כשרונות גראמען | געווינער פארמעסט | ניגון #3

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

כשרונות גראמען | געווינער פארמעסט | ניגון #3

תגובהדורך טאלאנטי » מאנטאג מארטש 27, 2017 6:07 pm


טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

PDF

תגובהדורך טאלאנטי » מאנטאג מארטש 27, 2017 6:18 pm


eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג מארטש 27, 2017 6:29 pm

WOW
אאין ווארט איז מיר געבליבן בלויז
איך בין שפראך לאז !!!!
אזוינע טעלאנט וואס קומט דא ארויס
איר זענט אין טעלענט גאר גרויס
איך האב ממש נישט וואס צו זאגען דאס איז עפעס א ספעשיל סיי די גראמען און סיי די הייליגע תוכן
ווי אזוי זאגט מען נאר ..
אז די מויל איז פיל בלייבט מען שטיל.
לעצט פאראכטן דורך eller אום דינסטאג מארטש 28, 2017 11:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג מארטש 27, 2017 6:30 pm

אין איין ווארט

W O W
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

Full text

תגובהדורך טאלאנטי » מאנטאג מארטש 27, 2017 6:33 pm

קאנעקטעד
דיסטרעקטעד
אינפעקטעד
אָן א מאָס
גאָט באהיט
ווי ס'פליט
פעֵיק-נויס
מ'כאפט
מ'קלאפט
מ'צאפט
א אידיש קינד
ס'נישט וואר
ס'נישט קלאר
ארויס ס'רינט
ס'איז טאקע
א מכה
אן אטאקע
בגוף ונפש
ס'פארפירט
ס'פארשמירט
בטיט ורפש
קוים געבוירן
שוין פארלוירן
אפגעשוירן
בארד און פיאות
צו פארדאנקען
די געשאנקען
אן אחריות

כ'קום אריין אין א זאל
א אידישע שמחה מיטצוהאלטן
זאג דו מיר איז דעס נארמאל
כ'זע קוים מענטשליכע געשטאלטן
די אויגן צום סקרין זענען געווענדעט
גרויסע זאכן טוט זיך דארט אפ
די טייערע מינוטן ווערן פארשווענדעט
מ'לייגט עס קיין רגע נישט אראפ
גרויס און קליין מיט די הענט אויף ארויף
וואו צו גיין, צו מיר קלער-איך
א יעדע אטעם כאפט מען אויף
ווי איך שטיי נאר, איינעם שטער-איך
דער מחותן אליין איז נישט דאָהי
ער גייט ארום מיטן אַפאַראט
במקום שמחשבתו שם הוא
ער געפינט זיך זייער ווייט
שפאצירט אהער און אהין
ביי יעדן טיש ער ווייזט זיין מאשין
דער עולם פארשטייט וואס צו טון
מ'וואונטשט לחיים צו זיין סקרין
ער האלט עס אן זייער שטארק
זיינע משתתפים בכלל נישט זעט-ער
ער דרייט זיך ווי דער נער אין מארק
ער וועט עס ערשט זען שפעטער
שטייט א אידל מידל-עידזש
גאר א געטרייער מאן איז-ער
א גאנצע נאכט איז ער ביים סטעידזש
אפכאפן די שמחה מוז-ער
צו זיך אליין אויך טייטלט מיטן פינגער
מ'ווערט דאך גארנישט יונגער
נעמט ער פון זיך מיטן זינגער
ביז ס'ווערט אין הארצן גרינגער
די זעלבע איז ביי רבי'שע שמחות
עס שטראמען אידן אין די מאסן
מיט א געדאנק, אויפקום-איך-עס
קיינער וועט מער גארנישט פארפאסן
א שאד צו קומען זיך אנשטרענגן
אזויפיל סדרנים אויפאמאל
מ'דארף נאר די פאון אריבערברענגן
וועט זיין שלום על ישראל
אויף די פיל שטאקיגע פארענטשן
וועט זיין גענוג און נאך פלעצער
ס'וועלן דארט שטיין אנשטאט מענטשן
טייערע טשאטשקעס, גולמים קלעצער
דו קענסט בלייבן ביי דיר אין צימער
קובע זיין עיתים לתורה
וועסט עס באקומען ווי נאר אימער
דארפסט נישט האבן קיין מורא
פאר אלע עוסקים בצרכי הסגולות
א רעיון גארנישט אזוי טשיקאווע
שלאָג איך פאָר פרישע פעולות
כאפטס עס בשמחה ואהבה
מיט א איינמאליג אפּצאָל
אדער מיט א מעמבערשיפּ
וועסטו באקומען איבערראָל
די גאנצע שמחה אויף א קליפּ
א שאד צו פארן אויף מקומות הקדושים
גרויסע געלטער ספענדן
דער עיקר איז ס'בלייבט א רושם
א שאד זיך צו הייבן און לענדן
דארט איז דאך סייווי נישט דיין קאפ
ס'א פשוט'ע קל וחומר
האלטסט דאך נישט מיט קיין טראפ
בלייב אינדערהיים אויף ל"ג בעומר

א ברייטע
פארשפרייטע
צודרייטע
משוגעת
וואו מ'גייט
וואו מ'שטייט
אויפן גאס
מ'ווישט
צומישט
צו'חוש'ט
אנ'ע דעת
א עבד
בדיעבד
אזוי צושפאס
נישט דא וועמען
צו בלעימען
זיך שעמען
דאך מ'מוז
א חשש
אינעם טאש
פארהאנען איז
ס'רינגט
ס'בלינקט
ס'קלינגט
אָן אויפהער
א פּגע
יעדע רגע
נאך א שטער

רעדט איך צו א חבר אויפן פאון
וואס טוט זיך? פרעגט ער צוקער זיס
איך ענטפער צוריק מיט א רואיגן טאון
כ'האף ס'קומט א פיינע שמועס
אן ערנסטע שאלה געב איך א פרעג
כ'ווארט אויף א תשובה מיט געדולד
אמאל נישט דארפן ווארטן איך פלעג
היינט איז אבער אן אנדער בילד
אביסל צייט איך ווארט
און איך פרעג אים נאכאמאל
א ריספאנד, איך ערווארט
ער ווערט אבער נישט נתפעל
אנשטאט א ענטפער פרעגט ער וואס?
ס'הייבט אן ווערן א שטיקל מהומה
איבער און איבער פרעגט ער דאס
כ'פיל ווי כ'רעדט צו א דופן עקומה
אינגאנצן שוין צע'נער'ט בינעך
ער הערטעך נישט וואַט איים עֶסקינג
כבודו במקומו מונח
ער איז פארנומען מאָלטי-טעֶסקינג
דאס איז די מציאות היינט
איר פארשטייט דעם סיטואציע
מ'לייגט עס נישט אראפ פון האנט
די יישוב הדעת ליגט ביי די וואקאציע
ס'איז א וועלט פון עין רואה
קענסט נישט האבן א שוואכע מינוט
אָך און וויי אז דו ביסט דיך טועה
וועט עס באגלייטן אויף טריט און שריט
איידער דו טוסט עפעס נאיוו
טראכט עס גוט איבער
קענסט וויי טון גאר מאסיוו
דער יחיד און דער ציבור
ס'האט דאך קוים געפעלט א האָר
מ'זאל א איד נעמען צום אייביגן רי
ביז ס'איז געווארן קלאָר
ער לעבט און לאכט, גיבור כארי
כ'ווייס ס'איז טאקע דער נסיון
פון 2000 און 17
נאך גרעסער איז די בזיון
אז מ'קרעכצט וואס קעמען טון
ס'פאָרט אויף א ראָנג דיירעקשן
פעלט זיך אויס א יוָ-טערן
מ'דארף נעמען שנעל עֶקשן
אז נישט וועט עס קאָסטן טרערן
כ'קען דאך נישט אויפהאלטן מער
ביסט דאך זיכער זייער ביזי
די נייעס האַקט אָן אויפהער
נעם עס נישט אזוי אי-זי
איך באדאנק דיר פאַרן הערן
דו האסט מיר מיט דעם געטרויט
כ'האף יעצט וועסטו הארצן גערן
גיין אפגעבן פאר מיר דיין וואויט

יאָ! ס'איז א תקופה אזא אומקלארע
אפי' בהסתרה שבתוך ההסתרה
זאג אליין: ידעתי, ידעתי
אל הנע"ר הזה לא התפללתי
ס'זאל אפגעהיטן ווערן מפי עוללים
ויהי רחמיך מתגוללים
ווי קען מען דען זיין משער
דעם אני עמהם, בכל צער וצער
צו געדענקן שטענדיג איז א חוב
אז: והנה ה' ניצב עליו
ומביט עליו, בכל מקום שהוא
אם עובדו כראוי

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מארטש 27, 2017 6:35 pm

טאלאנטפול! (אינטערסאנט נאר ווען יא און ווען נישט מ'מעג מוחה זיין...?)

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

תגובהדורך טאלאנטי » מאנטאג מארטש 27, 2017 6:42 pm

יוראפ האט געשריבן:טאלאנטפול! (אינטערסאנט נאר ווען יא און ווען נישט מ'מעג מוחה זיין...?)

דהיינו?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג מארטש 27, 2017 10:29 pm

מורא'דיג!!

די פראבלעם איז נאר אז אויף קול מבשר איזעס נישט אזוי קלאר
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מר. שטערן
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 19, 2011 9:14 pm

תגובהדורך מר. שטערן » מאנטאג מארטש 27, 2017 11:14 pm

די ערשטע פאל, ביידע מאל, הפלא ופלא!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג מארטש 27, 2017 11:19 pm

wowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowowow
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 29, 2017 2:21 pm

די ניגון איז עפעס אויסערגעוונליך . נאכן עס איבערהערן צענדליגע מאל..
נאר וואס האט איר געמיינט מיט די לעצטע שטיקל ? סתם צוזאמצוווארפן די אלע אויפגעפיקטע ניגונים ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 06, 2019 6:42 pm

כ'פיל אז די ערשטע ניגון די וואך פרשת בא איז דיינס א ניגון כמעט די זעלבע קול און די זעלבע רייכע חידושים.....
קום אריין צו ס'איז טאקע דיינס
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג ינואר 06, 2019 10:11 pm

קעניינע הארע פּוי פּוי
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » מאנטאג ינואר 07, 2019 4:12 pm

eller האט געשריבן:כ'פיל אז די ערשטע ניגון די וואך פרשת בא איז דיינס א ניגון כמעט די זעלבע קול און די זעלבע רייכע חידושים.....
קום אריין צו ס'איז טאקע דיינס

איך האב נישט קיין ספק!!!
WOW WOW WOW!!! אזוי ארטיסטיש און רייך!
ביטע לייג עס דא ארויף אזויווי אין די פארגאנגעהייט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: התבונני, ווייסעכנישט גארנישט, קיווי סטראבערי און 16 געסט