תגובהדורך הערליך » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:53 pm
מ'האט מיך דא באשולדיגט אלס "שקרן גמור" "מאכט אויף מעשיות" "עס איז קיינמאל נישט געווען", איינער האט אפילו געשריבן "עלילת דם תשע"ט" וכו' וכו' וכו'.
איז קודם כל, האב איך א געוואלדיגע הנאה, אז די ניקס דא אויף אייוועלט כאטש לייקענען זיי אזא אומרעכט שטיין און ביין, כאטשיג אז איר וועט צוריקקוקן אין די פריערדיגע איבער 100 בלאט וועט איר טרעפן זייער אסאך סטעיטמענטס וואס שטימען מיט וואס איך האב געשריבן, ווי למשל דער וואס האט געשריבן אז "ער פארשטייט נישט פארוואס מען שטופט אפ א חתונה ווייל דער חתן האט מיזעלס", ער האט פשוט נישט פארשטאנען פארוואס דאס פעלט אויס, וכהנה וכהנה, איך קען נישט יעצט אדורכליינען נאכאמאל הונדערט בלאט, אבער ליינטס איבער און איך בין זיכער אז דא איז דא גענוג ניקס וואס האבן מער צייט ווי מיר און זיי וועלן קענען אפירזוכן די אלע שיינע סטעיטמענטס ווי מען האט אויסגעלאכט די מענטשן וואס האלטן אז מען דארפן זיך אבאכט געבן פון כאפן מיזעלס, זיי האבן נישט פארשטאנען בכלל וואס דער פראבלעם איז, פארוואס מען לאזט נישט די קינדער גיין אין חדר, פארוואס מען לאזט נישט געהעריג אנגיין מיטן לעבן.
אבער דאס איז נישט אלעס, איך האב דאך קלאר געשריבן אז איך בין געווען אינוואלווד אין א מוסד אין וויליאמסבורג, און איך האב געשריבן א מעשה וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן, ווי אויך וואס איך האב מיטגעהאלטן פון אנדערע מוסדות מיט וועם איך בין געווען אין 'טאטש', מיט אנדערע אדמיניסטראטורן פון אנדערע מוסדות, סיי אין וויליאמסבורג, סיי אין מאנסי, און סיי אין קרית יואל, וואס האבן מיר געזאגט די זעלבע זאך, אז עס איז דא מענטשן – נאכאמאל, עס איז אודאי נישט יעדער, און איך האב באמת הנאה אז דער עולם דא לייקנט עס, און שרייט אז עס איז אן עלילה, ווייל דאס ווייזט אז נישט יעדער איינער איז אזוי צודרייט. אבער עס איז דא מענטשן – וואס טוען עס בשיטה, מיט א שטארקייט.
בלויז דעם זומער, ווען אין מיין געגענט איז ארומגעגאנגען טשיקען פאקס, האט זיך מיין ב״ב געטאנעט מיט א שכינה א ווייבל וואס גיבט נישט קיין אימיוניזעישאנס און איר קינד האט געהאט הויעך טשיקען פאקס, און זי האט געוואלט שיקן דאס קינד געהעריג אין חדר, א קליין קינד, א דריי יעריגס, און איך דארף אייך נישט זאגען אז ווען אזא קינד קומט אן אין חדר מיינט עס אז די גאנצע חדר האט מארגן טשיקען פאקס.
אודאי און אודאי, אזוי ווי איך האב געזאגט אין די פריערדיגע תגובה: טשיקען פאקס איז נישט קיין סכנה בדרך כלל, מסתמא 99.9.9 איז עס נישט קיין סכנה, אבער צו שיקן א קינד אין חדר מיט טשיקען פאקס, איז פארט אן אומדערהערטע נידערטרעכטיגע איגנאראנץ אדער רשעות. דו ווייסט נישט וועלכע קינד דו גייסט אנשטעקן און עס קען חרוב גיין. פונקט ווי ווען דער מוסד זאגט אז מען זאל נישט שיקן קיין פינאטס, ווען עס איז דא א קינד וואס איז אלערגיש, שיקט מען נישט, אפילו עס שאדט נישט פאר 99.9.9 פון די פאפיולעישאן, די זעלבע זאך שיקט מען נישט קיין קינד – אונטער קיין שום אומשטענדן – אין חדר ווען מען האט אפילו א ספק ספיקא פון טשיקען פאקס אדער מיזעלס.
ב"ה מיין ב״ב האט קאנווינסד די שכינה אז מען שיקט נישט, און זי האט טאקע נישט געשיקט, אבער זי האט ממש נישט פארשטאנען (אדער זיך געמאכט ווי זי פארשטייט נישט) וואס מען רעדט, "וואס איז די פראבלעם? טשיקען פאקס איז א נארמאלע זאך! וואס וועט געשען? וועט עס א קינד כאפן, עס גייט דען עפעס געשען?"
ממילא, פאר מען שרייט "פעיקער עלילת דם", איז כדאי איבערצוטראכטן נאכאמאל, און זיך גוט אומקוקן, און זיך גוט גוט גוט קוקן אין שפיגל, און גוט אריינקוקן און זעהן צי עס איז טאקע אן עלילת דם.
דעם פארלאפענעם חנוכה, ווען די מיזעלס האט געהאמערט אין גרויסן (עס איז נאך יעצט נישט פארביי), איז געווען ביי אונז א משפחה חנוכה פארבענג, מען איז זיך צוזאמגעקומען, האב איך אין די משפחה איינע וואס האט עפעס א פראבלעם געהאט מיט א קינד וואס האט נישט גערעדט אזוי שנעל צו נישט געגאנגען אזוי שנעל, מען איז געגאנגען פאר עפעס טעראפי וכדומה, און יא, זי איז ב״ה אנגעקומען צו די ריכטיגע פרוי וואס פארשטייט בעסער פון אלע דאקטורים, און יענע האט איר קאנווינסד אז אלטערנאטיווע מעדעצין איז די וועג צו גיין.
און אז דער אויבערשטער האט נאך געהאלפן אז אפאר חדשים שפעטער האט עס אפילו געהאלפן אויך – אזוי ווי די מעשה מיטן בר מצוה בחור, ער זאגט אז די שטאט וואו ער האט געוואוינט ביז די צוועלף יאר, איז נישט קיין גוטע שטאט, 12 יאר האט ער געוואוינט דארטן און עס האט גארנישט געהאלפן. ער האט געמופט אין די נייע שטאט, און ביז 1 יאר איז ער שוין געווארן בר מצוה. דער שטאט איז א גוטע שטאט... – די זעלבע זאך איז געווען דארטן, דאס קינד איז ב"ה עלטער געווארן, און נאך אפאר חדשים גיין צו די נייע טעראפי, האט דאס קינד ב"ה אנגעהויבן בעסער ווערן. מער האט נישט געפעלט, זי איז געווארן אנטי-וואקסין, מ'גיבט נישט קיין וואקסינען.
איך ווייס נישט אויב זיי געבן נישט בשיטה, צי פשוט זיי האבן באקומען א שרעק פון געבן אלזא שטופט מען אפ, איך קען נישט די פונקטליכע דעטאלן, איך האב עס קיינמאל נישט דורכגעטוהן מיט זיי, ווייל איך זוך נישט.. איך בין נישט קיין מיסיאנער אז מען זאל געבן וואקסינען, איך בין נישט קיין דאקטער, איך קען נישט די נושא אזוי גוט איך זאל קענען זאגען, איך ווייס נאר אז איך גיי נאך "קאמאן סענס", טאמער די גאנצע מעדיקל אינדוסטרי זאגט א זאך, און אפאר אלטערנאטיווע מעדעצין מענטשן זאגען עפעס אנדערש, מיין שכל זאגט אז יענע וועג דארף מען גיין.
עכ"פ, דארט האט א קינד געכאפט מיזעלס, און עס האט נישט געדויערט לאנג און די גאנצע משפחה האט עס געהאט. ווען עס איז געקומען צו די חנוכה פארטי, הער איך אז זיי קומען! זיי האבן אינדערהיים קינדער מיט הויך פיבער מיט מיזעלס, אבער זיי קומען מיט די קינדער!
האב איך געזאגט פאר די עלטערן זייער זייער שיין מיט גרויס דרך ארץ אז "איך וואלט זייער שטארק געוואלט קומען צו די חנוכה מסיבה, אבער איך האב א קליין קינד און איך זארג מיך פאר זיין געזונט". איך האב נישט קיין פראבלעם אז יענער קומט, אבער זיי זאלן פארשטיין אז אויב יענער קומט מיינט דאס אז איך קום נישט. נישט חלילה אויף קיין שום נעגאטיווע וועג, געזונטערהייט, איך האב נישט קיין טענות. איך קום נישט מיט מיינע קינדער און פארטיג.
מען האט מיך ב״ה זייער גוט פארשטאנען, און מען האט מיר פארזיכערט אז מען וועט מאכן זיכער אז מען קומט נישט מיט קינדער וואס האבן איצט מיזעלס, אז די קינדער פילן נישט גוט קען מען נישט קומען.
שוין, מיינע קינדער זענען געווען זייער עקסייטעד, גאנץ שבת האט מען שוין גערעדט "מען גייט פארן צו באבי". ממש ווען מען איז שוין געזעסן אין קאר הער מיר אז די חברה זענען געהעריג אויפן וועג.
איך האב גראד געזאגט פאר די קינדער "מיר בלייבן אינדערהיים!"
די ווייטאג, און די כעס, איז געווען געוואלדיג גרויס, די קינדער זענען געווען אנגעווייטאגט, מען האט געוויינט. בקיצור, איך רוף אן און איך פרעג "מה הפשט? איך האב געמיינט אז מען האט עפעס אפגעשמועסט, וואס איז די מעשה?". קיינער האט נישט געהאט קיין תירץ פאר מיר, מען האט טאקע געהאט אפגעשמועסט אז מען קומט נישט און למעשה... פייפט מען זיך אריין, און מען האט זיך אריינגעזעצט אין קאר מיט די קינדער "ויסעו". מיזעלס, שמיזעלס, מ'גייט, א פארטי! דארט גייט זיין ווייסעך וויפיל קינדער, אבער מ'פארט! זאל זיין! יא אנשטעקן, נישט אנשטעקן, ווער קעירט?
איך ווייס נישט אויב זיי האבן עס געטוהן בכוונה, איך ווייס נישט אויב זיי האבן פלעין געוואלט קומען צו די פארטי און זיי האט געהאלטן אז מיזעלס איז נישט געפערליך, צו זיי האלטן אז מיזעלס איז גאר געזונט און מען דארף יעדן מזכה זיין דערמיט, איך האב נישט קיין אנונג, אבער אזעלכע מעשיות האלטן אין איין געשען. מענטשן טוען נישט אזוי ווי אונזערע זיידעס און עלטער זיידעס האבן געטוהן ווען מען האט געהאט מיזעלס, אז מען האט איינגעשפארט די קינדער און מען האט מיט אחריות גמורה געמאכט זיכער אז קיינער כאפט עס נישט אריבער, ניין, מ'דרייט זיך אין די פאפיולעישאן און ס'שפרייט זיך און ס'שפרייט זיך און ס'שפרייט זיך, און מען איז נאך אלץ נישט פטור דערפון, עס גייט שוין אן זייט ימים טובים.
און פריער אדער שפעטער גייט ווערן אנגעשטעקט איינער וואס האט עס נישט געדארפט באקומען, השי״ת זאל אונז אפהיטן, און איך האב זייער ליב צו הערן די טענה פון מענטשן "מען קען עס כאפן פון איינער וואס האט באקומען אימיוניזעישאן, וויאזוי ווייסטו אז עס איז געקומען פון איינער וואס האט מיזעלס". זאג נאר, פארוואס האב איך נישט געהערט פון קיין מיזעלס ביז שמחת תורה? קוק אויף די היסטאריע, זינט יאר 2000 למספרם, וויפיל מיזעלס קעיסעס איז געווען אין גאנץ אמעריקע? פלוצלינג איז דא מיזעלס. עס איז אנגעקומען איינער פון ארץ ישראל מיט מיזעלס, און עס דרייט זיך און דרייט זיך און דרייט זיך.
"ניין, עס קומט פון איינעם וואס האט באקומען א שאט"... נו, פארוואס פאר צוויי יאר צוריק און דריי יאר צוריק, און פיר-פינף-זעקס, די לעצטע צוואנציג יאר אין אמעריקע איז נישט געווען אזא אויסברוך אזוי ווי עס איז דא יעצט? פארוואס איז נישט געווען? מען האט דען נישט געגעבן קיין שאטס דעמאלטס? מ'דארף דאך עס כאפן פון איינער וואס באקומט א שאט, ניין?
אזאנע נארישקייטן וואס מענטשן ברענגען ארויס און רעדן צוזאם, נאר איינער וואס גלויבט אין נארישקייטן גלייבט נארישקייטן. נארישקייטן קלעבט צו נארישקייטן. א מענטש קומט אן מיט אן אפגעמאכטע מיינד אז דאס איז עס, און ער הערט נאר שטודיעס וואס ער וויל הערן, ער הערט נישט וואס ער וויל נישט הערן, ער הערט נאר בעלי דרשנים וואס האלטן ווי אים, ווער עס האלט ווי אים ווערט א צדיק, א רשכבה"ג און א פארשטייער און א ריסוירטשער און א פארשטענדליכער, ווער עס האלט פארקערט ווי אים ווייסט נישט וואס ער רעדט, איז אן עם הארץ דאורייתא ודרבנן, און שוין. און איך דארף גלייבן יעדעס ווארט וואס זיי זאגען.