איז א עבירה צו גיין מיט א gap העמעד? ניין, דערפאר האט מען חתונה ווי אידן.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך בין נישט זיכער אויב האט פוד אנשטאט א סעודת חתונה איז אן אפציע וואס איך וואלט געטון. אבער איין זאך זעמיר קלאר: אזוי ס'מצב איז יעצט מאכט נישט קיין סענץ.

יעדן זונטאג דרייסיג הכנסת כלה גייערס בלויז אין מיין שול! נישט פון ארצינו הקדושה, לאקאלע. פארוואס? ווייל ס'שוין נישט דא פון ווי צו בארגען און דרייען. שוין אנגעזעצט אלע קרעדיט קארטלען און שוואגערס. און ווי גייט די צדקה געלט? פאר לוקסוס! אוודאי איז אויך פאראן עפעס אמת'ע נצרכים ווי יתומים אדער אזעלכע ארימע פשוט'ע אידן וואס מאכן חתונה גאר שפארזאם, פאר ווינציגער ווי 35,000. אבער במציאות גייט מען נאך געלט פאר 75 פראצענט ציבור. און 75 פראצענט מאכט חתונה אין פאראדייס, וואס בלויז די זאל קאסט דאפלט ווי כנור דוד. איך רעדט שוין נישט פון די קווייער און בענד אויף די סטעידש.

אמאל קען מען טראכטן, אז מען קען קיינעם נישט באשולדיגן. ווייל דאס איז דער מציאות, יעדער מאכט אזוי חתונה, און מען קען נישט פארלאנגען פון א שיינעם מחותן אויסצוקוקן ווי א 'נעבאך' פונקט בעת שמחתו. אבער... פאר געוויסע שטעלט זיך גאר א הארבע פראגע. מיט צוויי, פינעף, אדער צעהן יאר צוריק, אנשטאט זיך אנגרייטן דעם באדן פאר די יעצטיגע מצב, האסטו געשפענדעט אפאר אלפים אין דשולערי סטאר, נאך אפאר אלפים פאר וואקאציע, זיך דערלויבט זיבן מיאות א חודש פארן אויטא ליעס, און דיין דאן נאכנישט אנגעזעצטע קרעדיט קארד איז געלאפן חודש'ליך ביי א האנדפול ארגענאזעישאנ'ס. איז פארוואס'שע זאל איך יעצט בארגן/פיינאנצירן דיינע הוצאות פון טייערסטע ברענד נעים חתונה קליידער, רייכע חתונה נאכט, שענסטע מעבל, פון מיין געלט וואס איך לייג אוועק פרוטה צו פרוטה צו קענען חתונה מאכן מיינע קינדער שפארזאם רואיגערהייט בשעה טובה. איך זאג נישט אז יעדער איז אין אזא סארט מציאות, אבער פון וויפיל איך האלט מיט, זע איך זייער אסאך אזוי.

אדרבא. זאל איינער ענטפערן. איז דאס צדקה, ווען מען ווייסט קלאר אז ס'גייט פאר א חתונה וואס קאסט מער פון 40 אלפים? פאר עמיצן וואס לעבט ברייט און האט נישט געטאן די מינדעסטע אוועקצולייגן אפאר טאללער? דערצו אז ביי רוב מענטשן האבן באשטימטע סכומים אוועקגעלייגט פאר זייערע צדקות, ווי מעשר וכדו' און עס גייט אויפן חשבון פון אנדערע אמת'ע צדקות ווי צרכי רפואה, אלמנות ויתומים.?

דער אריגענעלער באדייט פון הכנסת כלה, איז בשנים קדמוניות געווען פשוט: א איד אן ארעמאן וואס מחמת סיבות שונות האט קוים קעלעקט לחם לאכול אלע יארן, ער האט אלס גענאסן פון שבת פעקלעך, געלעבט אין דחקות, איז בעידן חדוותא האבן זיך גרופירט גוטע אידן און צוזאמענגעקלאפט עפעס געלט אויף די מינימאלע הוצאות החתונה. דאס איז געווען א ספעשל קעיס. היינט איז עס געווארן א נחלת הכלל.

קומסט אריין צו באריכות, שרייב בקיצור דיין פוינט,

1} מען האט ציפול קינדער חתונה צו מאכען

2} מען דארף בכלל נישט חתונה מאכען די קינדער

3} מען זאל מאכען חתונה אזוי ווי א סיום מסכתא, צען אידן און פארטיג,
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

קאנסילמאן האט געשריבן:

איז דאס וואס די האסט ארויס גענימען?
אדער סאיז א דזשאק?
צעקה בקול דממה דקה
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

אפשר זאל מען מאכן א גאו פאנד מי און צאמשטעלן געלד פאר שיינע חתונה זאלן, א כלה קליידער, מחותנתטע קליידער, בלומען, (וואס נאך קאסט אסאך און קען ווערן איבערגניצט?) מזאל פון די געלד גרינדען א גמ"ח וואס יעדער קען באקומען אימזינסט, און שלום על ישראל, כלל ישראל האט גענוג געלד.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

הער קאנסילמאן, נאך פאר די גייסט זיך קריגן דא מיט אלע ניקס, זיי אביסל מסביר וויאזוי א חתונה דארף אויסזען לויט דיין פארשטאנד

און זיי אויך מסביר צו עס פעלט זיך בכלל אויס א תיקון אין די וועג וויאזוי מיר מאכן חתונות אדער עס איז אלעס פערפעקט.
--

איך קלער עכט אז דא איז דא א פשוטע מיספארשטענדעניש.
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום זונטאג פעברואר 03, 2019 10:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אפשר גייסטו ערגעץ אינמיטן. נישט שווארץ אדער ווייס. ביי דיר איז אדער הונדערט פופציג קאפעלס אדער צעהן. אדער סטעיק אדער נאר געפילטע פיש.
א שיינע גרויסע זאל, אבער מיט בעשטעלען עסן פאר ווייניג קאפעלס.
שיינע אנגעטועכטס אבער נישט טייער
געהעריגע שטאפיר, אבער נאר וואס מען דארף פאר די ערשטע יאהר
צירונג, נאר וואס מען וועט נוצען יעדע שבת
א גוטע סעודה ביי די חתונה, אוואו מען מאכט א שיינע שבע ברכות וואס מען קאכט ווען אליין
א שבע ברכות נאר פאר די נאנטע
א.א.וו.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3534
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

רויט האט געשריבן:כמיין אז הכנסת כלה מיינט צוויי זאכן: אדער אז די כלה קען נישט נעמען קיין קידושין פונעם חתן נאר אויב זי ברענגט די אפגעשמועסטע סומע נדן געלט וכדומה, אדער אז די חתן קען נישט מקדש זיין די כלה פאר ער האט נישט כך וכך פאר די הוצאות וואס מהאט געהאט אפגעשמועסט.
דאס וואס מגייט ליידער היינט ארום נאך געלט פאר הוצאות החתונות איז צו דעקן חובות וואס מחותנים האבן גענומען אויף זיך און אנדערע ווערטער זאגט מען "העלף ארויס א גרויסע בעל חוב".
הלכה למעשה איז זיכער אז די ביסט מקיים מצות צדקה, מיטן העלפן א איד וואס איז פארזינקען אין שווערע חובות, ה"י.
השי"ת זאל העלפן יעדער זאל האבן גענוג און נאך אויף צו קענען לעבן בהרחבה, און אויך חתונה מאכן אלע קינדער בהרחבה, "כאחד הנגידים" ווי עס שטייט אין די "שטר תנאים". דער רבוש"ע פארמאגט אנלימיטעד!

שיין געזאגט. איך מיין איך וועל עס נעמען.

איך האב לעצטנס געגעבן א סכום הגון פאר א קרוב וואס האט געמאכט א ברייטע חתונה, איך האב ממש אזוי געשפירט, ווי איך העלף אים ארויס צו ערמעגליכן די שמחה. קיין איין מחותן וויל נישט האבן א פנים ווי א דרייסטער קבצן. יעדע פון די צדדים וויל זיך אהערשטעלן אלס די שיינע מחותנים, בעסערע מענטשן, און מען שפירט ווי אויב עס גייט זיך דוכטן פארן אנדערן זייט אז מען שפארט אויף עפעס, וועט עס נישט אזוי שיין אויסקלאפן.

איז אפשר, דארף יא זיין עטוואס פלאץ פאר מער קהילות תקנות, און מער צמצום הוצאות אין אלגעמיין, כדי שלא לבייש את מי שאין לו.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5622
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

הרב פוה"א איך מיין איר דארפט קודם לאזן וויסן ווי איר האלט אויפן וועלט.

האט איר שוין געקויפט א הויז? האט איר שוין בר מצווה געמאכט, אפשר אויך חתונה געמאכט, וואסערע סטייל איז עס געווען?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

רויט האט געשריבן:חתונה מאכן אלע קינדער בהרחבה, "כאחד הנגידים" ווי עס שטייט אין די "שטר תנאים".

דאס שטייט דארט נאר אויף בגדים.
דיינע ברכות זאלן אבער מקויים ווערן...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

איים ווערי סארי מר קאנסילמאן אבער די שרייבסט אביסעל ווי א בחור וואס איז אנגעווייטאגט אז זיין טאטע וויל קארגען ביי זיין חתונה ווייל ווען די גייסט אנקומען אליין צו חתונה מאכן גייסטו זען אז אפילו די בעל בעתישע איד איז נישט אזוי גרינג צו חתונה מאכן יעדע 2טע יאר
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

אנטשולדיגט פאר'ן אויסמעקן די תגובה, אבער איך גיי נישט פארקויפן מיין טייערע ראש ישיבה אין אזא אשכול.
לעצט פארראכטן דורך וויל וועלן אום מאנטאג פעברואר 04, 2019 8:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

זייער קלוג האט געשריבן:איים ווערי סארי מר קאנסילמאן אבער די שרייבסט אביסעל ווי א בחור וואס איז אנגעווייטאגט אז זיין טאטע וויל קארגען ביי זיין חתונה ווייל ווען די גייסט אנקומען אליין צו חתונה מאכן גייסטו זען אז אפילו די בעל בעתישע איד איז נישט אזוי גרינג צו חתונה מאכן יעדע 2טע יאר

איך האב געטראכט די זעלבע בשעת'ן עס ליינען
אויב דאס איז די מציאות, דארף ארויסגעברענגט ווערן א נקודה קורץ און שארף, פאר די אלע וואס זענען אנגעווייטאגט אז זיי האבן נישט באקומען ווייסעך וואס ביי זייער חתונה:
וויסן זאלסטו אז די שפיצן פון דיין טייערע 5 און א האלב טויזענט דאלערדיגע שטריימל וואס דו טראגסט יעדן שבת (אנשטאט די 7 טויזענט דאללערדיגע וואס דו האסט לצערינו נישט באקומען), אט די שפיצן שטעכן אריין ווי גראדע שפיזן און דיין טאטענ'ס (אדער שווער'ס) הארץ יעדעס מאל זיי זעען עס.
פון יעדע שפיץ עקסטערע טראפט טריפן בלוט פון דיין טאטע וועמען דו האסט אזוי ליב (...??!!..).
דיין טאטע האלט נאך אינמיטן באצאלן זיינע גמח'ן אין ערבים וואס ער האט זיך אנגעחובת'ט פאר דיין שטריימל..
די זעלבע באשעפער וואס האט געהייסן מכבד זיין דעם שבת האט געהייסן מכבד זיין טאטע מאמע.
(שטריימל איז בלויז א דוגמא.. דיבר הכתוב בהווה)
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קאנסילמאן האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
פארפאלן עס איז אמת נישט יעדער האט רחבות און עס איז דא ליידער וועם עס איז באשערט אנצוקימען לידי מתנת בשר ודם, אבער דאס מיינט נישט אז יענער איז עפעס ווייניגער און דארף דערפאר חתונה האבן אינטער א טלית, און דאס מיינט נישט אז די חתן איז די גאנצע חתונה א עול און וויל זיך שוין זעען אינדערהיים, נאר באמת די צוויי זאכען פון "האבן געלט חתונה צו מאכען - און האבן א נארמאלע חתונה" האבן נישט קיין שייכות, יעדע פון אונזערע קינדער איז בארעכטיגט צו א מינומים סטאנדערט חתונה, און דאס האט נישט קיין שייכות מיט דאס אז פאר א טייל עלטערן איז באשערט עניות.

דער פארשטייט נישט אז א ״נארמאלע ״ (ליין- משוגנה) חתומה היינט קאסט איבער 70 אלפים

און איבער 90 פראצענט האט עס נישט . Period

אונז בעט מען יעדן טאג לא לידי מתנת בש ודם - הישמע כזה אז א ערליך איד זאל זאגן אז די דרך הישר איז צו ווערן כ שנארער צוליב לוקסוס ?

א חתונה איז נישט קיין לוקסוס, א חתונה איז א הכרח, פינטעל.

ס'דא א חתונה וואס איז א הכרח און ס'דא א חתונה וואס איז לוקסוס.
דיין מיינונג שטומט מיט שיטת הקומוניסטן; עפ"י איז מען בארעכטיגט צו בלויז וויפול ס'איז אפגעשריבן ראש השנה. טאמער איז פאר איינעם אפגעשריבן צו פארדינען ווייניג איז ער בארעכטיגט בלויז פאר דעם.
דערנאך איז דא א מצות צדקה, וואס ווער ס'וויל ארויסהעלפן א צווייטן צו קענען לעבן ברייטער פון וויפול ער פארדינט, אבער צו זאגן "בארעכטיגט" איז אבסורד.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אה, נאך אן אשכול איבער די זעלבע נושא.

--

אלענפאלס, מען דארף טאקע זען אז מ'זאל נישט דארפן מאכן א טיי אווענט פאר יעדע חתונה, אבער דאס מיינט נישט אז מ'דארף פון יעדע חתונה מאכן א בלויזן טיי אווענט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך בין נישט זיכער אויב האט פוד אנשטאט א סעודת חתונה איז אן אפציע וואס איך וואלט געטון. אבער איין זאך זעמיר קלאר: אזוי ס'מצב איז יעצט מאכט נישט קיין סענץ.

יעדן זונטאג דרייסיג הכנסת כלה גייערס בלויז אין מיין שול! נישט פון ארצינו הקדושה, לאקאלע. פארוואס? ווייל ס'שוין נישט דא פון ווי צו בארגען און דרייען. שוין אנגעזעצט אלע קרעדיט קארטלען און שוואגערס. און ווי גייט די צדקה געלט? פאר לוקסוס! אוודאי איז אויך פאראן עפעס אמת'ע נצרכים ווי יתומים אדער אזעלכע ארימע פשוט'ע אידן וואס מאכן חתונה גאר שפארזאם, פאר ווינציגער ווי 35,000. אבער במציאות גייט מען נאך געלט פאר 75 פראצענט ציבור. און 75 פראצענט מאכט חתונה אין פאראדייס, וואס בלויז די זאל קאסט דאפלט ווי כנור דוד. איך רעדט שוין נישט פון די קווייער און בענד אויף די סטעידש.

אמאל קען מען טראכטן, אז מען קען קיינעם נישט באשולדיגן. ווייל דאס איז דער מציאות, יעדער מאכט אזוי חתונה, און מען קען נישט פארלאנגען פון א שיינעם מחותן אויסצוקוקן ווי א 'נעבאך' פונקט בעת שמחתו. אבער... פאר געוויסע שטעלט זיך גאר א הארבע פראגע. מיט צוויי, פינעף, אדער צעהן יאר צוריק, אנשטאט זיך אנגרייטן דעם באדן פאר די יעצטיגע מצב, האסטו געשפענדעט אפאר אלפים אין דשולערי סטאר, נאך אפאר אלפים פאר וואקאציע, זיך דערלויבט זיבן מיאות א חודש פארן אויטא ליעס, און דיין דאן נאכנישט אנגעזעצטע קרעדיט קארד איז געלאפן חודש'ליך ביי א האנדפול ארגענאזעישאנ'ס. איז פארוואס'שע זאל איך יעצט בארגן/פיינאנצירן דיינע הוצאות פון טייערסטע ברענד נעים חתונה קליידער, רייכע חתונה נאכט, שענסטע מעבל, פון מיין געלט וואס איך לייג אוועק פרוטה צו פרוטה צו קענען חתונה מאכן מיינע קינדער שפארזאם רואיגערהייט בשעה טובה. איך זאג נישט אז יעדער איז אין אזא סארט מציאות, אבער פון וויפיל איך האלט מיט, זע איך זייער אסאך אזוי.

אדרבא. זאל איינער ענטפערן. איז דאס צדקה, ווען מען ווייסט קלאר אז ס'גייט פאר א חתונה וואס קאסט מער פון 40 אלפים? פאר עמיצן וואס לעבט ברייט און האט נישט געטאן די מינדעסטע אוועקצולייגן אפאר טאללער? דערצו אז ביי רוב מענטשן האבן באשטימטע סכומים אוועקגעלייגט פאר זייערע צדקות, ווי מעשר וכדו' און עס גייט אויפן חשבון פון אנדערע אמת'ע צדקות ווי צרכי רפואה, אלמנות ויתומים.?

דער אריגענעלער באדייט פון הכנסת כלה, איז בשנים קדמוניות געווען פשוט: א איד אן ארעמאן וואס מחמת סיבות שונות האט קוים קעלעקט לחם לאכול אלע יארן, ער האט אלס גענאסן פון שבת פעקלעך, געלעבט אין דחקות, איז בעידן חדוותא האבן זיך גרופירט גוטע אידן און צוזאמענגעקלאפט עפעס געלט אויף די מינימאלע הוצאות החתונה. דאס איז געווען א ספעשל קעיס. היינט איז עס געווארן א נחלת הכלל.

שפתים יושק

היי אונז אין ביהמ"ש איז דא איינער וואס פלעגט יעדע תענית מנדב זיין דאס אויספאסטן. אויך פלעגט ער אנדרייען צו מאכן מסיבות מרעים, מלוה מלכה, שבע ברכות ווי יעדער האט געגעבן א נישטיגע 1/200 דאללער און צוגעשטעלט שיינע מסיבות. איך האב געוויסט אז ער איז נישט דעא גרויסער פארדינער און ער האט א שיינע פאר קינדער, כ'האב מיך געווינדערט אויף זיין התנהגות אבער כ'האב מיך פארגעשטעלט אז מסתם האט ער פון ערגעץ אפאר איבריגע גראשן, (זיין שווער איז א באלעבטישע איד).
ויהי היום, ער מאכט חתונה דאס ערשטע קינד און זיין ברידער רופט ארום די חברים פון ביהמ"ד און פארלאנגט יעדער זאל זיך משתתף זיין מיט א טויזענטער פאר הוצאות החתונה (וואס איז נישט געווען אין פרדס פיגא ודוגמתה).

א חוצפה והעזה!

איך האף אז יענער ליינט דא און ער כאפט מ'רעדט פון אים. זאל ער וויסן אז ער איז די לצנות פון שטאט און הלוואי זאל ער טון תשובת המשקל און אויפקלערן אנדערע אז לא זו הדרך.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

farshlufen האט געשריבן:אה, נאך אן אשכול איבער די זעלבע נושא.

--

אלענפאלס, מען דארף טאקע זען אז מ'זאל נישט דארפן מאכן א טיי אווענט פאר יעדע חתונה, אבער דאס מיינט נישט אז מ'דארף פון יעדע חתונה מאכן א בלויזן טיי אווענט.

יעדע חתונה דארף זיין קאסטום מעיד,לויט די מעגליכקייטן פון מחותנים.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דריידל דאס איז טאקע לעיזער קרויס' פלאן
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

קאנסילמאן האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:האסט נאכנישט פארענטפערט פארוואס מטאר נישט קויפן א העמד ביי געפ

מען מעג יא, און מעג אויך נישט געבן א סעדות החתונה,

איך האב גערעדט צו די וואס ספענדען יא טויזענטער פאר קינדער און גויפן נישט די געפ העמעדער,

אגב, די גאנצע אשכול איז פאר די קליפ, דער האט מיר דא סתם אויפגערעגט https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 2779625473

דו מאכסט מיט נייגעריג, קען איינער ברענגען די קליפ אויף דראפבאקס?
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

דריידל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אה, נאך אן אשכול איבער די זעלבע נושא.

--

אלענפאלס, מען דארף טאקע זען אז מ'זאל נישט דארפן מאכן א טיי אווענט פאר יעדע חתונה, אבער דאס מיינט נישט אז מ'דארף פון יעדע חתונה מאכן א בלויזן טיי אווענט.

יעדע חתונה דארף זיין קאסטום מעיד,לויט די מעגליכקייטן פון מחותנים.

@פארשלאפן איך בין מסכים מיט דיר, און איך האלט אז יעדער זאל ספענדן לויט זיין יכולת.

און אויב דאס איז אוממעגליך צוליב געזעלשאפטליכע סיבות, וואלט איך ענדערש געשטימט צו מאכן פון יעדע חתונה א טיי אווענט, ווי איידער א איי אווענט פאר 60-70 פראצענט חתונות. דאס איז פיל מער אויסגעהאלטן שכל'דיג און אידישליך.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

Don't worry האט געשריבן:אפשר זאל מען מאכן א גאו פאנד מי און צאמשטעלן געלד פאר שיינע חתונה זאלן, א כלה קליידער, מחותנתטע קליידער, בלומען, (וואס נאך קאסט אסאך און קען ווערן איבערגניצט?) מזאל פון די געלד גרינדען א גמ"ח וואס יעדער קען באקומען אימזינסט, און שלום על ישראל, כלל ישראל האט גענוג געלד.

:grin: :grin:
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3534
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

Don't worry האט געשריבן:אפשר זאל מען מאכן א גאו פאנד מי און צאמשטעלן געלד פאר שיינע חתונה זאלן, א כלה קליידער, מחותנתטע קליידער, בלומען, (וואס נאך קאסט אסאך און קען ווערן איבערגניצט?) מזאל פון די געלד גרינדען א גמ"ח וואס יעדער קען באקומען אימזינסט, און שלום על ישראל, כלל ישראל האט גענוג געלד.

דערמאנט מיך פון די מעשה מיט עטליכע יאר צוריק ווען א חשובע ארגענעזאציע פון א"י איז געגאנגען אדווערטייזן אויף א סאציאלע בלעטל און אראפגעלייגט א מצב פון א ארימע כלה וואס האט נישט צו באצאלן די פאר טויזנט דאללארדיגע קלייד, חתונה זאל, דשולערי און שטאפיר. א פרעמד אויג האט דאס באמערקט, און דאס ווייטער געשיקט פאר טויזנטער נאכפאלגער, וועלכע האבן זיך געריבן די אויגן נישט קענענדיג פארשטיין וואס עפעס אין דער וועלט מען מוז חתונה האבן מיט די אלע זאכן... איך בין א וועטעראן וואס קען קוים לייגן ברויט אויפן טיש, האט איינער געשריבן, און דו בעטסט געלט פארוואס?.. רוב עולם איז געקומען צו דער החלטה אז אדער איז עס א סקעם, אדער עפעס א לץ וואס האלט זיך אונטער... וואס פארשטייען זיי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@קאנסילמאן, דער קליפ האט מיך אויך אויפגערעגט, ער רעדט נישט דארט פון די עלטערן'ס פוינט אוו וויו, ער לייגט עס אראפ ווי כאילו די חתן כלה זיי זענען די וואס זענען נישט אינטערסירט אין די גאנצע חתונה, זיי וואלטן ווען געוואלט אהיים שוין נאך די חופה, איך ווייס נישט, איך האב נאכנישט געטראפן דעם בחור וואס וויל נישט ענדזשויען זיין חתונה, (איי געס אז ער האט א כח פון מאכן א מענטש האלטן עפעס וואס ער וויל בכלל נישט ....), און ווי אויך ברענגט ער ארויס אז עס איז א משוגע'נע זאך צו ענדיגן א חתונה 2 אזייגער און אז דער גראמער האקט סתם אין קאפ אריין, הלמאי מענטשן דארפן דאך גיין ארבעטן מארגן, ער פארשטייט נישט אז א חתונה איז א ענדזשויעבעל צייט און עס איז א צייט וואס מען פרייעט זיך און נישט קיין צייט וואס מען זוכט פשוט דורכצושטופן.

סאו יא! כמעט יעדער בחור און מחותן וויל האבן א געהעריגע לאנגע חתונה, נישט צו לאנג אבער נארמאל ווי מען קען זיך ארויסגעבן זייערע געפילן, און ניין! נישט ווייל יעדער טוהט אזוי נאר ווייל זייערע געפילן ווילן אזוי, ס'איז א עמאושענעל צייט וואס מען וויל עס אויסנוצן אינגאנצן.

אבער @קאנסילמאן די פוינט אז לכבוד דעם דארף מען האבן עקספענסיוו חתנות איז נישט ריכטיג, ס'איז זיכער דארף מען זעהן צו שפארן און שניידן ווי ווייט מעגליך איבריגע הוצאות.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

קאנסילמאן האט געשריבן:אגב, די גאנצע אשכול איז פאר די קליפ, דער האט מיר דא סתם אויפגערעגט https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 2779625473

אפשר לייגט איינער ארויף די קליפ אויף דראפבאקס או גוגל דרייוו? מען פירקעלט ארום דא, אבער דעם קליפ וואס האט ארויסגענימען קאנסילמאן פון די דישעס קען איך נישט עפענען.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5622
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

פריי דעך אז די קענסט עס נישט זען, און דאנק דעם בורא אז די האסט א פילטער און אז די זעסט איין זאך ווייניגער.

# אזוי קוק איך עס אן, ווען איך קען נישט אריינגיין און א לינק וואס איז געבלאקט.
אוועטאר
KOLAK
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KOLAK »

אויף אזא תגובה האביך געמוז אריינסיינען....
וואס א מין גערעדעכטס איז דאס???
א איד בעהט עפעס און אזוי ענטפערט מען??
זאפארט מוז מען זיך אנטשולדיגן אויף אזוינע דיבורים.
א איד וואס איז געפילטערט ב"ה קומט איהם נישט דעס ביסל סערוויס? נאכדערצו וואס ער בעהט זיך אזוי שיין? (הערסט נישט)
סארי פאר מיין אויסברויך.
שוין צוריק צום ענין
"פאַקט בלייבט פאַקט, אפּגעזעהן ווי אומגעשמאק ס'איז"
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14418
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אולם עקשטיין איז א זאל מיט געהעריגע עסצייג, מיט א סעודה, און מיט א שמחה של מצווה.
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”