די וואנט שאטדאון

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:דו ווייסט אז איך בין נישט קיין בלינדע טראמפ שטיצער, די מציאות פראסקעט אין פנים, אומלעגאלע אימיגראציע איז א קריזיס אין די לעצטערע צייטן

נישטא קיין שום קריזיס, און קיין שום עמערזשענסי. און אפילו אויב די %44 טראמפ חסידים זענען יא ערענסט באגלייבט דערין טוען דעמאקראטן פארטרעטן די אנדערע %56 אמעריקאנער ביי וועם די גאנצע זאך איז א חוכא וטלולא. יעצט ווילסטו אז די דעמאקראטישע פירער זאלן איבערלאזן זייערע קאנסטיושוענס און אנהייבן פארטרעטן די %44 טראמפ מינארעטי? ס'ארבייט נישט אזוי.

איך און דו ווייסן אז מ'גייט אים קיין וואנט נישט געבן, סאו די שנעלער ער וועט דאס ריעלייזן אלס שנעלער וועט ער קענען עפענען די גאווערמענט און ענדיגן די האסטעדזש סיטואציע.


וועלכע זאך איז א חוכא וטלולא ביי 56% מענטשן?

איך און דו ווייסן אז מען גייט אים געבן א וואנט געב עס יעצט און האלט נישט האסטעדזש די גאווערמענט

סוף כל סוף וויל דאך טראמפ די טובה פונעם פאלק די טובה פונעם לאנד
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:גרעהעם האט דאך געוואלט פארשלאגן א דיעל, לויט א פאקס רעפארטער האט עס טראמפ אפגעשטעלט.

וואס טוט ער, ער באשולדיגט פעלאוסי און רופט פאאר א עמערדזשענסי.

---------------------

רוביא זאגט אז די פראבלעם דא איז אז סיי טראמפ האלט אז ער געווינט דא, און סיי שומער מיט פעלאוסי האלטן אז זיי געווינען דא, ממילא ברעכט זיך קיינער.

נעכטן האבעך געזען די פוינט אין א ארטיקל, טראמפ מיט די רעפאבליקאנער אין קאנגרעס קוקן בלויז אויף די 90% עפראוועל וואס טראמפ האט ביי די רעפאבליקאנער, פעלאוסי שטייצעך אינטרעסירט דאס קנאפ, זי קוקט בלויז אויף די בערך 40% וואס טראמפ האט נאציאנאל.



געזעהן א CBS אנקעטע וואס קוקט אויף ווער ס'באהאנדלט גוט די שאטדאון, טראמפ'ס אפראוול איבערן באהאנדלן די שאטדאון איז מיט אפאר פוינטס העכער ווי דעמאקראטן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איך פארשטיי נישט די אנקעטעס וואס צייגן אז א מערהייט אמעריקאנע באשילדיגן טראמפ אינעם שאָטדאון. אוואדי איז ער שילדוג. וואס איז די פראבלעם?.. ער איז דאך דער איינציגסטער ווואס פארלאנגט עפעס דא. אל וואס די דעמעקרעטס פארלאנגען איז, עפען די גאווערמענט!
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:@טשאדעלע באדעלע, מען רעדט יעצט פון אוועקנעמען באשטימטע געלטער פאר פראיעקטן אין די פלעצער.

א זאך דעט נעווער העפענד בעפאר.

בד"וו סקאט און דעסאנטיס האבן געהאט היספאנישע סאפורט אויף לעוועלס וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן פאר טראמפ.

פעלאוסי מיט מעקארטי זענען פארפליכטעט צו ברענגן פאר קאליפארניע אלעס גוטס.



הרב צל, איך גיידערעס זאגן צום לעצטן מאך בלי נדר... ווען דו ווילסט קאמפעירן איין עלעקשן צום צווייטן קענסטו עס נעמען עז איז, קענסט נישט נעמען איין פאקטאר און דאס טוישן און אנדערע פאקטאר לאזן אזוי... לויט די חשבון גייט טראמפ פארלירן 50 סטעיטס!! טראמפ שטייט שלעכט אין פלארידא ווייל סקאט און ד'סענטיס האבן געהאט רעקארד ספאנישע(וואס אגב ביסט ראנג מיט דעם אויך, אין פלארידא זענען דא אסאך קובאנע ספאנישע וואס האבן געוואוט פאר טראמפ אויך...) און אין די זעלבע צייט חלומען פון טעקסעס, און ניטאמאל נעמען אין באטראכט די ארוקא פאקטאר...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אנקעטעס וואס צייגן אז א מערהייט אמעריקאנע באשילדיגן טראמפ אינעם שאָטדאון. אוואדי איז ער שילדוג. וואס איז די פראבלעם?.. ער איז דאך דער איינציגסטער ווואס פארלאנגט עפעס דא. אל וואס די דעמעקרעטס פארלאנגען איז, עפען די גאווערמענט!



הונדערט פראצענט! די זעלבע אנקעטע זאגן מער אז טראמפ איז שולדיג אין די שאטדאון, אבער זיין אפראוול איבער די שאטדאון איז העכער ווי קאנגרעשענאל דעמאקראטן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@וויכטיג מאכער, דא איז נישט די 2020 אשכול, און נישט איך האב אריינגעברענגט 2018, ידידינו @טשאדעלע האט דאס געטון, איך האב סך הכל געשריבן אז מען קען זיך נישט ערלויבן צוצונעמען געלט פון פלארידע טעקסעס און פארטא ריקא ווייל עס וועט נישט טויגן.

דא איז מיין ערשטע תגובה, מיט @טשאדעלע'ס רעספאנס אויף וואס איך האב געשריבן די תגובה וואס דו קוואויטסט.
סוי @טשאדעלע האט געטון דעם הארבן חטא פון פארגלייכן עלעקשנס.

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די אדמיניסטראציע האלט איצט א נאנטע אויג אויף א הילף פעקל פון 13.9 ביליאן דאלער באשטעטיגט פאריאר דורך קאנגרעס פון ווי צו נאשן פאנדינג פאר א וואנט ווען מען וועט דערקלערן קריזיס


דאס געלט איז באשטימט יעצט פאר די ארמיי פר פראיעקטן צו פאריכטן די חרבנות פון די וואלדפייערן אין קאליפארניע, און פאר די האריקעין חרבנות אין טעקסעס פלארידע און פארטא ריקא.

פון איין זייט לייגט דאס פרעשור אויף פעלאוסי פון קאליפארניע, אבער אויך אויף מעקארטי פון קאליפאניע. און עס קען זיי א דיזעסטער פאר טראמפ 2020 אין פלארידע, סיי פון פלארידע געלט און סיי פון פארטא ריקא געלט, און אין טעקסעס.

מע. די פארלאפענע דיזעסטער עלעקשן פאר די ריפאבליקענס, ווי זיי האבן געווינען פלארידע יוכיח אז טראמפ האט נישט פון וואס מורא צו האבן.

איך זעה אויך נישט פארוואס ס׳איז מחייב פעלאוסי אדער מעקארטי.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום זונטאג יאנואר 13, 2019 2:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רעיגן האט גערעדט אין אזוי ווי א געזעגענונגס רעדע יאנואר 11 1989 זייער שטארקע דיבורים בנוגע א וואנט. און בעצם לגבי א לאנד פון אלע סארטן מענטשן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צל, שרייב עס אראפ אין יודיש אויך.

וואשינגטאן פאוסט: %53 אמעריקאנער בלעימען טראמפ פארן שאטדאון. בלויז %29 בלעימען דעמאקראטן..

%53 אינדעפענדענטס בלעימען טראמפ, בלויז %23 בלעימען דעמאקראטן...

ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן טראמפ, פליז האלט אן די שאטדאון..
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ס'הייבט זיך אן...
אטעטשמענטס
Screenshot_2019-01-13-10-33-31-1.png
Screenshot_2019-01-13-10-33-31-1.png (80.15 KiB) געזען 942 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

CNN POLL CONDUCTED BY SSRS

בויען א וואנט אויפן גאנצן גרעניץ מיט מעקסיקא?

Favor 39%
Oppose 56%

____

55% זאגט אז טראמפ איז מער פאראנטווארטליך פארן שאוטדאן

32% זאגן אז די דעמעקראטן אין קאנגרעס טראגן מערסטנס טייל פונעם שולד.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

So, I will take the mantle. I will be the one to shut it down. I'm not going to blame you for it.
...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן:צל, שרייב עס אראפ אין יודיש אויך.

וואשינגטאן פאוסט: %53 אמעריקאנער בלעימען טראמפ פארן שאטדאון. בלויז %29 בלעימען דעמאקראטן..

%53 אינדעפענדענטס בלעימען טראמפ, בלויז %23 בלעימען דעמאקראטן...

ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן טראמפ, פליז האלט אן די שאטדאון..



איך פארגין דיר די פרייד... אבער סיז גוט דו זאלסט וויסן, שולדיג פארן שאטדאון איז איין זאך, באהאנדלט די שאט דאון איז א צווייטע זאך... גיב א קוק אויף די עקאנעמיסט פאול...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:צל, שרייב עס אראפ אין יודיש אויך.

וואשינגטאן פאוסט: %53 אמעריקאנער בלעימען טראמפ פארן שאטדאון. בלויז %29 בלעימען דעמאקראטן..

%53 אינדעפענדענטס בלעימען טראמפ, בלויז %23 בלעימען דעמאקראטן...

ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן טראמפ, פליז האלט אן די שאטדאון..



איך פארגין דיר די פרייד... אבער סיז גוט דו זאלסט וויסן, שולדיג פארן שאטדאון איז איין זאך, באהאנדלט די שאט דאון איז א צווייטע זאך... גיב א קוק אויף די עקאנעמיסט פאול...


פארוואס זאל מען נישט בלעימען טראמפ פאר'ן שאטדאון, ווען ער האט פאר דעם שטאלצירט מיט'ן שליסן די רעגירונג
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די רעדסט פון דעם?
poll-1 (1).jpg
poll-1 (1).jpg (72.4 KiB) געזען 782 מאל


קודם כל די דיסעפראוו איז ער העכער מיט 9% איך זעה נישט וואס די נומער מאכט דיך אזוי פרייליך.

און סתם אזוי, איך האב נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט... רוב האלטן ער איז שולדיג, רוב ווילן נישט די וואנט. וואס מיינט "באהאנדלט גוט"?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סיז זייער סימפל, איך האלט אויך אז טראמפ האט געוואלט די שאטדאון און ער האטעס מענאווערט סאל געשעהן... אבער איך האלט אז ער מאכט א גוטן דזשאב, ס'לאנד דארף האבן גרעניצן, און ער דארף פייטן דערפאר!

און די זעלבע איז פארקערט, שומער פעלאוסי האבן נישט געוואוסט אז ס' קומט א שאטדאון, טראמפ האט זיי סורפרייזד דערמיט, סאו איך קרעדיט אים פארן שאָטדאון, אבער זיי הענדלן עס שלעכט... סיי זייער אלטע טאטע מאמע רעספאנס און סיי דאס נישט ארויסשטעלן א לעדזשיד אפפער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

דיין ערשטע האלב איז א סתירה מיט אנדערע פאולינג.

דיין צווייטע פאראגראף קען איך הערן. אבער דאך איז דארט טראמפ אונטערן וואסער מער ווי די דעמעקראטן מיט גאנצע 9%. דאס דארף שוין צו זיין די ליכטיגע חלק פאר טראמפ אין די פאולינג...

בקיצור, איז פארהאן א סיבה אין די וועלט פאר די דעמעקראטן זיך צו בייגן אפילו איין אינטש?! איך זעה נישט איינס!
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום זונטאג יאנואר 13, 2019 12:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו איך קרעדיט אים פארן שאָטדאון, אבער זיי הענדלן עס שלעכט...

דאסי שוין עפעס וואס "דו" זאגסט.. די אנקטע צייגט פונקט פארקערט, אז טראמפ איז מיט 9 פוינטס ארגער מיטן הענדלן שלעכט די שאטדאון.

האנדעלט ארגער דעם שאטדאון:

טראמפ %55
דעמאקראטן %46

סאו טראמפ איז געבלעימט איבערוויגענד פארן שאטדאון. איבערוויגענד פארן עס הענדלען שלעכט. און איבערוויגענד קעגן זיין וואנט.

גיי אן טראמפ!

----

ברירה האקט די זעלבע
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יש ברירה האט געשריבן:דיין ערשטע האלב איז א סתירה מיט אנדערע פאולינג.

דיין צווייטע פאראגראף קען איך הערן. אבער דאך איז דארט טראמפ אונטערן וואסער מער ווי די דעמעקראטן מיט גאנצע 9%. דאס דארף שוין צו זיין די ליכטיגע חלק פאר טראמפ אין די פאולינג...

בקיצור, איז פארהאן א סיבה אין די וועלט פאר די דעמעקראטן זיך צו בייגן אפילו איין אינטש?! איך זעה נישט איינס!



זיי דארפן נישט! אבער געדענק די שאטדאון האצעך אנגעפאנגן כולו טראמפ! איך וועל נעמען די בלעים... צוביסלעך רוקט זיך עס, פאולס ווייזן שוין אז דעמעקרעטס אפראוול פאלט אויך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דו ביסט בארעכטיגט צו פיקן און טשוזן וועלעכע ליין פון די אנקעטע די ווילסט...

נאך א פראספעקטיוו, די נעט דיסאפראוול איז 7 פוינטס העכער פאר טראמפ ווי פאר דעמעקרעטס... דאס איז דעינדזשרעסלי נאנט, ווען מ'נעמט אין באטראכט אז טראמפ האט אנגעפאנגן אינגאנצן אונטן... איך וועל נעמען די בלעים... און צוביסלעך אנגעפאנגן מאכן די קעיס פארן פובליק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איך זעה גארנישט זיך ריקן. די בלעים איז ווייטער איבערוויגענדע טראמפ'ס.

לויט דיין הסבר זענען אויך פארהאן א מיעוט וועלכע האלטן אז די דעמעקראטן האנדלען עס נישט גוט. אבער זיי בלעימען זיי נישט פאר די שאוטדאן.

(אגב, איך ווייס טאקע נישט פארוואס עס קומען נישט ארויס קיין קלארע פאללס וואס זאלן פרעגן "ביסטו אין שטיצע פון די שאוטדאן אדער נישט?" לכו' וועלן זיין עטליכע בקרוב.)

האקט.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יש ברירה האט געשריבן:דיין ערשטע האלב איז א סתירה מיט אנדערע פאולינג.

דיין צווייטע פאראגראף קען איך הערן. אבער דאך איז דארט טראמפ אונטערן וואסער מער ווי די דעמעקראטן מיט גאנצע 9%. דאס דארף שוין צו זיין די ליכטיגע חלק פאר טראמפ אין די פאולינג...

בקיצור, איז פארהאן א סיבה אין די וועלט פאר די דעמעקראטן זיך צו בייגן אפילו איין אינטש?! איך זעה נישט איינס!

פארוואס זאל זיך טראמפ בייגן אן אינדזש?

זיינע אפראוועל רעיטינגס איז נישט געפאלען קיין משהו נישט צוליבן שאט-דאון, נאר גאר זיין בעיס ווערט מער פאטריאטיש און האלט זיך שטערקער צוזאמען! געענדיקט מיט די רעפאבליקאנער מורא צו פייטן פאר זייערע שיטות!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דו ביסט בארעכטיגט צו פיקן און טשוזן וועלעכע ליין פון די אנקעטע די ווילסט...

נאך א פראספעקטיוו, די נעט דיסאפראוול איז 7 פוינטס העכער פאר טראמפ ווי פאר דעמעקרעטס... דאס איז דעינדזשרעסלי נאנט, ווען מ'נעמט אין באטראכט אז טראמפ האט אנגעפאנגן אינגאנצן אונטן... איך וועל נעמען די בלעים... און צוביסלעך אנגעפאנגן מאכן די קעיס פארן פובליק...

וואף! איך בין דער וואס פיקט און טשוזט....

און נאכאמאל האסט גענומען די נומער פון באהאנדלונג און האסט עס געלייגט צו די בלעים.

א קורצע ס"ה: רוב רובו אמעריקע בלעימט טראמפ פאר די שאוטדאן. א מיעוט (פון 8% נעט) האלטן אז די דעמעקראטן באהאנדלן עס נישט גוט (עפעס וואס כ'בין אפילו נישט זיכער וואס ס'מיינט)
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פאראינטערסירט האט געשריבן:פארוואס זאל זיך טראמפ בייגן אן אינדזש?

זיינע אפראוועל רעיטינגס איז נישט געפאלען קיין משהו נישט צוליבן שאט-דאון, נאר גאר זיין בעיס ווערט מער פאטריאטיש און האלט זיך שטערקער צוזאמען! געענדיקט מיט די רעפאבליקאנער מורא צו פייטן פאר זייערע שיטות!!

איינע פון די זייטן וועלן זיך למעשה דארפן בייגן. די פראגע איז ווער עס האט מער פרעשור דאס צו טון. אין מיינע אויגן איז דאס טראמפ.

עס איז שווער צו מעסטן די פרעזידענטס אפראוועל ווייל ס'איז נישט אייביג די זעלבע פירמעס און עס נעמט צייט ביז עס רעפלעקטירט די עוורידש אבער עפעס זעהט זיך שוין אן (נעם אין אכט אז דאס האט נאכנישט די לעצטע סננ פאול ביי וועלכע טראמפ האט א 20% מיינעס)
Screenshot_2019-01-13-12-45-54-1.png
Screenshot_2019-01-13-12-45-54-1.png (20.3 KiB) געזען 623 מאל
אטעטשמענטס
538
538
Screenshot_2019-01-13-12-54-42-1.png (97.15 KiB) געזען 587 מאל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די שאטדאון שפיל איז לעת עתה בעצם א דשאוק, אלע גאווערמענט סערוויסעס גייען אן, 99.5 פראצענט פון די בירגער שפירן עס בכלל נישט, ממילא איז די פאולס אויף די נושא מער ארום די רעגולערע פאליטישע שיטות, חוץ די ארבעטער וואס באקומען נישט די פעי-טשעק, נעמענדיג אין באטראכט אז די טראמפ געווינס אין 16 איז געווען זייער שמאל און פונקטליך, זענען די מיינונגען פון די באטראפענע ארבעטער גאנץ שעדליך פאר '20, אויב וועט זיין א פאול פון גאווערמענט איינגעשטעלטע וועט עס זיין אינטערסאנט צו זעהן.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

איין טערמינאל אין מיאמי אינטערנאציאנאלי עירפארט האט שוין פארקלאפט אירע טויערן, וויבאלד סאיז דא א שארטעדזש אין Tsa
#בשיטה נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”