ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

נתן אייזיקסאן האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:ארכעאלאגן וועלכע נישטערן דורך זאמד וועלכע איז אוועקגעפירט געווארן פונעם הר הבית, האבן געפונען צווישן די זאמד און אפפאל א שטיין וועלכע איז גענוצט געווארן צו וועגן דעם מחצית השקל אין די צייט פונעם ערשטן בית המקדש. א גאר זעלטענע געפונס, וויבאלד עס זענען נישט דא קיין סאך איבערבלייבענישן פונעם ערשטן בית המקדש.

דער קליינער שטיין האט איינגעקריצט דאס ווארט "בקע" אויף זיך אינעם כתב עברי, וואס מען האט זיך באנוצט אין די תקופה. דער שטיין איז וואשיינליך גענוצט געווארן צו אפוועגן א מחצית השקל אין די צייט וואס עס זענען נאכנישט געווען קיין מטבעות אזוי ווי אין די זמן בית שני.
IMG_20181121_182958_210.jpg

מקור: אידישע נייעס

גראדע שטייט עס אויפן בילד.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

אנדעקטע היילן, אינהאלט מעגליך נאך מגילות ים המלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ארכעאלאגען האבן לעצטנס אנדעקט נאך צוויי מערות נעבן 'קומראן' וואס טוט מעגליך באהאלטן אין זיך נאך פון די אזוי גערופענע 'מגילות ים המלח'. די מערה געפינט זיך נעבן מערה יב, וואס ווערט באצייכנט מיט די נומער 'מערה 53 א', וואס איז אנדעקט געווארן די פארגאנגענע יאהר וואו מען האט נאר געטראפן באווייזן אז די מערה איז שוין פריער געווארן געפלונדערט דורך די בעדואינער און האט אנהאלטן אין זיך מגילות, אבער קיין געשריבענע מגילות האט מען נישט געפונען.

אין די ניי אנדעקטע מערה 53 ב', זעהט מען קלאר אז דאס איז אין פארגאנגענהייט שוין באזוכט געווארן און געפלונדערט געווארן. פון די זאכן וואס מען האט געפונען איז אן אויל לאמפ ביים אריינגאנג צו די מערה וואס איז ענליך צו די וואס מען האט געפונען אין די קומראן היילן. אינווייניג איז געווען א בראנזע קוך-טאָפ, און א גרויסע הויפן פון צובראכענע כלים, ווי קליינע פלעשער, כוסות און קוך-טעפ. אויך האט מען געפונען געוועבטע סחורות, געפלאכטענע שטריק און בענדלעך ענליך צו דאס פון מערה 12,

אין מערה 53 ג', האט מען געפונען א פראגמאנט פון א קרוגל אין וואס מ'פלעגט האלטן מגילות, וואס ווייזט אויף די מעגליכקייט אז עס האבן זיך געפונען דא פון די זעלטענע היסטארישע מגילות.

די יעצטיגע אנדעקטע מערות 53 ב' און 53 ג', האלט מען אינמיטן אויספארשן. ארכעאלאגען האפן צו געפינען מגילות גראבענדיג טיפער אין די היילן דארט וואו די בעדואינער האבן האפענטליך נאכנישט באזוכט.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

מערת אבה הכהן בירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

1024px--_כניסה_למערת_אבה_Abba_burial.jpg
1024px--_כניסה_למערת_אבה_Abba_burial.jpg (202.81 KiB) געזען 4098 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אין די הויף פון די הויז פון משפחת 'דילהרוזה' אין ירושלים צווישן רחוב ששת הימים און רחוב מדבר סיני, איז געפונען געווארן אין אנהייב תשל"א א טיפע הייל מיט צוויי צימערן, א קליין עפענונג צוטיילט צווישן זיי. אינעם ערשטן צימער האט מען געפונען א גלוסקמה דעקארירט מיט בלומען מיט מענטשליכע ביינער. די ביינער זענען געווארן אונטערזוכט און באשטימט אז עס קומט פון א מענטש וואס האט געהאט זיין קאפ אפגעהאקט. אינעם צווייטן צימער האט מען געפונען א טאוול אין די גרויסקייט פון 25 ביי 33 אינטשעס מיט אן איינקריצונג אין כתב עברי עתיק:

אנה אבה בר כהנא א
לעז בר אהרן רבה אנ
ה אבה מעניה מרד
פה די יליד בירושלם
וגלא לבבל ואסק למתת
י בר יהוד וקברתה במ
ערתה דזבנת בגטה


"‬אני אבה בן הכהן אלעזר בן אהרון הגדול, ‪‬אני אבה המעונה הנרדף שנולד בירושלים ‬וגלה‬ לבבל והעלה את מתתיהו בן יהודה וקברתיו במערה שקניתי בשטר".

די טאוול האט מען ארויסגענומען פונעם הייל און געפינט זיך אינעם 'מוזיאן ישראל אין ירושלים.
חדר מערה פנימית
חדר מערה פנימית
. .jpg (9.62 KiB) געזען 4086 מאל
עטליכע יאר דערנאך האט דער אייגנעטומער פונעם הויף באמערקט נאך א הייל מיט א גלוסקמה מיט ביינער, אונטער וואו די טאוול איז געווען.

די השערה איז אז א מאן 'אבה כהן' האט געברענגט די ביינער פון מתתיהו בן יהודה קיין ירושלים און אים באגראבן אין די הייל וואס ער האט געקויפט מיט א שטר, אויסקריצענדיג די ווערטער אויפן טאוול און זיך אנגעגרייט זיין קבורה דערנעבן אינעם צווייטן צימער.
_גלוסקמה מתתיהו אנטיגנוס
_גלוסקמה מתתיהו אנטיגנוס
, .jpg (13.13 KiB) געזען 4086 מאל
שפעטער ווען אבה כהן איז געשטארבן האט מען איהם באגראבן אינעם צווייטן צימער.

עס איז געשאצט אז די ביינער זענען פון 'מתתיהו אנטיגונוס השני בן יהודה' דער לעצטער מלך חשמונאי, וואס איז געווארן געפאנגען אויפן באפעל פון מרקוס אנטוניוס קיין אנטיוכיה, וואו ער האט אויפן פארלאנג פון הורדוס איהם ערמארדערט דורך אפהאקן זיין קאפ ל"ע.(יסופון קדמוניות היהודים).

אין תש"נ האט אתרא קדישא אין ירושלים צוריקגעלייגט די ביינער אין די הייל און פאמיליע 'דילהרוזה' האט דאס א נאמען געגעבן 'מערת אבה'.
אטעטשמענטס
הכותבת
הכותבת
Maarat_abo.png (127.19 KiB) געזען 4086 מאל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח, זייער אינטערסאנט!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

נא_שכל האט געשריבן:יישר כח, זייער אינטערסאנט!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

@בענקל כ'האב זייער הנאה צו ליינען דיינע געפינסן, יישר כח
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

קלאודיא אסטר, שבויה מירושלים עיה"ק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אין די מיטעלע אכצנטע יארהונדערט (תקכ"א), איז באקאנט געווארן איבער א 'גראבשטיין' אין די נאפאלי ארכעאלאגיע מוזיאום (Museo Archeologico Nazionale di Napoli), וואס קומט ווארשיינלעך פון א קבר אין דרום איטאליע וואס האט אויף זיך אן אינטערעסאנטע אויפשריפט אין די לאטיינישע שפראך. אין תשנ"ט האט מען דאס אנגעהויבן צו ארויסליינען מיט עטליכע ווערסיעס וואס האבן נאכגעפאלגט מיט קליינע ענדערונגען.

די נאפאלי מוזיאום האט לעצטנס געבארגט די שטיין פאר א נייע געעפנטע מוזיאום, "די נאציאנאלע מוזיאום פון איטאליענע יודישקייט און די שואה", וואס האט זיך געעפנט א יאהר צוריק אין א שטאט 'פעררארא' אין צפון איטאליע וואו די שטיין געפינט זיך היינט אויף אויסשטעלונג. די געביידע פון די מוזיאום איז געווען א קאנצענטראציע לאגער ביי די צווייטע וועלט קריג.

דאס איז וואס איז איינגעקריצט אויף די שטיין.

[Cl]audia Aster
[Hi]erosolymitana
[ca]ptiva. curam egit
[Ti(berius)] Claudius Aug(usti) libertus
[Pro]culus. rogo vos fac-
[ite] per legim ne quis
[mi]hi titulum deiciat cu-
[ra]m agatis. vixit annis
XXV.


"קלאודיא אסטר, שבויה מירושלים. את המצבה הקים העבד הקיסרי המשוחרר, 'טיבריוס קלאודיוס פראוקולוס'. אני מבקש מכם, לדאוג באמצעות החוק, איש לא יפגע בהכתובת שלי. היא חיה 25 שנים ".

מציבת קלאודיא אסתר שבויה מירושלים עיהק .jpg
מציבת קלאודיא אסתר שבויה מירושלים עיהק .jpg (34.83 KiB) געזען 3629 מאל


די שטיין איז אנגעבליך געקומען פון א קבר אינמיטן וועג צווישן 'נאפאלי' און 'פוטאולי'. די פלאץ האט זיך דאן געפונען אין די פוטאולי יוריסדיקציע אונטער די הערשאפט פון אספסיאנוס קיסר. עס געפינט זיך נעבן די היסטארישע קאלאסיאום וואס איז געבויט געווארן דורך צענדליגע טויזנטע אסירי ציון וואס זענען פארקויפט געווארן אלס קנעכט קיין רוים ביים חורבן בית שני.

אין איינפאך פארצייכנט די שטיין א באגרעבעניש ארט פון א פרוי 'קלאודיא אסטר', א געפאנגענע פון ירושלים וואס האט געלעבט פינעף און צוואנציג יאהר. א באפרייטע קנעכט פונעם קיסר 'טיבריוס קלאודיוס פראוקולוס', האט געשטעלט די שטיין און בעהט מען זאל אכטונג געבן דערויף.

ארכיאלאגישע עקספערטן דאטירן דעם שטיין דורך אירע לאטיינישע בוכשטאבן צו די ערשטע יאהר-הונדערט וואס איז ארום די צייט פונעם צווייטן חורבן בית המקדש ווען מען האט דאן גענומען אידן אין געפענגעניש קיין רוים וואו מען האט זיי פארקויפט פאר קנעכט, ווי עס ווערט דערציילט דורך יסופון אין מלחמת היהודים:

"את ההמון הרב, על נשיהם וטפם, מכרו לעבדות, אך כל עבד נמכר במחיר נמוך ביותר, שכן הנמכרים היו מרובים והקונים מעטים".

פון דעם ווייזט אויס איז די פרוי 'קלאודיא' געווען א געפאנגענער פון ירושלים ביים חורבן בית שני.

'טיבריוס קלאודיוס פראוקולוס' וואס האט געשטעלט די שטיין, איז מעגליך געווען איהר 'הער' פון וואו זי האט באקומען איהר נאמען קלאודיא. די מנהג ביי די רוימער איז געווען אז ווען מען האט באפרייט א קנעכט אדער דינסט, איז מען גערופן געווארן מיט די נאמען פונעם הער. אזוי ווי 'יוסף בן מתיתיהו' איז באפרייט געווארן דורך טיטוס פלאביוס, האט באקומען דעם נאמען, "יוספוס טיטוס פלאביוס".

איהר נאמען 'אסטר' - Aster, מיינט אין לאטיין א 'בלום' און אין גריכיש א 'שטערן'. אדער איז דאס געווען איהר אידישע נאמען 'אסתר', ווי מען האט איהר גרופן אין ירושלים. די נאמען אסתר איז נישט באקאנט דורכאויס די תקופה.

דער הער פון 'קלאודיא אסתר', 'טיבריוס קלאודיוס' איז אויך געווען א באפרייטע קנעכט פונעם קיסר, ווי עס שטייט אויף די שטיין. ער איז מעגליך געווען א קנעכט פון 'נירון קיסר', דער וואס איז ערשט געקומען אייננעמען ירושלים עיה"ק, פון וואו ער האט באקומען די נאמען נאכן באפרייט ווערן. די פולע נאמען פון נירון קיסר איז געווען 'טיבריוס קלאודיוס נירון קיסר'.

עס איז באקאנט פון רוימישע ליטעראטור אז נירון קיסר האט פיל פארגרינגערט די געזעצן איבער קנעכטשאפט. ער האט אויך באפרייט אסאך קנעכט און אלע האבן דערנאך געטראגן דעם נאמען 'קלאודיוס'. דאס העלפט צו און ערמעגליכט צו טראכטן אז די צוויי האבן געלעבט אין די צייטן פון דעם חורבן בית שני.

מען געפינט נישט אז א הער זאל לייגן א מציבה אויף די קבר פון א קנעכט. קלאודיא אסתר איז מעגליך אפגעקויפט געווארן פון ירושלים אלס פיצל קינד און האט ווייזט אויס געווען עפעס גאר ספעציעל פאר טיבירוס קלאודיוס. עס איז מעגליך אז טיבריוס קלאודיוס האט באפרייט קלאודיא אסתר כדי צו קענען חתונה מיט איהר ווי עס איז דאן געווען אן אפטע ערשיינונג.

אין די פערטע יאהר למספרם, איז ארויס א געזעץ אז מען טאר נישט באפרייען א קנעכט וואס איז יונגער פון דרייסיג יאהר, נאר אז מען האט גלייך חתונה מיט איהר. קלאודיא אסתר איז געווען פינעף און צוואנציג יאהר אלט ווען זי איז געשטארבן און איהר מאן האט געלייגט די מציבה אויף איהר קבר.

עס איז דא א מעגליכקייט אז 'טיבריוס קלאודיוס' איז גאר געווען א איד וואס האט שוין געוואוינט אין איטאליע בעפאר דעם גרויסן חורבן און אלס א באפרייטער קנעכט פונעם קיסר, האט ער אויסגעלייזט 'קלאודיא אסתר' ווען זי איז אנגעקומען קיין איטאליע אלס א פארטריבענע פון די חורבות ירושלים און זיך אפגעגעבן מיט איר, ביזן איהר באערדיגען ווען זי איז נעבעך אוועק אין אזא יונגען עלטער פון פינעף און צוואנציג יאהר און האט געזארגט אויף ווייטער, אז איר רוה ארט זאל נישט געשטערט ווערן.

אזוי ווי די ארכיוון פון בבתא בת שמעון קען די געשיכטע פון 'קלאודיא אסתר' ווערן צוגעלייגט צו די איינצלנע היסטארישע געשיכטע'ס איבער אידן וואס האבן געלעבט אין די צייטן ארום דעם לעצטן חורבן וואס מיר געפינען און לערנען איבער זיי פון אלטע ארכיוון און מאנומענטן.
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירום הודו »

בענקעל האט געשריבן:
אדער איז דאס געווען איהר אידישע נאמען 'אסתר', ווי מען האט איהר גרופן אין ירושלים. די נאמען אסתר איז נישט באקאנט דורכאויס די תקופה.


שקויעך! העכסט אינטרעסאנט, שיין צונומען.
מאן יימר אבער אז די נאמען אסתר איז נישט געווען מצוי יענע תקופה? אסתר המלכה איז דאך שוין געוועזן 430 יאר פריער! בכלל איז שווער צו זאגן אויף נעמען אז ס'איז נישט געווען באקאנט אין א געוויסע תקופה משום לא ראינו אינו ראיה.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ירום הודו האט געשריבן:מאן יימר אבער אז די נאמען אסתר איז נישט געווען מצוי יענע תקופה? אסתר המלכה איז דאך שוין געוועזן 430 יאר פריער! בכלל איז שווער צו זאגן אויף נעמען אז ס'איז נישט געווען באקאנט אין א געוויסע תקופה משום לא ראינו אינו ראיה.

ריכטיג. דאס איז קלאר אזוי אז ווייל מען ווייסט נישט דערפון מיינט טאקע נישט אז מען האט נישט א נאמען געגעבן 'אסתר'. אגב 430 יאהר איז גאר א לאנגע צייט. מיר קוקן אפשר אן יארן פון א זיבן-אכט הונדערט יאהר, פון א צוויי טויזנט יאר פריער ווי א קורצע צייט, אבער אין מציאות איז עס א זייער א לאנגע דורכגאנג פון עטליכע דורות און וועלטליכע טוישונגען.

וואס עס מיינט איז, מיר געפינען נישט אז מען האט זיך דאן באנוצט מיט די נאמען אסתר, סיי אין נ"ך און סיי אין קריצונגען און דאקומענטן וואס מען האט דערווייל געפונען. וויבאלד עס איז נישט קלאר ווי אזוי צו אפליינען די נאמען ASTER, לייגט מען ארויס אלע מעגליכקייטן. עס איז טאקע זייער מעגליך אז אלס א געפאנגענע פון ירושלים האט זי געהייסן אסתר. אויב איז דאס אזוי, איז זי די צווייטע אסתר וואס איז באקאנט נאך אסתר המלכה.

מען קען דאס באשרייבן זייער דראמאטיש אזוי ווי איינער האט דאס טאקע באשריבן זיך וועלענדיג געקליבענע מעגליכקייטן אלס פאקטן פאר א דראמאטישע געשיכטע.
"צווישן די צענדליגע טויזנטע פארטריבענע ביים גרויסן חורבן פונעם צווייטן בית המקדש, איז געווען א קליין מיידל אין ירושלים מיט די נאמען אסתר וואס איז געפאנגען געווארן קיין רוים וואו מען האט איהר געשטעלט צו פארקויפן אין מארק פאר א דינסט... א איד אין רוים טיבריוס קלאודיאוס וואס איז נישט לאנג צוריק באפרייט געווארן פון דינען אלס קנעכט ביים קיסר האט איהר אפגעקויפט שטארק אויסגעדארט און אויסגעהונגערט... שפעטער האט ער מיט איהר חתונה געהאט... זי פלעגט נאַכט נאך נאַכט קלאגן אויף איהר פארגאנגענהייט... איהר פאמיליע... זי דערמאנט זיך די שיינקייט פון ירושלים... די ביהמ"ק מיט די כהנים... די שלש רגלים... די באלאגערונג... די נצחונות אויפן מויער... די צרות פון די בריונים... די הונגער... פיל האבן יענע צייטן פארלוירן זייער קינדער ביים געבורט און אסתר זייענדיג אין א שוואכן צושטאנד פון די פילע פיין אין די יונגע יארן האט נישט דערלעבט צו זעהן איהר ערשטע קינד. אין יונגען עלטער פון פינעף און צוואנציג יאהר איז אוועק..." וכו וכו.

עס מאכט א גוטע געשיכטע פאר א בוך אבער אין ווירקלעכקייט האט דאס נישט קיין מקור.
פארשטייסט?
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:15 am
לאקאציע: אין מח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטייסט? »

א דאנק @בענקעל, מיר באלעקן זיך כסדר מיט דיינע ארטיקלען.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

א הארציגן דאנק, זייער אינטערעסאנט.

אויב שוין יא, אפשר ברענגסטו אלעס וואס מען האט פון אנטיקן וכדומה איבער אסתר המלכה, אחשורוש, וכל הנזכרים במגילת אסתר, איז שייך?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

שואלכענין האט געשריבן:אויב שוין יא, אפשר ברענגסטו אלעס וואס מען האט פון אנטיקן וכדומה איבער אסתר המלכה, אחשורוש, וכל הנזכרים במגילת אסתר, איז שייך?

עס איז דא אזויפיל. בעיקר אין השוואת פון די פערסישע היסטאריע צו מגילת אסתר ווי נעמען און שטעט וואס איז העכסט אינטערעסאנט. אבער אין ארכעאלאגיע איז דא שטיינער מיט ווענט און סקולפטאר'ן אויף וואס מ'זאגט פארשידנס און לוינט נישט צו באמוטשען די לייענער.

צום ביישפיל. דאס איז א מאסיווע פאדאמענט אין שושן אויף וואס מ'זאגט אז דאס איז די פאלאץ פון אחשוורוש.
25448.jpg
25448.jpg (97.68 KiB) געזען 3244 מאל


און דאס איז וויאזוי עס האט אויסגעזען.
Palace drawing.jpg
Palace drawing.jpg (90.82 KiB) געזען 3244 מאל


און דאס איז א פונקטליכע מאפע פונעם פאלאץ.
מפת העיר שושן .jpg
מפת העיר שושן .jpg (171.91 KiB) געזען 3244 מאל



ירום הודו האט געשריבן:מאן יימר אבער אז די נאמען אסתר איז נישט געווען מצוי יענע תקופה? אסתר המלכה איז דאך שוין געוועזן 430 יאר פריער

צו בעסער באגרונדן די השערה אז מ'רעדט דא פון איינעם מיט די אידישע נאמען אסתר, איז דא א ראיה פון מדרש.

אין ילקוט שמעוני אויף אסתר שטייט: "רבי נחמיה אומר הדסה שמה, ולמה נקרא שמה אסתר שהיו עובדי אלילים קורין אותה "כוכב" הנוגה על שם אסתהר."

אזוי ווי עס איז די אפטייטש פון ASTER אין די גריכישע שפראך ווי אויבן דערמאנט און אזוי אויך אין 'פארסיש'.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שכחייך בענקעל (זיכער א רעביש בענקעל...) מען לייענט מיט דארשט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

בענקעל האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:אויב שוין יא, אפשר ברענגסטו אלעס וואס מען האט פון אנטיקן וכדומה איבער אסתר המלכה, אחשורוש, וכל הנזכרים במגילת אסתר, איז שייך?

עס איז דא אזויפיל. בעיקר אין השוואת פון די פערסישע היסטאריע צו מגילת אסתר ווי נעמען און שטעט וואס איז העכסט אינטערעסאנט. אבער אין ארכעאלאגיע איז דא שטיינער מיט ווענט און סקולפטאר'ן אויף וואס מ'זאגט פארשידנס און לוינט נישט צו באמוטשען די לייענער.

צום ביישפיל. דאס איז א מאסיווע פאדאמענט אין שושן אויף וואס מ'זאגט אז דאס איז די פאלאץ פון אחשוורוש.
25448.jpg


און דאס איז וויאזוי עס האט אויסגעזען.
Palace drawing.jpg


און דאס איז א פונקטליכע מאפע פונעם פאלאץ.
מפת העיר שושן .jpg



ירום הודו האט געשריבן:מאן יימר אבער אז די נאמען אסתר איז נישט געווען מצוי יענע תקופה? אסתר המלכה איז דאך שוין געוועזן 430 יאר פריער

צו בעסער באגרונדן די השערה אז מ'רעדט דא פון איינעם מיט די אידישע נאמען אסתר, איז דא א ראיה פון מדרש.

אין ילקוט שמעוני אויף אסתר שטייט: "רבי נחמיה אומר הדסה שמה, ולמה נקרא שמה אסתר שהיו עובדי אלילים קורין אותה "כוכב" הנוגה על שם אסתהר."

אזוי ווי עס איז די אפטייטש פון ASTER אין די גריכישע שפראך ווי אויבן דערמאנט און אזוי אויך אין 'פארסיש'.


עס איז דא א ביכל פון איינעם יהודה לאנדי פון בני ברק מיטן נאמען ויהי בימי אימפרי׳ הפרסית וואס באשרייבט שושן וכו׳ מיט אסאך גאנץ אינטערסאנטע פרטים. אויב געדעק איך גוט איד דא דארט אינעם ביכל דער בילד פונעם פונדאמענט מיט נאך פרטים

read at your own risk
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זייער שיין בענקעל און א יישר כח, אבער א פאר הערות.

דאס וואס זיי זאגען אז "ארכיאלאגישע עקספערטן דאטירן דעם שטיין דורך אירע לאטיינישע בוכשטאבן צו די ערשטע יאהר-הונדערט", איז ריכטיג אז ארכיאלאגישע עקספערטן האבען עס דאטירט; אבער עס איז נישט דא קיין שום באוווייז פונעם עצם כתב צו עס איז הונדרעט יאר שפעטער אדער פריער; די Palaeography (וואס מיינעט דער שריפט דער כתב) האט זיך נישט געטוישט גארנישט פאר הונדערטער יארען ווי מען זעהט אויף די רוימישע מטבעות און אויך אויף אנדערע שטיינער (ווי דיפלאמעס פון רוימישע סאלדאטען וואס עס איז דא א סאך דערפון).

זיי האבען נישט קיין שום עקזפערטיז צו זאגען אויף דער כתב אז עס מוז זיין פון די ערשטע יאהר-הונדערט. דער נאמען טיבעריוס קלאדיוס, דאס באלאנגט טאקע יא צום ערשטע יאהר-הונדערט. זיי זענען עקספערטען אין ארכילאגיע (און דא אויך קען מען אריין גיין אין וואס פינקטליך זיי זענען עקספערטען); אבער זיי זענען נישט עקספערטען איבער וואס פינקטלעך זיי טרעפען (און מען קען דעבאטירען אויב זיי זענען עקספערטען ממש אין היסטאריע). עס איז א פאקט אז כמעט אלע ארכילאגען האבען נישט קיין גוטע ידועה אין מטבעות (און טייל האבען קיין שום ידועה אין דעם); אבער פארקערט, רוב מומחים אויף מטבעות האבען יא א גוטע ידועה איבער ארכילאגיע, כאטש די ארכילאגען רעכענען זיך נישט מיט זיי און האלטען זיי א מייל ווייט.

דאס איז דער סיבה פארווואס איך רוף זיך כמעט קיינמאל נישט אן; ווייל למשל ביי די בקע האבען זיי געמאכט א גרויסען טימעל ווען עס איז נישט אזא גרויסע גדולה ווי מען מיינט דער געפינס; מיר האבען שוין געהאלטען אין דער האנט עטליכע בקע משקלות מיט די שריפט "בקע" אויף דעם, און דער טומל איז איבערגעטריבען. אבער אויב זאל איך יעדעס מאל קרומען מיט דער נאז אויף די ארכילאגען, וועט מען מיינען אז איך קום סתם קריטיקירען. דער עצם בקע איז זייער א עקסייטינג זאך צו זעהן און האלטען, אבער דער געפינס איז נישט א נייער.

איר גייט וויטער אן ווייל איר טוהט א גוטע סערוויס צו אינפארמירען די נייע געפינסען וואס קומען אויף; אבער עס מוז געזאגט ווערען אז א סאך פון די נייע געפינסען קען מען א סאך שענערס קויפען פאר רעלעטיוולי קליין געלט און עס איז דא לרחצה פון די זאכען.

דא האביך איין הערה. אויף די מטבעות פון קלאדיעס שטייט "TICLAUDIUS" וואס איז צוויי נעמען און א ספעיס אינדערמיט, די ערשטע איז טבריוס אבער קומט כמעט קיינמאל נישט ארויס געשריבען נאר מען איז יוצא מיט די ערשטע צוויי אותיות; און די צווייטע נאמען איז על פי רוב יא ארויס געשריבען קלאדיוס ווי דא.

אויף די מטבעות נאך דער נאמען שטייט AUG וואס איז קורץ פאר AUGUSTUS און מיינט קיסר. דערובער זעהט מיר אויס אז מען רעדט דא פון קלאדיוס קיסר אליין (וואס האט געהייסען טיבריוס קלאדיוס) און נישט פון א מענטש וואס האט געהייסען קלאודיוס וואס דער קיסר האט אים באפרייט. אפשר שטייט דא גאר אז דער קיסר האט איר באפרייט.

וועט מען דאך פרעגען ווי קומט א שבויה פאר דער חורבן? איז דעס טאקע א גוטע קשיא וואס דארף א תירוץ; אבער אינטרעסאנט אז עס זענען דא ענליכע מטבעות צו דיJudaea Capta מטבעות פון אספסינוס וטיטוס הרשע, און זיי זענען נאך פון וויטעליוס קיסר (איינער פון די פיר קעניגען וואס האבען געקעניגט
אין דער יאר פונען חורבן (זיי זענען Nero, Galba, Vitellius, Vespasian).

אויף די וויטעליוס וויקטארי (נצחון) מטבעות איז דא דער ווארט וויקטארי און אויך א שבויה.

קען גאר זיין אז אין די לעצטע 40 פאר דער חורבן, און ממש די לעצטע יארען פאר די חורבן, אפילו פאר נירון קיסר בימי קלאוידיוס קיסר, איז שוין געווען אזוי ביטער אז עס זענען געווען עטליכע אידישע קנעכט אין רוים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

טערקיי - א תנ"ך פון 1200 יאר צוריק, איז נארוואס געטראפן געווארן דורך די פאליציי ביי אן אקציע פון די פאליס צו ארעסטירן געוויסע פארשוינען וואס האבן פארקויפט בלעטער דערפון.
IMG_20190205_095307_629.jpg
IMG_20190205_095307_629.jpg (88.53 KiB) געזען 2971 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

א הונדערט יעריגע סעיף ביים ביהכ"נ אנשי אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

Anshei emet safe .jpg
Anshei emet safe .jpg (137.58 KiB) געזען 4504 מאל
א גרויסע שווערע רונדיגע סעיף געשאצט צו זיין הונדערט יאהר אלט מיט א וואג פון 3000 פונט איז געפונען געווארן פאר צוויי וואכן צוריק באגראבן אין א ווינקל אין די פארקינג-לאט פונעם 'בית הכנסת אנשי אמת' אין לעיקוויאו שיקאגא ווען פלאמבערס האבן דארט געגראבן אלס טייל פון א גרויסע בוי פראיעקט אויפן בית הכנסת. שוין צוויי וואכן וואס מ'פרובירט אויף פארשידענע מיטלן צו עפענען דעם סעיף צו זעהן איהר היסטארישע אינהאלט. עטליכע קאוד-ברעכער האבן שוין פרובירט צו עפענען די ראסטיגע שלאס. אנדערע האבן פרובירט צו דורך בויערן איהר 18 אינטשיגע דיקע טיהר, אבער דערווייל אן ערפאלג. די פרייז צו עפענען דעם סעיף קען אפקאסטן ביז צען טויזנט דאלאר.
20190711_181751.jpg
20190711_181751.jpg (173.81 KiB) געזען 4504 מאל

עס איז געפלאנט אין די קומענדע וואכן צו דורך בויערן איהר דיקע אייזן און אריינציען א עלעקטראנישע אויגעלע און אריינקוקן אינווייניג צו זעהן אויב עס אינהאלט עפעס ווערטפול אז עס זאל זיך לוינען דאס צו אויפברעכן פאר די פרייז. דערווייל איז די גאנצע עקזיסטענץ פון די סעיף אין בית הכנסת 'אנשי אמת' א מיסטעריע.
190711_173306.jpg
190711_173306.jpg (143.92 KiB) געזען 4504 מאל

די אנשי אמת קהילה איז געגרינדעט געווארן אין 1873. אויף זייער יעצטיגע לאקאציע זענען זיי פון 1929.

זיי דארפן נאר רופן א שמש פון סיי וועלכע שוהל. ער וועט עס שוין עפענען אן די אלע קלאפער-געצייג
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

ארכעלאגן אנטדעקט די שטאט צקלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

ארכילאגן פון א''י און אויסטראליע טענה'ן אז זיי האבן אנטדעקט די שטאט צקלג אין א פלאץ וואס הייסט חורבת אל-ראעי אין די געגענט פון די אמאליגע ארץ פלישתים וואס לפי טענתם האבן זיי דארט געטראפן איבערבלייבענישן וואס ווייזט אן אויף א באפעלקערונג פון פלישתים און פון אידן וואס גייט צוריק צו די צייטן פון דוד המלך.

ezgif-1-675aee1cdcdc.jpg
ezgif-1-675aee1cdcdc.jpg (153.2 KiB) געזען 4301 מאל

מען האט אויך געטראפן אפגעברענטע ערד
צילום-משלחת-החפירות-לחורבת-אל-רעי-4-1365x1024.jpg
צילום-משלחת-החפירות-לחורבת-אל-רעי-4-1365x1024.jpg (264.56 KiB) געזען 4301 מאל


זעה מער דא:https://www.jdn.co.il/breakingnews/1170851/
די שטאט צקלג ווערט דערמאנט אין ספר שמואל א' כ''ז ווי דער פסוק דערציילט אז אכיש מלך גת האט געגעבן צקלג פאר דוד ווען ער איז אנטלאפן פון שאול המלך. שפעטער ווערט די שטאט נאכאמאל דערמאנט אין פרק ל פאר די לעצטע מלחמה מיט די פלישתים אין וועלכע שאול המלך איז געהרג'ט געווארן ווען דוד איז געגאנגען העלפן מלחמה האלטן מיט די פלישתים און אכיש מלך גת האט אים געבעטן ער זאל אהיימגיין און נישט אנטייל נעמען אין די מלחמה, ווען דוד מיט זיינע מענטשען זענען צוריק געקומען קיין צקלג האבן זיי געטראפן די שטאט פארברענט און די פרויען און קינדער געפאנגען דורך די עמלקים [עיין שם באריכות].
דוד המלך האט זיך דארט אויפגעהאלטן ביז פאר ער איז געווארן קעניג וווען ער איז עפ''י ה' געגאנגען קיין חברון ווי ער איז געווארן געזאלבט פאר קעניג לבית יהודה כמבואר בתחילת ספר שמואל ב'.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

ארכעלאגן אנטדעקט די שטאט צקלג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

צענדליגע קריגלעך און אנדערע כלים האבן זיך אפגעפונען
20-768x512.jpg
20-768x512.jpg (117.36 KiB) געזען 4274 מאל

צילום-משלחת-החפירות-לחורבת-אל-רעי-12-768x577.jpg
צילום-משלחת-החפירות-לחורבת-אל-רעי-12-768x577.jpg (264.07 KiB) געזען 4274 מאל

צילום-משלחת-החפירות-לחורבת-אל-רעי-13-768x1024.jpg
צילום-משלחת-החפירות-לחורבת-אל-רעי-13-768x1024.jpg (289.03 KiB) געזען 4274 מאל
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איך ווייס נישט צו עס קומט דא אריין, אבער איך וויל זאגן א שטיקל חידוש וואס עס איז מיר בייגעפאלן איבער די גאנצע נושא.

די פארשער פלאגן זיך וויאזוי זענען די מענטשן פון אמעריקע אנגעקומען דא פון די ווייטע אייראפע אדער אזיע. און זיי האבן גאנצע חידושים און בויך ווייען איבער דעם. און באמת איז עס א גוטע קשיא.

למעשה קען מען אפשר מחדש זיין אין די פסוקים ביי די מעשה פון דור הפלגה, וואס עס שטייט דארט אין פסוק 'ויפיצם ה' על פני כל הארץ'. וואס לויט די ווערטער פונעם פסוק, קען זיין אז דער אייבערשטער אליינס האט פשוט פארשפרייט די אלע פעלקער, יעדער אויף זיין ארט און מקום.
אז מען קוקט אריין אין די פסוקים, זעט מען אז עס שטימט זייער שיין, אז סיי דער אייבערשטער האט זיי צוטיילט אין די שפראכן, כדי זיי זאלן נישט קענען זיך נאכאמאל צוזאמנעמען, און סיי ער האט זיי בפועל פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט, יעדער אויף זיין ארט.

צו עס איז אמת צו נישט, ווייס איך נישט, אבער אלעס קען זיין, און יעדער האט א רעכט מחדש צו זיין ווילאנג עס טוישט נישט די הלכה. וה' ינחני בדרך האמת.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יסודות איבער ארכיאלאגיע - א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איך האב נישט געזען צו מען האט שוין ד גערעדט דערפון, אבער איך דא זאגן מיינע סברות אין די ענין פון ארכיאלאגיע בעזהשי''ת.

ארכיאלאגיע איז זייער א אינטערעסאנטער נושא, אבער מען דארף וויסן יעדע זאך פאר זיך, און עס איז זייער א פארנעפלטע און פארפלאנטערטע נושא, גאר אומקלאר. יעדער ארכיאלאג איז א שיטה פאר זיך... און מערערע מאל האט מען געוויסע אגענדעס וכו'.

איך וועל ברענגען א דוגמא:
זיי גראבן אויס א געווייסער שטאט פון אינטער די ערד, יעצט פון וויי ווייסן זיי פון וועלכע צייט דאס איז? עס שטייט דאך נישט אויף די ציגל א דאטום...
נאר מען ווייסט לויט די געבוי וויאזוי מען האט עס געבויעט, און לויט די כלים וואס מען טרעפט דארט, און לויט די געווער וואס מען געפינט דארט און אזוי ווייטער.
יעצט, פון וויי ווייסט ען ווען האט מען וויאזוי געבויט? איז אלעס איז געבויט אויף פריעדיגע הנחות און יסודות און לויט דעם בויעט מען אלע יארן.

יעצט, די יסוד אויף וואס מען בויעט די יארן וכו' שוין פאר די לעצטע הונדערט יאר, איז לויט די יארן פון מצרים, וויבאלד דאס איז פון די עלטסטע שטעט אין די וועלט, און וויבאלד דאס האט מען די ערשטע אנגעהויבן צו גראבן מיט א סדר כידוע דורך נאפאליאן.

יעצט, פאר פופציג יאר צוריק איז געקומען א אידישע חוקר, איך געדענק נישט זיין נאמען אבער עס איז ידוע, און ארויסעגעבן א בוך ווי ער ווארפט אראפ די גאנצע יסוד, און ער פארטוישט די סדר השנים אין מצרים מיט א דריי הונדערט יאר בערך, און אלעס מיט א פלא'דיגע סדר און ראיות והוכחות.
די וועלט פון ארכיאלאגיע האט זיך איבערגעדרייט איבער דעם, און די חוקרים האבן זיך מער ווייניגער מודה געווען אז ער ווייסט וואס ער רעדט.
לויט דעם קומט אויס, אז אלע אנדערע חשבונות איז פארדרייט און מען דארף אלעס מסדר זיין פון ניי... און אלע חידושים און קשיות און פירכות, בעיקר אויך תנ''ך, איז מעיקרא ליתא וכו'. וויבאלד די יסוד אויף וואס מען האט געבויעט איז נישט דא.

אבער פארשטייט זיך אז עולם גולם פארט ווייטער מיט דעם, און ביז היינט בויען זיי אויף דעם, ווייל, פארוואס נישט?... און לויט דעם ווערט נאך קשיות און פירכות וכו'.

נאך מער, פאר בערך צען יאר צוריק איז ארויסגעקומען נאך א ספר 'המקרא והארכיאלאגיע', פון א חוקר אין ארץ ישראל וואס נעמט אראפ נאך הונדערטער יארן אין די מצרי'שע יארן. און אזוי טוט ער אויך אין די ארץ ישראל'דיגע יארן, ווי ער פארענטפערט צענדליגע קשיות לויט דעם, און ער מאכט דארט אויך גוט ליצנות פון די חוקרים וכו'.

עכ''פ, מען דארף וויסן אז אלעס קען זיין, און מען זאל נישט בויען אויף גארנישט.
נאר די ארכיאלאגיע וואס איז געשריבענע זאכן, ווי חותמות אן כתבים, דאס זענען שטארקע זאכן. אלע אנדערע זאכן איז היינט זאגט מען אזוי און מארגן קען זיך עס טוישן, וויבאלד אלעס ווענט זיך לויט די יסודות און הקדמות און אזוי ווייטער.

אבער תורתינו הקדושה איז אמת, און אפילו אין די ארכיאלאגישע וועלט להבדיל אי''ס איז נאך קיינמאל נישט אפגעפרעגט געווארן מיט אן עכטע פירכא, און אדרבה, אלעס שטימט הפלא ופלא. און אפילו אויב נישט, איז די תורה הקדושה אמת און דאס רירט זיך נישט, ואין לנו שיור רק התורה הזאת!!!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

בענקעל האט געשריבן: [/size]

בענקעל איז מכובד אריין צו קומען מיט אפדעיטס ווען ס'איז דא.

איך בין מורא'דיג נייגעריג וואס ליגט דארט, מער פון אלע ערדענע כלים וואס מ'האט שוין געטראפן פון סיי ווען.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

על פי פשטות וועט מען טרעפן אין די סעיף, די באגראבענע שמות...
בילד
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

היינט איז געווארן באריכטעט אין די איזרעלי פרעסע איבער א נייע ישוב וואס מען האט געטראפן נעבן ירושלים, פון די גאר פריעדיגע צייטן. א געגענט וואס זיי האבן געהאלטן ביז היינט אז דארט געפינט זיך נישט קיין שטעט פון יענע צייט (מעגליך זיי האבן שוין געהאט לפי זה קשיות אויף די תורה, גיי ווייס...) אבער יעצט זעהען זיי אז עס ממש נישט אזוי.
זעט מען נאכאמאל די זעלבע מעשה, קודם מאכן זיי הנחות, און נאכדעם טוישט זיך עס אינגאנצן. לא מצאתי אינו ראיה.

א ענליכע זאך איז געווען אלע יארן ווען זיי האבן געטענה'ט אז מצרים איז די ערשטע פלאץ ווי מענטשן האבן געוואוינט. נישט בבל, ווי עס שטייט אין די תורה הקדושה והטהורה שיצא מפי הגבורה. א קשיא...
אבער אין די לעצטע יארן זאגן זיי טאקע אז זיי זעהען אז די ערשטע פלאץ פון ציוויליזאציע איז אין בבל, גוט מארגן.... שקויעך פארן מסכים זיין צו די תורה...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”