תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 28, 2019 11:49 pm
איך האב נישט קיין כח צו באריכטן מער איבער מאסק, אבער אז מענטשען רעדן פון סטאקס וויל איך דא צוגעבן מיינע 2 צענט.
די פרייז פון טעסלע סטאק איז באזירט אויף גאר דראמאטישע וואוקס וואס מען ערווארט פון טעסלע, טעסלע האט געהאט סעילס אום 18' למספרם דאפעלט פון 17' למספרם, און מען האט גערעכנט אז טעסלע וועט ווייטער וואקסן אזוי דראמאטיש, דאס ווערט אנגערופן א 'גראוט סטאק' און דאס איז וואס עמעזאון האט סוקסעספול געטון.
אבער לעצטענס האט מאסק געטוישט טעסלא פון א 'גראוט סטאק' צו א 'פראפיט סטאק' דאס מיינט אז זיין העכסטע פריאריטעט איז מער נישט 'צו וואקסן דראמאטיש' אנטשטאט איז זיין העכסטער ציהל צו 'מאכן פראפיט' אפילו א קליינע פראפיט, דער עיקר איז אז מען זאל נישט זאגן אז מאסק קען נישט מאכן קיין פראפיט.
דאס טוישט די גאנצע מציאות פון טעסלע סטאק, ווייל וואס איז דען די גדולה פון א קאמפאני וואס מאכט קוים הינדרעט פופציג מילליאן דאללער פראפיט?
איך גלייב שווער אז טעסלע סטאק וועט האבן א קנאקעדיגע פארדינסט פאר די קומענדיגע 9 חדשים.
לאנגטערם איז עס לכאורה יא א גוטע סטאק, בעסער פון עווריזש. ווייל טעסלע וועט לכאורה סוף כל סוף גאר שטארק וואקסן, זיי האבן גרייט פארשידענע פלענער פאר דראמאטישע וואוקס,
און זיי האבן אויך געמאכט היבש אביסל פארשריט מיט טעכנאלאגיע וואס מען 'גייט' נוצן ווען די צייט וועט קומען, דערינטער: זייער אייגען געבויטע קאמפיוטער טשיפ/ סעלף דרייווינג טעכנאלאגיע/ אויטאמעישאן פון זייער מאניפעקטשערינג/ סאולאר טיילס פרייזן און פראדוקציע/ בעטערי טעכנאלאגיע פאר קארס און ענערזשי פלענטס.
די עיקר שאלה אויף לאנג טערם ווענדט זיך אין די פארשריט פון די אויבענדערמאנטע זאכן.
א אנדערע נקודה וואס מען דארף האלטן א אויג איז די פארשריט וואס אנדערע קאר קאמפאניס מאכן, די גרעסטע קאר קאמפאני -פאלקסוואגאן- רעדט פון אינוועסטירן 50 בילליאן דאללער אין בעטערי קארס, דאס איז בערך אזויפיל געלט ווי טעסלע גאנצע מארקעט קעפ!
ועוד, זיי האבן שנעל איינגעזען אז זיי פארלירן די לוקסיעריעזע מארקעט צו טעסלע, און זיי האבן אפן מודה געווען אז זייער 'פארטש' ברענד איז געפאלן צילוב טעסלע, זיי האבן שנעל אריינגעלייגט זייער גאנצע קאפ און מח צו קאמפיטן מיט טעסלע, און זיי האלטן ביים ארויססגעבן א בעטערי קאר וואס האט אסאך מעלות אזוי ווי טעסלע, מיט עטליכע זאכן ווי זיי זענען גאר שטארקער פון טעסלע.
בקיצור די וועלט האט זיך געכאפט אז בעטערי קארס טויגן בעסער ווי גאז קארס און די קאר קאמפאניס ארבעטן אלע צו מאכן בעסער ווי טעסלע.
אלזא קאמפעטישן איז א היבשע געפאר צו טעסלע.
לעצט פאראכטן דורך
דערבארומדיג'ער אום דינסטאג ינואר 29, 2019 12:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זקן מלא רחמים.