אבן יקרה האט געשריבן:zugurnish האט געשריבן:אבן יקרה האט געשריבן:
[די מעשה פון י"ט שבט מיט'ן אריבער גיין אויפן אייז, איז דאכט זאך מיר אנגענומען נאר ביי די אייניקלעך וואס זענען חבד'סקערס, ניט אין וויז'ניצע זיידא'ס פאמיליע האט מען געהערט אמאל פון אזא מעשה].
מיין ווייב זיידע קומט ניט פון חב"ד משפחה, ער איז נתקרב געווארן צו חב"ד אין רוסלאנד.
ער האט דערציילט אז ער האט אמאל געטראפן א אייניקל פון דער גבאי יאליק וואס האט דערציילט אז ער האט געהערט דער מעשה אין זיין משפחה.
ס'איז אינטרעסאנט, אז אין קיין אנדערע פלאץ ווייסט מען ניט פון דעם. איך קען די זיידא' פאמיליע, איך האב קיינמאל ניט געהערט פון זיי אז זיי מאכן א סעודה דעמאלטס. איך קען פרעגן מארגן, איינער פון די משפחה, צו זיי מאכן א סעודה צו מארגנ'ס נאכט.
כאמור, די זיידא פאמיליע למיטב ידיעתי, זיינען בא"ב צום דער שפאלער זיידע זי"ע
מיין ווייב זאגט מיר אז עס איז ניט אמת אז אין אנדער פלעצער ווייסט מען ניט פון דעם מעשה
זי זאגט אז צום סעודה אין קראון הייטס פלעגט קומען יחיאל ז"ל סייד (פון זיידע משפחה וואס האט געטושט דעם נאמען צו סייד)
און זיין ברודער לוי פון קליבלנד פלעגט מאכן אין קליבלנד א סעודה
יחיאל האט ניט געהאט קינדער אבער לויס קינדער (זי דיינקט אז ער האט געהאט טעכטער ניט זין) אין לייקוואוד און מונסי האט זי געזען בילדער פון זייער סעודות
און זיי דערציילען דעם זעלבער מעשה, און זיינען מסכים צום מסורה פון זייער משפחה אז דער שפאלער זיידע נאמען איז געווען יהודה לייב ניט אריה לייב
אבער דער ניגון האפ קאזאק האבן זיי אנדערש אז עס גייט מיט די ווערטער עזרת אבותינו.
איך האב דערמאנט פריער א בעל תשובה לער זיין מאמע איז פון די זיידע משפחה און ער קומט צו אונזער סעודה מיר מאכן אין מיאמי פאר די צאצאים