייסטו אבאך געבן.

אין פאקט, רוב חוזק בילדער אויף די "השומרים קארטלעך" אדרעסירן בכלל נישט די אינטערנעט, נאר דייקא די אנדערע פראבלעם וואס פלאגט טאקע די ארומיגע פון דער וואס פארמאגט עס. און אויב עימיצער האט א סמארטפאון אהן א פילטער ח"ו, אבער ער נעמט עס קיינמאל נישט ארויס ברבים, און קיינער חוץ דער רבוש"ע ווייסט נישט מיט ווס ער דריידט זיך ארום, יענער שטויסט זיך טאקע קיינמאל נישט אן אין די קליינע בעלי מחנכים מיט די שטונענדע ווירקזאמע קארטעלעך.

אין אויב האלט עימיצער אז די אופן וויזוי די קארטלעך ווערן פארטיילט, און די וועג וויזוי די קינדער פירן אדורך זייערע פארטיילונגען איז צו עקסטרעם.. קען זיין, אבער אויב טוט דאס עכט וויי איז טייטש אז דאס ארבעט די בעסטע! און טאקע ווייל מ'ווערט גוט באליידיגט אויב באקומט מען אזאנס פון א קליינעם מחוצף'ל, מיינט דאס אז דאס איז דערווייל די בעסטע טול אפצושלאגן די פראבלעם פון די "כשרע" סמארטפאון'ס וואס אירע וואויסנאוטס גרידזשען אין די גאסן, און אירע "לצורך פרנסה'דיגע אימעילס" וואס שטערן דעם דאווענען און רייצן אן די יונגעלייט און האלטן עלטערן דיסטרעקטעט פון זייערע קינדער.

און ווילאנג די רבנים קריגן זיך נישט מיט די קארטלעך, זאל מען דערפון פרינטן און פרינטן און פרינטן נאך און נאך, מ'זאל אויפקומען מיט נאך בעסערע חוזק בילדער ווי די ביז יעצטיגע, און די אלע וואס האבן טענות זאל מוחל זיין און אויפהערן מכשיל צו זיין זייערע חבירים, שכנים, משפחה, און אייגענע ווייב אין קינדער אדער סתם פרעמדע מענטשן.

און די אלע פרחי כהונה וואס פארטיילן טאקע די קארטלעך זאלן אנגיין מיט זייער עבודת הקודש אומגעשטערט, און זאל דער בוכ"ע העלפן אז זיי זאלן נישט האבן וועם צו באליידיגן.

הכו"ח.. א יונגערמאן מיט א גע'כשר'טע סמארטפאון, און א טאטע פון קינדער וואס זעהן עס נישט.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:55 am

קענדי'ס האט געשריבן:פון אישי קעסטעלע

אמת א יעדעס ווארט. ישר כח פארן מיטטיילן.

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:59 am

Omg you defiantly ate too much candies today (this early in the morning?) The fact that smartphones are a problem is not making the cards right. It is not right for children to teach tates what to do . they have no idea what a smartphone is and one day they are going to see that it's not true what you learned them that everyone who has a smartphone is a baheima who doesn't care about his own kids

Please get sober and then talk
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג פאברואר 18, 2019 10:04 am

קענעדי'ס (אישי) ;l;p-
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:02 am

Horizontal האט געשריבן:Omg you defiantly ate too much candies today (this early in the morning?) The fact that smartphones are a problem is not making the cards right. It is not right for children to teach tates what to do . they have no idea what a smartphone is and one day they are going to see that it's not true what you learned them that everyone who has a smartphone is a baheima who doesn't care about his own kids

Please get sober and then talk


פארוואס באדערט דיר נישט אז ס'איז נישט גערעכט פאר טאטעס נישט צי פאלגען די רבנים
קיין איין טראפ באדערט דיר עס נישט וועגען איך האב נישט געזען די זאלסטעס שרייבן
איז פארן באשעפער כבוד זארגסט דיר נישט
ס'באדערט דיר נאר אז א אינגעל האט דיר אריין געפארן
און ס'האט גארנישט מיט חוצפה איינגעלייט
(אגב איך ווייס ס'איז נישט פאר רבנים מיט דיינים אויך מיר איינציטיילן וואס צי טון ווייל איך וויל טון וואס איך מיר שמעקט)
ס'איז נאך נישט ארויס געקומען קיין איין רב אדער רבי אדער דיין וואס האלט קעגען די קארטלעך
וואס האלטן מיט עס איז יא דא
סך הכל האבן לעיקוואד רבנים געזאגט אז זיי קענען נישט געבען קיין הכשר אויף עס
יעצט קוק טאקע ווי ס'איז דא מער כשר'ע פאון און ווי ס'איז דא מער ס'מ פאון ביי די היימעשע אדער ביי ....

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:11 am

ר' ברוינע באנאנע, איר רעדט מיט אזא אומצוויידייטיגע זיכערקייט אזש עס מוז זיין אז איר ווייסט. איז זייט אזוי גוט, זאגט מיר פארוואס די 3G בעיסיק פאונס האבן געהאט די פריווילעגיע צו ווערן פאררופן בעיסיק פאונס, אפילו קעגן 3G סמארטפאונס, משא"כ 4G בעיסיק פאונס, און פארוואס די פירמעס רופן עס פאלשערהייט בעיסיק פאונס. א דאנק.


קענדי'ס האט געשריבן:
אישי האט געשריבן:יעדער דא פארשטייט אז אויב האט איינער א סמארטאון אויף א אויסגעהאלטענעם אופן, מיז נישט זיין אז ער טאר עס נישט ניצן פאר אנדערע צוועקן [למשל פאר וועיז, דיפאזיטן טשעקס אא"וו, און אפילו שרייבן אויף אייוועלט].

מיר א פלא עצום אז דו קענסט מעתיק זיין אזא שורה אהן צושרייבן א דיסקלעימער אז דו ביסט מחולק דערמיט, צוליב פסק הרבנים, בכל התוקף, כנ"ל.



לויטן פסק פון הרבנים הגאונים שליט"א איז דער יונגערמאן מיטן ארויסנעמען דעם סמארטפאון ברבים גאר א חוטא ומחטיא!..

איך וואלט שטארק געוואלט בעטן דעם אישי שרייבער ער זאל מיר צוצייכענען צו א פסק הרבנים וואס נוצט אזא הארבע לשון.
איך האב געזעהן א צעטל מיט א העתקה פון א דרשה פון הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א וואס עס שטייט דעם לשון אינעם קעפל, אבער אינעם עצם העתקה זאגט ער ווייט נישט אזא שארפע אויסדרוק, נאר גורם רעה לאחרים.

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:26 am

קענדי'ס האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:Omg you defiantly ate too much candies today (this early in the morning?) The fact that smartphones are a problem is not making the cards right. It is not right for children to teach tates what to do . they have no idea what a smartphone is and one day they are going to see that it's not true what you learned them that everyone who has a smartphone is a baheima who doesn't care about his own kids

Please get sober and then talk


פארוואס באדערט דיר נישט אז ס'איז נישט גערעכט פאר טאטעס נישט צי פאלגען די רבנים
קיין איין טראפ באדערט דיר עס נישט וועגען איך האב נישט געזען די זאלסטעס שרייבן
איז פארן באשעפער כבוד זארגסט דיר נישט
ס'באדערט דיר נאר אז א אינגעל האט דיר אריין געפארן
און ס'האט גארנישט מיט חוצפה איינגעלייט
(אגב איך ווייס ס'איז נישט פאר רבנים מיט דיינים אויך מיר איינציטיילן וואס צי טון ווייל איך וויל טון וואס איך מיר שמעקט)
ס'איז נאך נישט ארויס געקומען קיין איין רב אדער רבי אדער דיין וואס האלט קעגען די קארטלעך
וואס האלטן מיט עס איז יא דא
סך הכל האבן לעיקוואד רבנים געזאגט אז זיי קענען נישט געבען קיין הכשר אויף עס
יעצט קוק טאקע ווי ס'איז דא מער כשר'ע פאון און ווי ס'איז דא מער ס'מ פאון ביי די היימעשע אדער ביי ....

קניינה הרע דו ווייסט פינקטלעך וואס מיר באדערט...
צום עצם ענין איז בכלל נישט קיין נפק''מ וואס מיר באדערט, ס'האט נאכאלץ נישט קיין פשט צו ניצן קינדער צו מוסר'ן עלטערע
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:38 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
אישי האט געשריבן:יעדער דא פארשטייט אז אויב האט איינער א סמארטאון אויף א אויסגעהאלטענעם אופן, מיז נישט זיין אז ער טאר עס נישט ניצן פאר אנדערע צוועקן [למשל פאר וועיז, דיפאזיטן טשעקס אא"וו, און אפילו שרייבן אויף אייוועלט].

מיר א פלא עצום אז דו קענסט מעתיק זיין אזא שורה אהן צושרייבן א דיסקלעימער אז דו ביסט מחולק דערמיט, צוליב פסק הרבנים, בכל התוקף, כנ"ל.

איך האב געהאט אנגעהויבן צי שרייבן אינטען אז איך האלט נישט אלעס 100% אזוי ווי ער שרייבט אבער איך האב עס פארמעקט וויבאלד איך האב געהאלטן יעדע ווארט וואס איך וועל צישרייבן וועט נאר מאכען ווייניגער
בבחינת כל המוסיף גורע אבער אז די פרעגסט יא איך דיסעגרי מיט די שורה
פאר די זאכן דארף מען עקסטער פרעגן א דיין ס'ארבעט נישט דורך מתוך שהותרה לפרנסה הותרה לכל דבר

Horizontal האט געשריבן:קניינה הרע דו ווייסט פינקטלעך וואס מיר באדערט...
צום עצם ענין איז בכלל נישט קיין נפק''מ וואס מיר באדערט, ס'האט נאכאלץ נישט קיין פשט צו ניצן קינדער צו מוסר'ן עלטערע

מען דארף נישט זיי קיין נביא צי וויסן וואס באדערט דיר די שרייבסט קלאר ארויס מיר באדערט די אינגעל וואס איז מיר אריין געפארן און פאבליק
איך זאל דיר זאגן וואס נאך האט נישט קיין פשט
ס'האט נישט קיין פשט אז די נוצט דיין פאון און פאבליק
ס'האט נישט קיין פשט אז די זעהסט איינעם אנדערש נוצען די פאון און מיטן דאווענען און נישט נאר די זאגסט אים גארנישט ס'באדערט דיר ניטאמאל
ס'האט נישט קיין פשט אז אינגעלך שפילען זיך אזוי שיין מיט ערליכע קארטעלך וואס ערליכע אידן האבן געמאכט און די רייסט עס אראפ און פאבליק
איך זאל גיין ווייטער?

און צי די אלע וואס ווילן וויסן די שומרים קארטלעך האבן שוין אסאך אויף געטון וואס די רבנים האבן נישט געקענט באווייזן (ווייל מען פאלגט זיי נישט) האבן די קארטלעך אויפגעטון

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:47 am

בענקעל האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:פון אישי קעסטעלע

אמת א יעדעס ווארט. ישר כח פארן מיטטיילן.

לע"ד איז יעדע ווארט שקר. אבער ביסט בארעכטיגט צו דיין עניית דעת

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:57 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:פון אישי קעסטעלע

אמת א יעדעס ווארט. ישר כח פארן מיטטיילן.

לע"ד איז יעדע ווארט שקר. אבער ביסט בארעכטיגט צו דיין עניית דעת

די זאגסט אז יעדע ווארט איז שקר
לאמיר טרייען עס צילייגען אויף אפאר שטיקלעך

אישי האט געשריבן:
כ'האב נישט אדורכגעליינט אלע תגובות, ס'קוקט מיר אבער אויס אז יעדער האלט די זעלבע, נאר מ'טענה'ט זיך בחיטין און מ'ענפערט בזכר קדשו.

יעדער דא ווייסט אז אינטערנעט איז גע'אסר'ט. יעדער דא ווייסט אז א סמארטפאון איז אויך גע'אסר'ט. יעדער דא ווייסט אז אויב מיז זיך באנוצן מיט א סמארטפאון לצורך פרנסה - מיט א היתר פון א מו"ץ אויב האט מען א גוטן פילטער מעג מען עס האבן אין באזיס, און יעדער דא פארשטייט אז אויב האט איינער א סמארטאון אויף א אויסגעהאלטענעם אופן, מיז נישט זיין אז ער טאר עס נישט ניצן פאר אנדערע צוועקן [למשל פאר וועיז, דיפאזיטן טשעקס אא"וו, און אפילו שרייבן אויף אייוועלט].

אזוי אויך פארשטייט יעדער אז די פראבלעם פון א סמארטפאון איז לאו דוקא די אינטערנעט שבו, נאר בכלל די עצם כלי וואס פארקריפלט די מענטשליכער מהות, ברענגט אן גאר שווערע און גרויסע פראבלעמען אין אידישע שטובער "בגשמיות".. וואס פאר א איד איז דאס רוחניות!.. וואס ווער ס'איז נאר א פיצי באהאווענט וואס טוצעך אינדרויסן ווייסט וואספארא חרבנות די סמארטפאון האט שוין אלטס אנגעווערטשאפט אין אידישע שטובער.

און [האפענטליך] פארשטייט יעדער דא אז דער וואס האט שוין יא א סמארטפאון – פארשטייט זיך אויף דעם אויסגעהאלטענעם אויפן - מיטדעמאלעם איז דאס ארויסצונעמען ברבים א גרויסע עוולה. אדער לאו דוקא ברבים 'טאטעס', נאר פארענט פון קינדער [פרעמדע אויך..].

מיין דעת תורא איז
אז די איין שורה איז נישט אמת
מיז נישט זיין אז ער טאר עס נישט ניצן פאר אנדערע צוועקן [למשל פאר וועיז, דיפאזיטן טשעקס אא"וו, און אפילו שרייבן אויף אייוועלט].
אבער ער שרייבט מיז נישט זיין איז קען זיין אז ער האלט אויך ווי מיר
יעצט זאג די וואס איז שקר
??


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט