http://brooklyn.news12.com/story/397770 ... rough-parkhttps://nypost.com/2019/01/11/brooklyni ... o-tow-car/https://www.nydailynews.com/new-york/ny ... utType=ampא ריף צו אלע אידישע קינדער וואס דרייען זיך ארים צוזאמען דא אין גלות, און האבן מיטגעהאלטן די מעשה 2 טאג צוריק אין אידישען שטאט בארא פארק יצ"ו, דורך די קליפ וואס א איד וואס האט נישט געטראכט האט אפגעכאפט*
ווי יעדער ווייסט איז אין לך יום שקללתו מרובה מחברתה, ליידער אידן מאכן מיט, מען גייט דורך וואס איז באשערט אפצוקומען, אין יעדן הינזיכט און אויך ליידער אינם ענין פון דינא דמלכותא, וואס ליידער אידן פאלן אריין און זיצן נעבעך און לעבן אין פחד, און ווער סהאט שכל נעמט עס אן באהבה און ניצט די אמונה אפשען, ביז די אויבערשטער העלפט ער קימט אן צו זיין ריכטיגע מינוט, וואס דאס איז יעדען'ס פיינעל תכלית,
אבער דאס איז אלס גיט ווען א איד איז ארייגעפאלן בטעות, און סאיז אים געווען באשערט דאס דורך צו גיין השם ישמרנו,
באט ווען מען רעדט פון א מעשה וואס איז פארגעקומען פארגאגענע וואך, ברויך מען זיך אפשטעלן אביסל און טראכטן,
קען דאס זיין אז אידישע קינדער האבן בלויז פון א מינוט נישט טראכטן ליידער זיך געטשעפעט מיט לאו אינפארסמענט, און ועל כולם געטוען *אזא פאריקטע זאך און עס אפגעכאפט אויף א קליפ, און ארים געשיקט,* און אזויפיל פראבלעמען געברענגט אין איין מינוט??
*צוגעברענגט א חילול השם אויף א ריזן פארנעם!*
*צוגעברענגט א התגרות באומות, א שנאה פון לאו אינפארסמענט אויף תמימות'דיגע אידן!*
*ועל כולם ליידער ליידער קוקט אויס חס ושלום, אז א אידיש קינד גייט ווערן ארעסטירט און ל"ע אריינפאלן אין א לאנגען ליגעל קעיס, וואס נאר די אויבערשטער קען אים מאכן א נס צו פטור ווערן דערפון!*
לאמיר נישט אריינגיין אז די אינגערמאן האט נישט געטראכט, און איין טאונג קאסט ביליגער און נעמט שנעלער, ווי איינמאל נאר אראפקומען אין קאורט,
אבער די גמרא זאגט שוין אז ווען א מענטש איז בהול על ממנו, קען מען נישט דן זיין, און לאמיר נאר מתפלל זיין פאר אים, ער זאל שנעל פטור ווערן דערפון,
*אידישע קינדער מען ברויך זיך אפשטעלן א מינוט, און טראכטן,*
אינז זען מיר אין גלות, אינז לעב מיר יעדן טאג אויף ניסים, מען איז דורך נישט לאנג צוריק א וועלט מלחמה ווי מען האט אויסגעהארגעט 6 מיליון אידן הי"ד, און ווי יעדער ווייסט זענען די אידן זייער גיט געשטאנען פארדעם מען איז געווען אריינגעמישט אין די שטאט ראט מער ווי יעצט,
ב"ה מען האט זיך מסדר געווען אויף א בדיעבד'דיגן פארנעם, דא אין אמעריקא, און ב"ה מען קען אנגיין האבן מוסדות, פרנסות, און דינען דעם אויבערשטען אן קיין שטער,
*אבער סאיז נישט קיין סוד, אנסעמעטיזם האלט און איין שטייגן לעצטענס,*
*די שטאט האט זיך גענומען צו די אידן איבער די חינוך,*
*פאליטישאנס האבן שוין נישט מורא צו ארויסקומען קעגן אידן,*
*זאכן גייען נישט לעצטענס אזוי גראד, וואס גייט פאר?*
יעדער בר דעת פארשטייט פון וואס דאס קימט און מען ברויך נאר מער טראכטן פאר מען טוט א מאוומענט,
די וועלט איז מער אפען, אין יעדע זאך וואס קימט פאר זעיט יעדער,
פאר די זעלבע סיבה טאקע נישט לאנג צוריק ווען אידן האבן געהאט א חלק אין א ריזן קידוש השם פון די פדיון שבוים ריפארם ביל, זענען די גוים טאקע געווען פארנומען אז אידן זענען וואול און העלפן און קערן פאר אנדערע אידן און פאר טויזענטער גוים, און דאס האט זיכער געמאכט א ריזן רעש אין הימל אויך,
אבער דאס פארקערטע ברענגט חס ושלום דאס פארקערטע
ממיילא אז סמאכט זיך אמאל אזא פאסירונג,
קודם טראכט צו די פאר דולר אדער די פאר שעה וואס די פארליסטו איז ווערט די חילול השם אדער צער פאר אידן - אנסעמטיזם וואס קען אפילו נאר בספק ארויסקומען,
און אויב מאכט זיך אמאל אז סאיז שוין ליידער געשען א נישט אויסגעהאלטענע פאסירונג,
ברויך *יעדער איינער וואס איז דארט* עפענען די אויגן און ארים קוקן *מאכן זיכער אז קיינער כאפט נישט עס נישט אפ*, און סברענגט די וויינגיסטע מכשולות נאר מעגליך פארן באשעפער און יעדן איד, נישט ח"ו אפכאפן און ברענגן דאס פארקערטע!
*געדענקט*
*קיינער קען אינז נישט אפטוהן אזוי שטארק ווי אינז אליין ח"ו,*
*בעפאר אינז נעם מיר ארויס די פאן צו אפצוכאפן עפעס, טראכט, וואס גיי איך מיט דעם ברענגן?*
און לסיומא דמילתא לאמיר נישט פארגעסן ווי לאנג אינז פאלג מיר אויס די באשעפער'ס רצון און מיר נעמן נאר פון די גוים וואס מיר ברויכן פאר טאגליכן לעבן האב מיר אינז די צוזאג פון באשעפער אינז צו היטן אין גלות,
איינמאל מען הייבט אן פאררעכטן דעם גוי, טשעפענען די גוי, אדער גיין העכער דעם געזעץ פארליר מיר די צוזאג פון באשפער ח"ו,
אין זכות פון זיך מקבל זיין צו וואוטשען בעסער און טראכטן א מינוט פאר מען טוט א מאוומענט, זאל די אויבערשטער העלפן די אינגערמאן זאל ווערן פריי, און אלע אידן זאלן ווערן באפרייט פון וואס זיי גייען דורך,
ביז מיר וועלן זוכה זיין צו באפרייט ווערן אינגאנצען בביאת המשיח בב"א!