היינט נאכט פונקט אינמיטן חודש גייט פארקומען א גאנצע ליקוי לבנה, נעמליך די לבנה גייט אריין אין די שאטן פון די ערד און די ערד פארשטעלט די גאנצע ליכטיקייט וואס די זון גיבט איר.
פאר אונז אין ניו יארק געגנט גייט עס פארקומען פונקט אינמיטן די נאכט ווען די הויכפונקט גייט זיי אום 12:12
----
וויבאלד די זון איז גרעסער ווי די ערד האט די ערד צוויי מיני שאטנס, איינס ווען א חלק פון די זון ווערט פארשטעלט, און די צווייטע ווען די גאנצע זון ווערט פארשטעלט.
די ערשטע מיני שאטן ווערט אלס גרעסער און גרעסער ווי ווייטער ס'איז פון די ערד, אבער די צווייטע מיני שאטן ווערט אלס קלענער און קלענער ווי ווייטער מ'איז פון די ערד.
ס'ווערט אנגערופן פענאמברע און אמברע.
- Screenshot_20190120-132035.png (50.02 KiB) געזען 5057 מאל
די לבנה איז גענוג נאנט צו קענען אריינגיין אין אמברע, און ווען ס'גייט אריין אין אמברע ווערט א 'גאנצע' ליקוי.
דא האט איר די צייטן.
- MTU0NzY3ODIzOA==.jpeg (20.51 KiB) געזען 5057 מאל
די קומענדיגע מאל ס'וועט זיין א גאנצע ליקוי לבנה אין צפון אמעריקע איז אין 3 יאר ארום.
דא האט איר די מאפע וואו אין די וועלט מ'וועט קענען זעהן די ליקוי, און וויפל...
- aHR0cDovL3d3dy5zcGFjZS5jb20vaW1hZ2VzL2kvMDAwLzA4Mi8yMzgvb3JpZ2luYWwvamFudWFyeS0yMDE5LWJsb29kLW1vb24tdmlzaWJpbGl0eS1tYXAuanBnPzE1NDc2Nzg2MTY=.jpeg (49.78 KiB) געזען 5057 מאל