נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
אין איינע פון די היימישע צייטונגען איז די פארגאנגענע וואך געווען באריכטעד אז טשיינע האט ארויף געשיקט א ראבאט צום ווייטן זייט פון לבנה וואס זעהט קיינמאל די וועלט, וואס מ'איז דארט נאך קיינמאל געווען און האפן אויף 2030 ארויפצושיקן א מענטשט אהין.
דא איז די נייעס זייער שיין באריכטעד
דא איז די נייעס זייער שיין באריכטעד
- אטעטשמענטס
-
- 2019-01-04-15_22_18-index.php-1024×1024.jpg (387.78 KiB) געזען 1792 מאל
-
- בלאט בא.PNG (102.65 KiB) געזען 1792 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
- צוקער וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1581
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2924
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
צוקער וואסער האט געשריבן:וואס איז די קונץ, זיי האבן לכאורה געגאנוועט די סודות פון אמעריקא.
אמעריקע האט נאכנישט באזוכט דארט.
עס איז די זייט פון די לבנה וואס מיר זעען נישט. ווען די לבנה איז טינקל ביי אונז, איז יענע זייט לעכטיג. (פארדעם האסטו נישט געזען דעם טשאנג פינעף ראקעט ביי קידוש לבנה... קענסט שוין קענסלען דיין אפוינטמענט ביי דר. אלכסנדר פון לאנדאן)
די פראבלעם איז: נישט מעגליך צו קאמיוניקירן פון די ערד צו יענע זייט לבנה ווייל די חומר פון די לבנה שטערט ראדיא סיגנאלן וואס מען שיקט פון די ערד.
טשיינע'ס לעזונג: מזכך זיין די חומר... ערנסט גערעדט, די פשוטע לעזונג איז עטליכע סעטעלייטס וואס רייזן ארום העכער די לבנה און שיקן ארום די קאמיוניקאציע סיגנאלן רינגס ארום צו אינזער זייט פון די לבנה, און פון דארט קען מען עס שוין פארכאפן צו אינזער פלאנעט.
זקן מלא רחמים.
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:צוקער וואסער האט געשריבן:וואס איז די קונץ, זיי האבן לכאורה געגאנוועט די סודות פון אמעריקא.
אמעריקע האט נאכנישט באזוכט דארט.
עס איז די זייט פון די לבנה וואס מיר זעען נישט. ווען די לבנה איז טינקל ביי אונז, איז יענע זייט לעכטיג. (פארדעם האסטו נישט געזען דעם טשאנג פינעף ראקעט ביי קידוש לבנה... קענסט שוין קענסלען דיין אפוינטמענט ביי דר. אלכסנדר פון לאנדאן)
די פראבלעם איז: נישט מעגליך צו קאמיוניקירן פון די ערד צו יענע זייט לבנה ווייל די חומר פון די לבנה שטערט ראדיא סיגנאלן וואס מען שיקט פון די ערד.
טשיינע'ס לעזונג: מזכך זיין די חומר... ערנסט גערעדט, די פשוטע לעזונג איז עטליכע סעטעלייטס וואס רייזן ארום העכער די לבנה און שיקן ארום די קאמיוניקאציע סיגנאלן רינגס ארום צו אינזער זייט פון די לבנה, און פון דארט קען מען עס שוין פארכאפן צו אינזער פלאנעט.
רעב דערבארעמדיגער,
לויט ווי איך פארשטיי איז יענע זייט שטענדיג אוועקגעדרייט פון די וועלט. שטענדיג, עולם ועד. עס איז קיינמאל נישט אויסגעדרייט צו די וועלט.
די לבנה דרייט זיך ארום די וועלט אויף איין זייט. נישט קיילעכדיג. דאס מיינט אז יענע גאנצע לבנה-קוגל, זעט קיינמאל נישט די וועלט, און מיר קענען עס קיינמאל נישט זעהן פון אונזער וועלט.
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2924
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
- קניידל פארעם
- שר חמש מאות
- תגובות: 786
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
- לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)
שיטת קאפערניקוס
איך האב נישט געטראפן אן אשכול וואס רעדט דירעקט פון דעם נושא, פרעג איך מיין פראגע דא.
לויט קאפערניקוס, וואס איז היינט אנגענומען אין די וועלט, אז די וועלט דרייט זיך ארום די זין און אויסער דעם איז ער סובב על צירו, קומט אויס אז למשל היינט 12:00 אינמיטן טאג איז די זין אויף דער זייט
אין א האלב יאר ארום פונקטליך, 180 מעת לעת'ן, וועט ער דאך זיין אויף די אנדערע זייט
יעצט, אויב די וועלט דרייט זיך ארום אין פונקטליך 24 שטונדן, דארף ווען אויסקומען אז אין 180 מעת לעת פונקטליך, זאל זיין נאכט אויפן ערשטן בילד דארט וואו ס'איז יעצט טאג, ווייל די זין איז יעמאלט אויף די אנדערע זייט וועלט, דערווייל איז אבער פשוט פאר יעדן אז אין 180 מעת לעת ארום 12:00, וועט אויך זיין טאג אויפן ערשטן בילד דארט וואו ס'איז יעצט טאג, ווי אזוי קען דאס זיין?
איך האף אז מ'פארשטייט מיין פראגע.

טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
- שפיגליצקי
- שר האלף
- תגובות: 1298
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
- לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט
.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
- קניידל פארעם
- שר חמש מאות
- תגובות: 786
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
- לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)
לאלתר לחיים האט געשריבן:די רינג וואס די וועלט דרייט זיך על צירו איז נישט א גאנצע, ס'איז מיט אפאר דאכצעך 4 מינוט וויניגער נאר צוזאמען מיט די קליין פארשריט וואס די וועלט דרייט זיך ארום די זון קומט עס אויס 24 מעלות
מיינסט 360 מעלות אין 24 שעה.
אויב אזוי איז דאס וואס @זאכליך האט געשריבן דא נישט ממש מדויק, ווייל ס'מוז געדויערן עטוואס ווייניגער פון 24 שעה פאר די סעטעלייטס צו ארום גיין דעם גאנצן רינג פון 156 טויזנט מייל, ווארום אויב געדויערט דאס פונקטליכע 24 שעה וואלטן זיך די סעטעלייטס יא גערוקט פון איין מקום צום צווייטן.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
-
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm
ס'האט נישט איינס צום צווייטן,
די וועלט איז נישט קיין גאנצע 360 פאר זיך, און לגבי די זון איז עס 24, אבער די סעטעלייט קען נאך אלץ זיך דרייען מיט א ספיד צו ענדיגן א וועלט רינג אין 24 שעה פונקט ווי מ'קען אים ווען דרייוון מיט א ספיד פון 12 שעה א וועלט רינג
דו''ק וטישטעך..
דיין טענה'סט אז אונזער 24 שעה איז נישט קיין עכטע 24, איז נישט קײן טענה, ווייל אונז האבן זיך קובע געווען צו רעכענען א טאג 24 שעה וויבאלט פון די וועלט זעהן מען אז א טאג איז 24 שעה ס'איז נאר אן העכערע חשבון אז דאס איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי גורמים די סיבוב על צירו און זיין מיסיע ארום די זון.
ונפק''מ לקידושי אשה אויב ס'איז אליין 24 אדער צאם געשטעלט..

הרב #קניידל דיין שאלה איז א שיינע און אסאך האבען זיך פארפלאנטערט און דעהם,
אבער די תירוץ איז פשוט אזויווי #לאלתר האט געשריבען אין איך וועל עס נאר מסביר זיין,
די ערד דריידט זיך ארום א סיבוב פון 23 שעה 56 מינוט 4 סקונדעס, סוי יעדען טאג ווערט די וועלט אונטערשטעליג פון אונזער 24 שעות זייגער מיט 3 מינוט 56 סקונדעס = 236 סקונדעס א טאג,
יעצט נאך אן האלבען (זון) יאר [182.5 טעג] האלטען מיר מיט 43070 סקונדעס אפגעריקט פון אונזער זייגער,
43070 סקונדעס איז 11 שעה 57 מינוט 50 סקונדעס! (באמת אביסעל מער, ווייל א יאר איז אביסעל מער פון 365 טעג).
און אנדערע ווערטער: 12 pm היינט זענען מיר אויסגעדרייט צו מזרח (נניח) צו די זייט פון די זון, און אין אן האלבען יאר ארום 12 pm (כמעט) זענען מיר אויסגעדרייט צו מערב (נניח) וואס דאס איז אויכעט אנקעגן די זון!
אזוי פארשטיי איך עס, און אדרבה אויב איך מאך א טעות זיי מיר מתקן.

- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
לאלתר לחיים האט געשריבן:אין איינע פון די היימישע צייטונגען איז די פארגאנגענע וואך געווען באריכטעד אז טשיינע האט ארויף געשיקט א ראבאט צום ווייטן זייט פון לבנה וואס זעהט קיינמאל די וועלט, וואס מ'איז דארט נאך קיינמאל געווען און האפן אויף 2030 ארויפצושיקן א מענטשט אהין.
דא איז די נייעס זייער שיין באריכטעד
וואס הייסט די זייט פון די לבנה וואס זעהט קיינמאל נישט די וועלט??? ווער ס'איז אויף די לבנה ווערט אים יעדע פאר מינוט טינקל און ליכטיג ווייל די לבנה דרייט זיך ארום און ארום אווי אונזער וועלט?
אגב . אז מ'רעדט שוין פון די לבנה. כ'האב געהערט פון א יוד אז ווען אמעריקע האט די ערשטע מאל ארויפגעשיקט א מענטש צו די לבנה האט די רבי זי"ע געזאגט אז זיי זענען ארויף אויף א צווייטע לבנה פון וואס מיר זענען מחדש ווייל ס'איז דא עפעס א פסוק צו וואס אז קיינער קען אויף דעם נישט ארויף. עפעס שווימט מיר אין קאפ אז דער יוד האט עפעס ארום גערעדט דערוועגן אפאר יאר צוריק
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
קניידל פארעם האט געשריבן:איך האב נישט געטראפן אן אשכול וואס רעדט דירעקט פון דעם נושא, פרעג איך מיין פראגע דא.
לויט קאפערניקוס, וואס איז היינט אנגענומען אין די וועלט, אז די וועלט דרייט זיך ארום די זין און אויסער דעם איז ער סובב על צירו, קומט אויס אז למשל היינט 12:00 אינמיטן טאג איז די זין אויף דער זייט
אין א האלב יאר ארום פונקטליך, 180 מעת לעת'ן, וועט ער דאך זיין אויף די אנדערע זייט
יעצט, אויב די וועלט דרייט זיך ארום אין פונקטליך 24 שטונדן, דארף ווען אויסקומען אז אין 180 מעת לעת פונקטליך, זאל זיין נאכט אויפן ערשטן בילד דארט וואו ס'איז יעצט טאג, ווייל די זין איז יעמאלט אויף די אנדערע זייט וועלט, דערווייל איז אבער פשוט פאר יעדן אז אין 180 מעת לעת ארום 12:00, וועט אויך זיין טאג אויפן ערשטן בילד דארט וואו ס'איז יעצט טאג, ווי אזוי קען דאס זיין?
איך האף אז מ'פארשטייט מיין פראגע.
דיין חשבון שטימט בכלל נישט. ווען כ'וואלט ווען געהאט די כח ארויסצוברענגן אויפן פעדער די גאנצע חשבון וואלט איך עס ווען דיר געשריבן
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
nmi האט געשריבן:לאלתר לחיים האט געשריבן:אין איינע פון די היימישע צייטונגען איז די פארגאנגענע וואך געווען באריכטעד אז טשיינע האט ארויף געשיקט א ראבאט צום ווייטן זייט פון לבנה וואס זעהט קיינמאל די וועלט, וואס מ'איז דארט נאך קיינמאל געווען און האפן אויף 2030 ארויפצושיקן א מענטשט אהין.
דא איז די נייעס זייער שיין באריכטעד
וואס הייסט די זייט פון די לבנה וואס זעהט קיינמאל נישט די וועלט??? ווער ס'איז אויף די לבנה ווערט אים יעדע פאר מינוט טינקל און ליכטיג ווייל די לבנה דרייט זיך ארום און ארום אווי אונזער וועלט?
כ'זעה אז איך בין נישט אינגאנצן גערעכט. באט עיין דא ביי די צווייטע שאלה
https://planetarium.madison.k12.wi.us/m ... oonfaq.htm
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- צוקער וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1581
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm
nmi האט געשריבן:אגב . אז מ'רעדט שוין פון די לבנה. כ'האב געהערט פון א יוד אז ווען אמעריקע האט די ערשטע מאל ארויפגעשיקט א מענטש צו די לבנה האט די רבי זי"ע געזאגט אז זיי זענען ארויף אויף א צווייטע לבנה פון וואס מיר זענען מחדש ווייל ס'איז דא עפעס א פסוק צו וואס אז קיינער קען אויף דעם נישט ארויף. עפעס שווימט מיר אין קאפ אז דער יוד האט עפעס ארום גערעדט דערוועגן אפאר יאר צוריק
מקור?
- קניידל פארעם
- שר חמש מאות
- תגובות: 786
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
- לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)
יישר כח פאר די וואס האבן מסביר געוועזן, @NMI האלטסט עפעס אנדערש ווי וואס זיי האבן דא געשריבן?
@MAN האט פארפעלט צו צוענדיגן אז דאס וואס די וועלט דרייט זיך ארום די זוהן איז משלים אונזער זייגער, ווייל ווען נישט וואלטן מיר דאך יעדן יאר געווארן צוריק געבליבן מיט א גאנצע טאג.
@MAN האט פארפעלט צו צוענדיגן אז דאס וואס די וועלט דרייט זיך ארום די זוהן איז משלים אונזער זייגער, ווייל ווען נישט וואלטן מיר דאך יעדן יאר געווארן צוריק געבליבן מיט א גאנצע טאג.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2924
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
@NMI
1. דיין השערה איז נישט ריכטיג. אדרבה די טאג פון א לבנה איז גאר לאנג, עס דויערט 29 ערדישע טעג אז עס זאל זיין א גאנצע נאכט מיט א גאנצע טאג אויף די לבנה.
2. יעך האב אויך געהערט די שמועה אזוי ווי דו שרייבסט עס דא, און אויך אנדערע ווערסיעס, עס איז לכאורה דא א שטיקל צומישעניש און דעם ענין.
מיינע 2 סענט.
-און 'דער איד' פון יענע צייט איז געשטאנען אז דער רב הראשי פון די ציוניסטישע רבנות הראשית האט גע'פסק'נט אז מען זאל מער נישט זאגן ביי קידוש לבנה "כשם שאני רוקד ואיני יכול לנגוע בך וכו'' ווייל מען קען דאך שוין אנרירן די לבנה, דער איד האט דעמאלטס געשריבן בערך די ווערטער: נאר אזא פאיאץ (כינו לגנאי) ווי שלמה גורן (כמדומה לי אז ער איז דאן געווען דער ר.ה. מעגליך אז עס איז געווען הערצאג) קען פסק'נען אזוי, יעדער חדר אינגל פארשטייט אז דער 'איני יכול לנגוע בך' גייט ארויף כביכול אויפן באשעפער, מיר רעדן דאך נישט צו די לבנה ח''ו.
-איך גלייב אז די ווערסיע וואס דו האסט געהערט מיט א פסוק ביי קידוש לבנה איז זיך טועה מיט די זעלביגע ענין וואס 'דער איד' האט געברענגט
- פון עפעס א איד האב איך געהערט אז דער רבי האט משום איזה ענין נישט געוואלט גלייבן די גאנצע ענין, ביז נייטרע רב הרה''צ רבימיכאל בער זי''ע האט אים איבערצייגט אז די רעגירונג פארקויפט זיכער נישט קיין שקרים בנוגע הענין הזה, דאן האט דער רבי געזאגט אז ס'מוז זיין אז מיר רעדן פון א אנדערע לבנה, נישט די לבנה וואס מיר זעהען מיט די פליישיגע אויגן, יענער האט נישט געוויסט פארוואס דער רבי האט מתחילה נישט געוואלט אננעמען די מעשה.
- מיין טאטע זז''ג געדענקט נאך די לבנה לאנדונג און ער האט מיר אויך געזאגט אז מען האט געשמועס אז סאטמאר רבי האט נישט געוואלט גלייבן די לבנה לאנדונג נייעס.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יעדער חדר אינגל פארשטייט אז דער 'איני יכול לנגוע בך' גייט ארויף כביכול אויפן באשעפער, מיר רעדן דאך נישט צו די לבנה ח''ו.
פארן באשעפער זאגט מען כנגדֵך א לשון נקיבה??
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2924
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
שפיגליצקי האט געשריבן:דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יעדער חדר אינגל פארשטייט אז דער 'איני יכול לנגוע בך' גייט ארויף כביכול אויפן באשעפער, מיר רעדן דאך נישט צו די לבנה ח''ו.
פארן באשעפער זאגט מען כנגדֵך א לשון נקיבה??
באלד וועלן קומען די מדקדקים, אבער דאס איז זיכער אז מיר זענען נישט מתפלל ח''ו צו די צבא השמים.
זקן מלא רחמים.
- שפיגליצקי
- שר האלף
- תגובות: 1298
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
- לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט
אודאי נישט, אבער מ'איז מתפלל צום אויבערשטן אז אזוי ווי מיר קענען נישט אנקומען צו די לבנה זאלן מיינע פיינט נישט קענען אנקומען צו מיר.