Think and Thank האט געשריבן:רעסטאראנט האט געשריבן:Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עכט נישט וואס דו ווילסט. מען רייסט אוועק גאנצע בלאקס פארקינג צוליב די מא סטערישע באסעס כדי זיי זאלן אפשטעלן דעם פארקער? וואס האט דאס מיט וואוינען אין די סיטי?
(איך וואוין אין די סיטי זינט מיין געבורט [מיט'ן אויסנאם פון ניינצן זומערס + ווען איך האב געלערנט אין א''י], איר זענט כנראה נישט אויפגעוואקסן דאהי.)
די זאגסט דאך זייער גוט,האסט דאך די תירוץ אין דיין קשיא
איז וויליאמסבורג די זעלבע וויליאמסבורג ווי 19 יאר צוריק ? אדער יעצט איז עס איינע פון די טייערסטע געגענטער פון די וועלט ווי מען רעכענט זיך נישט מיט דיר נאר צופרידענצושטעלן די גוים אין טוריסטען
און די גוים האבן ליב צו זיצן אין טרעפיק? זיי האבו אויך ליב צו דארפן.אראפגיין פונ'ם סיידוואלק א שיינע פאר פיס צו גיין צום באס?
מאנהעטען איז פיל ארגער ,די גוים זענען גליקלעך אז זיי וואינען אין ניו יארק סיטי אין היפסטער וויליאמסבורג געגענט,זיי קומען דא מרצונו הטוב זיי האבן עס אויסגעוועלט צו וואינען אין די טייערע געגענט, און על פי רוב דרייווען זיי נישט,אזוי ווי אין מאנהעטען האבן רוב גוים נישט קיין קארס ווען עס איז שנעלער צו ניצן די טרעינס ,באסעס ,טעקסיס, נישדא ווי צו פארקען עניוועי , א גוי ערווארט נישט אין די סאמע פאפלערסטע ביזי סיטי אין די וועלט אז עס זאל זיין ווי אין סובארב שטילע געגענטער אן טרעפיק און מיט גענוג פארקינג , ער ווייסט אז דאס איז עס אין דאס איז סיטי לייף , 19 יאר צוריק איז וויליאמסבורג נישט געווען פאפיאלער בכלל