עצה טובה פאר סטרעפ אינפעקציע

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

עצה טובה פאר סטרעפ אינפעקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

נאכן שרייבן דעי ארטיקל האב איך א וויכטיגע קאמענט
viewtopic.php?f=71&t=38678&p=1841903#p1841903

איך וויל דא שערן א עצה וואס העלפט ממש ווי ווינדער אז ענק וועלן ממש פארגעסן פין נעמען מעדיצין ביי סטרעפ בדוק ומנוסה
תיכף ווען עס הייבט זיך אן צי דאכטן אז אפשר האט מען סטעפ, נישט ווארטן לאנג נאר ארויפגיין אויף א העווי דאז פין maxi biotic
( עס איז דא פין אנדערע קאמפעניס מן הסטם אויך. דעיס האב איך פשוט געפראפט ביי מיר אין ביי מיין משפחה )
3 קעפסיל 'ס יעדע 4 שעה מעקסי ביאטוק ביז נאכן נאמער פילן בעז' 'ה די ווייטאג דערנאך ווייניגער ביז אינגאנצן אראפגיין דערפין
פאר קינדער זאל מען ארויפלייגן די מאקסימום ערלויבט פין קיאליק, ציזאמען מיט קאנעזשיע (echinacea) אין ווייטעמין c פין א גיטע קאמפעני
זייער וויכטיג
' '1'' אויב מען דערמאנט זיך שפעט זאל מען נישט אנהייבן די סיסטעם , ווי אויך אויב עס טיט שוין זייער וויי
'' 2'' מען טאר עס נישט נעמען ציזאמען מיט מעדיקעשן פאר סטרעפ אויב מען נעמט מעדיצין זאל מען נישט נעמען מעקסי ביאטוק אויב מען נעמט ביידע העלפט גארנישט עס איז ווי א סתירה

ענק וועלן זען עס ארבעט ווינדערלעך רפיאה שלימה
לעצט פארראכטן דורך בבל אום דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 6:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
looking forward
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך looking forward »

יא ! איך מיז זאגן אז איך קען אויך זאגן אז מעקסי ביאטיק איז ווינדערליך !! אויב סהייבט זים אן צו דערווארבן א סטרעפ נעם איך יעדע 4 שעה 3.. סארבעט אנבליוועביל !
גראדע ביי מיין רבצין ארבעט עס נישט. אבער ביי מיר איז עס ממש ווינדער.
נאך צוויי טעג איז די גאנצע מעשה פארטיג.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

maxi biotic איז אויך זייער גוט פאר colds

מען דארף אבאכט געבן צו טרינקען גענוג, ווייל עס טרוקענט אויס.
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתון מתון »

וואס ליגט אין מעקסי בייאטיק? א מענטש דארף וויסן און פארשטיין וואס מען נעמט.
שיינע זאך אז דו ביזט מודה אז ביי דיין ווייב ארבעט עס נישט. לכאורה ביזטו נישט פראון צו קיין אינפעקציעס. עס איז נאר וויירעל אדער עסיד און עס גייט אוועק פון זיך אליין עניוועי. משא"כ דיין רביצין באקומט א רעגולער באקטעריעל אינפעקציע וואס דארף אנטי בייאטיק.
חוץ מזה, ביי אדאלטס איז אנגענומען אז מען קען אויסווארטען א סטרעפ און עס גייט אוועק. וכן אני נוהג. אן קיין ווייטעמינען, ראה זה פלא.
היוצא מכל זה אז נעמען מעקסי בייאטיק איז לכאורה נישט מעלה ומוריד חוץ אויף מעקסיס באנק קאנטע.
ביי קינדער איז עס א געפאר פון אנטוויקלען שעדליכע קאמפלעקאציעס, זאל מען אלץ גיין צו א דאקטאר.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Flash light »

gurgle with warm salt water
or lemon/lime is better tea
Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Flash light »

Flash light האט געשריבן:gurgle with warm salt water
or lemon/lime is better tea

try to avoid/reduce suger or carbs
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

מתון מתון האט געשריבן:וואס ליגט אין מעקסי בייאטיק? א מענטש דארף וויסן און פארשטיין וואס מען נעמט.
שיינע זאך אז דו ביזט מודה אז ביי דיין ווייב ארבעט עס נישט. לכאורה ביזטו נישט פראון צו קיין אינפעקציעס. עס איז נאר וויירעל אדער עסיד און עס גייט אוועק פון זיך אליין עניוועי. משא"כ דיין רביצין באקומט א רעגולער באקטעריעל אינפעקציע וואס דארף אנטי בייאטיק.
חוץ מזה, ביי אדאלטס איז אנגענומען אז מען קען אויסווארטען א סטרעפ און עס גייט אוועק. וכן אני נוהג. אן קיין ווייטעמינען, ראה זה פלא.
היוצא מכל זה אז נעמען מעקסי בייאטיק איז לכאורה נישט מעלה ומוריד חוץ אויף מעקסיס באנק קאנטע.
ביי קינדער איז עס א געפאר פון אנטוויקלען שעדליכע קאמפלעקאציעס, זאל מען אלץ גיין צו א דאקטאר.

מיין 12 יעריגע קינד האט די לעצטע מעדיצין באקומען 6 חדשים צוריק אין עס נישט געניצט די באטל ליגט נאך אינערהיים 3 וואכן שפעטער איז די קינד געווען ביים דאקטער פאר שאטס אין מען האט געמאכט א קאלטשער אין עס איז געווען סטרעפ פרי
מיין 6 יעריג קינד פלעגט האבן סטרעפ איינס נאכן צווייטן ממש א גאנץ יאר אין א צי ביז איך האב אים אנגעהויבן געבן העווי קיאליק מיט אמיאן בוסטער ווען ער האט אנגעהויבן צי קאמפלעינען
ניצט עס געזינטער הייט אויף אייער אייגענע אחריות

.

קנאבל /קאנעיזע /ארגענא /אנזיי מאקס /אין נאך
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

וואס ליגט אין מעקסי בייאטיק? א מענטש דארף וויסן און פארשטיין וואס מען נעמט.

Maxi Biotic אנטהאלט אין זיך 4 באשטאנדטיילן וואס סטאדיס האבן געוויזן אז זיי שטארקן דעם אימיון סיסטעם, און נאך בענעפיטן.

היוצא מכל זה אז נעמען מעקסי בייאטיק איז לכאורה נישט מעלה ומוריד חוץ אויף מעקסיס באנק קאנטע.

פאר מענטשן וואס זעען מיט זייערע אויגן אז נאכן נוצן א געוויסע פראדוקט זענען זייערע נישט-גוט-פילן טעג דראסטיש גענידערט געווארן, טוישט זיך נישט די מציאות אפילו ווען איינער שרייבט "נעמען מעקסי בייאטיק איז לכאורה נישט מעלה ומוריד חוץ אויף מעקסיס באנק קאנטע".
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתון מתון »

בבל האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:וואס ליגט אין מעקסי בייאטיק? א מענטש דארף וויסן און פארשטיין וואס מען נעמט.
שיינע זאך אז דו ביזט מודה אז ביי דיין ווייב ארבעט עס נישט. לכאורה ביזטו נישט פראון צו קיין אינפעקציעס. עס איז נאר וויירעל אדער עסיד און עס גייט אוועק פון זיך אליין עניוועי. משא"כ דיין רביצין באקומט א רעגולער באקטעריעל אינפעקציע וואס דארף אנטי בייאטיק.
חוץ מזה, ביי אדאלטס איז אנגענומען אז מען קען אויסווארטען א סטרעפ און עס גייט אוועק. וכן אני נוהג. אן קיין ווייטעמינען, ראה זה פלא.
היוצא מכל זה אז נעמען מעקסי בייאטיק איז לכאורה נישט מעלה ומוריד חוץ אויף מעקסיס באנק קאנטע.
ביי קינדער איז עס א געפאר פון אנטוויקלען שעדליכע קאמפלעקאציעס, זאל מען אלץ גיין צו א דאקטאר.

מיין 12 יעריגע קינד האט די לעצטע מעדיצין באקומען 6 חדשים צוריק אין עס נישט געניצט די באטל ליגט נאך אינערהיים 3 וואכן שפעטער איז די קינד געווען ביים דאקטער פאר שאטס אין מען האט געמאכט א קאלטשער אין עס איז געווען סטרעפ פרי
מיין 6 יעריג קינד פלעגט האבן סטרעפ איינס נאכן צווייטן ממש א גאנץ יאר אין א צי ביז איך האב אים אנגעהויבן געבן העווי קיאליק מיט אמיאן בוסטער ווען ער האט אנגעהויבן צי קאמפלעינען
ניצט עס געזינטער הייט אויף אייער אייגענע אחריות

א דאנק פאר די אינפארמאציע.
ביי מיר האט א קינד וואס איז אראפ פון מילכיגס און עסיד (טשאקאלאד, אראנזש זשוס) געזען א גרויסע רעדוקציע אין סטרעפס.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

ווארענונג
איגנארירן סטרעפט אין נישט קער נעמען קען ברענגען שעדליכע לעבנס לענגליכע שאדנס פאר נירן אדער הארץ ל'' ע
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

את חטאי אני מזכיר היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך האב אנגעהויבן די אשכול עטליכע וואכן צוריק
עס ארבעט אבער נישט אייביג
די וואך מאנטיג אינמיטן ארבעט האב איך אנגעהויבן צו פילן האלץ וויי איך האב נישט געקענט נעמען גראד ווייטעמין ביים ארבעט ביים אהיימקומען פין ארבעט האב איך אנגעהויבן נעמען מעקסי בייאטיק יעדע 4 שעה פלאס ווייטעמין סי פין מאנטיג נאכט ביז דאנארשטיג נאכט יעצט קים איך פין דאקטער נאכן נעמען 3 טעג אין א צי אז איך האב סטרעפט א שטארקע
יא עס ארבעט צימאל אבער נישט אייביג
איך האב שוין גענימען די מעדיצין
איך האף פאר א שנעלע ערהוילויג בעז'ה רפואה שלימה
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14500
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

עס איז אינטערסאנט אז אין ענגלאנד איז נישט דא קיין סטרעפ
אן ענגלישע ווייסט נישט וואס סטרעפט מיינט
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

הרב_שלום האט געשריבן:עס איז אינטערסאנט אז אין ענגלאנד איז נישט דא קיין סטרעפ
אן ענגלישע ווייסט נישט וואס סטרעפט מיינט

ווי אזוי קען דאס זיין????
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Streptococcal infections - GOV.UK

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

לעצט פארראכטן דורך KMW אום דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 9:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתון מתון »

בבל האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן די אשכול עטליכע וואכן צוריק
עס ארבעט אבער נישט אייביג
די וואך מאנטיג אינמיטן ארבעט האב איך אנגעהויבן צו פילן האלץ וויי איך האב נישט געקענט נעמען גראד ווייטעמין ביים ארבעט ביים אהיימקומען פין ארבעט האב איך אנגעהויבן נעמען מעקסי בייאטיק יעדע 4 שעה פלאס ווייטעמין סי פין מאנטיג נאכט ביז דאנארשטיג נאכט יעצט קים איך פין דאקטער נאכן נעמען 3 טעג אין א צי אז איך האב סטרעפט א שטארקע
יא עס ארבעט צימאל אבער נישט אייביג
איך האב שוין גענימען די מעדיצין
איך האף פאר א שנעלע ערהוילויג בעז'ה רפואה שלימה

כאמור לעיל. אן א געהעריגע שטודיע איז נישט שייך צו פעסטשטעלן אויב עס ארבעט. זייער מעגליך אז ווען עס "ארבעט" איז עס פשוט נישט קיין ריכטיגע באקטעריעל אינפעקשן.
עניוועי, קאדאוס צו דיין זיין אויפריכטיג און אפען.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

נעגלעקטן סטרעפ קען הרג'ענען א מענטש. עטליכע היימישע אידן זענען ליידער געשטארבן דערפון.

איך האב א קרובה וואס האט 'געהיילט' סטרעפ נאטורליך, און עס איז אריין אין איר פיס און זיי געמאכט אומבאוועגליך, אזש זי האט געמוזט נעמען שטארקע אנטיביאטיק פאר א גאנצע יאר פטור צו ווערן דערפון (ביי איר אייגענע חתונה האט זי נישט געקענט טאנצן ווייל זי האט כמעט נישט געקענט רירן די פיס).
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

[quote="Think and Thank"]נעגלעקטן סטרעפ קען הרג'ענען א מענטש. עטליכע היימישע אידן זענען ליידער געשטארבן דערפון.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דאס איז אויך סטרעפט אין אמעריקא. דאס איז די מעדיצינישע נאמען דערפונען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

Think and Thank האט געשריבן:נעגלעקטן סטרעפ קען הרג'ענען א מענטש. עטליכע היימישע אידן זענען ליידער געשטארבן דערפון.

איך האב א קרובה וואס האט 'געהיילט' סטרעפ נאטורליך, און עס איז אריין אין איר פיס און זיי געמאכט אומבאוועגליך, אזש זי האט געמוזט נעמען שטארקע אנטיביאטיק פאר א גאנצע יאר פטור צו ווערן דערפון (ביי איר אייגענע חתונה האט זי נישט געקענט טאנצן ווייל זי האט כמעט נישט געקענט רירן די פיס).

איז עס שייך ביי ערוואקסענע מענטשן אויך?

מוז איך גיין צום דאקטער אויב איך האב האלז ווייטאג?

איך פרעג ווייל עס איז מיר יעצט נוגע, געווענליך פלעג איך עס איגנארירן, אבער די תגובה האט מיר דערשראקן.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

יואל שרייבער האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:נעגלעקטן סטרעפ קען הרג'ענען א מענטש. עטליכע היימישע אידן זענען ליידער געשטארבן דערפון.

איך האב א קרובה וואס האט 'געהיילט' סטרעפ נאטורליך, און עס איז אריין אין איר פיס און זיי געמאכט אומבאוועגליך, אזש זי האט געמוזט נעמען שטארקע אנטיביאטיק פאר א גאנצע יאר פטור צו ווערן דערפון (ביי איר אייגענע חתונה האט זי נישט געקענט טאנצן ווייל זי האט כמעט נישט געקענט רירן די פיס).

איז עס שייך ביי ערוואקסענע מענטשן אויך?

מוז איך גיין צום דאקטער אויב איך האב האלז ווייטאג?

איך פרעג ווייל עס איז מיר יעצט נוגע, געווענליך פלעג איך עס איגנארירן, אבער די תגובה האט מיר דערשראקן.

סטרעפט הייסט א soft tissue infection וואס איז ממש א גארנישט. די פראבלעם איז נאר אז ס'גייט אראפ צום הארץ און דארט קען עס מאכן חרבנות ר"ל וועגן דעם נעמט מען אנטי ביאטיק אז ס'זאל אוועקגיין און נישט אראפגיין צום הארץ.

צו דיין שאלה: יא. נעם קען דערפון. ווי פריער איז אלס געזונטער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

אגב. א דאקטער ביי elite אין ק'' י( די אדאלט דאקטער די עלטערע דאקטער וואס האט אסאך צייט ) האט מיר געזאגט אז סטערפט איז מער ווייניגער נאר אין די חסידישע קרייזן ער זאגט אז ער איז געווען א דאקטער און מידלטוין א סאך יארן אין ער האט נישט געהאט קיין סטרעפ קעיסעס.
מאכט עס סענץ?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בבל האט געשריבן:אגב. א דאקטער ביי elite אין ק'' י( די אדאלט דאקטער די עלטערע דאקטער וואס האט אסאך צייט ) האט מיר געזאגט אז סטערפט איז מער ווייניגער נאר אין די חסידישע קרייזן ער זאגט אז ער איז געווען א דאקטער און מידלטוין א סאך יארן אין ער האט נישט געהאט קיין סטרעפ קעיסעס.
מאכט עס סענץ?

יא! אבסאלוט!

די עצה?

-->>ווארפט ארויס אלע האנטוכער פון אלע שולען און פון אלע חדרים, מיידעל סקולס און ישיבות!

-->>לערענט אויס די קינדער, בחורים (און טאטעס!!!) וואס מיינט germs, און אז מען בלאזט אויס די נאז אינמיטן דאווענען, לייגט מען נישט די אויסגעבלאזענע טישו אויפן טיש אונטערן סידור. א חוץ בל תשקצו, מאכט מען פשוט קראנט אנדער מענטש. Ignorance can make you sick, and will make you make sick other people. והוא פשוט בפשטות גמור.

שוין... איצטער ווארט איך אויך די אלע מוחים אז איך בין אן אנטיסעמיט און א סעלפ העיטינג חסיד.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

נו, טוה עפעס צו די זאך דערוועגן. רעדט צו ישיבות, שרייב בריוו צו די אויסגאבעס, וכו'.
-->>גרויסע, רויטע ווערטער אויף אונזער וועלטעלע
איז פאָן, אבער עס וועט נישט אויפטון קיין סאך.
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

מונאוויטש האט געשריבן:נו, טוה עפעס צו די זאך דערוועגן. רעדט צו ישיבות, שרייב בריוו צו די אויסגאבעס, וכו'.
-->>גרויסע, רויטע ווערטער אויף אונזער וועלטעלע
איז פאָן, אבער עס וועט נישט אויפטון קיין סאך.

לכאורה האט ער נישט געצילט דערמיט צו אויפקלערן כלל ישראל און טוישן די וועלט, נאר אלס אן ענטפער צו @בבל קושיא האט ער עס אים געוואלט קלאר ענטפערן און עס גוט מגדיר זיין האט ער עס געשריבן מיט גרויסע אותיות.

מ'האקט
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”