די אנטוויקלונג פון מענטל פראבלעמן און איר ריכטיגע רפואה

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך ינואר 30, 2019 12:08 am

מיר קוקן ארויס אויף ווייטער, זייער שיין און קלאר ביז אהער.

יישר כחכם

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מוצ"ש פאברואר 02, 2019 11:06 pm

בס"ד

המשך

לאמיר אביסעל צוריקגיין, וויאזוי באקומט מען די געפיל פון פארלוירענקייט דארעך נישט באקומען די ריכטיגע ליבשאפט?

אומריכטיגע ליבשאפט מיינט און קארצען, אומריכטיגע מעסעדזשעס!

דאס הייסט לאמיר אן כאפען זייער אן אויבערפלעכליכע משל, א טאטע וואס פייניגט א קינד און דערנידערט אים, די מעסדזשעס וואס די קינד קען באקומען וועט זיין פארשידענארטיג, ביי איעדן קינד און יעדע פאל אנדערש, לאמיר אן כאפען אפאר זאכען וואס קען געשען און קאפ.
די קינד באקימט א מעסדזש אז ער איז נישט ווערט, און ער איז שלעכט..

און געוויסע פעלער וועט עס זיין אז נאר אויב טויגט ער אויף די אדער די זאך דאן האב איך א זכות קיום, און אן דעם בין איך א גארנישט.

די קינד וועט באמת האלטען אז ער האט וויניגער רעכטען ווי אן אנדערע, און אז די לעצטע מענטש פון וועם ער דארף קעיר נעמען איז זיך... ווייל ער איז גארנישט ווערט...

די קינד האלט אז ער איז נישט קען נישט מאכען ריכטיגע החלטות וכו' וכו'

אדער ווען א טאטע פארלאנגט פון א קינד אויצוואקסען א תלמוד חכום, איז די מעסעדזש וואס די קינד באקומט אז אויב וואקסט ער נישט אויס א תלמוד חכום דאן איז ער ווערטלאז.

אי אפשר לפרטם כי רבים הם.. עס זענען דא פארשידענע אומגעזינטע מעסעדזשעס און השקפות וואס קענען ארויסקומען פון א אומגעזינטע חינוך, דירעקט אדער אימדירעקט, וואס דאס אלעס מאכט די מענטש שפירען פארלוירען און דעשראקען און ער שפירט ווי ער האט זיך נישט און די הענט, און דאס גיט אים די שטארקע דעשראקענע אומזיכערע געפיל.
ווען מען צוקלאפט א מענטש מיט זיין שוויות האסטו צוקלאפט די גאנצע מציאות פון די מענטש.

יעצט וועל איך פראבירען אביסעלע צו בארירען וויאזוי מען זעהט זיך ארויס דערפון מיט א שלימות און מיט אן אמת

איך האב באמת מורא צו שרייבען... איך האף אז קיינער גייט מיך נישט פארשטיין אומריכטיג!.. איך שרייב נאר דאס וואס איך האלט, און דאס וואס איך שפיר, און אדרבא אויב איינער האלט אנדערש זאל מען זיך ביטע אנריפען...
איינער וואס שפירט אז דאס וואס איך וועל שרייבען רעדט נישט צו אים אדער אז דאס איז אנדערעש ווי אזוי זיין טעראפיסט אדער אנדערע פראפעסענעל זאגט אים, זאל ביטע איגנארירען מיינע ווערטער אינגאנצען!!! דאמפ איט!!... אבער באמת!!
איך רעד מיך נישט איין אז איך גיי דא ריפלעסען טעראפיסטן... איך שרייב נאר וואס איך קען זאגען פון מיין ערפארונג, וויאזוי איך האב עס גערופען און אנטפאנג.. די פיינעל פאש...

יעצט גיימיר ווייטער...
סך הכל וויאזוי עס שטעלט זי ארויס די בילד ביז אהער איז, אז עס זענען דא דריי סטעפס צו אידע מענטל מחלה.

1) די מעסעדזשעס און קאפ (ביסט א גארנישט. / ביסט נאר ווערט אויב די טיסט דאס און דאס וכו')
2) די שווערע געפילען וואס דאס ברענגט מיט זיך פון פארלוירענקייט און דעשראקען
3) די מחלה ווען מען וויל זי ארויס זעהן פון די שווערע געפיל אויף אן אומגעזינטע וועג.

איך וועל קודם ארויסברענגען די עיקר נקידה און וועג צו א אמת'דיגע רפואה זייער בקיצור.
די יסוד איז, ווען די שפירסט זיך צובראכען פארלוירען אדער צוקלאפט וכו' נישט קיין נפקא מינה און וואס די געפיל איז מלובש דאן ביסטו נאך געזינט און שטארק.. די ביסט בארעכטיגט פארדעם!!, נאר ווען די שלאגסט דיך מיט דעם און די פראבירסט דאס אויסצוהיילען דארעך די מחלה, דאן דא איז ווי די ביסט קראנק!!!
איינמאל די מענטש כאפט וויאזוי אפצוטיילען די ארגינעלע און בארעכטיגטע געפיל פון צובראכעקייט וואס איז פארשטייט זיך מלובש און כל מיני מחשבות, און ער וועט דאס אפטיילען פון די מחלה, דאס הייסט ער וועט נישט ניצען די קראנקע וועג ארויס פון די געפיל, דאן איז ער נישט מער קראנק! ער וועט נאך אלס זיין צובראכען און צוקלאפט אבער ער וועט יעצט צוביסלעך קענען אויסהיילען די געזינטע און בארעכטגטע שווערע געפיל דארעך זיך באגעגנען מער און מער דערמיט און זיך ווייקען דערין און זיך לאזען שפירען צובראכען, און וועט עווענטועל אנקומען צום שורש, וואס דאס איז די אומגעזינטע מעסדזש און ער וועט כאפען אז די קרומע און אים געזינטע מעסעדזש און מהלך המחשבה איז אים גורם די אלע יסורים אן צובראכענקייטען

איך גיי נאך בעזר השם מעריך זיין און דעם, איך האב עס יעצט אנגעכאפט ממש נאר אויפען שפיץ גאפעל.

איך האף עס איז געניג קלאר.

המשך יבא, בעזר השם

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 03, 2019 2:02 am

איך האף מען האט געכאפט וואס איך וויל ארויסברענגען... עס איז מיר פשוט זייער שווער צו טרעפן די ריכטיגע ווערטער
איך וועל מיך בעזר השם קומענדיגע מאל מסביר זיין שטערקער און קלארער

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 03, 2019 1:20 pm

אריינגעלייגט ב"ה די היינטיגע אויך.
צוגעלייגטע
די אנטוויקלונג פון מענטל פראבלעמען און איר ריכטיגע רפואה.pdf
(222.93 KiB) דאונלאודעד 104 מאל
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 03, 2019 2:06 pm

שרייזשע האט געשריבן:און זיך ווייקען דערין און זיך לאזען שפירען צובראכען

איך שפיר נישט אז ס'העלפט אזוי ווייט אויב מ'ווייקט זיך דערין ווען ס'האט נישט מיט'ן הווה. ס'קען אריינברענגען דעם קליענט אין א צעבראכענעם מצב פון וואס ער פארלירט די כוחות זיך ארויסצוזעהן דערפון. ווייל ער ווייסט נישט וויאזוי און וואס נאכצולאזן. דו מוזט פארשטיין אז דער מענטש אליין מוז צוריק צאמשטעלן די ווייטאג וואס ער האט אמאל געהאט. און דאס איז נאר דורכ'ן צוריקצאמשטעלן זיין 'איגו'.

עס מוז נישט אז ס'טוט אים נאך באמת וויי. עס מוז נישט זיין. עס קען זיין אז דער קלייענט לפי תומו טוט פשוט צוריקצאמשטעלן די מעשה וואס האט אים אמאל גורם געווען ווייטאג.

דאס הייסט אז זיך לאזן שפירן ווייטאג איז צעטיילט אויף צוויי. איינס איז: איך שפיר יעצט זייער אומאנגענעם, און איך לאז נאך מיין 'איגו', און איך שלאג מיך יעצט נישט דערמיט. און איך געב מיך אינגאנצן אונטער. אבער אינגאנצן... דאס דארף ברענגען א באלדיגע שפיר פון פרייהייט. ווילאנג עס האט מיט'ן הווה. ווייל יעצט שפיר איך ווי איך וויל 'פייטן'.

איך שפיר אז א קליענט מוז באקומען די בחירה און די 'אנווייזונגען' וויאזוי נאכצולאזן, און וויאזוי צו גיין ווייטער אן צוריקבויען דעם 'איגו'... ער מוז אויך וויסן וויאזוי מ'געט זיך אונטער... און ער מוז באקומען קלארע אנווייזונגען. אויב נישט, וויאזוי דארף דאס צו העלפן ???? אמער, ער ווייסט דאך נישט אפילו וויאזוי נאכצולאזן... ער ווערט דאך פשוט פסול צוליב כבוש. ער גייט נישט וויסן פון זיך אליין וויאזוי נאכצולאזן'!!! פארגעס !!!!

לאמיר זאגן מיין ווייב שרייט אויף מיר ביסט א משוגענער... און איך שפיר אז זי איז גערעכט... וואס דערפאר טוט עס שטארק וויי... און דערפאר האט מיך דאס צעבראכן... און איך האב צוויי אויסוואלן... איינס איז: איך קלויב מיך צאם... דאס איז ווארשיינליך 'איגו'... דאס איז וואס מאכט קראנק אפילו לדבריך... און די צווייטע איז: איך געב נאך... זאל געשען וואס ס'וויל... איך געב מיך אינגאנצן אונטער... הרי אני מקבלו עלי בשלימות גמור... איך נוץ נישט קיין ברעקעלע כח זיך צוריק צאמקלויבן. איך גיי פשוט איינפאך ווייטער מיט מיין טאג. אן אדרעסירן מיין 'איך' וואס איז געווארן צעשמעשט. אָן עס צוריקצאמשטעלן...

די רגע איך געב נאך, שפיר איך 'ווייטאגליך'... איך שפיר די דראנג זיך צוריק צאמקלויבן... אבער איך טו עס נישט... איך געב נאך... און וואס עס געשעהט איז א 'פרייהייט'... איך בין געווארן באפרייט פון מיין 'איגו'... באלד דערויף שפירט מען מער נישט קיין ווייטאג... באלד דערויף שפירט זיך זייער גוט... אבער באלד דערויף... אנדערש ווי זיך ווייקן אינעם ווייטאג וואס האט א פאטענציאל צו מאכן די 'איגו' נאר שטערקער. עס באפרייט גארנישט. עס ווייקט אים איין מער און מער אין ווייטאג. עס לאזט אים נישט זיך באפרייען דערפון אפילו מיט די ריכטיגע וועג. ווייל ער שפירט אז ער דארף פאלגן דעם טערעפיסט, וואס האט אים געהייסן זיך ווייקן אין ווייטאג. ער ווערט פארשלאסן

און די זעלבע זאך, ווען איך (למשל, איך רעד נישט פון מיר, איך מאך נאר א משל) טרעף מיין טאטן שליט"א וואס האט מיך געפייניגט אז ער וויל איך זאל אויסוואקסן א תלמיד חכם, און איך שפיר ווי איך וויל פייטן. איך וויל מיך צוריק צאמשטעלן... אבער איך פייט נישט... גארנישט... נאר איך געב מיך אינגאנצן אונטער אין די הענט פון רבש"ע, זאל ער מיך מאכן שפירן וואס ער וויל... איך בין א גאביטש... און איך לאז דעם אייבערשטן מיך אויפהייבן, ווי עס שטייט: מקימי מעפר דל, מאשפות ירים אביון... דאן דאס איז די וועג פון 'רפואה'... אפילו לפי דעתך.

אבער דאס מיינט נישט אז איך לעב אין דעם ווייטאג. דאס מיינט נישט אז איך ווייק מיך אין ווייטאג. דאס מיינט נישט אז איך שטעל צוריק צאם אלטע ווייטאגן... נאר דאס מיינט אז איך לויף באלד צום טויער פון באפרייאונג...

ווייל איך מיין זייער שטארק אז זיך ווייקן העלפט נישט... עס מאכט ערגער.

די מהלך פון צוריק צאמשטעלן אלטע ווייטאג. דער ווייטאג קומט דייקא פון 'איגו', און מיט דעם ווייטאג בויט דער טערעפיסט צוריק אויף דעם איגו. אן איגו וואס איז נישטא בויט ער צוריק אויף. פארוואס? כדי צו טרעפן ווייטאג, כדי צו זיין אין ווייטאג, כדי צו אויסהיילן די איגו ??? און מיט'ן זיך ווייקן אין דעם ווייטאג פיטערט מען פשוט ווייטער דעם 'איגו'. און לפי עניות דעתי היילט דאס נישט. עס מאכט ערגער...

לפי עקספיריענס שלי דארף נישט א מענטש צוריקצאמשטעלן ווייטאג, כדי צו האבן א שאנס זיך אויסצוהיילן. ס'מאכט שפירן עקלדיג... ס'פארטונקלט די לעבן... ס'איז שוין בעסער דאס טויט... און עס קוקט נישט אויס אז דאס האט בככל א פאטענציאל אויסצוהיילן. ס'קען היילן ווייל דער מענטש האט שוין פשוט נישט קיין כח צו האבן 'ווייטאג'... ער עקלט זיך פון זיין לעבן... און ער ווערט אזוי פארעקלט אז ער לאזט נאך... דאס איז יאוש. דאס איז נישט רפואה.

ביסט גערעכט אויב דער קליענט באקומט אן אויסוואל און קלארע אנווייזונגען צו וויסן וויאזוי נאכצולאזן, אויב ער וויל. און צו וויסן וויאזוי צו גיין ווייטער אן די איגו, אבער ווען די קליענט באקומט נישט קיין שום אנווייזונגען וויאזוי צו גיין ווייטער אָנעם איגון, דאס העלפט ??? דאס מאכט לכאורה נאר ערגער...

טראכט...
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג פאברואר 03, 2019 4:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 03, 2019 4:23 pm

נשמה האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:און זיך ווייקען דערין און זיך לאזען שפירען צובראכען

איך שפיר נישט אז ס'העלפט אזוי ווייט אויב מ'ווייקט זיך דערין ווען ס'האט נישט מיט'ן הווה. ס'קען אריינברענגען דעם קליענט אין א צעבראכענעם מצב פון וואס ער פארלירט די כוחות זיך ארויסצוזעהן דערפון. ווייל ער ווייסט נישט וויאזוי און וואס נאכצולאזן. דו מוזט פארשטיין אז דער מענטש אליין מוז צוריק צאמשטעלן די ווייטאג וואס ער האט אמאל געהאט. און דאס איז נאר דורכ'ן צוריקצאמשטעלן זיין 'איגו'.

עס מוז נישט אז ס'טוט אים נאך באמת וויי. עס מוז נישט זיין. עס קען זיין אז דער קלייענט לפי תומו טוט פשוט צוריקצאמשטעלן די מעשה וואס האט אים אמאל גורם געווען ווייטאג.

דאס הייסט אז זיך לאזן שפירן ווייטאג איז צעטיילט אויף צוויי. איינס איז: איך שפיר יעצט זייער אומאנגענעם, און איך לאז נאך מיין 'איגו', און איך שלאג מיך יעצט נישט דערמיט. און איך געב מיך אינגאנצן אונטער. אבער אינגאנצן... דאס דארף ברענגען א באלדיגע שפיר פון פרייהייט. ווילאנג עס האט מיט'ן הווה. ווייל יעצט שפיר איך ווי איך וויל 'פייטן'.

איך שפיר אז א קליענט מוז באקומען די בחירה און די 'אנווייזונגען' וויאזוי נאכצולאזן, און וויאזוי צו גיין ווייטער אן צוריקבויען דעם 'איגו'... ער מוז אויך וויסן וויאזוי מ'געט זיך אונטער... און ער מוז באקומען קלארע אנווייזונגען. אויב נישט, וויאזוי דארף דאס צו העלפן ???? אמער, ער ווייסט דאך נישט אפילו וויאזוי נאכצולאזן... ער ווערט דאך פשוט פסול צוליב כבוש. ער גייט נישט וויסן !!! פארגעס !!!!

לאמיר זאגן מיין ווייב שרייט אויף מיר ביסט א משוגענער... און איך שפיר אז זי איז גערעכט... וואס דערפאר טוט עס שטארק וויי... און דערפאר האט מיך דאס צעבראכן... און איך האב צוויי אויסוואלן... איינס איז: איך קלויב מיך צאם... דאס איז ווארשיינליך 'איגו'... דאס איז וואס מאכט קראנק אפילו לדבריך... און די צווייטע איז: איך געב נאך... זאל געשען וואס ס'וויל... איך געב מיך אינגאנצן אונטער... הרי אני מקבלו עלי בשלימות גמור... איך נוץ נישט קיין ברעקעלע כח זיך צוריק צאמקלויבן. איך גיי פשוט איינפאך ווייטער מיט מיין טאג. אן אדרעסירן מיין 'איך' וואס איז געווארן צעשמעשט. אן עס צוריקצאמשטעלן...

די רגע איך געב נאך, שפיר איך 'ווייטאגליך'... איך שפיר די דראנג זיך צוריק צאמקלויבן... אבער איך טו עס נישט... איך געב נאך... און וואס עס געשעהט איז א 'פרייהייט'... איך בין געווארן באפרייט פון מיין 'איגו'... באלד דערויף שפירט מען מער נישט קיין ווייטאג... באלד דערויף שפירט זיך זייער גוט... אבער באלד דערויף... אנדערש ווי זיך ווייקן אינעם ווייטאג וואס האט א פאטענציאל צו מאכן די 'איגו' נאר שטערקער. עס באפרייט גארנישט. עס ווייקט אים איין מער און מער אין ווייטאג. עס לאזט אים נישט זיך באפרייען דערפון אפילו מיט די ריכטיגע וועג. ווייל ער שפירט אז ער דארף פאלגן דעם טערעפיסט, וואס האט אים געהייסן זיך ווייקן אין ווייטאג. ער ווערט פארשלאסן

און די זעלבע זאך, ווען איך (למשל, איך רעד נישט פון מיר, איך מאך נאר א משל) טרעף מיין טאטן שליט"א וואס האט מיך געפייניגט אז ער וויל איך זאל אויסוואקסן א תלמיד חכם, און איך שפיר ווי איך וויל פייטן. איך וויל מיך צוריק צאמשטעלן... אבער איך פייט נישט... גארנישט... נאר איך געב מיך אינגאנצן אונטער אין די הענט פון רבש"ע, זאל ער מיך מאכן שפירן וואס ער וויל... איך בין א גאביטש... און איך לאז דעם אייבערשטן מיך אויפהייבן, ווי עס שטייט: מקימי מעפר דל, מאשפות ירים אביון... דאן דאס איז די וועג פון 'רפואה'... אפילו לפי דעתך.

אבער דאס מיינט נישט אז איך לעב אין דעם ווייטאג. דאס מיינט נישט אז איך ווייק מיך אין ווייטאג. דאס מיינט נישט אז איך שטעל צוריק צאם אלטע ווייטאגן... נאר דאס מיינט אז איך לויף באלד צום טויער פון באפרייאונג...

ווייל איך מיין זייער שטארק אז זיך ווייקן העלפט נישט... עס מאכט ערגער.

די מהלך פון צוריק צאמשטעלן אלטע ווייטאג. דער ווייטאג קומט דייקא פון 'איגו', און מיט דעם ווייטאג בויט דער טערעפיסט צוריק אויף דעם איגו. אן איגו וואס איז נישטא בויט ער צוריק אויף. פארוואס? כדי צו טרעפן ווייטאג, כדי צו זיין אין ווייטאג, כדי צו אויסהיילן די איגו ??? און מיט'ן זיך ווייקן אין דעם ווייטאג פיטערט מען פשוט ווייטער דעם 'איגו'. און לפי עניות דעתי היילט דאס נישט. עס מאכט ערגער...

לפי עקספיריענס שלי דארף נישט א מענטש צוריקצאמשטעלן ווייטאג, כדי צו האבן א שאנס זיך אויסצוהיילן. ס'מאכט שפירן עקלדיג... ס'פארטונקלט די לעבן... ס'איז שוין בעסער דאס טויט... און עס קוקט נישט אויס אז דאס האט בככל א פאטענציאל אויסצוהיילן. ס'קען היילן ווייל דער מענטש האט שוין פשוט נישט קיין כח צו האבן 'ווייטאג'... ער עקלט זיך פון זיין לעבן... און ער ווערט אזוי פארעקלט אז ער לאזט נאך... דאס איז יאוש. דאס איז נישט רפואה.

ביסט גערעכט ווען דער קליענט באקומט אן אויסוואל און קלארע, אנווייזונגען צו וויסן וויאזוי נאכצולאזן, אויב ער וויל. און צו וויסן וויאזוי צו גיין ווייטער אן די איגו, אבער ווען די קליענט באקומט נישט קיין שום אנווייזונגען וויאזוי צו גיין ווייטער, דאס העלפט ??? דאס מאכט לכאורה נאר ערגער...

טראכט...

איך מיין די האסט מיך אומריכטיג פארשטאנען.
איך האב נישט געמיינט צו זאגען אז מען זאל זיך ווייקען למשל און די כעס און אויפברויז אז זיין טאעטע האט אים געפייניגט אא"וו
דירעקט נישט! דאס איז אוודאי נישט געזינט און ברענגט נישט קיין שום תועלת, נאר די פארקערטע.
איך האב גערעדט פון דעם אז די תוצאות פון א אומגעזינטע חינוך זענען גורם פארשידענע אומגעזינטע מעסעזדשעס, וואס די מעסעדזשעס זענען אים יעצט גורם שווערע געפילען און פון די געפילען פראבירט ער צו אנטלויפען דארעך אן אומגעזינטע וועג וויל ער וויל זיך נישט טרעפן מיט זיינע געפילען.
און ביז ווילאנג די מענטש לאזט נישט די געפילען שפילען נאטירלעך, און נישט מורא האבען זיך צוטרעפן מיט זיך אליינס, און צוביסלעך צוקומען צום אימגעזינטע מעסעדזש, וועט ער נישט זיין אינגאנצען אויסגעהיילט.
אויף דעם ארויף האב איך געזאגט אז די מענטש דארף זיך לאזען שפירען די צובראכען און פארלוירען וכו' און זיך באקענען מער און מער דערמיט, אן דעם וואס ער זאל עס פארדרייען און פראבירען אויסצוהיילען אויף א קראנקע וועג.

דאס איז עס און גאר גאר בקיצור איך וועל מיך פראבירען מסביר צו זיין שטערקער און אסאך קלארער בקרוב ממש
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום זונטאג פאברואר 03, 2019 4:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 03, 2019 4:26 pm

'שרייזשע' ביסט גוט. זאגסט אייזן. אוודאי ביסטו גערעכט.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג פאברואר 03, 2019 4:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 03, 2019 4:40 pm

איך ווייס עס הערט זיך זייער שיין און פשוט...
און איך פארשטיי אויך אז איינער וואס איז אינעם פראבלעם, איז עס זייער שווער צו כאפען און עס אויספירען למעשה..
איך וועל נאך בעזר השם דאס אויסשמיסען אסאך קלארער און ברייטער, מיט עטוואס געדאנקען עס אויסצופירען למעשה

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 03, 2019 4:45 pm

שרייזשע האט געשריבן:איך ווייס עס הערט זיך זייער שיין און פשוט...
און איך פארשטיי אויך אז איינער וואס איז אינעם פראבלעם, איז עס זייער שווער צו כאפען און עס אויספירען למעשה..
איך וועל נאך בעזר השם דאס אויסשמיסען אסאך קלארער און ברייטער, מיט עטוואס געדאנקען עס אויסצופירען למעשה

איך וויל נאר אז דו זאלסט פארשטיין אז ס'דא א דקות'דיגע חילוק צווישן עס טון לתועלת, און עס טון אויף א אופן אז ס'קען מאכן ערגער. זייער דקות'דיג. דו שרייבסט במתק לשונך: אז די מענטש דארף זיך לאזן שפירן די צובראכען און פארלוירן וכו' און זיך באקענען מער און מער דערמיט, אן דעם וואס ער זאל עס פארדרייען און פראבירן אויסצוהיילן אויף א קראנקע וועג.

אפילו איך וויל קען איך מיך דערמיט נישט דינגען. ווייל דאס איז דער אמת... יא, א מענטש דארף זיך לאזן שפירן די צובראכן און פארלוירן, און זיך באקענען דערמיט מער און מער... דאס איז דאך אויך די וועג וויאזוי מ'ווערט נאנטער צום באשעפער... מ'אנערקענט אז אליין קען מען גארנישט... און מ'היילט עס נישט דורכ'ן ווערן Tough.

אבער שטעל דיך פאר מ'זאגט פאר א מענטש, "דו קענסט גארנישט..." אן אים זאגן "אבער דו ביסט תלוי אין באשעפער וואס קען יא..." שטעל דיך פאר... שטעל דיך אויך פאר ווען מ'זאגט פאר א מענטש "דו ביסט גארנישט מיט נישט..." אן אים זאגן "אבער שפיר ווי דו ביסט א חלק אלוק ממעל..." דאס איז סתם צער בעלי חיים...

מ'דארף אויך קלאר אנווייזן די רפואה... מ'זאגט פאר'ן קליענט, "קוק: דו גייסט יעצט שפירן ווייטאג, ווי דו ביסט אומבאהאלפן, וכו', און איך וויל זאלסט ווערן מער און מער באקאנט דערמיט, אויב דו קענסט, און איך וויל דיך ווייזן וויאזוי מ'טוט גארנישט דערקעגן. How to surrender..." איך גיי דיך ווייזן די ריכטיגע וועג... נישט די קראנקע וועג.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג פאברואר 03, 2019 5:03 pm

נשמה האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:איך ווייס עס הערט זיך זייער שיין און פשוט...
און איך פארשטיי אויך אז איינער וואס איז אינעם פראבלעם, איז עס זייער שווער צו כאפען און עס אויספירען למעשה..
איך וועל נאך בעזר השם דאס אויסשמיסען אסאך קלארער און ברייטער, מיט עטוואס געדאנקען עס אויסצופירען למעשה

איך וויל נאר אז דו זאלסט פארשטיין אז ס'דא א דקות'דיגע חילוק צווישן עס טון לתועלת, און עס טון אויף א אופן אז ס'קען מאכן ערגער. זייער דקות'דיג. דו שרייבסט במתק לשונך: אז די מענטש דארף זיך לאזן שפירן די צובראכען און פארלוירן וכו' און זיך באקענען מער און מער דערמיט, אן דעם וואס ער זאל עס פארדרייען און פראבירן אויסצוהיילן אויף א קראנקע וועג.

גא״מ; און וועגן דעם ברויך מען בדרך כלל האבן פאר דעם א לייסענסד פראפעשענאל...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 03, 2019 5:43 pm

@'שרייזשע' איך וויל דיר נאר זאגן, סתם אויסצושמועסן די זאך, אז ס'דא א טערעפי וואס גייט נאך טיפער פון דעם... ס'הייסט Coherence therapy,

דאס ארבעט, דורך דעם וואס מ'מאכט דעם קליענט שפירן, מ'מאכט אים עקספיריענסן, אז ער זאל אליינס איינזעהן, פארוואס ער האט בכלל אנגענומען דעם אומריכטיגן מעסעדש In the first place.

איך האב אבער אומקלארקייטן ווען איך רעכן זייער מהלך. לאמיר נעמען דיין משל פון 'תלמיד חכם'... זיי פרעגן דעם קליענט (אזאך וואס שפירט זיך נגד התורה, אבער ס'מוז נישט זיין... איך האב נישט געזאגט אז ס'איז, און שריי מיך נישט אן...) "ווען אין דיינע יונגע יארן האסטו צאמגעשטעלט אז דו מוזט אויפוואקסן א תלמיד חכם??? אן אז אנדעם ביסטו נישט באליבט ???

און דער קלייענט ברענגט ארויף אן עפיזאד וואו ער באקומט דעם אומריכטיגן מעסעדש...

יעצט.

די טערעפיסט מאכט אים עקפיריענסן "וואס וואלסטו דעמאלט ערווארטעט אויב דו ביסט נישט מסכים צו דעם אומריכטיגן מעסעדש". נאר ביי דיר האלסטו אז דו ביסט גוט וויאזוי דו ביסט, אן אויסוואקסן א תלמיד חכם. (ס'שפירט זיך ווי גאווה, אבער שוין... איך שרייב נאר וואס זיי זאגן... אבער ס'מוז נישט זיין גאווה, אויב מ'פרעגט דעם קליענט ער זאל עס עקספיריענסן אויף אן 'איגו' פרייע וועג.

און דער קלייענט ענטפערט צום ביישפיל: "איך ערווארטעט אז איך גיי ווערן אפגעהאקט פון מיין טאטען, און איך גיי בלייבן אן זיין ליבשאפט, און איך ערווארטעט אז איך גיי נישט קענען לעבן אזוי..."

דאס איז די פירוש חי פון Coherence. די לאגיק פון ערלויבן די אומריכטיגע מעסעדש אין די פירס"ט פלעי"ס...

יעצט, די 'ערווארטעניש' אז ער גייט ווערן אפגעהאקט פון די ליבשאפט פון זיין טאטען איז נישט אזוי ווייט אמת. קיינער פארלירט נישט בד"כ באמת ליבשאפט פון א טאטן אויב ממש מ'לאזט זיך נישט, ס'איז נאר א פחד פון פארלירן ליבשאפט... אדער אפילו אויב מ'פארלירט יא ליבשאפט, איז אפשר ענדערש צו פארלירן, ווי איידער צו האבן חלילה מיט די נערווען פון נישט קענען נאכקומען די פארלאנג פון אויסוואקסן א "תלמיד חכם"...

א צעטיל פון ר' חיים מאיר פערל נ"י (ער שרייבט אין המספיק גאזעט) ליינט זיך ווי פאלגנד: איך מוז אויפוואקסן א תלמיד חכם, אן דעם ערווארט איך, אז איך גיי נישט קענען לעבן... און די קלייענט מוז זיך אליין איבערצייגן צו ער קען באמת נישט לעבן אן דעם... פארשטייסט?

איך וויל נישט דא שרייבן וועגן Coherence therapy, איך וויל דיר נאר זאגן אז ס'דא נאך טיפער. פאר יור אינפארמעשאן. איך טראכט אבער צו דאס אליין בויט די 'איגו'. וכו'. עניוועי,

דו שרייב ווייטער דיין מהלך, ס'קוקט אויס גוט.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג פאברואר 03, 2019 6:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 03, 2019 6:01 pm

Graphic24 האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:איך ווייס עס הערט זיך זייער שיין און פשוט...
און איך פארשטיי אויך אז איינער וואס איז אינעם פראבלעם, איז עס זייער שווער צו כאפען און עס אויספירען למעשה..
איך וועל נאך בעזר השם דאס אויסשמיסען אסאך קלארער און ברייטער, מיט עטוואס געדאנקען עס אויסצופירען למעשה

איך וויל נאר אז דו זאלסט פארשטיין אז ס'דא א דקות'דיגע חילוק צווישן עס טון לתועלת, און עס טון אויף א אופן אז ס'קען מאכן ערגער. זייער דקות'דיג. דו שרייבסט במתק לשונך: אז די מענטש דארף זיך לאזן שפירן די צובראכען און פארלוירן וכו' און זיך באקענען מער און מער דערמיט, אן דעם וואס ער זאל עס פארדרייען און פראבירן אויסצוהיילן אויף א קראנקע וועג.

גא״מ; און וועגן דעם ברויך מען בדרך כלל האבן פאר דעם א לייסענסד פראפעשענאל...

איך אגרי מיט ביידע
מען קען און איך וועל עס אפטיילען

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 03, 2019 6:17 pm

גא״מ; און וועגן דעם ברויך מען בדרך כלל האבן פאר דעם א לייסענסד פראפעשענאל...

איך וויל נאכאמאל קלאר מאכען איך זאג נאר וואס איך שפיר און אויב איינער פילט אז דאס רעדט צו אים אין ער שפירט אז עס גיט אים אביסעל א קלאררע בליק דאן איז גיט! און אויב נישט איגנאר איט!!!
איך קום ח"ו אוודאי נישט בתורות טעראפיסט!!!
איך טייל נאר מיט מיין געדאנקען, מיז נישט זיין אז איך בין גערעכט

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 03, 2019 6:30 pm

שרייזשע האט געשריבן:
גא״מ; און וועגן דעם ברויך מען בדרך כלל האבן פאר דעם א לייסענסד פראפעשענאל...

איך וויל נאכאמאל קלאר מאכען איך זאג נאר וואס איך שפיר און אויב איינער פילט אז דאס רעדט צו אים אין ער שפירט אז עס גיט אים אביסעל א קלאררע בליק דאן איז גיט! און אויב נישט איגנאר איט!!!
איך קום ח"ו אוודאי נישט בתורות טעראפיסט!!!
איך טייל נאר מיט מיין געדאנקען, מיז נישט זיין אז איך בין גערעכט

איך וואלט פארגעשלאגן אז אפילו אויב מ'ווערט מער און מער באקאנט מיט די אייגענע אומזיכערקייטן, וואס דאס איז דאך באמת געוואלדיג, נאך דערצו די עמקות וויאזוי דו שרייבסט עס, און איך פארשטיי אז דו שפירסט עס מער ווי דו דערזעהסט עס אויפן פאפיר, דו שפירסט אז דו קענסט נישט געהעריג ארויסגעבן די עמקות פון די זאך. פון דעסטוועגן שרייב... מ'עט שוין פארשטיין ב"ה, דו שרייב.

איך וואלט אבער פארגעשלאגן אז אפילו אויב מ'ווערט מער און מער באקאנט מיט די אומזיכערקייטן, למשל מיט די שפיר אז איך בין נישט באליבט ביי מיין טאטן, און די דערשראקנקייט דערפון, וואלט איך פארגעשלאגן אז ס'זאל זיין אזא עצה "נו, וואס זאל איך יא טון????" סתם שפירן די פארלוירנקייט ??? געב מיר א רעטונגס ברעט... איך האף אז דאס גייסטו זאגן... נישט סתם ווערן באקאנט מיט די וויהייסטעס...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 03, 2019 6:34 pm

אוודאי וועל איך דאס זאגען
איך וועל פראבירען זיין די קלארסטע מעגליך אויפן פאפיר...

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:02 pm

חלק ה

המשך

פאר מיר גיי מיר וויטער וואלט איך געוואלט נאך אביסעלע מער מרחיב זיין און קלארער מאכען אויף נאך אופנים וויאזוי עס קען זיך אנטוויקלען א מענטל פראבלעם.

אומריכטיגע און אומגעזינטע חינוך איז לאוו דווקא די איינציגסטע וועג וויאזוי עס קען פאסירען א מחלה, עס זענען דא אנדערע אופנים וויאזוי דאס קען פאסירען, כאטש וואס עס איז קלאר אז די מערסט ווייטאגליכסטע פארום פון א מענטל מחלה וועט יא פאסירען ביי די וואס אנטוויקלען עס אלס א תוצאה פון א אומגעזינטע חינוך, איז עס אבער דאך נישט די איינציגסטע וועג.

עס קען זיך אנטוויקלען אויך דארוך דעם וואס א מענטש נעמט אן אומריכטיגע צוגאנג צו האנדלען מיט א פאסירונג אדער סיי וואספארא זאך.
צום ביישפיל ווען א מענטש גייט אדארוך א טראמא, ח"ו די מענטש האלט מיט א שווערע עקסידענט, איז אויב די מענטש וועט פראבירען צו אנטלויפען פון די מחשבות וואס ברענגען אים ארויף די שווערע געפילען, וואס דעשרעקען אים, דאס הייסט ער וועט דאס נישט באהאנדלען מיט שכל, וואס שכל וואלט עס גרינג אפגעטיילט פון אים, ווען ער שמיסעט דאס ווען אויס מיט זיך, און ער לאזט זיך טראכטען און שפירען דאס וואס די פאסירונג האט אים געמאכט, וואלט ער צוביסלעך פארשטאנען אז ער איז יעצט נישט נענטער צו זיין ח"ו אונוואלווד און א עקסידענט וכו'
אבער אויב איבעלט און דעשרעקט אים די פאסירונג אזוי שטראק אז ער וויל אנטלויפען דערפון אין ער וויל נישט טראכטען און שפירען די געפילען פון די פאסירונג דאן, וועט עס ארויס קומען און די פארום פון א מחלה ווייל סאב קאנשעס איז די פאסירונג נאך דא, און עס שיקט אים די געפילען וואס ער האט נאך נישט קעיר גענימען און מסדר געווען, און עס קען גאר גרינג זיך אנטוויקלען פאניק אטאקעס וכו'

א צווייטע אויפן וויאזוי עס קען זיך אנטווקלען א מחלה איז ווען א מענטש רייסט זיך איבער און ארבעט גאר שווער און לייגט אריין די גאנצע געפל אין קאפ אין א זאך. וואס דאס באדייט אז די מענטש ערווארט און לייגט האפענונג צו באקומען זיין גאנצע סיפוק פון די זאך, דאס הייסט אז באמת האט ער געפראגרעמט ביי זיך אין קאפ אז ער גייט באקומען זיין גאנצע סיפוק פון די פראיעקט, ער לייגט אוועק אלעס, משפחה, חבירים, סתם פאן...וכו' און ער טראכט און אטעמט די זאך.
וואס ער וועט זיך טרעפן מאך א שטיק צייט אויסגעברענט און נישט באקומען די סיפוק וואס ער ערווארט, וואס דאן אויב וועט ער עס נישט אויסשמיסען מיט זיך און טרעפען זיין טעות , וועט ער זיך געבען א לאז נאך און זיך מייאש זיין און ער אריינפאלען און א דיפרעסיע.

עס זענען פארהאן פארשידענע אנדערע ציורים און אופנים וויאזוי מען קען אנטוויקלען א מחלה
אבער ביי אלע פעלער וועט זיין די זעלבע צד השווה אז די מחלה איז א תוצאה פון א אומבאהאנדעלטע געפיל/השקפה/ מעסדזש / צוגאנג
דאס הייסט ער פראבירט צו אנטלויפען פון די ארגינעלע געפיל, ווייל ער האט נישט די ריכטיגע געדאנקען וויאזוי זיך צו ספארעווען דערמיט

(BPD ליידענדע איז אויך א תוצאה פון דעם.. אבער זיי ווילען דאך במילא נישט הערן... וועל איך עס נישט אויסשמיסען יעצט)

המשך יבא, בעזר השם

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך פאברואר 06, 2019 3:09 pm

איז דא א אינטערעסע צו גיין ווייטער?...
אדער איך שרייב צו מיר אליינס?...

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך פאברואר 06, 2019 6:26 pm

שרייב ווייטער.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך פאברואר 06, 2019 6:33 pm

אוודאי שרייב ווייטער מיר ליינען יעדע ארטיקל מיט נייגער און געשמאק

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:26 pm

שרייזשע האט געשריבן:איז דא א אינטערעסע צו גיין ווייטער?...
אדער איך שרייב צו מיר אליינס?...

אוודאי איז דא אן אינטערעסע... א שטארקע, מיר ווארטן... מיר ווארטן...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:45 am

חלק ו'

ביפאר איך גיי ווייטער לאמיר נאך איינמאל זיך אביסעל קלאר אויסשמיסען, אין מאכען א סך הכל.
עס זענען דא דריי חלקים אין א מענטל מחלה
1) די גורם צו די שלעכטע מעסעדזשעס אדער השקפה, צו זאל דאס זיין דארעך נישט באקומען א גיטע חינוך אדער גאר אביוס ח"ו

2) די מעסעדזשעס וואס מען האט אין קאפ, למשל אז די ביסט שלעכט, אדער אז די מיזט טון דאס און דאס אז די זאלסט האבען א שוויות. (אי אפשר לפרטם כי רבות הם...)
(און פאר די וואס ליידען פון צום ביישפיל פאניק אטאקעס וואס מען האט אנטוויקעלט דארך א שווערע איבערלעבעניש מיינט דאס די מחשבות אז קען ח"ו פאסירען ביי מיר וכו')

3) די מחלה
וואס דאס קומט אלס א תוצאה פון דעם וואס מען האט נישט די ריכטיגע געדאנקען און כח זיך צו ספארעווען מיט די שווערע מעסעדזש אדער איבערלעבעניש, און מען ניצט די מחלה אלץ א וועג ארויס פון די שווערע געפילען.

אל פי רוב פעלט זיך נישט אויס צוריק צוגיין און טראכטען פון נאמבער 1, דאס הייסט די אביוס וואס מען האט געהאט אדער אומריכטגע באהאנדלונג פון די עלטערן וכו' עס פעלט נישט אויס אין מאכט נאר שאדען, מען איז פארנימען זיך אליינס צו שוינען און רחמנות האבען, און רוב מאל ברענגט עס נישט קיין שום תועלת.
פארשטייט זיך די מענטש דארף אנערקענן אין פארשטיין די עוולות וואס זענען באגאנגען געווארן אנטקעגן אים, אבער נישט זיך ווייקען דערינען אין זיין פארנימען דערמיט.

די ציל דערווייל וואס איך וויל אוועקשטעלן כדי מען זאל קענען ציקומען צי א ריכטיגע אמתדיגע רפואה, איז אז די מענטש זאל טרעפן אין זיך באגעגענען אין אידענטעפעצירען און די עכטע לעבן מיט די אומריכטיגע מעסעדזשעס/בליק.
דאס הייסט, אז מען זאל צוקימען צו דעם אז די קאפ זאל זיין געניג קלאר אין ניכטער אז ער זאל קענען זעהן אין באמערקן די ארגינעלע גורם, אין ער זאל זעהן אין זיך בעגעגנען פנים אל פנים מיט די אימריכטיגע מעסעדזש אדער בליק וואס ער האט, אין פארשטיין אז דאס איז אים גורם די צער אין צובראכענקייט אדער דעשראקענקייט וואס ער שפירט, אין דאס אוועק נעמען דארעך אנערקענן די אימריכטיגקייט דערפון אין דאס צינישט מאכען מיט שכל, און מיט מעשים בפועל פארקעט ווי דאס וואס די מעסעדזש זאגט אים, (וויאזוי מען רייסט אויס א שלעכטע מעסדזש וועל איך רעדען שפעטער אין די סוגיא קודם וועל איך פראבירען מסביר צו זיין וויאזוי מען קען דאס אידענטעפעצירען)

ווען א מענטש קומט צו צי דעם, איז ער בעצם א געזינטע מענטש דאס הייסט א מחלה האט ער נישט, ער האט בלויז אפאר אומגעזינטע איינרעדענישן, וואס ער גייט דאס ציביסלעך אידענטיפעצירען דארכען זיך באגעגענן דערמיט אין זיך אנשטויסען דעמיט אין פאקטישע לעבען.
ווען א מענטש לאזט נישט די מחלה פייטען די מעסעדזש, דאס הייסט אלץ מער ער לאזט די ארגינעלע געפיל וואס די מעסעדזש איז גורם שפילען נאטירלעך, אין ער ניצט נישט די קראנקע וועג פון טראכטען אלץ א מיטל ארויס פון די ווייטוג וואס די מעסעדזש איז אים גורם, אלץ נענטער ווערט ער צי קענען אידענטעפעצירען די ארגינעלע אומריכטיגע מעסעדזש.
די איינציגסטע סיבה פארוואס די מענטש קען נישט יעצט אידנעטעפעצירען די מעסעדזשעס איז ווייל ער ניצט די מחלה צו אנטלויפען פון זיך באגעגענען מיט די מעסעדזשעס
איך וועל נאך בעזר השם צוקומען צו מער בארוכות אן אנדערע מאל.

וויאזוי טוט מען דאס??

עס איז א דרך ארוכה וקצרה, דאס הייסט, עס איז נישט שווער אין ביטער, אבער עס נעמט לאנג.
מען קען דאס נישט באוויזען פון איין טאג צום צווייטען!

לאמיר פראבירען עס ציצונעמן די שטערקסטע מעגליך, שטאפל ביי שטאפל.

די ערשטע אין וויכטיגסטע יסוד גאר און קארצען ביפאר איך ענדיג, איז: פראביר צו האלטען די מחשבות אויבער פלעכליך אין שיטער.
דאס הייסט, פראביר ווי ווייניגער אריין צוטראכטען אין סטאק ווערן מיט די מחשבות, גיי אן די מערסטע וואס די קענסט מיט דיין לעבען טו זאכליכע זאכן, און גריבעל ווי ווייניגער,
אידעס מאל אין אידע מינוט וואס די האלטסט די מחשבות שיטער אין די לאזט דיך נישט אריין אין קיין טענהריי ביסטו א טריט אוועק פון די מחלה אין א טריט נענטער צום קלארען שכל,

איך וועל בעזר השם אויסשמיסען ברייטער און גיין ווייטער קימענדיגעס מאל.
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום זונטאג פאברואר 10, 2019 2:00 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג פאברואר 10, 2019 2:45 am

איך וויל עס דורך ליינען, קענסט אפשר נאכאמאל לייגן א פדפ?

אגב, איך פיר זיך צי ארבעטען מיט מח שליט על הלב!! (אנדערע רופן עס cbt) ווען איך וואלט ווען ביזי געווען מיט מיינע געפילן א גאנצן טאג וואלט איך בדרך הטבע אין ערגעץ נישט אנגעקימען.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 10, 2019 2:47 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:איך וויל עס דורך ליינען, קענסט אפשר נאכאמאל לייגן א פדפ?

אגב, איך פיר זיך צי ארבעטען מיט מח שליט על הלב!! (אנדערע רופן עס cbt) ווען איך וואלט ווען ביזי געווען מיט מיינע געפילן א גאנצן טאג וואלט איך בדרך הטבע אין ערגעץ נישט אנגעקימען.

איך ווייס נישט וויאזוי מען לייגט א פדפ

איך דינג זיך נישט מיט דיר.
ווי האסטו געזעהן מיך זאגען פארקערט?
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום זונטאג פאברואר 10, 2019 2:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג פאברואר 10, 2019 2:53 am

שרייזשע האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:איך וויל עס דורך ליינען, קענסט אפשר נאכאמאל לייגן א פדפ?

אגב, איך פיר זיך צי ארבעטען מיט מח שליט על הלב!! (אנדערע רופן עס cbt) ווען איך וואלט ווען ביזי געווען מיט מיינע געפילן א גאנצן טאג וואלט איך בדרך הטבע אין ערגעץ נישט אנגעקימען.

איך ווייס נישט וויאזוי מען לייגט א פדפ..
איך דינג זיך נישט מיט דיר.
ווי האסטו געזעהן מיך זאגען פארקערט?

איך האב דאך נאכנישט דורכגעליינט אלעס, איך האב סתם געזאגט וויאזוי איך פיר זיך.

בעיקר שכח פאר דיין צייט ווא דו שרייבסט, עס איז היינט ציטאג א שטארק אקטועלע נושא, יעדער צווייטער נעבעך דרייט זיך ארום פון איין טערעפיסט צום צווייטען, און פון דארט צי נפשי, און נאכדעם צירוק צי באשילדיגן די עלטערן און די מלמדים, און נאכדעם גייט די שלום בית א גאנג ביז מען פארט ארויף אויף מאריכוואנא, און פון דארט ווערט מען א עושר.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 10, 2019 2:56 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:איך וויל עס דורך ליינען, קענסט אפשר נאכאמאל לייגן א פדפ?

אגב, איך פיר זיך צי ארבעטען מיט מח שליט על הלב!! (אנדערע רופן עס cbt) ווען איך וואלט ווען ביזי געווען מיט מיינע געפילן א גאנצן טאג וואלט איך בדרך הטבע אין ערגעץ נישט אנגעקימען.

איך ווייס נישט וויאזוי מען לייגט א פדפ..
איך דינג זיך נישט מיט דיר.
ווי האסטו געזעהן מיך זאגען פארקערט?

איך האב דאך נאכנישט דורכגעליינט אלעס, איך האב סתם געזאגט וויאזוי איך פיר זיך.

בעיקר שכח פאר דיין צייט ווא דו שרייבסט, עס איז היינט ציטאג א שטארק אקטועלע נושא, יעדער צווייטער נעבעך דרייט זיך ארום פון איין טערעפיסט צום צווייטען, און פון דארט צי נפשי, און נאכדעם צירוק צי באשילדיגן די עלטערן און די מלמדים, און נאכדעם גייט די שלום בית א גאנג ביז מען פארט ארויף אויף מאריכוואנא, און פון דארט ווערט מען א עושר.

יא יא ליידער

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ווייסעך דען, לעכטל און 9 געסט