די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

Gita Vuch
Please if anybody can answer would be much
appreciated its urgent for me to know both of the questions asked

Thanks
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:יא – אויב זי איז אויך אויפ'ן אפליקעישאן. אויב די עקרת הבית שרייבט אונטער אויפ'ן מארטגעדזש הבית, דעמאלט וועט די באנק רעכענען אירע הכנסות אינאיינעם מיט דיינס, דעם מאנ'ס.

ס'איז נישט דווקא די פרוי, נאר מיט יעדן וואס שרייבט אונטער אויפ'ן מארטגעדזש. דער כלל איז, אז די פרטים פון יעדנ'ס נאמען וואס פיגורירט אויפ'ן אפליקעישאן שפילט א ראלע אינעם מארטגעדזש, אין ביידע, גוטע און נישט-גוטע ריכטונגען. עס מיינט אז יענער איז קא-אחראי אויפ'ן מארטגעדזש, און אויב דער לווה צאלט נישט, וועט זיך דער חסרון אפרופן אויך אויפ'ן מיט-אונטערשרייבער'ס קרעדיט.

Even though she has no credit or she has credit only buy one credit bureau which my mortgage broker told me that is not enough to be approved

דער כלל איז, אז די באנק נעמט אין חשבון אלע אספעקטן פון ביידע נעמען וואס זענען אויפ'ן מארטגעדזש, און דער חסרון מיט דעם איז, אז ווען עס קומט צום קרעדיט גייט די באנק לחומרא און גייט לויט דעם נאמען וואס האט דעם שוואכערן קרעדיט. דאס איז דער כלל, וואס קען זיין קומט מיט יוצאים מן הכלל, נאר דאס איז שוין א שאלה פאר א mortgage advisor.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.

פערספעקטיוו האט געשריבן:יא, דו קענסט באקומען א מארטגעדזש אפילו אויב דו ביזט אנגעוויזן אויף שטיצע פון דער רעגירונג און באקומסט פון איר הילף.

ס'איז אמת אז די ברירות פון מארטגעדזש-פראגראמען זענען מעגליך מער באגרעניצט, און עמיצער וועמען די אומשטענדן באפרייען יא פון אנגעוויזנקייט אויף דער רעגירונג האט ברייטערע מעגליכקייטן און מער אפציעס; באקומען א מארטגעדזש, בכל אופן, קען מען.

(כאפ א שמועס מיט א Mortgage Advisor איבער די שריט וואס דו קענסט טאן צו האבן בעסערע מעגליכקייטן און מער אפציעס.)

So let's say I am making on a 1099 $90,000 and I have Medicaid means that I can still stay on Medicaid in 2019 because it's only a 1099 which is vulnerable it's not something that I can stick to

כ'האב נישט פארשטאנען די קשיא. קענסט עס ביטע בעסער מסביר זיין?
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

פערספעקטיוו האט געשריבן:

Let me explain me better, I'm working at a S Corp and end of the year Dec 31, 2018 I'm taking a K1 of let's say 90k so basically through out the year I personally didnt had any income but the end of the year filing the k1 I see that I have now money but no income, now in Jan 2019 am I eligible for Medicade. Because I dont have as of now income might be next year the end of the year I'll make again 90k

In short words when I'm on a W2 I'm making concrete INCOME so if I'm above the limit to be eligible for Medicade I cant have Medicade but if I dont have a concrete income I happened to make the 90k end of the year but as of now I'm not making income
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

פערספעקטיוו האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:יא – אויב זי איז אויך אויפ'ן אפליקעישאן. אויב די עקרת הבית שרייבט אונטער אויפ'ן מארטגעדזש הבית, דעמאלט וועט די באנק רעכענען אירע הכנסות אינאיינעם מיט דיינס, דעם מאנ'ס.

ס'איז נישט דווקא די פרוי, נאר מיט יעדן וואס שרייבט אונטער אויפ'ן מארטגעדזש. דער כלל איז, אז די פרטים פון יעדנ'ס נאמען וואס פיגורירט אויפ'ן אפליקעישאן שפילט א ראלע אינעם מארטגעדזש, אין ביידע, גוטע און נישט-גוטע ריכטונגען. עס מיינט אז יענער איז קא-אחראי אויפ'ן מארטגעדזש, און אויב דער לווה צאלט נישט, וועט זיך דער חסרון אפרופן אויך אויפ'ן מיט-אונטערשרייבער'ס קרעדיט.

Even though she has no credit or she has credit only buy one credit bureau which my mortgage broker told me that is not enough to be approved

דער כלל איז, אז די באנק נעמט אין חשבון אלע אספעקטן פון ביידע נעמען וואס זענען אויפ'ן מארטגעדזש, און דער חסרון מיט דעם איז, אז ווען עס קומט צום קרעדיט גייט די באנק לחומרא און גייט לויט דעם נאמען וואס האט דעם שוואכערן קרעדיט. דאס איז דער כלל, וואס קען זיין קומט מיט יוצאים מן הכלל, נאר דאס איז שוין א שאלה פאר א mortgage advisor.

Bigger problem is when I cant add her and she makes money which I'm paying tax on it that I cant take her income to combine mine with hers to be eligible for the mortgage I want
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:יא, דו קענסט באקומען א מארטגעדזש אפילו אויב דו ביזט אנגעוויזן אויף שטיצע פון דער רעגירונג און באקומסט פון איר הילף.

ס'איז אמת אז די ברירות פון מארטגעדזש-פראגראמען זענען מעגליך מער באגרעניצט, און עמיצער וועמען די אומשטענדן באפרייען יא פון אנגעוויזנקייט אויף דער רעגירונג האט ברייטערע מעגליכקייטן און מער אפציעס; באקומען א מארטגעדזש, בכל אופן, קען מען.

(כאפ א שמועס מיט א Mortgage Advisor איבער די שריט וואס דו קענסט טאן צו האבן בעסערע מעגליכקייטן און מער אפציעס.)

So let's say I am making on a 1099 $90,000 and I have Medicaid means that I can still stay on Medicaid in 2019 because it's only a 1099 which is vulnerable it's not something that I can stick to

כ'האב נישט פארשטאנען די קשיא. קענסט עס ביטע בעסער מסביר זיין?

Let me explain me better, I'm working at a S Corp and end of the year Dec 31, 2018 I'm taking a K1 of let's say 90k so basically through out the year I personally didnt had any income but the end of the year filing the k1 I see that I have now money but no income, now in Jan 2019 am I eligible for Medicade. Because I dont have as of now income might be next year the end of the year I'll make again 90k

כ'האב דיר גע'תשובה'ט אין אישית.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

שו"ת: 97% מארטגעדזש אפילו כ'פארמאג שוין אן אינוועסטמענט פראפערטי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

כ'האב געהערט פון א מעגליכקייט ביים קויפן דאס ערשטע הויז צו באקומען א מארטגעדזש אויף 97 פראצענט פונעם פרייז. והשאלה נשאלת, צי מיט 'ערשטן הויז' מיינט דער פסוק דווקא דאס ערשטע הויז אין וועלכן ער וואוינט (primary residence), אדער דאס ערשטע הויז-קנין בכלל? ונפקא מינה, אויב כ'פארמאג נאכנישט קיין אייגענע נחלה נאר דינג א דירה, אבער כ'האב זיך איינגעהאנדלט אן אינוועסטמענט פראפערטי – א קרקע, געמאכט צו מעלקן פון איר געלט, נישט צו וואוינען דערין: אויב כ'גיי יעצט קויפן א הויז פאר זיך, קען איך געניסן פון דער 3%-דאונפעימענט פראגראם?

בפשטות יא. די פראגראם – אראפצולייגן בלויז דריי פראצענט פונעם פרייז און באקומען א מארטגעדזש אויף 97 פראצענט – איז געמאכט געווארן פאר ערשטמאליגע היים-קויפערס אויף צו וואוינען דערין. אין אנדערע ווערטער, די נקודה איז אז דו קויפסט דאס הויז יעצט פאר זיך, אלס דיין אייגענע נחלה. דער פאקט אז דו פארמאגסט ריעל עסטעיט מאכט לכאורה נישט אויס, וויבאלד דאס שליסט דיר נאכנישט אויס פונעם First Time Homebuyer כלל.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

פערספעקטיוו האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:יא, דו קענסט באקומען א מארטגעדזש אפילו אויב דו ביזט אנגעוויזן אויף שטיצע פון דער רעגירונג און באקומסט פון איר הילף.

ס'איז אמת אז די ברירות פון מארטגעדזש-פראגראמען זענען מעגליך מער באגרעניצט, און עמיצער וועמען די אומשטענדן באפרייען יא פון אנגעוויזנקייט אויף דער רעגירונג האט ברייטערע מעגליכקייטן און מער אפציעס; באקומען א מארטגעדזש, בכל אופן, קען מען.

(כאפ א שמועס מיט א Mortgage Advisor איבער די שריט וואס דו קענסט טאן צו האבן בעסערע מעגליכקייטן און מער אפציעס.)

So let's say I am making on a 1099 $90,000 and I have Medicaid means that I can still stay on Medicaid in 2019 because it's only a 1099 which is vulnerable it's not something that I can stick to

כ'האב נישט פארשטאנען די קשיא. קענסט עס ביטע בעסער מסביר זיין?

Let me explain me better, I'm working at a S Corp and end of the year Dec 31, 2018 I'm taking a K1 of let's say 90k so basically through out the year I personally didnt had any income but the end of the year filing the k1 I see that I have now money but no income, now in Jan 2019 am I eligible for Medicade. Because I dont have as of now income might be next year the end of the year I'll make again 90k

כ'האב דיר גע'תשובה'ט אין אישית.

It won't work..
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
פערספעקטיוו האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:So let's say I am making on a 1099 $90,000 and I have Medicaid means that I can still stay on Medicaid in 2019 because it's only a 1099 which is vulnerable it's not something that I can stick to

כ'האב נישט פארשטאנען די קשיא. קענסט עס ביטע בעסער מסביר זיין?

Let me explain me better, I'm working at a S Corp and end of the year Dec 31, 2018 I'm taking a K1 of let's say 90k so basically through out the year I personally didnt had any income but the end of the year filing the k1 I see that I have now money but no income, now in Jan 2019 am I eligible for Medicade. Because I dont have as of now income might be next year the end of the year I'll make again 90k

כ'האב דיר גע'תשובה'ט אין אישית.

It won't work..

לא הבנתי. בכל אופן, ס'איז לייכטער ממשיך צו זיין אן אישית-שמועס בתוך האישי.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

שו"ת: פארמעגנס בהבלעה (צ"ב, לייף אינשורענס) איז פאררעכנט אלס 'פארמעגן' לגבי א מארטגעדזש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

איך האב א לייף אינשורענס פאליסי, וואס איז בגדר פארמעגן אויפ'ן נוסח פון פרעה'ס שלינגענדע מאגערע קי ולא נודע כי ישנם בקרבנה. לויט די חוקים ומשפטים פון רעגירונגס-פראגראמען, ווי למשל מעדיקעיד, ווערן זיי נישט פאררעכנט אלס נכסים און איך מעג נאך באקומען רעגירונגס-שטיצע. מיין שאלה איז נאר צי ביי א מארטגעדזש, וואו די באנק וויל זען אז כ'פארמאג פארמעגן, קען מען איבערקערן דאס עסק און עס יא ניצן אלס נכס.

דער ענטפער איז, יא, עס קען געניצט ווערן, אבער נישט פאר אלעם. א לייף אינשורענס איז כשר פאר'ן צוועק פון ווייזן דער באנק אז כ'האב פון וואו צו נעמען געלט על כל צרה שלא תבוא. ווען דו קויפסט אן אינוועסטמענט פראפערטי, למשל, וועט די באנק האבן גרויס חשק אז זאלסט האבן צו דער האנט א געלט-'רעזערוו' (Reserves) – פארמעגנס פון וואו צו שעפּן פאר די מארטגעדזש פעימענטס אין פאל עס מאכט זיך דיר אן אומגעראכטענע הוצאה, אדער דו פארלירסט דיין מקור פון הכנסה. פאר דעם צוועק דארף א לייף אינשורענס פאליסי זיין גענוג גוט און וועסט נישט דארפן פון דארט ארויסנעמען דאס געלט.

ווען עס קומט אבער צו פארמעגנס פאר אייגנטליכע מארטגעדזש-הוצאות, וואס דו וועסט ממש באמת דארפן געלט הלכה למעשה (ובלשונה של הבאנק, Assets), איז סתם די עקזיסטענץ פון א לייף אינשורענס פאליסי פאר זיך נישט גענוג. דא רעדט דער פסוק פון אזעלכע זאכן ווי קלאוזינג קאסטן, ווען מ'רעדט פון געלט מיט וואס כ'וועל דארפן אויפקומען, און די באנק וויל זיכער מאכן אז איך פארמאג טאקע פון וואו צו נעמען דאס געלט בבוא העת.

איז, יא: אן אינשורענס פאליסי איז דא אויך גוט; אבער וועסט באמת דארפן פון דארט ארויסנעמען געלט. סתם דער פאקט וואס ער עקזיסטירט און איז אפילו געשוואלן מיט שווה כסף איז נישט גענוג. דאס יא, דו האסט די ברירה ארויסצונעמען א הלוואה קעגן דעם פאליסי, וואס וועט אויך באפרידיגן דער באנק.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

שו"ת: קען א קראך ווי אין 08' זיך איבער'חזר'ן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

ריעל עסטעיט איז אנגענומען צו זיין איינער פון די בעסטע, סאלידסטע אינוועסטמענטס. למעשה האבן פאר מיר זיך א דוגמא אינעם נישט-ווייטן עבר, ווען דער ריעל-עסטעט מארקעט האט געכאפט א שפאציר אראפ דעם תהום, און נאך מיטגעשלעפט די גאנצע עקאנאמיע פון צענדליגער לענדער, וואס האבן זיך אוועקגעלייגט קראנק, טייל פון זיי קריטיש. איז, וואס גאראנטירט אונז אז דער מארקעט וועט נישט מאכן קיין חזרה אויף 2008?

עס קען, אבער ס'איז א זייער א ווייטע היכי-תמצא, ווייל די סיבות וואס האבן געפירט צו יענעם קראך זענען שפעטער עלימינירט געווארן. דער הויפט גורם צום 08' מארקעט-מגיפה איז געווען, אז די בענק האבן געבארגט געלט אויף א מורא'דיג אומ'אחריות'דיגן אופן. יעדע אויסגעשטרעקטע האנט, איז באלד אנגעפילט געווארן מיט א בינטל דאלארס, און אויב זענען נישט געווען קיין שטרעקערס, האט די באנק געצויגן הענט.

דאס איז כמעט נישט קיין גוזמה. אין די יארן ערב דעם קראך, האט א מענטש נישט געדארפט פארמאגן אדער אויפווייזן קיין פארמעגנס כדי צו באקומען א הלוואה. אנדערש ווי היינט, ווען די באנק פארלאנגט א פינקטליכן חשבון וויפיל געלט איך פארדין, וויפיל כ'האב אוועקגעלייגט, און אויך אז איך, דער קונה, זאל אראפלייגן א געוויסן סכום אייגן געלט כדי צו באקומען דעם רעשט בתורת הלוואה, האט מען דעמאלט גארנישט געדארפט פארמאגן, שוין אפגערעדט פון ווייזן, און די באנק האט נאך דערצו גרינג געגעבן מארטגעדזשעס אויפ'ן גאנצן סכום המקח. ס'איז געגאנגען אזוי ווייט, אז די בענק האבן געבארגט מער ווי דעם פרייז פונעם הויז – 106% – כדי דער לוקח זאל ניטאמאל דארפן אויסלייגן געלט פאר די קלאוזינג קאסטן!

דער פלוס פון גרינג געלט האט פארוואנדלט ריעל-עסטעיט אין א 99-סענט געשעפט, וואס פארקויפט מעיד-אין-טשיינע שמאנצעס. דער עולם האט געהאנדלט און געוואנדלט מיט שטיקער קרקע ווי זיי וואלטן געווען געווען מטלטלין וואס זענען מוקצה שבת מחמת זייער חשיבות פארנעמט ווייניגער ווי זערא און קיינעם פאלט ניטאמאל איין זיי צוצוגרייטן פאר וואספארא-ס'זאל-נאר-נישט-זיין צוועק.

יעצט, כל זמן שהנשמה בקרבו פונעם מארקעט און די פרייזן האבן ממשיך געווען צו שטייגן, האט מען געקענט פארקויפן דאס הויז וואס כ'האב נעכטן געקויפט פאר א ריווח. איינמאל די ווערט פון ריעל-עסטעיט האט זיך אנגעהויבן כאפן דעם אטעם פונעם ווילדן גאלאפ, זענען די קרקעות, וואס זענען נעכטן געקויפט געווארן דורך אזעלכע וואס האבן נישט און וועלן נישט האבן צו באצאלן דעם מארטגעדזש, געבליבן אן קיין קרוב און גואל. די אייגנטימער האבן פשוט אנגעטאן דאס מאנטל און לייכט אוועקגעשפאצירט פון זיי.

אזוי האט וואל סטריט, וואו די מארטגעדזשעס לבסוף אן, זיך געטראפן מיט בערג אויף בערג פון מארטגעדזשעס וואס קיינער האט קיינמאל נישט געהאט אין פלאן צו באצאלן. אלס תוצאה האט דאס גאנצע עסק געקראכט. ער איז לכתילה באשטאנען פון א מאסע דינער הויט אנגעפילט מיט לופט. עטליכע לעכער אינעם דרויסנדן שיכט, און די לופט איז ארויסגעלאפן ווי א כהן פון א בית שיש בו מת.

אלס רעזולטאט, זענען נאך יענעם קראך איינגעשטעלט געווארן א ריי רעגולאציעס, וואס זענען געמאכט געווארן מיט'ן ציל צו פארהיטן קעגן אזא הפקר-פעטרישקע ווירטשאפט, אריינגערעכנט אז בארגן מעג א באנק בלויז פאר עמיצן וואס קומט נאך א ריי פארשריפטן – אלעס זיכער צו מאכן אז מ'רעדט פון עמיצער וואס איז ביכולת, במציאות און ברצון, צו באצאלן וואס ער האט געבארגט.

אין תמצית, א קראך קען קומען, אבער ס'איז זייער רחוק מן המציאות אז ס'זאל געשען.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Self Employed

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

'סעלף עמפּלאָיד' איז עמיצער וואס ארבעט פאר זיך אליין – ער איז זיין אייגענער באלעבאס. דער היפך איז, אן ארבעטער וואס איז אנגעשטעלט ביי יענעם און פארדינט א באשטימטן געהאלט (צי א באשטימטן סכום פּער שעה). סעילסלייט וואס ארבעטן אויף קאמישאן (און נישט קיין באשטימטן וועידזש), און ביזנעס-אייגנטימער זענען גאנגבארע סעלף-עמפּלאָיד דוגמאות.

מיר האבן שוין אויבן געשמועסט דערוועגן, און לאמיר עס דא אויפפרישן. מענטשן פון דער קאטעגאריע שטויסן זיך אפטמאל אן אין גרויסע שוועריגקייטן ביים פרובירן צו נעמען א מארטגעדזש. מפי השמועה זענען פאראן געוויסע מארטגעדזש בראוקער פירמעס וואס וועלן לכתחילה זיך נישט מטפל זיין מיט א מארטגעדזש פאר אזא איינעם. און ס'איז נישט שווער צו פארשטיין פארוואס. אזא פייל קומט מיט מער קאמפליקאציעס ווי געווענליך; דערצו פארלאנגט זיך פונעם מארטגעדזש-מאן א סך מער בקיאות און חריפות ווי ביי א פייל פון אן ארבעטער.

וכל כך למה? איז, לאמיר ראשית כל מאכן א מיני חוזר-חזרה אויף די עיקרים פון איינקונפט, וואס די באנק וויל פארשטיין און פארוואס די קליינע הגהות-הב"ח פרטים, ווי אפט כ'באקום באצאלט און וואספארא שטעלע איך האב, זענען איר אזוי וויכטיג צו וויסן.

איינע פון די זאכן וואס א באנק וויל וויסן ווען עמיצער קומט פאר א מארטגעדזש איז, צי יענער וועט קענען באצאלן דעם חוב. דער מארטגעדזש איז א הלוואה, וואס ווערט באצאלט צוביסלעך מיט חודש'ליכע פעימענטס אין משך פון א שיינע פּאר יאר. די באנק וויל אויף ווי ווייט מעגליך פעסטשטעלן, אז איך מאך גענוג געלט צו קענען מאכן די חודש'ליכע פעימענטס.
ווען האט א דזשאב אויף א פלאץ און ווערט, ווי א געווענליכער דזשאב גייט, באצאלט א באשטימטן געהאלט, וואס באשטייט יעדעס מאל פונעם זעלבן סכום, איז די זאך זייער פשוט און גראד: דו פארדינסט יעדן חודש כך וכך –לאמיר זאגן $6,000; מיר האבן דערצו אויך צוזאמגערעכנט דיינע אנדערע פינאנציעלע התחייבות'ער פון יעדן חודש, וואס באטרעפן, לאמיר זאגן, $2,000. בלייבסטו לויטן חשבון יעדן חודש מיט $4,000. דיינע מאנאטליכע מארטגעדזש פעימענטס לויט'ן סכום הלוואה וואס דו ווילסט וועלן באטרעפן $2,000. מסקנא: דער חשבון שטימט; האסט גענוג צו באצאלן.

וואס טוט זיך אבער ווען עמיצער פארדינט נישט א באשטימטן סכום יעדע וואך – למשל, א סעילסמאן, וואס פארדינט קאמישאן, א פראצענט פון וויפיל ער פארקויפט? דא איז שוין דער ענין מיט וויפיל געלט ער פארדינט שוין אביסל אנדערש. ווייל וויאזוי קען איך וויסן וויפיל דו וועסט פארדינען אין צוויי חדשים ארום? וואס טו איך אויב אין א יאר ארום וועסטו מאכן ווייניגער סעילס? אין אנדערע ווערטער, וויאזוי קען איך פעסטשטעלן אז דו וועסט יעדן חודש פארדינען גענוג צו קענען צאלן דעם מארטגעדזש?

די באנק וועט בדרך כלל בעטן דעם חשבון פון די פארגאנגענע צוויי יאר. זי וועט צוזאמרעכענען וויפיל מיין קאמישאן האט באטראפן יעדן חודש אין לויף פון די פארלאפענע צוויי יאר, און זען וויפיל עס באטרעפט אין דורכשניט. לאמיר זאגן אז דורכאויס די לעצטע 24 חדשים האב איך פארדינט א סך הכל פון $120,000. נעמט מען דעם סכום און מ'צעטיילט עס אויף 24. דאס קומט אויס צו $5,000. איך האב, אין אנדערע ווערטער, אין די לעצטע צוויי יאר פארדינט $5,000 א חודש. איז פשט אז דער מארטגעדזש שטימט מיט מיינע מעגליכקייטן. געוואלדיג!

דאס איז אבער אבער נאר א טעימה פון א קאמפליצירטער אפליקעישאן. וואס טוט זיך ווען עמיצער האט אן אייגענע ביזנעס? דא איז שוין דער חשבון – פון ביידן, הוצאות און הכנסות – מער פארצווייגט. (עמעזאן, אין וואס א סך היימישע יונגעלייט זענען עוסק, אין א גוטע דוגמא.) און וואס טוט זיך ווען עמיצער פארמאגט מער ווי איין ביזנעס – עמעזאן, ריעל עסטעיט, און איז נאך דערצו א שותף אין א דריטער ביזנעס-אונטערנעמונג? און וואס איז מיט עמיצן וואס האנדלט מיט ריעל עסטעיט און האט שותפים אין יעדן דיעל? און וואס איז די הלכה ווען ער האט מערערע עסקים מיט מערערע שותפים, און אין יעדן דיעל אין זיין פראצענט שותפות אנדערש ווי אינעם אנדערן?

כיוצא בו מיט הוצאות. מענטשן וואס זענען אין ביזנעס וועלן געווענליך האבן א ביזנעס אקאונט. אין צוגאב צו זיין פערזענליכער באנק אקאונט, וועט ער האבן איין, צי גאר עטליכע ביזנעס באנק קאנטעס. דער מארטגעדזש נעמט דאך דער מענטש אליין, און נישט די ביזנעס, בלייבט ער אליין, נישט די געשעפטן, אחראי צו באצאלן. ווען די באנק מאכט אירע חשבונות, אינטערעסירן איר דעם מענטש'ס פערזענליכע הוצאות. במילא קומט דא א סדרה מיט שאלות וועגן אויסגאבן – וואס קען מען אריינרעכענען אלץ ביזנעס הוצאות, און וואס זענען פערזענליכע הוצאות?

ווען עמיצער פארמאגט א ביזנעס (נישט קיין חילוק צי ס'איז אנליין אדער אין ווירקליכן לעבן), וועט ער געווענליך עפענען 'קאמפאני'. עס זענען אבער פאראן מערערליי 'קאמפאניס' – LLC, קאָרפּאָרעישאן, און נאך. קארפארעישאנס זענען אויך פאראן עטליכע סארטן (הגם צוויי פון זיי זענען די גאנגבארסטע). דער סוג קאמפאני וועט א סך אויסמאכן לגבי דעם מענטש'ס בעלות און שייכות מיט דער ביזנעס/קאמפאני און די פארדינסטן און נכסים פונעם עסק אונטער דער ביזנעס. דאס איז אגב נישט קיין ענין בלויז לגבי מארטגעדזשעס, נאר מאכט א גרויסן חילוק אין נאך אספעקטן. אבער ביי א מארטגעדזש זענען די פרטים גאר נוגע, און דער וואס מאכט דעם מארטגעדזש דארף דא שוין זיין אן ערנסטער בקי אין די שבילי המארטגעדזש. זיך 'אויסקענען' אין דער מארטגעדזש וועלט איז ווייט נישט גענוג, און אן די נויטיגע ידיעות און דערפארונגען וועט מען גרינג אריינפארן אין פראבלעמען און פלאנטערנישן.

איינער פון די אַרקיסטן האט מיר געגעבן א ווילד-גוזמא'דיגן, אבער אמת'ן דוגמא פונעם פארנעם און עמקות וואס אזא סארט מארטגעדזש-פייל קען מיינען. דערציילט יענער, אז ער האט געמאכט א מארטגעדזש פון עמיצן, וועמענס ביזנעס-לעבן, שותפות'ער, אייגנטימערשאפט, קוואלן פון הכנסות, איז געווען אזוי פארצווייגט, אז די דאקומענטן – בלויז די נעמען און פרטים, נאך פאר די הוצאות-הכנסות חשבונות – פון אלע זיינע 197 (אויסגעשפרייט אויף אותיות און ווערטער: הונדערט-זיבן-און-ניינציג) LLC'ס האבן פארנומען איבער 2,500 (כנ"ל: צוויי-טויזנט-פינף-הונדערט) פאפירן!

דאס איז גענוג צו געבן א השגה פארוואס א סעלף-עמפלאיד מארטגעדזש קען פאר עמיצן וואס איז נישט גרונטליך אויסגעקאכט אין די גאסן, געסלעך, און הינטער-געסלעך פון דער מארטגעדזש-וועלט מיינט מער קאפווייטאג ווי סוף מוסף אינעם צווייטן טאג פון א ספיקא-דיומא'דיגן יום-כיפור.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Conforming / Jumbo Loan

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

א 'קאָנפאָרמינג' מארטגעדזש מיינט, א הלוואה וואס פּאסט אריין אין די פארשריפטן פון Fannie Mae און Freddie Mac. ווי געשמועסט, זענען 'פעני מעי' און 'פרעדי מעק' די צוויי פינאנציעלע ריזן וואס קויפן אפ מארטגעדזשעס פון די בענק וואס געבן זיי ארויס פאר מענטשן. די צוויי קויפן אבער נישט אפ יעדן מארטגעדזש, נאר אזעלכע וואס קומען נאך 'פעני' און 'פרעדי' רעגולאציעס.

פעני און פרעדי זענען אינוועסטירערס און ווילן מאכן געלט. זיי זענען אויך ריזן, וואס קויפן יערליך מארטגעדזשעס אין א ווערט פון שווערע ביליאנען. זיי קענען נישט דורכקוקן יעדן פייל און זיכער מאכן אז ס'איז א 'גוטער' מארטגעדזש, א גוטער אינוועסטמענט. דערפאר שטעלן זיי אוועק כללים, וואס זענען חל אויף יעדן מארטגעדזש איבער'ן גאנצן לאנד. די כללים נעמען אין חשבון דורכשניטליכע סטאטיסטיקס, פרייזן, און אלערליי פאקטארס וואס זענען נוגע צו א מארטגעדזש. דער תמצית און ציל מיט די פארשריפטן איז, אז א מארטגעדזש וואס קומט נאך די רעגולאציעס און פּאסט זיך אריין אין דער קריטעריע וואס 'פעני' און 'פרעדי' האבן ארויסגעשטעלט, ווערט דורך זיי באטראכט אלס א גוטער, זיכערער מארטגעדזש וואס די צוויי גבירים זענען גרייט אפצוקויפן.

איין אזא גאנגבארער פרט פון די פעני-פרעדי רעגולאציעס איז, ווי גרויס דער מארטגעדזש זאל זיין – וויפיל געלט די באנק זאל מעגן בארגן, כדי זיי זאלן דעם מארטגעדזש אפקויפן. דער סכום בייט זיך יעדעס יאר, אבער לאמיר אנכאפן איין דוגמא: ארום 480-טויזנט דאלאר פאר אן איין-פאמיליע הויז. ווען א מארטגעדזש אויף אן איין-פאמיליע הויז איז נישט העכער ווי דעם באשטימטן ציפער, פאלט ער אריין בכלל conforming loan, וואס פעני און פרעדי וועלן אפקויפן.

וואס טוט זיך אבער מיט עמיצן וואס קויפט זיך א הויז, וועמענס פרייז פארלאנגט א מארטגעדזש וואס איז העכער ווי דעם סכום? אויף דער היימישער גאס, בפרט אין ברוקלין וואו דער פרייז פון א הויז איז געווענליך אריבער יענער זייט גרעניץ פון א מיליאן, איז א מארטגעדזש שמינה בכלל נישט קיין ווייטע היכי-תמצא'טע. רוב מענטשן האבן נישט צו דער האנט עטליכע הונדערט טויזנט דאלאר מזומן אראפצולייגן פאר'ן דאַון-פּעימענט און וועלן דארפן א מארטגעדזש וואס באטרעפט מער ווי דעם געווענליכן פעני-פרעדי מאקסימום. אויף לשון מארטגעדזש הייסט אזא באשעפעניש jumbo loan. דאס איז א הלוואה אויף א סכום וואס איז איבער דער פעני-פרעדי מאס פאר אזא מקח. אויב איז עס צו פעט פאר פעטער פעני, וועט די באנק, וואס וויל דאך פארקויפן דעם מארטגעדזש, אים נישט געבן. נו, וואזשע טוט מען?

זענען פאראן צוויי תירוצים. דער ערשטער פארלאנגט א שטיקל שינוי אינעם לבוש, קאַפּל, און קערפערליכע תנועות, וואס דארפן זיך בייטן אין תכלת, ווייס, מכרכר ומפרפר מאנעוורעס מיט'ן גוף, און אויסשרייען קבל תבל ומלואה: אין שום יאוש בעולם כלל!

די צווייטע, מער-געלאסענע און געמאסטענע לעזונג איז, זיך צו ווענדן מיט דעם מארטגעדזש צו א צווייטער אזא אינסטיטוציע. פעני און פרעדי זענען טאקע די גרעסטע און רוב-רובם מארטגעדזשעס ווערן דורך זיי אפגעקויפט; זענען זיי פארט נישט די איינציגע, און עס זענען פאראן קלענערע אינוועסטמענט-אינסטיטוציעס וואס וועלן אפקויפן אויך אזעלכע לאָונס, וועמענס וואג אדער מאס פעני-פרעדי דערהייבן נישט.

איז, Mortgage Ark וועט אייך גערן געבן א מארטגעדזש, אפילו אויב די פעני-פרעדי בגדים וועלן אויף אים פלאצן. Ark וועט נאר ווייטער פארקויפן דעם מארטגעדזש פאר א צווייטן אינוועסטירער – עמיצער וואס איז נישט אזא מפונק ווי פעני און אזא פיינשמעקער ווי פרעדי.

*

א ווארט נאר וועגן דעם ווארט conforming. די גרויס פונעם מארטגעדזש איז נאר איין פרט פון די פעני-פרעדי פארשריפטן. מיר האבן זיך אויף דעם אפגעשטעלט, ווייל דער איז דער גאנגבארסטער היכי-תמצא פון נישט-קאנפארמינג מארטגעדזשעס, וואס האט אויך א גרינג לעזונג צו דער האנט. די פארשריפטן און רעגולאציעס פון די צוויי מארטגעדזש-קויפערס באשטייען פון סך מער פרטים און דעקן פיל מער חלקים. אבער דאס איז שוין אן ענין פאר זיך.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – Liquid / Non-Liquid Assets

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

'עסעטס' מיינט, נכסים: פארמעגנס. Liquid Assets רעדט פון געלט וואס שטייט גרייט צו ניצן; דו קענסט עס 'ליקווידירן'. Non-Liquid Assets זענען נכסים וואס זענען שווה כסף, אבער ווי טרויבן אין א וויין-פאבריק דארף נאך דער זאפט אויסגעצאפּט ווערן פונעם תוך.

עס זענען פאראן פארמעגנס, וואס אין דער וועלט פון שווה כסף זענען זיי גאר חשוב'ע אידן, אבער ווען עס קומט צו מזומן זענען זיי נישט ווערט קיין סך מער ווי פּאליש-זיצערס –- וועלכע האבן די מעגליכקייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין און אריינגיין דאווענען אין שול, אבער למעשה ווי דער מצב שטייט יעצט לאזן זיי זיך נישט מצרף זיין צום מנין אין היכל הביהמ"ד.

למשל, געלט וואס ליגט אין דיין באנק-קאנטע איז Liquid Assets. דו קענסט עס ארויסנעמען פון דארט און איבערגעבן פאר א צווייטן בכל עת מצוא. א לייף אינשורענס פאליסי, וואס איז באמת ובתמים ווערט געלט, איז Non-Liquid Assets. דאס געלט, פונקט ווי דעם אויל אינעם זית, ליגט דארט; אבער למעשה איז עס פארגליווערט אינעם בויך פונעם פאליסי. איינמאל דו שלעפסט ארויס דאס געלט, איז דער פאליסי פושט-ולובש צורה ושם און ציט זיך אריין אינעם תחום פון Liquid Assets.

א באנק וויל געווענליך זען Assets. ווען א מענטש ווייזט דער באנק וואס ער פארמאגט, וואס די באנק וויל וויסן כדי צו באשליסן אויב ער איז א בר הכי און קען זיך דערלויבן צו נעמען אזא הלוואה, נעמט זי אין באטראכט אלע זיינע נכסים. געווענליך און בעיקר וויל די באנק זען גרינג-צוטריטליך געלט –- Liquid Assets. עס זענען אבער פאראן פאלן און זאכן וואו פארפרוירן געלט, פארכאפט אינעם תוך פון שווה כסף –- Non-Liquid Assets –- זענען גענוג גוט, און ווי אויסגעגעשמועסט אין דער צוגעלינקטער תגובה.
לעצט פארראכטן דורך פערספעקטיוו אום מיטוואך פעברואר 06, 2019 5:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – High Balance

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

פערספעקטיוו האט געשריבן:א 'קאָנפאָרמינג' מארטגעדזש מיינט, א הלוואה וואס פּאסט אריין אין די פארשריפטן פון Fannie Mae און Freddie Mac. ווי געשמועסט, זענען 'פעני מעי' און 'פרעדי מעק' די צוויי פינאנציעלע ריזן וואס קויפן אפ מארטגעדזשעס פון די בענק וואס געבן זיי ארויס פאר מענטשן. די צוויי קויפן אבער נישט אפ יעדן מארטגעדזש, נאר אזעלכע וואס קומען נאך 'פעני' און 'פרעדי' רעגולאציעס.

פעני און פרעדי זענען אינוועסטירערס און ווילן מאכן געלט. זיי זענען אויך ריזן, וואס קויפן יערליך מארטגעדזשעס אין א ווערט פון שווערע ביליאנען. זיי קענען נישט דורכקוקן יעדן פייל און זיכער מאכן אז ס'איז א 'גוטער' מארטגעדזש, א גוטער אינוועסטמענט. דערפאר שטעלן זיי אוועק כללים, וואס זענען חל אויף יעדן מארטגעדזש איבער'ן גאנצן לאנד. די כללים נעמען אין חשבון דורכשניטליכע סטאטיסטיקס, פרייזן, און אלערליי פאקטארס וואס זענען נוגע צו א מארטגעדזש. דער תמצית און ציל מיט די פארשריפטן איז, אז א מארטגעדזש וואס קומט נאך די רעגולאציעס און פּאסט זיך אריין אין דער קריטעריע וואס 'פעני' און 'פרעדי' האבן ארויסגעשטעלט, ווערט דורך זיי באטראכט אלס א גוטער, זיכערער מארטגעדזש וואס די צוויי גבירים זענען גרייט אפצוקויפן.

איין אזא גאנגבארער פרט פון די פעני-פרעדי רעגולאציעס איז, ווי גרויס דער מארטגעדזש זאל זיין – וויפיל געלט די באנק זאל מעגן בארגן, כדי זיי זאלן דעם מארטגעדזש אפקויפן. דער סכום בייט זיך יעדעס יאר, אבער לאמיר אנכאפן איין דוגמא: ארום 480-טויזנט דאלאר פאר אן איין-פאמיליע הויז. ווען א מארטגעדזש אויף אן איין-פאמיליע הויז איז נישט העכער ווי דעם באשטימטן ציפער, פאלט ער אריין בכלל conforming loan, וואס פעני און פרעדי וועלן אפקויפן.

וואס טוט זיך אבער מיט עמיצן וואס קויפט זיך א הויז, וועמענס פרייז פארלאנגט א מארטגעדזש וואס איז העכער ווי דעם סכום? אויף דער היימישער גאס, בפרט אין ברוקלין וואו דער פרייז פון א הויז איז געווענליך אריבער יענער זייט גרעניץ פון א מיליאן, איז א מארטגעדזש שמינה בכלל נישט קיין ווייטע היכי-תמצא'טע. רוב מענטשן האבן נישט צו דער האנט עטליכע הונדערט טויזנט דאלאר מזומן אראפצולייגן פאר'ן דאַון-פּעימענט און וועלן דארפן א מארטגעדזש וואס באטרעפט מער ווי דעם געווענליכן פעני-פרעדי מאקסימום. אויף לשון מארטגעדזש הייסט אזא באשעפעניש jumbo loan. דאס איז א הלוואה אויף א סכום וואס איז איבער דער פעני-פרעדי מאס פאר אזא מקח. אויב איז עס צו פעט פאר פעטער פעני, וועט די באנק, וואס וויל דאך פארקויפן דעם מארטגעדזש, אים נישט געבן. נו, וואזשע טוט מען?

זענען פאראן צוויי תירוצים. דער ערשטער פארלאנגט א שטיקל שינוי אינעם לבוש, קאַפּל, און קערפערליכע תנועות, וואס דארפן זיך בייטן אין תכלת, ווייס, מכרכר ומפרפר מאנעוורעס מיט'ן גוף, און אויסשרייען קבל תבל ומלואה: אין שום יאוש בעולם כלל!

די צווייטע, מער-געלאסענע און געמאסטענע לעזונג איז, זיך צו ווענדן מיט דעם מארטגעדזש צו א צווייטער אזא אינסטיטוציע. פעני און פרעדי זענען טאקע די גרעסטע און רוב-רובם מארטגעדזשעס ווערן דורך זיי אפגעקויפט; זענען זיי פארט נישט די איינציגע, און עס זענען פאראן קלענערע אינוועסטמענט-אינסטיטוציעס וואס וועלן אפקויפן אויך אזעלכע לאָונס, וועמענס וואג אדער מאס פעני-פרעדי דערהייבן נישט.

א איד מיט א געניט אויג און גוט הארץ האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז כ'האב ארויסגעלאזט א וויכטיגן פרט, וואס איז שטארק נוגע אין די היימישע געגנטן פון ניו יארק רבתי -– א 'היי בעלענס' מארטגעדזש.

א הויכע באלאנץ לאָון איז א פעני-מעי/פרעדי מעק פראגראם, וואס פארגרעסערט דעם לימיט פון 'קאנפארמינג' מארטגעדזשעס אין די חלקים פון לאנד וואו דער לעבנס-סטאנדארט איז טייער און שטייט העכער ווי דעם דורכשניט. היות די טיילן פון ניו יארק וואו דער גרעסטער רוב פון היימישע אידן וואוינען געפינען זיך אין אזעלכע הויכע ערטער, קען מען באקומען פעני-פרעדי באשטעטיגטע הלוואות אויף סך מער געלט –- ארום 725-טויזנט דאלאר פאר אן איין-פאמיליע הויז.

א High Balance הלוואה קומט געווענליך מיט א העכערן אינטערעסט רעיט און וועט קאסטן אביסל טייערער ווי אנדערשווי; אבער באקומען א מארטגעדזש קען מען.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

שו"ת: פון וואו מאכט די באנק געלט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

דער ענטפער איז, אז דער ריווח פון דעם אינוועסטמענט ליגט אינעם פראצענט, דעם אינטערעסט, וואס איך צאל אויפ'ן קרן פון דער הלוואה. דער מארטגעדזש איז בעצם אן אינוועסטמענט; די באנק אינוועסטירט געלט, מיט'ן חשבון צו מאכן פראפיט. דער אינוועסטמענט איז דער קרן, דער סכום וואס זי בארגט מיר; דער פראפיט ליגט אינעם ריבית וואס איך צאל צום קרן.

למען האמת והפינקטליכקייט, גייט נישט דער ריבית פאר דער באנק און איר ריווח קומט נישט פון די חודש'ליכע מארטגעדזש-פעימענטס. ווען Ark, ווי אלע אנדערע בענק, גיט ארויס א מארטגעדזש, וועט זי עס תיכף פארקויפן פאר א מארטגעדזש-'געשעפט' – איינעם פון די גרויסע פינאנציעלע אינסטיטוציעס וואס האנדלען מיט מארטגעדזשעס. זיי זענען די גרעסטע, אבער עס זענען פאראן נאך. דער אינוועסטאר, וואס שיקט עס געווענליך לבסוף אפ צום סטאק מארקעט, וועט באצאלן פאר'ן מארטגעדזש-מקח א שטיקל פראצענט-עודף איבער'ן קרן, און דאס איז דער ריווח וואס Ark פארדינט אויפ'ן געשעפט.

א מארטגעדזש פון, לאמיר זאגן, 450-טויזנט דאלאר, וועט ברענגען א סך הכל פּראפיט פון, לאמיר ווייטער זאגן, 475-טויזנט דאלאר. דער לווה וועט דאך יעצט מאכן חודש'ליכע פעימענטס, א חלק פון וועלכע וועט גיין פאר'ן קרן און א טייל פאר'ן אינטערעסט.

בקיצור, דער סוף דבר פראפיט וועט באטרעפן 25-טויזנט דאלאר. וועט יעצט דער אינוועסטירער אפקויפן דעם מארטגעדזש פון Ark פאר 455-טויזנט דאלאר און די פעימענטס וועלן יעצט איינקאסירט ווערן דורך דעם נייעם מארטגעדזש-באלעבוס. Ark האט געמאכט איר 5-טויזנט-דאלארדיגן ריווח און דער רעשט, 20-טויזנט דאלאר, מאכט דער אפקויפער.

דאס, אגב, איז זייער א תמצית'דיגע, בערכ'דיגע בילד איבער דעם האנדל-וואנדל געווירבל פון דער מארטגעדזש-וועלט. די נקודה וואס איז נוגע צו דער שאלה, וויאזוי די באנק מאכט געלט, איז אבער דאס: דורכ'ן פארקויפן דעם מארטגעדזש פאר א קליינעם פראפיט.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – (Loan Estimate (LE) / Closing Disclosure (CD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

א 'לאָון עסטימעיט' און 'קלאָוזינג דיסקלאָוזשור' ווערן געניצט פאר'ן זעלבן צוועק, נאר דורכאויס צוויי אנדערע פאזעס פונעם מארטגעדזש פראצעס. ביידע קומען זיי דערציילן דעם לווה, וואס דאס געשעפט גייט אים קאסטן – וויפיל די חודש'ליכע מארטגעדזש-פּעימענטס וועלן זיין, און וויפיל די קלאוזינג קאסטן וועלן אויסקומען, אינאיינעם מיט א פרטימ'דיגער באריכט פון יעדער הוצאה, וואס דאס איז און וויפיל זי באטרעפט.

דער חילוק צווישן דעם 'לאון עסטימעיט' און 'קלאוזינג דיסקלאוזשור' איז, אז דעם ערשטן באקומט דער מארטגעדזש אפּליקאנט בערך נאכ'ן אונטערשרייבן דעם מארטגעדזש אפּליקעישאן, און דעם צווייטן, 'קלאוזינג דיסקלאוזשור' (וועלכער באהאלט זיך אונטער די ראשי תיבות 'סי-די'), דערהאלט ער ממש פאר'ן פארענדיגן דאס עסק – פאר'ן קלאוזען דעם לאון.

ווי מיר קענען זיך משער זיין, איז דער צווייטער דאקומענט, דער סי-די, סך מער אקוראט. דעמאלט שטייט מען שוין נאך אלע בדיקות און חשבונות; מען האלט שוין ביים גמר: די באנק האט מחליט געווען אז זי וויל מיט דיר מאכן דאס געשעפט, און ביידע צדדים ווייסן שוין גענוי וואס זיי ווילן און וועלן באקומען. דער לאון עסטימעיט איז א בחינה פונעם וועטער-אויסקוק אויף דער קומענדיגער וואך – גענוג גוט צו געבן א בערכ'דיגן געדאנק צי ס'איז כדאי צו מאכן די הכנסת ספר תורה דעמאלט אדער אביסל שפעטער. דער קלאוזינג דיסקלאוזשור איז נאענטער צום אייגנטליך ארויסגיין אויף דער גאס און זען דעם וועטער-מצב באשר הוא שם.

היא הנותנת: דער לאון עסטימעיט איז מער חסידיש-געשטימט און בייגט און קנייטשט זיך דורכאויס דעם מארטגעדזש פראצעס. אנדערש ווי דעם הארט-פארגליווערטן, יקוב-הדין-את-ההר'דיגן קלאוזינג דיסקלאוזשור, איז דער לאון עסטימעיט מער גענויגט צו התלהבות, התפעלות, הרגש און אנדערע אזעלכע היימישע זאכן. ער קען זיך טוישן דורכאויס דער תקופה פונעם אפּליקעישאן און ווייטער, און דער מארטגעדזש מומחה וועט אייך צושיקן אן אָפּדעיטירטן דיסקלאוזשור ('אָפּדעיטירטן' – מיין חידוש: כל הזכויות שמורות ע"פ דיני תורה ולהבדיל ע"פ חוקי הבינלאומיים; אדם אוסר את שלו; נאכמאכן פארבאטן; מיר געבן נישט קיין רשות צו קאפירן אויף קיין שום אופן סיידן מיט געשריבענער רשות פון די ארויסגעבער.) יעדעס מאל וואס דאס קינד גייט דורך א שינוי מגדול ועד קטן.
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

[image]
געריבענער סוחר האט געשריבן:טא פערספעקטיוו, אר אטהער עקטיוויסט, שיחי'

איך בין צידרייט נייגעריג אלעס אדורך ציליינען, אבל דא עקא, איך בין אינטערשטעליג מיט אפאר בלאט, ביטע, אויב אפשר מעגליך, איך בעטעך אזוי שיין, אויב ס'שייך, איך מיין ממש נאר אויב ס'פאסיבעל צי מאכן א פי די עף, פונעם גאנצן מאחארייקע.

שכח פון פאראויס. איך מיין ציזאגן תודה מראש. א דאנקע שיין פון פריוויאס.

כ'האב צוזאמגעשטעלט א פי-די-עף מיט'ן ערשטן חלק פון דעם מאטעריאל -- לאמיר אים אנרופן, 'מארטגעדזש ווערטערבוך מהדורה ראשונה'. אבער ווען כ'פרואוו אים אויפלאדענען אויפ'ן וועלטל, ריקט זיך א מעסעדזש-שומר אריין און זאגט מיר שטרענג כהאי לישנא: "פייל איז צו גרויס: Mortgage Minute.pdf." איז די שאלה, איז דא אן אופן אים משחד צו זיין ער זאל מיר אריינלאזן, אדער כ'מוז ממש ארויפקריכן אויפ'ן דאך, הגם דער וועטער-נביא זאגט פאר א שווערן שניי?
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

קודם שכח פארן הערן מיין וויי געשריי און מאכן א PDF.

איך ווייס אויך נישט וויזוי מען קען אים משחד זיין, אבער אפשר קענסט עס ציטיילן אין 2 חלקים?
מהדורא ראשונה חלק א' - ב'. אפשר דעמאלטס וועט ער ארויף גיין?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

פראביר Box ,Dropbox ,Google Drive והמסתעף, והכל על מקומו יעלה בשלום.
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש ווערטערבוך – מהדורה ראשונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

מונאוויטש האט געשריבן:פראביר Box ,Dropbox ,Google Drive והמסתעף, והכל על מקומו יעלה בשלום.

http://bit.ly/2DP3CPx
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

פערספעקטיוו האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:פראביר Box ,Dropbox ,Google Drive והמסתעף, והכל על מקומו יעלה בשלום.

http://bit.ly/2DP3CPx

א גרויסן יש''כ, מיין פרינטער פרינט שוין. זייער א שיינע לעיאוט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

שקויעך!
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

פערספעקטיוו האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:פראביר Box ,Dropbox ,Google Drive והמסתעף, והכל על מקומו יעלה בשלום.

http://bit.ly/2DP3CPx

Very nice
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”