אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

געב אים תפיסה פאר דריי חדשים מיט א פיין פון הינדערט טויזענט דאלער, נישט גענוג?

הייס אים צוריק געבן די דריי הינדערט טויזענט דאלער פון וועם ער האט עס באקומען און האסט אים פיין געשטראפט.

נישט גענוג? הייס אים באצאלען פאר די תפיסה די זעקס חדשים וואס ער גייט זיצען אויך, $250 פער טאג.

סתם געשאסען נאמבערס ווייל געזעץ געבער האבען ליב צו הייסען שטרענג קעגן קריים אבער קימערן זיך נישט מיט די עכטע קאנסקעווענסען פון זייערע פאליסיס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

צוריק געבן די געלט איז גענוג? סיריעסלי? פארוואס זאל ער עס נישט טון נאך אמאל? ווייל אויב מ'גייט אים כאפן גייט ער עס דארפן צוריק געבן?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29305
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:צוריק געבן די געלט איז גענוג? סיריעסלי? פארוואס זאל ער עס נישט טון נאך אמאל? ווייל אויב מ'גייט אים כאפן גייט ער עס דארפן צוריק געבן?

RT
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8787
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

מטעמים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
אור האט געשריבן:NEW YORK: Gov. Cuomo's right-hand man, Joseph Percoco, sentenced to 6 years in prison for accepting $300k in bribes for official favors

Ridiculous, Crazy and Not Fair.

Justice system is horrible.

מיט וואס?

איר האלט נישט אז פארן נעמען דריי מאות אלף שוחד, קומט זיך צו זיצן אין תפיסה?

ניין, געב עס צוריק.

בעצם ביסטו גערעכט. פונקט דא נישט.
דער קיים איז נישט די 300 טויזנט וואס רהאט גענומען, עס איז וואס ער האט געטוהן דערפאר.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

תגובה דורך dont care »

Chairlift האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:עפעס נייעס איז דא אין די קעיס. איינער מיט דיטעלס ?


BREAKING: Appeals judge blocks prison date for former Assembly Speaker Sheldon Silver. https://www.newsday.com/news/new-york/s ... 1.21254001

What means blocks
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29305
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

ניין, נעמען שוחד איז א הארבע עבירה אפילו ווען למעשה טוט מען גארנישט פאר דעם.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:צוריק געבן די געלט איז גענוג? סיריעסלי? פארוואס זאל ער עס נישט טון נאך אמאל? ווייל אויב מ'גייט אים כאפן גייט ער עס דארפן צוריק געבן?

זיבען יאר תפיסה מאכט יא סענס?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ניין
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29305
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ניין

פארוואס נישט?

מען רעדט פון נוצן די גאווערמענט פאר די פון וועם מען באקומט שוחד.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

באמת ווענד זיך עס וואס עס זענען געווען די טובות. שווער צו דזשאדזשן האלבע מעשיות
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובה דורך אהער און אהין »

צל עובר האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:גייט ליידער אריין אין טורמע פרייטיג נאך יו''ט.
''יוסטיץ''. (?)

וואס איז די? אויף יוסטיץ?

נישט אז איך האלט אז עס איז גוט, אבער וואס איז דא שלעכט?

שלעכט איז אז א מענטש וואס האט אלע יארן שווער געארבעט פאר ניו יארק און פאר אמעריקע, ער האט צענדליגער יארן געפירט געהאט א דריטל שותפות אין פירן די סטעיט אוו ניו יארק, און האט נאך אוועקגעגעבן פארן ''לאנד'' אזוי סאך ווי די אלע ''העלדן'' וואס ווערן באזינגען פארן פירן שלאכט ערגעץ אויפן שלאכטפעלד, ווערט ארויסגעווארפן און באהאנדעלט אזויווי מען האט באהאנדעלט די שקלאפן אויף די פלאטינומס, א צוויי הונדערט יאר צוריק אין אמעריקא.
ער איז געווען א קארעקטער מענטש וואס האט געפירט די סטעיט מיט א געניטשאפט, און מיט צדק און יושר.
דער באצאלונג פאר א פאליטישאן איז זייער ווייניג, עס הייסט נישט באצאלט לויט די עקזעקיוטיווע פאזיציע, וואס אין סיי וואסערע ביזנעס, א מענטש וואס זאל טון די ארבעט וואס ער האט געטון, וועט זיצן אויף ריזיגע סעלעריס און האבן יאכט שיפן.
נו וואס איז געווען סך הכל זיין חטא? ער האט אין ''די זייט'' פארדינט אביסל, אזויפיל וויפיל ס'איז זיך אים געקומען פאר די שווערע ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט פאר די ''סטעיט'' און ''פארן לאנד''.
קיינער ערווארט נישט אז אזא איינער ווי סילווער זאל ארבעטן אומזינסט, און דאס איז געווען דער סיסטעם אין אלבאני, מען האט פארדינט אין די זייט וויפיל מען האט געקענט, עס איז נישט געווען קיין קארופטירטע פארברעכן פון נעמען שטייערצאלער געלטער אין טאש אריין, סך הכל האט ער רעפערירט סטעיט אגענטורן און קאנטראקטן צו פירמעס ווי ער האט געהאט א טובת הנאה.
צו נעמען א מענטש וואס האט געפירט די סטעיט מיט צדק און יושר, געווען א פיינער קארעקטער מאן - און נישט גע'גנב'ט פון די שטייער צאלער, נאר פארדינט פון זיין סטעיט אמט אויף זייטיגע וועגן - אים צו אריינשליידערן אין טורמע אויף 7 יאר, ווען ער ליידט פון קענסער און ער איז עטליכע זיבעציג יאר אלט, איז פשוט נישט מענטשליך, נישט נארמאל, און איז א דריטע וועלט מהלך.
וואס וויל מען? מיר זענען עפעס מלאכים? ארבעטן מיר אומזינסט?
און לאמיר שוין זאגן אז דאס וואס ער האט געטון הייסט א ''עולה'', לאמיר שוין אזוי מניח זיין, איז דאס אליינס, אז מען ווארפט אים אראפ פון בענקל, שוין די ''גרעסטע שטראף''.
אילו מען וואלט אים נאר דאס געטון דיינו,
אבער אים צו אריינשליידערן אין טורמע נאכדערצו, אין די אמעריקאנער וויעטנאם-סטייל טורמעס, איז א עולה שאין כדוגמתה.
אין קורצן.
1) די עולה אליינס איז גאר קיין עולה נישט.
2) אים אראפווארפן פון בענקל איז שוין איבער גענוג שטראף.
3) ער האט קענסער, קומט אים זיכער קיין טורמע.
4) אפי' אויב יא טורמע, גיב אים אפאר חדשים, איבער גענוג.
5) די אמעריקאנער תפיסות, איז איין חודש טורמע ערגער ווי 7 יאר אין סיי וואסערע ציליוויזירטע מדינה, ממילא זיינע 7 יאר איז ווי 12 מאל 7 חדשים טורמע.
ווער ס'קען איבערזאגן כאטש איינע פון די פונקטן פאר די צוריקגעשטאנענע טשעכעפאכע-שטאטע אמעריקאנער "יוסטיץ" סיסטעם איז מכובד.
#יוסטיץ רעפארם.
(און מען וואלט שוין אויך געדארפט עפענען א נייע פראנט, איבער רעפארמירן די תפיסה-ווירטשאפט. ווי ווייט איך ווייס ארבעט מען יעצט נאר אויף ''סענטענסינג רעפארם'', דהיינו דער יוסטיץ סיסטעם זאל זיין נארמאל און אורטיילן כאטש מיט אביסל יושר, און די פראקורארן מענטשן-פרעסער זאלן נישט קענען אפלעקן די ביינער פון זייערער קרבנות מיט אזויפל הנאה. אבער וואס טוט זיך אין תפיסה? וועם נעמט מען דארט פאר וועכטער? וויאזוי לאזט מען צו סאדיסטן/בארבארן/שלעגער זיך איזדיקעווען אויף מענטשן? אפשר אביסל עירקאנדישאן אין זומער? אביסל סטים אין ווינטער? אביסל שניידן אומזיניגע ביוראקראטיע? און די ליסטע איז ווייט פון אנגעהויבן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29305
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

אזוי ווי ער איז א איד ברויך שטערן אז ער גייט זיצן, אבער גיוו מי ע ברעיק א פאליטישען איז א אומבאצאלטע ארבעט? גרעסערע העלד ווי די סאלדאטן?

בד"וו אויב איז די אמט א אומבאצאלטע דזשאב איז נישט קיין שטראף אראפווארפן פון בענקל, ניין? ער ווערט סך הכל אויס קנעכט.

און, א תפיסה ברויך נישט זיין קיין האטעל.
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובה דורך mini van »

צל עובר האט געשריבן:און, א תפיסה ברויך נישט זיין קיין האטעל.


א זייטיגע קשיא, ביסט שוין איין מאהל געווען אין א תפיסה?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29305
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

ניין, און דער כביכול זאל ארויסנעמען פון דארט אלע אידן בקרוב, אבער פאר א גוי וואס ברויך זיצן, ברויך עס זיין א תפיסה, איך רעד נישט פון געצעלטן אין אריזאנע מדבר מיט 120 דעגרי נוסח טראמפ-געפארדענטער דזשאוי ארפייא.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובה דורך אהער און אהין »

גייט זיין אויף בעיל, אויף כאטשיג נאך עטליכע מאנאטן ב''ה.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

אין בעסערע צייטן

תגובה דורך אהער און אהין »

43.jpg
43.jpg (95.5 KiB) געזען 2937 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

גאר אלטע מעשיות, וואס איז היינט?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובה דורך אידישע מוח »

ער וויל דערמאנען דעם עולם מען זאל מתפלל זיין פאר איהם
שמעון בן ?
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובה דורך אהער און אהין »

lebediger berel האט געשריבן:גאר אלטע מעשיות, וואס איז היינט?

סילווער האט זיך ארויסגעדרייט ביז היינט, אין די קומענדיגע פאר חדשים דארף זיין זיין אפעלאט געריכט, פאלגענד שרייבט דער ניו יארק טיימס, אז סילווער האט א ''רעפוטאציע זיך ארויסצודרייען פון שווערע סיטואציעס''
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

תגובה דורך הבדלה וויין »

איך האב שטארק רחמנות אויף סיי ווער עס זיצט אין תפיסה און אוודאי ווען א איד וואס איז שוואך.
אבער די אלע פאליטישאנס זענען געווען די וואס האבן געמאכט די אלע שטרענגע געזעצן, ממילא אויב סילווער למשל האלט אז איינער וואס ליידט אויף קענסער דארף נישט זיצן פארוואס האט ניו יארק נישט קיין געזעץ אז קענסער ליידענדע דארפן נישט זיצן?
אוודאי דארף מען מתפלל זיין פאר יעדעם.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך דריידל »

באקומען 6.5 יאר תפיסה.
ה"י
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אידישע מוח »

דריידל האט געשריבן:באקומען 6.5 יאר תפיסה.
ה"י

וויפיל איז געווען די ערשטע מאל ?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך דריידל »

אידישע מוח האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:באקומען 6.5 יאר תפיסה.
ה"י

וויפיל איז געווען די ערשטע מאל ?

12
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

סילווער, קושנער, טראמפ, און נאך עימיצער אין זיינע מאכטפולע צייטן.
פרעזידענט טראמפ, ביטע ביטע, א פארדאן!
sheldon trump.jpg
sheldon trump.jpg (7.12 KiB) געזען 1068 מאל
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”