אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איז דא דא ביי אונז א curator?
איך האב געטראפן א גאנצע משפחה בוים, פאלטש פון קאפ ביז פיס, אויפגעמאכטע נעמען, און אריינגעלייגט פאלטשע בילדער, און ער איז קאנעקטעד צו עטליכע משפחות, עטליכע ווייס איך אז זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער בכלל, ער האט געשריבן גאנצע ביוגראפיע אויף געוויסע מענטשן אלעס איז פריש געבאקן, עס שמעקט פון ארבעט פון דער שווינדלער פון נתניה אדער זיינס גלייכן.
אויב איז דא איינער וואס קען אפמעקן אלעס עס זאל נישט בלייבן קיין שם ושארית וועט עס זיין א גרויסע מצוה.
מיסטער בומג—ן פון נתניה קען טאקע גוט ליינען Geni, אבער ער איז א קנאפער באנוצער דערפון. (וואס יא, עס איז מעגליך אז איינער האט אפ געקויפט זיינע מעשיות און האט עס ארויף געלייגט אהין, וכבר היה...)
עס איז פארהאן מער ווי איין שווינדלער אויף די וועלט, און נאך מער זעלבסט-איין-גערעדטער, בפרט אויף Geni. כמעט יעדער גדול בישראל האט זיך דארט פארשאפט נאך א פאהר זיידעס/זיווגים/קינדער שלא היו מעולם, בעיקר צוליב תמימות'דיגע גרייזן. (למשל - עס איז א מאהל שיר נישט געוועהן א merge צווישן מ' מלכה אשת השר שלום מבעלזא ונכדתה מ' מלכה אשת המהר"א מבעלזא, בת הרה"צ מסקאהל...)