ACN - עי סי ען
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
-
- שר מאה
- תגובות: 108
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:02 pm
- וויי-פיי
- שר חמש מאות
- תגובות: 966
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
- לאקאציע: אין די ליפטן . . .
- פארבינד זיך:
https://en.wikipedia.org/wiki/ACN_Inc.
Criticism
ACN's Income Disclosure Statement bears the warning that "not all ACN Independent Representatives make a profit and no one can be guaranteed success as an ACN Independent Representative.

וויי-פיי האט געשריבן:https://en.wikipedia.org/wiki/ACN_Inc.
Criticism
ACN's Income Disclosure Statement bears the warning that "not all ACN Independent Representatives make a profit and no one can be guaranteed success as an ACN Independent Representative.
דאס מיינט נאך גארנישט. זייער ווילן אז איינער וואס פוילעצט ארום זאל זיי נישט קענען קלאגן
פארגעס נישט אז דער וואס האטעם אריינגעברענגט האטעם געזאגט אז מ'דארף כמעט גארנישט טוהן ענד הי איז אפ פאר ע ביג סורפרייז
הייב אן צו ליינען טערמס ענד קאנדישענס פון אלע קאמפאניס עסטע געוואויר ווערן וואסארא פארריקטע תנאים זיי נעמען זיך אויס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

- נישט שלאפן
- שר חמישים
- תגובות: 65
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2018 10:43 pm
הענדימען האט געשריבן:נישט שלאפן האט געשריבן:איך האב שוין נישט אזוי רחמנות אויף יידיש געלט וואס ווערט פארגאסן, ווי אויף תמימותדיגע יונגעלייט וואס כאפן אינמיטן א טאג ווי זיי האבן געפעגערט זייערע אלע חברים וקרובים, און יעצט, גרויסע בושות.
א אינגערמאן האצעכמער אמאל אויסגערעדט. ער איז געווען אין א מלמ און ער שעמט זיך פשוט צו באווייזן זיין פנים אין זיין ביהמ"ד. ער האצעך אזוי צונאר געלייגט
אגב. איך זעה איך בינאך שולדיג א המשך אבער וואזאלעך טון אז כאניש קיין צייט
ס'איז נישט נאר די פראבלעם פון בושות.
א אהלבע יאר נאך ווען די כאפסט זיך אויף פון חלום, קומט מען דיר נאך בעטן קאסטומער סערוויס.. גיי ענטפער זיי אז די האסט זיך שוין לאנג ארויס געלאזט פון דעם.. און אויך דעמאלס וואס אונטערסירט איהם..
-
- שר חמישים
- תגובות: 80
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 11:11 am

מיר האט א חבר געבעטן צו קומען צו א מיטינג פאר 4 יאר צירוק אין ביי די מיטינג קומט אן א יוד מיט א געשליפענע צינג אין זאגט דעם עולם אז ער האט בייקומען די חודש ארום 20K$ פון ACN אין עס איז א געוואלדיגע אפערטאנעטי
נאך די מיטינג האט מיין חבר מיר געקאלט איעדע 2 מינוט אז אויב איך סיין נישט שוין אויף וועל איך שאדן האבן געלט ווייל עס קומען צו אזויפיל נייע עזשענטס אין איך זאל אריינכאפן ווי לאנג איך קען נאך זיין פון די טאטע עדזשענטס וואס פון אלע קינדער אין אייניקלעך עדשענטס וועל איך מאכן גרויסע פראצענטען אן דארפן ארבייטן
למעשה האב איך טאקע נישט געוואלט פארפאסן די געלעגענהייט אין אויפגעסיינט אין נאכדעם האב איך געזען אז די קאמפאני האט טייערע רעטס האב איך נישט געוואלט איינמייערען נייע חברה האב איך טאקע נישט צירוק געמאכט די גאנצע געלט וואס איך האב איינגעצאלט אין דאס איז עס
האב איך כאטש באקומען א לעקציע אויף גאנץ א ביליגע אופן אז נישט יעדער וואס רעדט פון אויבן אראפ זאכן וואס איך אליינס בין נישט באהאווענט דערין געהעריג וויסט וואס ער רעדט
אין אז א געשעפט וואס איז ממש א איינמאליגע געלעגענהייט אין מען מעג נישט טראכטען נאר שוין אריינטאנצען דארף מען שטיין ווייט ווייט!!

- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
איינער האט מיר געבעטן צו שרייבן מיין עקספיריענס מיט acn.
א פאר יאר צוריק האט מיר איינער געפערליך משוגע געמאכט אז איך זאל ווערן אן עידזשענט. נאכן צוזאגן אלע האב און גוטס אז מ'איז געקאווערט פארן לעבן צו האבן אלץ געלט בשפע און דארפן ווייניג ארבעטן דערפאר וכו' בין איך אריין דערין.
Too make a long story short וועל איך דא שרייבן וואס ס'טוט זיך אונטער די קוליסן.
1) די אלע געלטער וואס זיי זאגן אז מ'באקומט, איז נישט אלעס וואר. אויף די טערמס שטייט אסאך אויסנאמס וואס זיי זאגן דיר נישט פון פארדעם.
2) ס'איז ווייט פון גרינג. אפילו איינער וואס איז שוין יא גרייט אוועק צו געבן א גאנצן טאג פארדעם, (דהיינו פונעם ערשטן טאג וועסטו אויפגעבן דיין ביז יעצטיגע דזשאב. און פארגעס נישט אז ביז מ'באקומט דעם ערשטן טשעקל נעמט אויך אפאר וואכן און זיי נישט דעסעפוינטעט אז ס'איז גאנצע 10 טאלער...) ברויך מען האבן א געשליפן צינגל. און מ'ברויך זיין א שטארקע מעורב עם הבריות אן קיין שום בושה.
3)דו דארפסט זיין גרייט אז פאר יעדע מענטש וואס דו ווילסט אים נעמען אלץ קאסטומער, וועסטו דארפן מסביר זיין פונקטליך וואס ער פרעגט דיר ווייל אויב נישט איז עס "גרויסע בושות".
4)דו ברויכסט קומען א יעדע וואך עט ליעסט איינמאל צו א קאנפרענס. און צומאל ברענגען זיי אראפ חברה וואס ס'קאסט זיי אפ טויזענטערס צו רעדן פאר גאנצע 3 שעה, און די מוזט דארט בלייבן א גאנצן צייט, נישט קיין חילוק אויב דיין חברותא ווארט אויף דיר, צי דיין ווייב קאלט דיר אז זי קען זיך נישט אן עצה געבן מיט די קינדער און זי ברויך העלפ.
5) ווען איך בין געווען ביי זיי, זענען זייערע רעיטס געווען היבש טייער. (וויזוי ס'איז היינט ווייס איך נישט) סאו ס'איז ביטער שווער עס צו פארקויפן.
6) נישט מיר נישט דיר קומט אלץ אויס צו ספענדן געלט, און מ'האלט זיך אין איין טרייסטן אז מ'גייט דאך צוריק מאכן פי כמה...
7) איינמאל דו גייסט אריין דערין און דו ברענגסט קאסטומערס, מוזטו זיי שוין אלץ פאלאוען. אז נישט איז עס בושות... איינער האט מיר געקאלט א יאר צוריק אז זיין סעל פאון ארבעט נישט... איי איז דאס געווען עגמת נפש.
8) איינע פון זייערע זאכן איז, אז למשל דו לאקסט דיין חבר'ס לעקטער ביל פאר 2 יאר וועט די גאנצע 2 יאר זיין די זעלבע רעיט, און נאכדעם ברויך ער עס לאקן ווייטער אדער גיין צו א צווייטע קאמפעני. אויב נישט גייט זיין ביל ארויפרייסן ווי משוגע אן קיין שום ווארענונג.
אטטער נאוטעס פון די קאמפעני. ס'ליגט אויף דיין אחריות קער צו נעמען אז נאך די 2 יאר זאל ער זיין מסודר "אפילו די ארבעסט שוין נישט ביי זיי". כ'דארף דיר נישט מסביר זיין די פילינג ווען דיין חבר קומט דיר מאכן קולות נאך 4 -5 יאר אז ער כאפט זיך יעצט אז ער צאלט שוין די לעצטע 2-3 יאר פארוקטע פרייזן און דו האסט אים גארנישט געזאגט די גאנצע צייט...
ועוד ועוד.
איך האב געפרעגט א שטיק צייט צוריק איינע פון אונזערע גרעסטע עידזשענס וויזוי ס'גייט אים. ענטפערט ער מיר אז ער איז שוין לאנג ביי א צווייטע קאמפעני...
איך האב געמאכט פליטה פון זיי ווען כ'האב געזעהן אז יעדע פאר וואכן ווער איך געוואויר פון נאך א טערם וואס ס'ברויך זיין צו באקומען די געלט.
ס"ה וויפיל כ'האב געספענד בערך $700
ס"ה וויפיל איך האב פון זיי באקומען $0
איך וואלט קיינעם נישט געראטן אריינצוגיין דערין

https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
פערפלוואל האט געשריבן:אין קורצן:
לאמיר זיך שוין יא איינרעדן אז מען קען מאכן געלט דורך ACN - מען קען מאכן אסאך מער געלט דורך סעילסן סיי וועלכע אנדערע פראדוקט - אן די אלע קאפוויי וואס קומט דערמיט
כ'האב עס נישט קאנפירמד באט כ'האב געהערט אז די זיידע און איין קינד פון אונזער טים (פלעגט) מאכן אן ערך פון 8 אלפים א חודש. לויט זייערע חשבונות פון די אייניקלעך און אור אייניקלעך עד סוף כל הדורות האט עס געשטומט. צו אין פאקט האבן זיי געמאכט דאס געלט ווייס איך נישט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
nmi האט געשריבן:פערפלוואל האט געשריבן:אין קורצן:

און ווען ער וואלט אריין געלייגט די זעלבע מאס כח און מח און פארקויפן ריעל עסטעיט, אינשורענס, אא"וו וואלט ער געמאכט 9 אלפים א חודש רואיגערהייט
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2401
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
nmi האט געשריבן:פערפלוואל האט געשריבן:אין קורצן:
לאמיר זיך שוין יא איינרעדן אז מען קען מאכן געלט דורך ACN - מען קען מאכן אסאך מער געלט דורך סעילסן סיי וועלכע אנדערע פראדוקט - אן די אלע קאפוויי וואס קומט דערמיט
כ'האב עס נישט קאנפירמד באט כ'האב געהערט אז די זיידע און איין קינד פון אונזער טים (פלעגט) מאכן אן ערך פון 8 אלפים א חודש. לויט זייערע חשבונות פון די אייניקלעך און אור אייניקלעך עד סוף כל הדורות האט עס געשטומט. צו אין פאקט האבן זיי געמאכט דאס געלט ווייס איך נישט
יענער יונגערמאן האט נאך פאר קיינעם נישט געוויזען כאטש איין אזא טשעק - און אפי׳ נישט א קלענערע פון דעם.
אסאך האבן אים שוין געבעטן ער זאל דאס ווייזן, און ער ווייזט נישט, זאל ער כאטש ווייזן איין קאמישן טשעק. איך שטיי און ווינדער זיך ווי יונגעלייט זאגן עס אפי׳ נאך אלס אן הוה אמינא, בשעת וואס אנדערע גלייבן עס אפי׳ אויך.
אחי ורעי שטייטס ווייט פון דעם קאמפעני סיי וואס רובו דרובו, קיין געלט זעהן זיי נישט, סיי רובו דרובו דערלייגן געלט (ווי די סיין אפ פי וכו), און סיי מען מאכט על פי רוב מענטשן איבערצאלן און גרויסן. אסאך פון מיינע חברים וואס האבן דאס אמאל געטון שעמען זיך היינט בושות נוראות זיך צו באווייזן דאס פנים אז זיי האבן אמאל עוסק געווען אין דעם קאמפעני, זיך איין גערעדט שטותים און חלומות שוא, און נאך אפי׳ ליידער שאדן געמאכט אנדערע.
יו"ש זענען די אלע וואס רייסן אראפ ACN גערעכט, אבער נישט סתם...
צו די חלק אז זיי האבן נישט וואס צו פארקויפן, זיי האבן נישט קיין גוטע פראדאקטס...
צו די חלק אז מען שעימט זיך פון אלע שוואגערס/חברים...
ווי אויך ווען איר זאלט סעלסן פאר עני אנדערע קאנפעני, מאכט איר אסאך שענער ווי ACN
וכוי וכוי
#בלאני

עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער האט מיר פראבירט אריינצודרייען יעצט אין דעם ענין, הודו לה' ס'דא אידן וואס קומען מיטיילן זייער עקספיריענס דא אויף אייוועלט, איך באדאנק יעדעם באזונדער פארן שרייבן די וויכטיגע אינפארמאציע.
א חבר מיינער רופט מיר אן אז ער מאכט א מיטינג ביי זיך אינדערהיים איבער בלא בלא בלא
פרעג איך אים זאגמיר ס'איז עיסיען? זאגט ער מיר יא
זאג איך אים אסאך הצלחה! אין קום שוין פון דארטן. ס'איז גאר שווער צו מאכן געלט. זאגט ער מיר אז ער האט שוין געמאכט
עטץ האלטץ אז ער מיינט אז איך גלייב אים?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
ביידעוועי
כ'האב נישט פארגעסן אז איך האלט נאך אינמיטן א לענגערע באשרייבונג. כ'האב נאר נישט קיין צייט דערפאר
אפשר יעצט אז ס'האצעך צוריק אויפגעוועקט עלעך מיר מאכן צייט כדי אידן זאלן זיך נישט אפמיטשען פאר גארנישט
כ'האב נישט פארגעסן אז איך האלט נאך אינמיטן א לענגערע באשרייבונג. כ'האב נאר נישט קיין צייט דערפאר
אפשר יעצט אז ס'האצעך צוריק אויפגעוועקט עלעך מיר מאכן צייט כדי אידן זאלן זיך נישט אפמיטשען פאר גארנישט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
חושב מחשבות... האט געשריבן:שרייב שרייב ס'איז זייער וויכטיג
איבערליינענדיג דעם אשכול, זעיעך אז כ'האב שוין דא געשריבן מיין עקספיריענס מיט זיי. כ'בין נאר געבליבן אינמיטן אויסשמועסן וויאזוי מלמ ארבעט, די מעלות (יא. ס'האט מעלות) און חסרונות דערפון אבער נישט דווקא עיסיען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער האט מיר פראבירט אריינצודרייען יעצט אין דעם ענין, הודו לה' ס'דא אידן וואס קומען מיטיילן זייער עקספיריענס דא אויף אייוועלט, איך באדאנק יעדעם באזונדער פארן שרייבן די וויכטיגע אינפארמאציע.
עטליכע טעם צוריק רופט מיר מיין שוואגער׳ל אן וקולו נעים ודעתו מעורב בין הבריות מעשה סעילסמאן ״האסט א מינוט?״ פרעגט ער מיר מיט אן אומערפארענע בעטענדע שטימע.
איך ווייס נישט פאר וואס אבער מיינע געוויסן האבן מיר געמורמעלט אז דא איז נאך אומערפארענע תמימותדיגע יונגערמאן אריינגעפאלן אין די ACN סקעם.
מיט א פארדעכטיגטע שטימע פרעג איך אים ״יא וויאזוי קען איך דיר העלפן?״
״אממ… גארנישט, האסט שוין אמאל געהערט פון ACN?״
״יא אוודאי״ ענטפער איך אים.
״וואלסט מיר געקענט געבן דיין לעקטער און געז ביללס?״ פרעגט ער מיט האפענונג.
״וואס זענען זייערע רעיטס?״ פרעג איך אים, איך האב באמת געוואלט הערן אפשר גיבן זיי א בעסערע דיל.
״אממ… איך ווייס נישט וואס זייער רעיט איז...״ ענטפערט דער טייערער ציכטיגער כולל יונגערמאן.
נאך א שטיקל שטילעניש, פרובירט מיין שוואגער צו ניצן זיינע persuading סקיללס ״אבער אמתדיג האב איך דיר גערופן אלס שוואגער און לאו דווקא ווייל די רעיטס זענען בעסער ווי די אנדערע״.
״נא נא״, זאג איך אים, ״זיי מברר וואס די רעיטס זענען און רוף מיך צוריק״.
צוויי טעג שפעטער זאגט מיר די קאלער אייידי אז מיין שוואגער רופט. סאיז מיר געווארן גוט, הייסט עס אז ער האט געהעריג מברר געווען...
״נא שוואגער וואס טוט זיך?״ פרעג איך דעם חשובען אינגערמאן.
״אה… יא, איך האב געפרעגט און יענער האט מיך געזאגט אז איך זאל דיר בעטן א קאפי פון א ביל און ער וועט עס קוקו און מיר זאגן…״
דא האב איך שוין געפילט אז איך מוז זיין אויפריכטיג מיט אים. ״זיי נישט ברוגז שוואגער, איך בין נישט באקוועם עס צו טון, איך ווייס נישט פארוואס (ווייסעך דען נישט?…) אבער איך בין נישט קאמפארטעבעל.
אנטוישט האט ער מיר געזאגט אז ער פארשטייט און אראפגעלייגט דעם טרייבעל.
איך האב אים נישט געקענט זאגן אין פנים אריין אבער: טייערער שוואגער ווי קלוג דו זאלסט זיין און ווי געריבן דו מיינסט דו ביסט, ביסטו נאכאלץ אן אפרוח שלא נפתחו עיניו. דו מיינסט נאך אז עס איז דא א וועג צו מאכן געלט ״גרינגערהייט״… שעפעלע טאמער דו גייסט נישט ארבעטן שווער גייסטו נישט מאכן קיין געלט! ביסט נעבעך געפאלן א קרבן צו א לאנגיעריגע סקעם! דו מאכסט דיך פלעין בזיונות, מענטשן קוקן דיר אן נאאיוו, טו דיר אליין א טובה און גיב עס א שאקל אראפ פון דיר די גאנצע סקעם! דו גייסט נעבעך ווערן זייער אנטוישט!
ע״כ דברי גיסך, ממש אזוי
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
ישוב הדעת האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי אזא סקעם לעבט נאך אויף יעדע פאר חדשים..
האסט שוין אמאל אריינגעטראכט, ווער לערענט אויס פאר די קינדערגארטן יונגלעך צו שרייען הויעך 'א פאליס א פאליס א פאליס....' און פאר די מיידלעך 'ריננג א ראנגע רויזי א פאקעפאלע פויזי.. עשעס עשעס...' ווער לערענט אויס פאר די 9 יעריג אינגעל אז די קעיק נאך א תענית איז געשמאק? ווער האט אויסגעלערנט פאר די בר מצוה קלאס והוא יושיעינו? ווער האט פארציילט די סוד פארן עלטערן בחור צו לייגן זיין תפילין בייטל אין א גל-פז בעג? ווער האט מחליט געווען אז נאר כולל אינגעלייט קענען גיין חאלאטלעך און נאר סיקסדיס מיט קוטשמעס?
די זעלבע מלאך רעדט איין די חצי שנה ראשונה'דיגער אז עי סי עין איז די אלטערנאטיוו פאר די בזיעת אפיך.
ס'איז א געים וואס שפילט זיך איבער ווען מ'קומט אן צו א געוויסע עידזש.
סוף מעשה במחשבה תחילה.