א צענטריסט מוז נישט מיינען ביידן, און קאן זיין עס איז דא מענטשן וואס זענען אינדעפענטס אלס פארקויפט פאר א פארטיי, אבער וויסטע ליבעראלן, א שטייגער בערני, אדער גרין פארטיי, וואס אויב דער דעמאקראט איז מעסיג קען ער דאך שוין גיין פארן אינדעפענדענט פאר די געלט, לדוגמא, יאך קלער אז אויב בלומבערג איז דער דעמאקראט, און שולץ לויפט, קענען נאך בערני אדער דזשיל סטיין שטיצן שולץ אלס די לעסער אף דע טרי איוועלס, משא"כ קעגן העריס.
אודאי ביזטו גערעכט אז שולץ זאל נישט מיינען אז יעדער וואס איז גרייט צו שטיצן א אינדעפענדענט וועט אויך שיצן שולץ.
-----------------------------------------
וואס סקאט רעסמוסען שרייבט אויף טוויטער וועגן וואס זיין אנקעטע ווייזט...
Voters don't know who @HowardSchultz is, but 55% are open to idea of voting for 3rd party candidate. 40% think such a candidate could win... BUT, Republicans want a businessman w no political experience, Dems want a politician w no business experience
אין אידיש: וויילער ווייסן נישט ווער האווערד שולץ איז, אבער 55% זענען אפן צו די איידיע פון שטימען פאר א דריטע פארטיי קאנדידאט. 40% קלערן אז אזא קאנדידאט קען געווינען...
אבער, רעפאבליקאנער ווילן א ביזנעסמאן אן פאליטישע עקספיריענס, דעמאקראטן ווילן א פאליטישען אן ביזנעס עקספיריענס.
לפי זה וואלט שולץ געשאדט פאר טראמפ.
יאסי געשטעטנער האט נעכטן זייער א שיינע שמועס אויף 118 איבער שולץ, אפאר נקודות פון אים,
1) אויבן אויף העלפט ער טראמפ, ווייל ווער עס האלט פון טראמפ וועט דאך שטימען טראמפ, און שולץ וועט ספליטן די אפאזיציע, אבער...
2) עס איז דא אסאך נאן טראמפערס ביי די רעפאבליקאנער, נישט נעווער טראמפערס רעדט ער, די שטימען דאך ממילא נישט פאר טראמפ, נאר נאן טראמפערס, אסאך פון זיי זענען מעסיג, וועם שולץ קען צונעמען אויב לויפט ער מעסיג. נוסח ראס פעראו. דא איז ער מאריך בענין פעראו.*
3) אויב מען האקט אויפן פרעזידענט פון צוויי זייטן, דאס אליינס קען אונטערברענגן א פרעזידענט. נוסח פעראו, אדער אפילו דזשאן ענדערסאן אין 1980, וואס אפילו אויב קארטער מיט זיינע 41.0%, וואלט געהאט אלע 6.6% וויילער פון ענדערסאן וואלט דאך רעיגן נאך אלץ געהאט זיינע 50.7%, דאך האלט יאסי אז ווען נישט ענדערסאן וואלט קארטער געווינען, וועגן די צוויי פראנט קאמפיין אליינס.
4) ער וואלט געווען סורפרייזט אויב שולץ וועט למעשה בכלל אנאנסן, זינט ער איז דאך שוין אזויפיל יאר אין זיין באבל ווי מען טריט אים ווי אן עושר מיט זיידענע הענטשיך, משא"כ אז ער רעדט פון לויפן פאר פרעזידענט און כאפט מכות וועט ער דאס נישט קענען פארנעמען. משא"כ טראמפ וואס איז געווען אין די בראול אלע יארן.**
5) און אפילו אויב ער אנאנסד יא, וועט ער זיין סורפרייזט אויב ער וועט בלייבן ביז נאוועמבער וועגן די פריערדיגע סיבות פון נאמבער 4).***
אויך רעדט יאסי אביסל איבער קאמאלע העריס. די פריימערי בעצם.
-----------------------------
*אלו דברי יאסי, וואס איז מיר געווען א חידוש, פארדעם האבעך געזען/געהערט/געטראכט אנדערע סיבות אויך, למשל וויבאלד ער לויפט דאך בעיקר אויף פיסקעל רעספאנסיביליטי.
**אלו דברי יאסי, וואס איז מיר געווען א חידוש, פארדעם האבעך געזען/געהערט/געטראכט אנדערע סיבות אויך, למשל נישט אציען אין די אנקעטעס, איינזעהן ער העלפט טראמפ, א מעסיגער קאנדידאט וועט געווינען ביי די דעמאקראטן.
***אלו דברי יאסי, וואס איז מיר געווען א חידוש, פארדעם האבעך געזען/געהערט/געטראכט אנדערע סיבות אויך, למשל אלע פריערדיגע סיבות, פלאס זעהן בפועל אז ער קען נישט געווינען, אזוי ווי פעראו איז ארויס אינמיטן, זיך נישט קענען עפארדן די וועסט אמאונט וואס דאס קען אפקאסטן.
----------------------------------
וויפיל האבן די טירד פארטיי קאנדידאטן באקומען בעבר,
-----------------------------------------
דער געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר מייקל בלומבערג פאנדעט א מאסיווע עפארט צו פארזיכערן אז טראמפ געווינט נישט קיין צווייטן טערמין.
די אטלאנטיק באריטעט אז שוין חדשים וואס בלומבערג האט פריוואטע מיטונגען מיט טאפ פאליטיקעל עדווייזערס און טעק קאנסאלטענטס און "גיסט אריין הונדערטער מיליאנען דאלארן" אין א אפעראציע באשטימט צו באזיגן טראמפ אין 2020. זייער עפארט וועט ווערן געדרייווט דורך דאטא, מיטן ציל צו "צוזאמנעמען דאטא איבער וויילער אין א אנפרעצענדטליכען פארנעם" און פונדעמטל טוישן די קאור דעמאקראטישע אינפרעסטראקטשער.
טעארעטיש איז די גרופע א חלק פון בלומבערגס צוגרייטונגען פאר זיין אייגענעם פרעזידענטליכען געלויף, אבער עס איז נישט קלאר איצטערט אויב ער וועט למעשה ווערן א חלק פון די פארמעסט. ער קלערט שוין איבער אפשר לויפן פאר חדשים, וואס ער וואלט געטון אלס דעמאקראטישער קאנדידאט און נישט אלס אינדעפענדענט, ער האט זיך ווידער-רעגיסטרירט אלס א דעמאקראט אין אקטאבער נאכדעם וואס ער האט שוין געהאט זמנים אלס רעפאבליקאנער און אלס אינדעפענדענט.
אבער נישט קיין חילוק צו ער פערזענליך לויפט צו נישט, שרייבט דער אטלאנטיק אז די אנטי טראמפ אפעראציע ער פאנדט וועט לכאורה "ווערן די גרעסטע און מאכטפולסטע פאליטישע ארגענעזיציע אין דעם לאנד איבערנאכט".
ע"כ האב איך ציטירט פון די וויק.
נאך זאכן וואס שטייט אין די אטלאנטיק ארטיקל...
אז זיינע מענטשן גלייבן אז ער וועט כמעט זיכער נישט לויפן אויב ביידן לויפט.
אז עס וועט זיין די איינציגסטע אפעראציע וואס וועט קענען קאטערן דעם טראמפ קאמפיין, וואס האט אויפגעבויעט זייער א שטארק דאטא בעיס אין 2016, וואס האט געהאט א גרויסע חלק אין זיין געווינס.
עס איז געהאלטן געווארן פאר א סוד ביז יעצט, און בלומבערג'ס ווארטזאגער האט נישט געוואלט ענטפערן איבער דעם, די פלאן איז געווען עס זאל ווערן פאבליק ערשט נאכדעם וואס בללומבערג מאכט אפ וואס ער טוט.
ער וועט נוצן די דאטא צו וויסן ווי צו שיקן געלט, א שטייגער ווי ער האט אויסגעגבן אין 2018 איבער 100 מיליאן דאלער אין 24 דיסריקטס וואס ער האט געווינען 21.
זיינע חברה האלטן א נאנטע אויג אויף ביידן, ווייל בעיקר אין ביידן'ס דעסיזשען ווענדט זיך אויב בלומבערג וועט לויפן.
בענין זה האט בלומבערג דאס עטעטשד צו די טוויט ווי ער שרייבט אז א אינדעפענדענט וואלט געהאלפן טראמפ,