טעקס ריטורן אינפארמאציע

שטאטישע פראגראמען און לעגאלע דאקומענטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שטארק אינפארמאטיוו. יישר כחכם
אוועטאר
מעכטיג גרויס
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכטיג גרויס »

אויב האב איך געמאכט ערגעץ 2 /3 טויזענט דאלער אין איך געב עס איין מיט א 1099 דארף איך עס איינמעלדען פאר פוד סטעמפס ??
יואלפריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלפריעדמאן »

איך האב געצאלט טשיילד קער פאר מיין קליינער אין כ'האב עס איינגעגבן פאר א ריפאנד (ביידע ארבייטן אין כ'האב נישט קיין וואוטשערס)
איז א פראבלעם אז כ'האב קיינמאל נישט ריפארטעד די טשיילד קער פאר די מעידיקעיד/פ''ס?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

געשיקטער האט געשריבן:
צום פונקט האט געשריבן:פאר אן W9 פון $10,000 און נאך אן אינקאם פון $5,000 פון א 1099.
מיין שאלה איז צו מען דארף אריינגעבן א ביזנעס עקספענס, פאר אזא קליינע 1099, לאמער זאגן כ'האב פארדינט פון שרייבן $5,000
אדער ס'איז נישט וויכטיג?



וואס איז דאס א W9 ?


איך האב אויך נישט פארשטאנען די פריערדיגע קשי׳ אבער אויפן דאבעליו ניין וועל איך דיר ענטפערן:
א יעדער פריוואטער בירגער אדער אן על על סי ווא האט בעקומען באצאלט מער פון 600 דאלער א יאר פון א ווענדאר דארף געבן פארן ווענדאר א דאבעליו 9 וואו מען געט איבער פארן ווענדאר דעם טעקס איי די / סאושעל נומבער. בעיקר איז דאס געמאכט אז דער ווענדאר זאל קענען געבן א 1099 מיטן טעקס איי די/סאושעל
קארפארעישנס דארפן נישט על פי געזעץ געבן די דאזיגע אינפאו
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מעכטיג גרויס האט געשריבן:אויב האב איך געמאכט ערגעץ 2 /3 טויזענט דאלער אין איך געב עס איין מיט א 1099 דארף איך עס איינמעלדען פאר פוד סטעמפס ??


יא ווייל עס איז לעגאלע אינקאם
אוועטאר
מעכטיג גרויס
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכטיג גרויס »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
מעכטיג גרויס האט געשריבן:אויב האב איך געמאכט ערגעץ 2 /3 טויזענט דאלער אין איך געב עס איין מיט א 1099 דארף איך עס איינמעלדען פאר פוד סטעמפס ??


יא ווייל עס איז לעגאלע אינקאם


איך דארף זיי זאגען אויף צוריק אז איך האב אין 2018 געמאכט ? אויב יא דארף איך זיי צוריק שיקען געלט ווייל כהאב געהאט( אזוי אים גערישט) נאך א אינקאם?
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

פוד סטעמפט דארף מען נישט ריפארטען נאר אויב די אינקאם גייט העכט א געוויסע פראצענט
מעכטיג גרויס האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
מעכטיג גרויס האט געשריבן:אויב האב איך געמאכט ערגעץ 2 /3 טויזענט דאלער אין איך געב עס איין מיט א 1099 דארף איך עס איינמעלדען פאר פוד סטעמפס ??


יא ווייל עס איז לעגאלע אינקאם


איך דארף זיי זאגען אויף צוריק אז איך האב אין 2018 געמאכט ? אויב יא דארף איך זיי צוריק שיקען געלט ווייל כהאב געהאט( אזוי אים גערישט) נאך א אינקאם?
אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

בולעטין #9 קינדער קרעדיטס חלק ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

טשיילד קעיר קרעדיט - אויב ביידע עלטערן ארבעטן, אדער איינער איז א סטודענט אדער דיסעיבלד ח"ו, און איר האט געהאט טשיילד קעיר אויסגאבן במשך דעם יאר, ווי בעיביסיטינג שכר לימוד, וכדו', קענט איר צוריקבאקומען א קרעדיט פון די פעדעראל(נישט ריפאנדעבל) סטעיט אין לאקעל (ריפאנדעבל) עס איז געוואנדן אין פארשידענע פרטים וואס מיר וועלן נישט אריינגיין יעצט.

די מאקסימום וואס איר קענט צוריקבאקומען ביז ארום 66% פון די עקספענסעס.

די מאקסימום עקספענסעס וואס איר קענט רעכענען איז:
$3,000 פאר 1 קינד
$6,000 פאר 2 קינדער
$7,500 פאר 3 קינדער
$8,500 פאר 4 קינדער
$9,000 פאר 5 קינדער

עס איז זייער שכיח - פאר איינעם וואס פיילט פאר די קרעדיט - צו בקומען א אודיט (א בריוו פון די סטעיט וואס וועט פארלאנגען באווייז אויף די עקספענסעס).
די בעסטע proof איז א קאפי פון א טשעק וואס איר האט געגעבן פארן בעיביסיטער (די קאפי קענט איר באקומען פון אייער באנק).
אויב האט איר נישט א קאפי, קענט איר געבן א רעסיט אדער 1099 אדער קרעדיט קארד סטעיטמענט. אבער אין זייער אסאך פעלער וועלן זיי נישט אננעמען נאר די proof און אייך נישט געבן די חלק פון די ריפאנד.

פאר סיי וועלכע אקאוינטינג פראגע, אדער צו פיילן אייער טעקס ריטורן שיקט א אימעיל צו [email protected]
לעצט פארראכטן דורך Max Refund אום דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 10:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

nmi האט געשריבן:איינער האט מיר געגעבן געלד דורך'ן יאר און האט מיר געזאגט אז ער וויל מיר עס געבן אויף א צען אכט און ניינצוגער. אנדערהאלב חודש צוריק קאל איך אים אן זאגט ער מיר אז ער דארף עס פרעגן זיין עקאונטן און איך זאל אים דערמאנען דעם נעקסטן אינדערפרי. קאל איך אים אן דעם נעקסטן אינדערפרי. זאגט ער מיר איך זאל אים דערמאנען... אזוי איז עס געגאנגן א פאר טאג ביז ער הייבט שוין נישט אויף קיין פאון אויף מיר, דעפלייט נישט קיין מעסידזשעס, נישט קיין וואצעפ וכו' אום איך קען נישט פיילן קיין טעקסעס לכבוד דעם. וואס טוה איך דא???

עני העלפ פליז? מיין עקאונטענט דארף די 1099. קוים בצרות האט ער אויף געהויבן ווען כ'האב אים געקאלט פון א דריטע פאון און מיר געזאגט אז ער גייט שוין קעיר נעמען... וואס טוט מען מיט אזא צודרייטן???
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

nmi האט געשריבן:עני העלפ פליז? מיין עקאונטענט דארף די 1099. קוים בצרות האט ער אויף געהויבן ווען כ'האב אים געקאלט פון א דריטע פאון און מיר געזאגט אז ער גייט שוין קעיר נעמען... וואס טוט מען מיט אזא צודרייטן???


You have his info from last year? if so just file the amount you don't need the actual 1099
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

איך ווייס נישט צו מ'דארף א עקטואל 1099, חוץ אויב די נאמבער איז נאכנישט באשטימט.

פראביר אפשר אים צו פרעגען ווער זיין אקאונטענט איז, און גיי גלייך צום אקאונטענט.

מ'האקט ענדליך.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

יאצמעך האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מ'דארף א עקטואל 1099, חוץ אויב די נאמבער איז נאכנישט באשטימט.

פראביר אפשר אים צו פרעגען ווער זיין אקאונטענט איז, און גיי גלייך צום אקאונטענט.

מ'האקט ענדליך.

די פראבלעם איז אז איך ווייס נישט וואס זיין פלאן איז פינקטלעך. דער רעדט דאך נישט צו מיר
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

פרעג דיין אקאונטענט וואס דו דארפסט טון אזא צייט. איך גלייבן אז אין די גרויסע אמעריקע האט שוין אזאנס פאסירט אין די היסטאריע.

כאפ א בליק דא אפשר וועט דיר דאס זיין צו הילף.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

nmi האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איינער האט מיר געגעבן געלד דורך'ן יאר און האט מיר געזאגט אז ער וויל מיר עס געבן אויף א צען אכט און ניינצוגער. אנדערהאלב חודש צוריק קאל איך אים אן זאגט ער מיר אז ער דארף עס פרעגן זיין עקאונטן און איך זאל אים דערמאנען דעם נעקסטן אינדערפרי. קאל איך אים אן דעם נעקסטן אינדערפרי. זאגט ער מיר איך זאל אים דערמאנען... אזוי איז עס געגאנגן א פאר טאג ביז ער הייבט שוין נישט אויף קיין פאון אויף מיר, דעפלייט נישט קיין מעסידזשעס, נישט קיין וואצעפ וכו' אום איך קען נישט פיילן קיין טעקסעס לכבוד דעם. וואס טוה איך דא???

עני העלפ פליז? מיין עקאונטענט דארף די 1099. קוים בצרות האט ער אויף געהויבן ווען כ'האב אים געקאלט פון א דריטע פאון און מיר געזאגט אז ער גייט שוין קעיר נעמען... וואס טוט מען מיט אזא צודרייטן???


געגעבן געלד


פארוואס? אלס קאמישאן? אן ארבייט וואס די האסט געמאכט פאר אים ? פארשטיי איך נשיט פארוואס דיון אקאנטענט עקשנט זיך אויף א 1099
(זעה דעם ארטיקעל וואס יאצמעך האט ציגעצייכענט)
אלס DIVIDENDS אדער עיסקא דאס קען שוין זיין א פראבלעם ווייל דער נאמען וואס די מעלדסט אלס נותן מיז שטימען מיט דעם נאמען וואס שטייט אויף דעם 1099
וואס די IRS באקומט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

nmi האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איינער האט מיר געגעבן געלד דורך'ן יאר און האט מיר געזאגט אז ער וויל מיר עס געבן אויף א צען אכט און ניינצוגער. אנדערהאלב חודש צוריק קאל איך אים אן זאגט ער מיר אז ער דארף עס פרעגן זיין עקאונטן און איך זאל אים דערמאנען דעם נעקסטן אינדערפרי. קאל איך אים אן דעם נעקסטן אינדערפרי. זאגט ער מיר איך זאל אים דערמאנען... אזוי איז עס געגאנגן א פאר טאג ביז ער הייבט שוין נישט אויף קיין פאון אויף מיר, דעפלייט נישט קיין מעסידזשעס, נישט קיין וואצעפ וכו' אום איך קען נישט פיילן קיין טעקסעס לכבוד דעם. וואס טוה איך דא???

עני העלפ פליז? מיין עקאונטענט דארף די 1099. קוים בצרות האט ער אויף געהויבן ווען כ'האב אים געקאלט פון א דריטע פאון און מיר געזאגט אז ער גייט שוין קעיר נעמען... וואס טוט מען מיט אזא צודרייטן???



אויב האט יענער שוין געפיילט די 1099 קענט איר רופן די IRS בעטן די טרענסקריפטס.
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Max Refund האט געשריבן: אויב האט יענער שוין געפיילט די 1099 קענט איר רופן די IRS בעטן די טרענסקריפטס.

איך מיין אז יענער האט נאך נישט געפיילט און ער האט זיך נאך נישט מישב געווען צי ער עקסעסטירט בכלל אדער וועלכער נאמען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קיקיון האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איינער האט מיר געגעבן געלד דורך'ן יאר און האט מיר געזאגט אז ער וויל מיר עס געבן אויף א צען אכט און ניינצוגער. אנדערהאלב חודש צוריק קאל איך אים אן זאגט ער מיר אז ער דארף עס פרעגן זיין עקאונטן און איך זאל אים דערמאנען דעם נעקסטן אינדערפרי. קאל איך אים אן דעם נעקסטן אינדערפרי. זאגט ער מיר איך זאל אים דערמאנען... אזוי איז עס געגאנגן א פאר טאג ביז ער הייבט שוין נישט אויף קיין פאון אויף מיר, דעפלייט נישט קיין מעסידזשעס, נישט קיין וואצעפ וכו' אום איך קען נישט פיילן קיין טעקסעס לכבוד דעם. וואס טוה איך דא???

עני העלפ פליז? מיין עקאונטענט דארף די 1099. קוים בצרות האט ער אויף געהויבן ווען כ'האב אים געקאלט פון א דריטע פאון און מיר געזאגט אז ער גייט שוין קעיר נעמען... וואס טוט מען מיט אזא צודרייטן???


געגעבן געלד


פארוואס? אלס קאמישאן? אן ארבייט וואס די האסט געמאכט פאר אים ? פארשטיי איך נשיט פארוואס דיון אקאנטענט עקשנט זיך אויף א 1099
(זעה דעם ארטיקעל וואס יאצמעך האט ציגעצייכענט)
אלס DIVIDENDS אדער עיסקא דאס קען שוין זיין א פראבלעם ווייל דער נאמען וואס די מעלדסט אלס נותן מיז שטימען מיט דעם נאמען וואס שטייט אויף דעם 1099
וואס די IRS באקומט

ער האט מיר געגעבן דאס געלט פאר א דזשאב וואס איך האב אים געטוען. די פראבלעמאו איז אז אולי וועט זיך עס אים לוינען נישט צו מאכן קיין עסק דערפון וועל איך אויך נהנה זיין פונעם געשעפט. אבער איך נישט האבן קיין שום קאנטעקט מיט אים. סאו ווייס איך נישט ווי איך שטיי אויף די וועלט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

nmi האט געשריבן: ער האט מיר געגעבן דאס געלט פאר א דזשאב וואס איך האב אים געטוען. די פראבלעמאו איז אז אולי וועט זיך עס אים לוינען נישט צו מאכן קיין עסק דערפון וועל איך אויך נהנה זיין פונעם געשעפט. אבער איך נישט האבן קיין שום קאנטעקט מיט אים. סאו ווייס איך נישט ווי איך שטיי אויף די וועלט

אויב אזוי איז דאס פאר דיין SCHEDULE C ווי מען שרייבט נישט ווער די קליענטען \ קונדען זענען
א גראסערי שרייבט אויס ווער די קונדען זענען און וויפיל מען האט געלייזט ביי יעדען ?
זיי זיך שואל עצה מיט דיין אקאנטענט אפשר איז כדאי אריינרעכענען דעם סכום פשוט אלס מנוחת הנפש
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קיקיון האט געשריבן:
nmi האט געשריבן: ער האט מיר געגעבן דאס געלט פאר א דזשאב וואס איך האב אים געטוען. די פראבלעמאו איז אז אולי וועט זיך עס אים לוינען נישט צו מאכן קיין עסק דערפון וועל איך אויך נהנה זיין פונעם געשעפט. אבער איך נישט האבן קיין שום קאנטעקט מיט אים. סאו ווייס איך נישט ווי איך שטיי אויף די וועלט

אויב אזוי איז דאס פאר דיין SCHEDULE C ווי מען שרייבט נישט ווער די קליענטען \ קונדען זענען
א גראסערי שרייבט אויס ווער די קונדען זענען און וויפיל מען האט געלייזט ביי יעדען ?
זיי זיך שואל עצה מיט דיין אקאנטענט אפשר איז כדאי אריינרעכענען דעם סכום פשוט אלס מנוחת הנפש

פיין. העמער אזוי מוזן טון. יישר כח
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

וואס טוט זיך מיט צדקה דארף איך צאלען טעקס פאר די צדקה וואס איך האב געגעבן?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

יא איך האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט צדקה דארף איך צאלען טעקס פאר די צדקה וואס איך האב געגעבן?

מען קען אראפרעכענען צדקות פון די הכנסה אויף וואס מען דארף צאלען שטייער
זעה דא בפרטיות
רעד זיך אדורך מיט א מומחה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

קיקיון האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט צדקה דארף איך צאלען טעקס פאר די צדקה וואס איך האב געגעבן?

מען קען אראפרעכענען צדקות פון די הכנסה אויף וואס מען דארף צאלען שטייער
זעה דא בפרטיות
רעד זיך אדורך מיט א מומחה

שכח
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פרעג א מומחה איידער די ביסט זיך מטריח ציזאמרעכענען דיינע צדקות
דארפסט וויסען צי עס לוינט זיך דיר אז די זאלסט נישט נעמען די STANDARD DEDUCTION
אויף א הסבר ווארט אויך ר' מעקס
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


Car Rental Expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Car Rental Expert »

א משפחה מיט צוויי קינדער בערך וואס הייסט מען מאכט אסאך געלט א יאר אז מען זאל שוין נישט מאכען געלט פין די tax return

שכח
אוועטאר
Max Refund
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 7:01 pm

בולעטין #10 אינטערעסאנטע ציפערן און סטאטיסטיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Max Refund »

א גוטן אווענט.
אין די יעצטיגע טעג אין וואכן איז פערסאנעל טעקס ריטורען פיילינגס אין אמעריקא אין פילן שוואונג, דערעולעם מאכט די חשבונות מ'פיילט, א טייל צאלן אין א טייל באקומען א.א.וו.
איידער מ'גיימיר ווייטער רעדן וועגן טעקס ריפאנדס א.ד.ג. וועלן מיר אויסשמועסן איטערעסאנטע סטאטיסטיקס פאקטן און ציפערן ארום טעקס.
---------------------------------------------------------------------------

פאר די יאר 2018 למספרם איז געשאצט אז 155 מיליאן אמעריקאנער וועלן פיילן פערסאנעל טעקס ריטוירנס, און בערך 70% פון זיי זענען ערוואטעט צו באקומען א ריפאנד. לויט’ן חשבון וועט די רעגירונג אויסטיילן בערך 350 ביליאן דאלער אין טעקס ריפאנדס! די עווריטש ריפאנד איז ארום $3,000 (כ'גלייב ביים היימישן עולם איז עס אסאך העכער.. :grin: )

איבער א מיליאן אקאונטענטס ווערן געהייערט יעדעס יאר צו פיילן טעקסעס. א געשאצטע 30 ביליאן דאלער און ארום 8.9 ביליאן שעה! ווערט געספענדט יערליך דורך אמעריקאנער צוצוגרייטן די טעקס ריטוירנס. (צו פארשטיין וויפיל דאס איז: די העכסטע געביידע אויפן ערד קוגל -וואס געפינט זיך אין דוביי- האט גענומען א סך הכל 22 מיליאן שעה צו פלאנירן און בויען...)

בלויז 1.1 מיליאן מענטשן ווערן גע'אודיט דורך די IRS יעדע יאר, דאס מיינט אז איר האט א 0.6% טשענס צו ווערן געאודיט.

צו פארשטיין אביסל וויאזוי גאווערמענט ארבעט: די פעדעראל גאווערמענט האט געשניטן די בודזשעט פון די IRS אין די פארגאנגענע יארן (צו שפארן געלט..) מיט אפאר הונדערט מיליאן דאלער, און לכבוד דעם פארלוירן א געשאצטע 8 ביליאן טאלער יערליך! (פון נישט קענען געהעריג איינקאסירן שטייערן) :roll: :roll:
---------------------------------------------------------------------------

אי"ה מארגען וועלן מיר ממשיך זיין.
פאר הערות און קאמענטארן, אדער צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, שיקט אן אימעיל צו [email protected]
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן אדער LLC פאר גאר גוטע פרייזן.
[email protected] Please contact me at

2023 Tax Return Application
שרייב תגובה

צוריק צו “דינא דמלכותא”