דעת הקהל האט געשריבן:אויב אזוי וואס האט די גאנצע אשכול פארלוירען דא, פון אפאר ניקים אויפן וועלטל ברענגט איר ראיות לאיסור או להיתר
זייער ריכטיג
יעדער זאל פרעגן זיין מורה הוראה צו ער זאל פאלגן דעם דאקטאר אדער אפאר אנאנימע ניקס אויף אייוועלט וואס ברענגען האלבעטע שטודיעס פון די סי-די-סי אדער פאלשע פון אפגעפרעגטע מקורות
אחד מהחבורה האט געשריבן:ראשית כל. איך האב געהערט פון איינעם, אז ער האט גערעדט צו א דאקטאר, אין ער האט געזאגט, אז אויב רעדט ער קעגן די שאטס, פארלירט ער זיין לייסענס.......
במילא, איז בכלל נישט קיין חכמה, אז 99% זאגן, אז עס שאדט נישט.
אך אין וויי... ער זאגט א ווארט דערקעגן.
איך ווארט נאך אויף אן ענטפער, פארוואס קומען זיי נישט ארויס נאכן רעטייערן?
אחד מהחבורה האט געשריבן:וילסטו זאגן די אלע מענטשן זענען בעלי דמיונות?
וען עס וואלט געווען איינצעלנע קען טאקע זיין. אבער עס איז דאך דא, א געוואלד מיט מענטשן, וואס שרייען חי
וקים, אז ס'האט געשאדט.
זעהט אויס, אז ס'איז יש דברים בגו
אין מיין ארבעט זעה איך גאר אפט וויאזוי קלוגע מענטשן קענען צאמצושטעלן הודו מיט בענענעס מיט גאנצעטע הוכחות און ראיות ברורות אז (למשל) די ליעק איז געשען וועגן דער שכן האט געפארקט ביים פאמפ
וויפיל מאל איך זאל אים נאר אויפווייזן אז די צוויי קענען נישט האבן קיין שום שייכות. וועט ער נאכאלץ נישט וועלן אננעמען אז וואס ער האט געטראכט, קען נישט זיין. און וועט נעמען טענה'ן מיט מיר מיט אזעלכע לעכעריכע טענות אז איך גלייב צומאל נישט אז איך רעד צו א נארמאלער מענטש
נאך א פוינט. ווען מ'הערט אז עפעס קען מעגליך שעדיגן. וועלן אייביג אפיר קומען אזעלכע וואס וועלן זאגן אז מיט זיי האט עס טאקע פאסירט. פרוביר עס אויס און לאז ארויס עפעס א געבאקענע שמועה, און זעה וויאזוי מענטשן וועלן ארויפשפרינגן אויפ'ן וואגן. אויף אזוי ווייט אז אפילו דו וועסט נאכדעם מגלה זיין אז ס'איז געבאקן, וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן באקן גאנצעטע קאנספיראציע טעאריעס
נאך א זאך. מענטשן האבן זייער ליב צו בלעימען, זוכט מען א קרבן. אין אונזער פאל איז עס וואקסינען
איך האב לעצטענס גערעדט צו צוויי מענטשן וואס האבן געוואוסט צו זאגן נעמען פון וואקסינען געשעדיגטע. ווען כ'האב זיי געפרעגט צו ס'איז טאקע זיכער וואקסינען, האבן זיי ביידע געענטפערט אז כמעט זיכער. אין אנדערע ווערטער. ער האט נישט קיין דעקונג פאר זיינע ווערטער נאר ער גלייבט שטארק אזוי
בקיצור. דאס אז תמימות'דיגע מענטשן זאגן עפעס מיינט אז מ'האט זיי גוט איינגערעדט און גארנישט מער
אחד מהחבורה האט געשריבן:אין עס איז ווערט, אריינצוקוקן אין דעם, זייער גרינטליך
מ'האט שוין נאכגעקוקט זייער גרונטליך און גארנישט געטראפן
נאכן זיך איבערצייגן אז די וואס פירן די אנטי וואקסין מאוומענט האבן אן אגענדע, וואס איז נישט ממש זיכער צי מאכן אז די וואקסינען זענען נישט שעדליך, און וועלן נישט אויפהערן צו פראדוצירן לעכערליכע טענות, טאר מען זיך נישט אפגעבן מיט זיי
אויב מ'זאל זיך אפשטעלן יעדעס מאל זיי רוקן ארויס א טענה, וועט עס ווערן נאך ערגער
בקיצור. ווען איינער האט א ציל זיכער צו מאכן אז די וואקסינען וואס מ'געבט זענען געזונט, דארף מען ענטפערן זיינע פראגעס
ווען איינער וויל אבער נאר מאכן א פוינט אז וואקסינען זענען שעדליך, דארף מען אים נישט ענטפערן און אוודאי נישט אויסגעבן צייט און געלט אפצופרעגן זיינע שטותים. ווייל ער גייט גראד באקן נאך א ליגענט ואין לדבר סוף