הענדימען האט געשריבן:קאמערציאלע וויקעלס מעגן לעגאל דאבל פארקן
די בעקעריי טענה'ט (אזוי האבעך געהערט. איך ווייס אפילו נישט ווער ער איז און כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די סטעיטמענט) אז ער אז שוין דארט יארן און יעצט אז בארא פארק האט זיך אזוי אויסגעשפרייט אהין קען מען אים נישט עוקר זיין
כ'האב געהערט (אויך לופטיגע שמועות פון די גאס) אז ער האט זיך געגרייט צו מופן צו די נייע פלאץ און איינער האט אים גע'מסר'ט אויף עפעס. האט ער באשלאסן צו ווייזן
בקיצור. מ'קען נישט פייטן איינעם וואס טוט נארמאל ביזנעס נאר ער שטייט אין א שלעכטע פלאץ
ביודעי קאאמינא אז איינער פון די עסקנים אין בארא פארק האט אקטיוו געשטערט דעם בעקעריי פון זיך אוועקציען נאכדעם וואס זיי האבן שוין געהאט אינוועסטעד געלט און דאס אויך נאך זיי באשמוצן אין פובליק.
די עקלהאפטיגע שמוציגע ארבעט מיט וואס פארשידענע אזוי גערופענע עסקנים (נישט חלילה אלע אבער דאך) פון בארא פארק טוען צוליב פארשידענע אינערעסן איז א סך מאל מבהיל .
פרוף איז פלעין די קאמפיינס פון קאללער/וואטעווער און יוני הייקינד מיט יעגער.
עס איז מיר שוין בכלל נישט קיין חידוש די גאנצע אני ואפסי׳דיגע עטיטוד