"אלעס איבער וואקסינען"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

שמו האט געשריבן:גראדע דאס אז מ'איז משתמטים איז א ראיה אז מ'לאזט נישט יעדן זיך פירן ווי ער וויל
נאר מ'טערערעזירט אז "יעדער" מוז זיך וואקסענירן.

איך וויין מיט מיט דיר. יעדער פאניגט דיר און מ'לאזט נישט אריין דיינע קינדער אין חדר. מ'צווינגט דיר צו געבן שאטס פאר דיינע קינדער וואס ס'האט אין זיך בלויז קרענק. נעבעך.

אלס חבר האב איך פאר דיר 2 עיצות. וואס די קענסט זיך אויסוועלן
1) מיין רבי האט מיר אויסגעלערנט אז אויב איינער האט פראבלעמען מיט יעדן איז עס על פי רוב א פראבלעם פון די מענטש זעלבס.
2) מאף דיר קיין טיילאנד דארט וועט דיר קיינער נישט צווינגן. באט האלט אן אויג אויף דיינע קינדער אז זיי זאלן נישט גיין קריכן צו קיין היילן... :lol:
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובה דורך צייט שטיפער »

nmi האט געשריבן:מאף דיר קיין טיילאנד דארט וועט דיר קיינער נישט צווינגן. באט האלט אן אויג אויף דיינע קינדער אז זיי זאלן נישט גיין קריכן צו קיין היילן... :lol:

כאפסט אבער נישט אז אויב אין טיילאנד איז דא מחלות, מסתם צווינגט מען דארט אויך צו געבן וואקסין'ס, ווייל אלע מחלות קומען דאך פון די וואקסין'ס
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

צייט שטיפער האט געשריבן:

גערעכט. סאו ער קען זיך מאפן צום ארטארקטיק. דארטן וועט ער אויך זעהן נפלאות הבורה. שיק מיר אפאר בילדער פון דעי 2 פיסיגע חברה מיט די שווארצע ריקן און די ווייסע באכער. וויזוי הייסט עס? פינגטאנג?. איך גלאך זיי
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

שעבאשנוט האט געשריבן:תיקו שמייקע

אין געוויסע געגענטער איז עס פיל נידערריגער ווי למשל ירושלים, און דארט בושעוועט טאקע מיזעלס אין גרויסן

. די ירושלמי'ס געבן נישט פאר מיזעלס? און מ'הערט נישט פון קיין פאליטעטן ב''ה.
איך געדענק ווען אין מיינע צייטן אלס קינד האט 'געבוזשעוועט' טשיקען פאקס. ביז די גרויסע חכמים האבן געראטעוועט דעם נייעם דור.

אקעי, יעצט דארף איך נאר וויסן אויף די אנדערע צוויי 'שרעקליכע מחלות' וואס די MMR וואקסין ראטעוועט פון. מיזעלס מאמפס האב איך נישט מורא בעז''ה (זוגתי שתח''י האט געהאט די מאמפס, נאכן נעמען די שאטס אויך). איך דארף נאר מער אינפא אויף די דריטע זאך 'רובעלע. מה זה. אזא סכנה ווי טשיקען פאקס?
לעצט פארראכטן דורך בנציון יאזעפאוויטש אום מיטוואך יאנואר 02, 2019 6:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובה דורך yield »

b5a11b99ea0846458694e986ac7db0c9.jpg
b5a11b99ea0846458694e986ac7db0c9.jpg (254.92 KiB) געזען 645 מאל
געזעהן היינט
yield the right of way
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובה דורך צייט שטיפער »

yield האט געשריבן:
b5a11b99ea0846458694e986ac7db0c9.jpg
געזעהן היינט

אריין אין אינספירעשענאל(?) קוואטס אשכול
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובה דורך שעבאשנוט »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
שעבאשנוט האט געשריבן:תיקו שמייקע

אין געוויסע געגענטער איז עס פיל נידערריגער ווי למשל ירושלים, און דארט בושעוועט טאקע מיזעלס אין גרויסן

דאס האב איך געוואלט וויסן. די ירושלמי'ס געבן נישט פאר מיזעלס? און מ'הערט נישט פון קיין פאליטעטן ב''ה.
איך געדענק ווען אין מיינע צייטן אלס קינד האט 'געבוזשעוועט' טשיקען פאקס. ביז די גרויסע חכמים האבן געראטעוועט דעם נייעם דור.

אקעי, יעצט דארף איך נאר וויסן אויף די אנדערע צוויי 'שרעקליכע מחלות' וואס די MMR וואקסין ראטעוועט פון. מיזעלס מאמפס האב איך נישט מורא בעז''ה (זוגתי שתח''י האט געהאט די מאמפס, נאכן נעמען די שאטס אויך). איך דארף נאר מער אינפא אויף די דריטע זאך 'רובעלע. מה זה. אזא סכנה ווי טשיקען פאקס?

דעמאגאגיע פון ערשטן קלאס

מיזעלס פאטאליטעיטן איז איינס פון טויזענט

ירושלמי וואקסין איז ביי 80 פראצענט אנשטאט 97/98 נעשענעל עוורעדש

אין ירושלים איז דא מער מיזעלס ווי אנדערע געגענטער דהיינו עטליכע זעכציג זיבעציג קעיסעס

אויב גייט מען אויפהערן צו וואקסענירן, און רוב עולם וועט זיין אומוואקסענירט, וועט זיין פאטאליטעטן

דאס איז וואס די העלט דעפארטמענט פון יעדע ציווילעזירטע שטאט זאגט

איצט פרעג איבער דיין ראגאטשאווער קאטשקע

ב ד וו סאיז שקר אז מען האט געשיקט אמאל אין חדר קינדער מיט טשיקן פאקס, איך בין נישט געבוירן אויף מארס, איך מיט מיינע קינדער האבן אלע געהאט טשיקן פאקס, און די דאקטורים האבן אלעמאל געהייסן א אכט גיבן ווייל סאיז זייער קאנטעידשעס

סאיז טאקע פיל ווייניגער שעדליך פון מיזעלס, אבער קען מאך אלץ זיין טויטליך פאר געוויסע
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

געבן טשיקען פאקס וואקסינס ביי די 18 -צוזאמען מיט די דור ישרים טעסט!

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

ווער האט געזאגט אז מ'האט אמאל געשיקט אין חדר דערמיט? ווער שיקט אין חדר קינדער מיט מיזעלס?

און די טויטליכע טשיקען פאקס..., מיר האבן 50 יאר געלעבט אין אמעריקע דערמיט. איז דא איין פאטאליטעט דערפון? פון די הונדערטער טויזענטער חרדי'שע אידן, איז געווען איין פאל? דארף מען טאקע געבן שאטס פאר ספק ספיקא תתק''ס פעמים?

יא, ס'קען זיין זייער שעדליך פאר עדאלטס. זאל מען לאזן די קינדער עס באקומען נאטורלעך און די מועט וואס האט עס נישט באקומען, זאל נעמען די וואקסין ביי די בר מצוה, אדער אפילו א האלבע יאר פאר די חתונה. וואס איז דאס שטופן פיצלעך מיט נאך און נאך וואקסינס?...!

אגב, אפילו Think and Thankאיז נישט אויג אויף אויג מיט די דאקטוירעם מיט דעם..:

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
yield האט געשריבן:זאגסט ווערטער ווארד (לשון נופל על לשון) אבער כ'וויל וויסן וואס פעלט אויס די chickenpox shot אונז האמיר אלע עס געהאט אלטס קינד און עס איז גיט געווען גארנישט איז אונז געשען אונז האמיר נישט קיין "side effects" פון נישט נעמען קיין vaccine. פארוואס געט מען היינט מער וואקסינס פאר אונזערע קינדער ווי פאר אונז (כ'רעד נישט פון flue shot ) וואס האט זיך געטוישט פון דעמאלטס.

ווייל טשיקנפאקס אין איר עדאלט פארעם איז טויטליך! די וואקסין האט פשוט נאכנישט עקזיסטירט ווען מיר זענען געווען קינדער. די זעלבע מיט אנדערע וואקסינען וואס מען האט אונז נישט געגעבן אלס קינדער: זיי האבן נאכנישט עקזיסטירט.

א פשוט'ע פראגע: פארוואס דארף מען שטאפן אינגע קינדער מיט טשיקען פאקס וואקסין'ס? דאס איז לכאורה קלאר אז דורך עס אליין האבן ווערט מען שטערקער אימיוניזירט דערקעגן. און אזויווי מיר אלע העכער דרייסיג האבן עס געהאט נאטורלעך ב''ה, זאלן היינט אלע קינדער אויסווארטן צו זעהן צו זיי באקומען עס נאטורלעך. ביי די אכט יאר, אדער אפשר אפילו הערשט ווען מ'נעמט די דור ישרים טעסט ביי די אכצן, אויב האט מען נאכנישט באקומען טשיקען פאקס ביז דעמאלס( א קליינע מועט!), זאל מען דעמאלס געבן די וואקסין. כ'האף דו קענסט מיר באלייכטן דא כשר-טרעוול

עדאלט פארם האט נישט מיט אכצן יאר, אבער איך בין מסכים מיט דיר אז מען דארף נישט געבן די טשיקן פאקס וואקסין פאר די צוועלף-דרייצן, און דאן אויך נאר אויב מען האט עס נאכנישט געהאט. אגב, דיין הנחה אז מען ווערט שטערקער אימיונט דורך עס באקומען נאטירליך איז לאו דוקא אמת.

מיר האלטן ערגעץ. אויף א געוויסע לעוועל ביזטו אנטי וואקסין..! דאס היינט שטאפן פיצלעך קינדער מיט אלע מינע וואקסינס. און ווער ס'געווען ביים דאקטער זעהט ווי אגרעסיוו זיי חלש'ן אריינצושטאפן דעם טשיקען פאקס וואקסין ווי פריער. מיין ווייב איז געווען ביי ODA מיט א קינד צו געבן די וואקסינס (יא, איך געב) און זי האט קלאר געזאגט פאר די נורס 'נישט' צו געבן פאר טשיקען פאקס ווייל דאס קינד האט שוין געהאט טשיקען פאקס. מיין ווייב איז ארויס פאר אפאר מינוט און זי האט דערווייל צוגעגרייט. ווען מיין ווייב איז צוריקגעקומען האט זי שוין געהאלן ביים שטעכן. מיין ווייב פרעגט איר וועלכע וואקסיןנס געבסטו יעצט, האט זי געמוזט מודה זיין אז זי האט דא אויך פאר טשיקען פאקס. ''איך האב דאך דיר פריער געזאגט אז דאס קינד דארף דאס שוין נישט?'' ענפערט די נורס ''אוי, איימסארי''. מיין מאמע האט געהאט אן ענליכע מעשה, ביי בעדפארד מעדיקעל. געשיקט א עלטערע קינד מיט די בעיבי. אריינגעקאלט זאגן אז זי וויל געבן יעצט ''דוקא' איין ספעציפישע וואקסין, (די בעיבי האט שוין געהאט טשיקען פאקס נאטורלעך). מ'האט איר פשוט אנגעפיפן און געגעבן אלע שאטס 'איר צו מאכן אפ טו דעיט מיט די טשארט'. מיין מאמע שתח''י עמו''ש איז געווארן אויס מענטש און אריינגערופן מיט טענות הלמאי מ'געבט אן רשות, און נאך טשיקען פאקס אויך, וואס דאס קינד האט שוין בכלל נישט געדארפט. די זעלבע תירוץ געקומען, ''איימסארי'. (מ'קען מיינען וויפיל געלט פארדינען זיי שוין צו טון די רשעות?...!)
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

שעבאשנוט האט געשריבן:
סאיז טאקע פיל ווייניגער שעדליך פון מיזעלס, אבער קען מאך אלץ זיין טויטליך פאר געוויסע

פון וואו נעמסטו אז מיזעלס איז א גרעסערע סכנה פון טשיקען פאקס? ביטע אנצייגן.
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

צום לעצט, שטאפן אונזערע קינדער מיט די העפיטייטעס בי וואקסין איז א שרעקליכע עוולה. און די רעגירונג וואס זארגט זיך אזוי פאר אונזערע קינדער זאל עס מוחל זיין ארויסנעמען!
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובה דורך שעבאשנוט »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:ווער האט געזאגט אז מ'האט אמאל געשיקט אין חדר דערמיט? ווער שיקט אין חדר קינדער מיט מיזעלס?

שמו האט געשריבן: אין מיינע יארן, איז מען געהעריג געגאנגען אין חדר/שול/פאבליק פלעצער, מיט טשיקען פאק'ס
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובה דורך שעבאשנוט »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
שעבאשנוט האט געשריבן:
סאיז טאקע פיל ווייניגער שעדליך פון מיזעלס, אבער קען מאך אלץ זיין טויטליך פאר געוויסע

פון וואו נעמסטו אז מיזעלס איז א גרעסערע סכנה פון טשיקען פאקס? ביטע אנצייגן.

Hospitalization rates were approximately 2 to 3 per 1,000 cases among healthy children and 8 per 1,000 cases among adults. Death occurred in approximately 1 in 60,000 cases. From 1990 through 1996, an average of 103 deaths from varicella were reported each year.

https://www.cdc.gov/vaccines/pubs/pinkb ... cella.html

Measles deaths are thought to occur in about 1 in every 500 to 1,000 reported cases

https://vaxopedia.org/2018/04/15/when-w ... ed-states/

https://www.who.int/news-room/fact-shee ... il/measles

https://www.cdc.gov/measles/downloads/m ... ideset.pdf

https://www.cdc.gov/measles/about/history.html
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובה דורך שעבאשנוט »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:צום לעצט, שטאפן אונזערע קינדער מיט די העפיטייטעס בי וואקסין איז א שרעקליכע עוולה. און די רעגירונג וואס זארגט זיך אזוי פאר אונזערע קינדער זאל עס מוחל זיין ארויסנעמען!

שטייצעך אויב האלטסטו אז וואקסין איז ממש סם המות

אבער היות די רעגירונג האלט אז סאיז נישט, איז ממש נישט קיין פראבלעם א איבעריגע שאט.
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובה דורך yield »

ווי מער אלץ בעסער, הא?
yield the right of way
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובה דורך שעבאשנוט »

פארוואס דען נישט? אז סאיז נישט שעדליך, גייט מען מיטן רעקאמענדירטן סקעדשול, וואס איז די אישו?
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

תגובה דורך Think and Thank »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:איך דארף נאר מער אינפא אויף די דריטע זאך 'רובעלע. מה זה. אזא סכנה ווי טשיקען פאקס?

מיזעלס און מאמפס קענען אנמאכן אומגעהויערע שאדנס צו די ריפראדאקטיוו סיסטעם, און אסאך מאל כאפט מען ניטאמאל אז עפעס איז געשען ביז בוני עולם מעלדט נעבעך אז... ה''י.

א מחלה דארף נישט הרג'ענען (הגם טשיקן פאקס, און מיר אזוי מיזעלס, קענען דאס אויך) צו זיין גאר גאר שעדליך.
לעצט פארראכטן דורך Think and Thank אום מיטוואך יאנואר 02, 2019 8:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

תגובה דורך Think and Thank »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
שעבאשנוט האט געשריבן:
סאיז טאקע פיל ווייניגער שעדליך פון מיזעלס, אבער קען מאך אלץ זיין טויטליך פאר געוויסע

פון וואו נעמסטו אז מיזעלס איז א גרעסערע סכנה פון טשיקען פאקס? ביטע אנצייגן.

אין 2011 זענען געשטארבן 158,000 מענטשן איבער די וועלט פון מיזעלס. טשיקן פאקס איז ניטאמאל אין זעלבע געגנט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובה דורך צייט שטיפער »

yield האט געשריבן:ווי מער אלץ בעסער, הא?

דא ליגט דער קאץ באגראבן, ס'שרייט פון זיך אליינס,

יא! ווי מער אלס בעסער! פארגינסט נישט? ס'איז א מאני מעיקינג ביזנעס?
סא נאר דו מעגסט מאכן געלט? (אדער דער וואס האט דיר איינגערעדט מיט די אלע נאטירליכע שטותים, וואס דארט קען איך אויך פרעגן מיט די זעלבע ווייטאג, ווי מער אלס בעסער?!...)
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובה דורך yield »

No comment
yield the right of way
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

yield האט געשריבן:ווי מער אלץ בעסער, הא?

נישט עטס האטס אפאר בלעטער צוריק פארפירט אז ס'איז דא א מיטל וועג???
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובה דורך yield »

קודם עם עקש תתפתל
צווייטנס ווי זעסטו אז איך זאג אנדערש
yield the right of way
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

yield האט געשריבן:קודם עם עקש תתפתל
צווייטנס ווי זעסטו אז איך זאג אנדערש

טשעק אפאר בלעטער צוריק.
בד"וו דיינע 2 שורות זענען זיך סותר
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

די פראבלעם דא איז אז מען האלט און איין ענטפערן פאר איעדע נייע טענה. ווייל באמת איז עס די זעלבע אלטע טענה. למשל, אז עס איז נישט דא קיין שום באווייס אז די MMR ברענגט "נישט" קיין אוטיזם. איך רעדט שוין נישט פון די פאקט אז עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז עס ברענגט יא. אבער עס איז קלאהר דא controlled studies אז עס ברענגט נישט! נו... גייט מען שנעל נאכאמאהל אריין פעיסטען עפעס אן אלטער ארטיקל פון די MRI, אז עס עס פעהלט אויס מער studies to prove it out. אבער מען האט דאך שוין געמאכט די studied...

מען דארף פארשטיין אז מען רעדט פון מענטשען וואס האלטן אז מיזעלס איז בכלל נישט קיין סכנה. גיי טענה זיך. מען רעדט דא פון מענטשען וואס טוען home births. ניין, איך זאג נישט אז אלע אנטי וואקסין חברה מאכן home births. אבער רוב פון זייערע מיס-אינפארמאציע, קומט פון די מיני מענטשען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

Kosher Travel האט געשריבן:די פראבלעם דא איז אז מען האלט און איין ענטפערן פאר איעדע נייע טענה. ווייל באמת איז עס די זעלבע אלטע טענה. למשל, אז עס איז נישט דא קיין שום באווייס אז די MMR ברענגט "נישט" קיין אוטיזם. איך רעדט שוין נישט פון די פאקט אז עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז עס ברענגט יא. אבער עס איז קלאהר דא controlled studies אז עס ברענגט נישט! נו... גייט מען שנעל נאכאמאהל אריין פעיסטען עפעס אן אלטער ארטיקל פון די MRI, אז עס עס פעהלט אויס מער studies to prove it out. אבער מען האט דאך שוין געמאכט די studied...

מען דארף פארשטיין אז מען רעדט פון מענטשען וואס האלטן אז מיזעלס איז בכלל נישט קיין סכנה. גיי טענה זיך. מען רעדט דא פון מענטשען וואס טוען home births.

מיינסט צו זאגן אז מיזעלס איז געזונט.

איך האב שוין לאנג דא מוסר ומודאה געווען אז איך גלייב מער נישט קיין איין ווארט פון די אנטי חברה נאכדעם וואס מ'האט אויפגעוויזן אויף שווארץ און ווייס אז זיי זענען א באנדע שקרנים און בלאפערס אן קיין שום געפיל צו א צווייטע מענטש.

לעצטענס פאל איך אריין דא, שטופ איך שוין אביסל די צייט מיט ועם עקש תתפתל. אזאנע משוגעים
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

שעבאשנוט האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:צום לעצט, שטאפן אונזערע קינדער מיט די העפיטייטעס בי וואקסין איז א שרעקליכע עוולה. און די רעגירונג וואס זארגט זיך אזוי פאר אונזערע קינדער זאל עס מוחל זיין ארויסנעמען!

שטייצעך אויב האלטסטו אז וואקסין איז ממש סם המות

אבער היות די רעגירונג האלט אז סאיז נישט, איז ממש נישט קיין פראבלעם א איבעריגע שאט.

ס'איז נישט ריכטיג. זיי אליין שרייבן א ליסטע פון סייד עפעקטס און ס'איז אויך א דבר פשוט אז ס'שפילט ארום מיט די מענטש'ס סיסטעם. ס'איז זיכער מער מאסיוו ווי אנטיביאטיק וואס מ'געבט נישט פאר גארנישט. כאטש ס'איז נישט קיין סכנה, איז עס אבער עפעס וואס מ'נעמט נישט פאר ''פארוואס נישט''.

אפשר פאסט זיי פשוט נישט אז ביי אונז איז ב''ה נישט נוגע די וואקסינס און ביי זייערע געלערנטע עדיוקעישן פובליק סקול גרעדיועטס יא.
פארשפארט

צוריק צו “געזונטהייט”