שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 4:21 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:די מגיפה פון די קארטליך איז פולשטעדיג ארויס פון קאנטראל

ב'ה פארדעם
די קינדער זענען מער ביזי מיט דעם ווי די טאטעס מיט סמרטפאונס :?
ווי האט איינער געזאגט א ווערטעל, אמאל האבען די טאטעס נישט געהאט צייט צו די קינדער וועגען די פאונס
היינט האבען די קינדער נישט צייט צו די טאטעס וועגען די קארטלעך

עס שטערט די קינדער צו דאווענען און צו העלפן און צו פאלגען, עס איז ממש עדיקטיוו אין חדר און שוהל
אנשטאט נעמען א סידור נעמט מען קארטלעך

אמת און ס'איז נישט קיין פראבלעם
קינדער זענען אלע מאל געווען אדיקטעד צי זייער שפילצייג
דערמאן דיך צירוק וואס איז געווען און דיינע צייט'ן
און מיינע צייטען איז געווען די רבנים קארטלעך אוי איז מען געווען ביזי מיט עס און ס'איז נישט קיין פראבלעם אבער די מיט דיין פאון איז א גרויסע פראבלעם


מילא ווען עס טוט עפעס אויף, אבער איך האב שוין כמ'פ געזען קינדער וואס זענע העווי ביזי מיט די קארדס איבעראל
אבער ווען זיי זעהען עפעס אין א סמארטפאון א קליפ אדער א בילד לויפן זיי קוקען..... :P :P

די האסט דאך געזאגט פאר דיין אינגעל אז ס'מיינט נישט דיינס ווייל דיינס איז כשר
זיכער קומט ער קוק'ן ער זעט ווי די ענטשויסעך ער וויל אויך לאכן
:-(
פארוואס איז נאך דא מלמדים אין חדר אדער טאטעס אין שול וואס טיילען עס נאך?

ווייל מען פראבירט וואס מען קען
אבער די טיילערס דארפען האבען שכל און נישט זיין א דולה ומאשקה, עס מאכט א תל פון די קינדער (און לצנות פון די טאטעס)

די מעגסטעך אויף פירן ווי א לצנות און דיין קינד טאר נישט חוזק מאכן??
פירט דיר אויף נארמאל וועט קיינער נישט חוזק מאכן

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 5:22 pm

ספיננערס און ראביקסקיוב'ס האט דיך אויך אזוי געשטערט ?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 5:57 pm

קענדי'ס האט געשריבן:די מעגסטעך אויף פירן ווי א לצנות און דיין קינד טאר נישט חוזק מאכן??

סארא שאלה דאס, זיכער נישט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 12:28 pm

Untitled.png
Untitled.png (245.75 KiB) געזעהן 1876 מאל

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 7:31 am

הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד צישענוב קר"י האט נעכטן ביים עצרת התעוררת אין שטאט ווילאמסבורג צווישן זיינע ווערטער געזאגט פשט אין א מדרש וואס זאגט אז די אנשי דור המבול האבן געזאגט אז אויב ס'גייט קומען א מבול גייט עס קומען אויף נח! ס'איז לכאורה נישט צום פארשטיין פונעם גאנצן דור המבול האבן זיי געטראפן דעם גרעסטן בעל עבירה נח?
נאר וויבאלד נח איז געשטאנען אין געשריגן כסדר, האבן זיי געהאלטן אז ער ברענגט אריין חוצפה אין די קונדער ממילא גייט קומען אויף אים די מבול!!....

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:20 pm

אוי האט ער פיין גערעדט, מיין פנים איז געווען נאס...

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

דרשת הרב אברהם מרכי מלאך על הרב ראבינאוויטש

תגובהדורך פראצעדור » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 7:46 am

אשכול ראבינאוויטש איז פארשפארט מילא לייג איך עס דא

https://www.dropbox.com/s/a5is9cxe60d9j ... 0%D7%9E%D7
%9C%D7%90%D7%9A%20%D7%90%D7%95%D7%93%D7%95%D7%AA%20%D7%A8%D7%91%D7%99%20%D7%A9%D7%90%D7%95%D7%9C%20%D7%99%D7%A6%D7%97%D7%A7%20%D7%A8%D7%90%D7%91%D7%99%D7%A0%D7%90%D7%95%D7%95%D7%99%D7%98%D7%A9%20%281%29.wav?dl=0

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 10:06 am

ביטע איבער לייגן

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 5:56 pm

אדער יא האט געשריבן:ביטע איבער לייגן

https://www.dropbox.com/s/a5is9cxe60d9j ... 9.wav?dl=0

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך פאברואר 13, 2019 3:21 pm

rps20190213_151845.jpg
rps20190213_151845.jpg (69.41 KiB) געזעהן 1327 מאל

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך פאברואר 13, 2019 3:30 pm

סתם נייגעריג, די פרא-השומרים מכתבי הרבנים שיקט KolHaolam אויך?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך פאברואר 13, 2019 3:43 pm

זיי שטיצן גראדע יא די עצם געדאנק. זיי זענען נאר ברוגז ווייל רוב בילדער זענען פון חסידים. זיי טענה׳ן ס׳איז נישט יושר׳דיג פאר די בני טעירע
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
בעזרת הבורא
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:35 pm

תגובהדורך בעזרת הבורא » מיטוואך פאברואר 13, 2019 4:09 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זיי שטיצן גראדע יא די עצם געדאנק. זיי זענען נאר ברוגז ווייל רוב בילדער זענען פון חסידים. זיי טענה׳ן ס׳איז נישט יושר׳דיג פאר די בני טעירע

די בני טעירע האבן דאך נישט דעם לצורך פרנסה איזי פעסס איז דאך דארטן זייער קלאר............. צי וואס ברויכן זע דאס ציוואס?

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך פאברואר 13, 2019 4:29 pm

ביהמ''ד אין קרית טאהש

IMG-20190213-WA0059.jpg
IMG-20190213-WA0059.jpg (53.54 KiB) געזעהן 1214 מאל

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך פאברואר 13, 2019 4:59 pm

א ספעציעלע גורל פאר די קינדער וועלכע ברענגען צוריק די קארטלעך?!
פּליז!
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מיטוואך פאברואר 13, 2019 5:00 pm

דאס איז א לייוו פיקטשער ווי ס'הענגט אין טאהשע ביהמ"ד?




בינעך נייגעריג צו זיי האבן עס יעצט פריש אויפגעהאנגען אדער ס'הענגט שוין דארט די גאנצע צוויי יאר... :wink:
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

מחוצפים קארטלעך

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך פאברואר 13, 2019 5:07 pm

מיין זון ברענגט אהיים די וואך א קארטל וואו די זון ווייזט פארן טאטע א קארטעל און די טאטע שרייט מחוצף...

How long are ppl going to be quiet?
how stupid are we that a few unemployed low life's are deciding what is appropriate for our kids?!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך פאברואר 13, 2019 5:17 pm

איך בין נייגעריג צו עס איז דא אפי' איינער דא וואס איז נישט מסכים אז זיי קענען מאכן קארטלעך מיט ווייניגער פראבלעימען.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:42 pm

און דאס דארפן אינזער קינדער ?!
ה ישמרנו

ווער זענען די אומפאראנטווארטליכע הוילע משוגאים?!
א ריכטיגע מצוה הבאה בעבירה
צוגעלייגטע
18AE6100-0936-4F4A-B4AD-C846DEBCC4BF.jpeg
18AE6100-0936-4F4A-B4AD-C846DEBCC4BF.jpeg (383.73 KiB) געזעהן 1020 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך פאברואר 13, 2019 8:11 pm

נעכטן האט געשריבן:ביהמ''ד אין קרית טאהש

IMG-20190213-WA0059.jpg


איך מיין אז איך ווער א טאהש'ער, זיי נעמען נאך אן נייע מעמבערס?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 13, 2019 8:59 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו עס איז דא אפי' איינער דא וואס איז נישט מסכים אז זיי קענען מאכן קארטלעך מיט ווייניגער פראבלעימען.

ווילאנג ס'ציפט נישט טוט עס נישט אויף... וד"ל.

זאג נאר, ביי דיר אין שטוב ניצט מען נישט קיין סט. מאריץ ערב פסח?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

מחשב
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך פאברואר 13, 2019 9:01 pm

@ישוב איז לכאורה גערעכט, אבער שולדיג אין דעם זענען די מוחים קעגן חוצפה...
הוי מחשב...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך פאברואר 13, 2019 9:09 pm

שולדיג איז די פאקט א עס איז נישטא קיין שום פאראנווארטליכער מחנך/בר דעת וואס קוקט איבער די זינלאזע קארטלעך איידער עס ווערט געדריקט

לעיקוואד איז אן אחריות׳דיגע שטאט און האבן מחליט געווען אז גענוג איז גענוג און מען וועט נישט לאזן אפאר יחידים צו דעסיידן וויאזוי אונזערע קינדער דארפן אויפוואקסן

דיסקלעימער:
איך האב א סמארטפאון מיט א שטרענגע פילטער לצורך פרנסה, און איך האב שוין געהאט עטליכע מאל וואס קינדער האבן מיך אנגעשריגן אויפן גאס ״שייגעץ״ אדער פארגעליינט זייערע נערישע ״חוצפה קארטלך״
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 13, 2019 9:14 pm

ס'איז יא דא פאראנטווארטליכע רבנים וואס קוקן איבער יעדן קארטל איידער עס ווערט געדרוקט.

כ'האב געהערט די נעמען אויך, אבער איך האלט נישט ביים נעמען די אחריות אויב עמיצער וועט עס ניצן צו טעראריזירן איינעם פון זיי.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך פאברואר 13, 2019 9:33 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:ביהמ''ד אין קרית טאהש

IMG-20190213-WA0059.jpg


איך מיין אז איך ווער א טאהש'ער, זיי נעמען נאך אן נייע מעמבערס?


כאפ נשיט קיין הייסע לאקשן

אין טאהש מאנרא, הענגט א גרויסע שילד ביים טיר, בפקודת כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, טאר מען נישט אריינברענגען קיין סמארטפאון!!
סאו טראכט עס איבער....
. . . . . . .


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט