איר זעהט אדער א שקרן אדער אן אינו יודע. מיזעלס קען גאר ערנסט שעדיגן אומגעבוירענע קינדער, קען ערנסט שעדיגן פרויען אין אנדערע אומשטענדן, און קען ערנסט שעדיגן אדער הרג'ענען פיצלעך אדער אנדערע מיט אפגעשוואכט אימיון סיסטעמס (צב''ש נאך יענע מעשה ה''י). פעדלען אז מיזעלס איז ווי א קאולד איז רציחה!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
דעריבער געב נישט קיין שאט'ס, וועט מען דאס באקומען אין די יונגע יארן, ווי דער רבוש"ע האט אנגעשטעלט אין די וועלט (אזוי ווי טשיקען פאק'ס), און מענטשן וואס באקומען דאס אלץ קינד באקומען דאס נישט נאכאמאל (משא"כ ווען מ'באקומט די שאט'ס), און דעמאלט'ס וועט אלעס זיין מסודר בעז"ה
געבט מען שאט'ס, וואס איז גורם אז מ'קען דאס באקומען אין די הויכע זמנים, און ס'קען שעדיגן מאמע'ס און נוצר'ס וכדו', מכאן עוד ראיה ווי שעדליך שאט'ס איז, אנשטאט זיך צו פרעטעקטן ווי אזוי דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, ניצט מען אייגן געמאכטע זאכן, און די תוצאות זענען שעדליך.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
שמו האט געשריבן:מכאן עוד ראיה ווי שעדליך שאט'ס איז, אנשטאט זיך צו פרעטעקטן ווי אזוי דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, ניצט מען אייגן געמאכטע זאכן, און די תוצאות זענען שעדליך.
כנ''ל, דאס איז הוילע בלאף.
אין סך הכל: בנוגע אימיוניזעישאן זענען שאטס גענוי די זעלבע ווירקזאם ווי האבן מיזעלס. בנוגע שעדיגן פרויען און קינדער, שאטס האלטן אפ די קרענק פון זיך פארשפרייטן וואס מאכט פיל קלענערע די שאנסן אז זיי זאלן דאס איבערכאפן, בעת וואס ג'יין נאטירליך גיבט א מקום פאר די מחלה זיך צו פארשפרייטן און שטעלט דערמיט אין סכנה די אויבנדערמאנטע.
----- שיער פארגעסן: #סוף האמת לנצח #בעזהשי''ת
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
איז קודם כל, האב איך א געוואלדיגע הנאה, אז די ניקס דא אויף אייוועלט כאטש לייקענען זיי אזא אומרעכט שטיין און ביין, כאטשיג אז איר וועט צוריקקוקן אין די פריערדיגע איבער 100 בלאט וועט איר טרעפן זייער אסאך סטעיטמענטס וואס שטימען מיט וואס איך האב געשריבן, ווי למשל דער וואס האט געשריבן אז "ער פארשטייט נישט פארוואס מען שטופט אפ א חתונה ווייל דער חתן האט מיזעלס", ער האט פשוט נישט פארשטאנען פארוואס דאס פעלט אויס, וכהנה וכהנה, איך קען נישט יעצט אדורכליינען נאכאמאל הונדערט בלאט, אבער ליינטס איבער און איך בין זיכער אז דא איז דא גענוג ניקס וואס האבן מער צייט ווי מיר און זיי וועלן קענען אפירזוכן די אלע שיינע סטעיטמענטס ווי מען האט אויסגעלאכט די מענטשן וואס האלטן אז מען דארפן זיך אבאכט געבן פון כאפן מיזעלס, זיי האבן נישט פארשטאנען בכלל וואס דער פראבלעם איז, פארוואס מען לאזט נישט די קינדער גיין אין חדר, פארוואס מען לאזט נישט געהעריג אנגיין מיטן לעבן.
אבער דאס איז נישט אלעס, איך האב דאך קלאר געשריבן אז איך בין געווען אינוואלווד אין א מוסד אין וויליאמסבורג, און איך האב געשריבן א מעשה וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן, ווי אויך וואס איך האב מיטגעהאלטן פון אנדערע מוסדות מיט וועם איך בין געווען אין 'טאטש', מיט אנדערע אדמיניסטראטורן פון אנדערע מוסדות, סיי אין וויליאמסבורג, סיי אין מאנסי, און סיי אין קרית יואל, וואס האבן מיר געזאגט די זעלבע זאך, אז עס איז דא מענטשן – נאכאמאל, עס איז אודאי נישט יעדער, און איך האב באמת הנאה אז דער עולם דא לייקנט עס, און שרייט אז עס איז אן עלילה, ווייל דאס ווייזט אז נישט יעדער איינער איז אזוי צודרייט. אבער עס איז דא מענטשן – וואס טוען עס בשיטה, מיט א שטארקייט.
בלויז דעם זומער, ווען אין מיין געגענט איז ארומגעגאנגען טשיקען פאקס, האט זיך מיין ב״ב געטאנעט מיט א שכינה א ווייבל וואס גיבט נישט קיין אימיוניזעישאנס און איר קינד האט געהאט הויעך טשיקען פאקס, און זי האט געוואלט שיקן דאס קינד געהעריג אין חדר, א קליין קינד, א דריי יעריגס, און איך דארף אייך נישט זאגען אז ווען אזא קינד קומט אן אין חדר מיינט עס אז די גאנצע חדר האט מארגן טשיקען פאקס.
אודאי און אודאי, אזוי ווי איך האב געזאגט אין די פריערדיגע תגובה: טשיקען פאקס איז נישט קיין סכנה בדרך כלל, מסתמא 99.9.9 איז עס נישט קיין סכנה, אבער צו שיקן א קינד אין חדר מיט טשיקען פאקס, איז פארט אן אומדערהערטע נידערטרעכטיגע איגנאראנץ אדער רשעות. דו ווייסט נישט וועלכע קינד דו גייסט אנשטעקן און עס קען חרוב גיין. פונקט ווי ווען דער מוסד זאגט אז מען זאל נישט שיקן קיין פינאטס, ווען עס איז דא א קינד וואס איז אלערגיש, שיקט מען נישט, אפילו עס שאדט נישט פאר 99.9.9 פון די פאפיולעישאן, די זעלבע זאך שיקט מען נישט קיין קינד – אונטער קיין שום אומשטענדן – אין חדר ווען מען האט אפילו א ספק ספיקא פון טשיקען פאקס אדער מיזעלס.
ממילא, פאר מען שרייט "פעיקער עלילת דם", איז כדאי איבערצוטראכטן נאכאמאל, און זיך גוט אומקוקן, און זיך גוט גוט גוט קוקן אין שפיגל, און גוט אריינקוקן און זעהן צי עס איז טאקע אן עלילת דם.
דעם פארלאפענעם חנוכה, ווען די מיזעלס האט געהאמערט אין גרויסן (עס איז נאך יעצט נישט פארביי), איז געווען ביי אונז א משפחה חנוכה פארבענג, מען איז זיך צוזאמגעקומען, האב איך אין די משפחה איינע וואס האט עפעס א פראבלעם געהאט מיט א קינד וואס האט נישט גערעדט אזוי שנעל צו נישט געגאנגען אזוי שנעל, מען איז געגאנגען פאר עפעס טעראפי וכדומה, און יא, זי איז ב״ה אנגעקומען צו די ריכטיגע פרוי וואס פארשטייט בעסער פון אלע דאקטורים, און יענע האט איר קאנווינסד אז אלטערנאטיווע מעדעצין איז די וועג צו גיין.
און אז דער אויבערשטער האט נאך געהאלפן אז אפאר חדשים שפעטער האט עס אפילו געהאלפן אויך – אזוי ווי די מעשה מיטן בר מצוה בחור, ער זאגט אז די שטאט וואו ער האט געוואוינט ביז די צוועלף יאר, איז נישט קיין גוטע שטאט, 12 יאר האט ער געוואוינט דארטן און עס האט גארנישט געהאלפן. ער האט געמופט אין די נייע שטאט, און ביז 1 יאר איז ער שוין געווארן בר מצוה. דער שטאט איז א גוטע שטאט... – די זעלבע זאך איז געווען דארטן, דאס קינד איז ב"ה עלטער געווארן, און נאך אפאר חדשים גיין צו די נייע טעראפי, האט דאס קינד ב"ה אנגעהויבן בעסער ווערן. מער האט נישט געפעלט, זי איז געווארן אנטי-וואקסין, מ'גיבט נישט קיין וואקסינען.
איך ווייס נישט אויב זיי געבן נישט בשיטה, צי פשוט זיי האבן באקומען א שרעק פון געבן אלזא שטופט מען אפ, איך קען נישט די פונקטליכע דעטאלן, איך האב עס קיינמאל נישט דורכגעטוהן מיט זיי, ווייל איך זוך נישט.. איך בין נישט קיין מיסיאנער אז מען זאל געבן וואקסינען, איך בין נישט קיין דאקטער, איך קען נישט די נושא אזוי גוט איך זאל קענען זאגען, איך ווייס נאר אז איך גיי נאך "קאמאן סענס", טאמער די גאנצע מעדיקל אינדוסטרי זאגט א זאך, און אפאר אלטערנאטיווע מעדעצין מענטשן זאגען עפעס אנדערש, מיין שכל זאגט אז יענע וועג דארף מען גיין.
עכ"פ, דארט האט א קינד געכאפט מיזעלס, און עס האט נישט געדויערט לאנג און די גאנצע משפחה האט עס געהאט. ווען עס איז געקומען צו די חנוכה פארטי, הער איך אז זיי קומען! זיי האבן אינדערהיים קינדער מיט הויך פיבער מיט מיזעלס, אבער זיי קומען מיט די קינדער!
האב איך געזאגט פאר די עלטערן זייער זייער שיין מיט גרויס דרך ארץ אז "איך וואלט זייער שטארק געוואלט קומען צו די חנוכה מסיבה, אבער איך האב א קליין קינד און איך זארג מיך פאר זיין געזונט". איך האב נישט קיין פראבלעם אז יענער קומט, אבער זיי זאלן פארשטיין אז אויב יענער קומט מיינט דאס אז איך קום נישט. נישט חלילה אויף קיין שום נעגאטיווע וועג, געזונטערהייט, איך האב נישט קיין טענות. איך קום נישט מיט מיינע קינדער און פארטיג.
מען האט מיך ב״ה זייער גוט פארשטאנען, און מען האט מיר פארזיכערט אז מען וועט מאכן זיכער אז מען קומט נישט מיט קינדער וואס האבן איצט מיזעלס, אז די קינדער פילן נישט גוט קען מען נישט קומען.
שוין, מיינע קינדער זענען געווען זייער עקסייטעד, גאנץ שבת האט מען שוין גערעדט "מען גייט פארן צו באבי". ממש ווען מען איז שוין געזעסן אין קאר הער מיר אז די חברה זענען געהעריג אויפן וועג.
איך האב גראד געזאגט פאר די קינדער "מיר בלייבן אינדערהיים!"
די ווייטאג, און די כעס, איז געווען געוואלדיג גרויס, די קינדער זענען געווען אנגעווייטאגט, מען האט געוויינט. בקיצור, איך רוף אן און איך פרעג "מה הפשט? איך האב געמיינט אז מען האט עפעס אפגעשמועסט, וואס איז די מעשה?". קיינער האט נישט געהאט קיין תירץ פאר מיר, מען האט טאקע געהאט אפגעשמועסט אז מען קומט נישט און למעשה... פייפט מען זיך אריין, און מען האט זיך אריינגעזעצט אין קאר מיט די קינדער "ויסעו". מיזעלס, שמיזעלס, מ'גייט, א פארטי! דארט גייט זיין ווייסעך וויפיל קינדער, אבער מ'פארט! זאל זיין! יא אנשטעקן, נישט אנשטעקן, ווער קעירט?
איך ווייס נישט אויב זיי האבן עס געטוהן בכוונה, איך ווייס נישט אויב זיי האבן פלעין געוואלט קומען צו די פארטי און זיי האט געהאלטן אז מיזעלס איז נישט געפערליך, צו זיי האלטן אז מיזעלס איז גאר געזונט און מען דארף יעדן מזכה זיין דערמיט, איך האב נישט קיין אנונג, אבער אזעלכע מעשיות האלטן אין איין געשען. מענטשן טוען נישט אזוי ווי אונזערע זיידעס און עלטער זיידעס האבן געטוהן ווען מען האט געהאט מיזעלס, אז מען האט איינגעשפארט די קינדער און מען האט מיט אחריות גמורה געמאכט זיכער אז קיינער כאפט עס נישט אריבער, ניין, מ'דרייט זיך אין די פאפיולעישאן און ס'שפרייט זיך און ס'שפרייט זיך און ס'שפרייט זיך, און מען איז נאך אלץ נישט פטור דערפון, עס גייט שוין אן זייט ימים טובים.
און פריער אדער שפעטער גייט ווערן אנגעשטעקט איינער וואס האט עס נישט געדארפט באקומען, השי״ת זאל אונז אפהיטן, און איך האב זייער ליב צו הערן די טענה פון מענטשן "מען קען עס כאפן פון איינער וואס האט באקומען אימיוניזעישאן, וויאזוי ווייסטו אז עס איז געקומען פון איינער וואס האט מיזעלס". זאג נאר, פארוואס האב איך נישט געהערט פון קיין מיזעלס ביז שמחת תורה? קוק אויף די היסטאריע, זינט יאר 2000 למספרם, וויפיל מיזעלס קעיסעס איז געווען אין גאנץ אמעריקע? פלוצלינג איז דא מיזעלס. עס איז אנגעקומען איינער פון ארץ ישראל מיט מיזעלס, און עס דרייט זיך און דרייט זיך און דרייט זיך.
יעצט איז שוין 5 זייטן ווייטער פון מיין ארגאנילע תגובה, און די אלע דעמאגאגער מיט די גרויסע מויל האבן נאך אלס נישט מצליח געווען צו אויפקומען מיט עפעס....
#_פארשטענדליך
געוואלדיג האט געשריבן:צוויי פעידזשעס שפעטער, און די כלל ישראל פארזארגער האבן נאך אלס נישט געטראפן קיין תשובות, איך ווייס, עס איז שווער צו אויפקומען מיט עפעס, און א וויש מיט די האנט זעהט מען נישט דורך די סקרין
געוואלדיג האט געשריבן:איך לייג עס איבער, ווייל איך האב דערוויל נאך נישט ערהאלטן קיין תשובות.....
געוואלדיג האט געשריבן:מען איז פארפארן צו דעמאגאגיע, לאמיר צוריק גיין צום נושא
ווען מען באשולדיגט די עלטערן וואס געבן נישט וואקסינען אז / זיי האבן נישט ליב זייערע קינדער / קאנספיראטארן / שונאי ישראל / פאנאטיקער / דעמאגאגן וכ'ו וכו'
לאמיר פרעגן איינצעלנע שאלות:
האט מען אמאל אין די צענדליגער יארן וואס וואקסינען זענען שוין פארשפרייט געפארשט די אפעקטיווקייט דערפון און די זיכערהייט דערפון "פאר עטליכע יאר" אזוי ווי מעדיצין?
פארוואס ווען די iom זאגט אין ענדע פון זייער רעפארט אז עס איז נישט אויפגעוויזן געווארן צו וואקסינען ברענגט יא אדער נישט אטיזעם, שרייבט די cdc אז עס איז קלאר אויפגעוויזן געווארן אז עס ברענגט נישט אטיזעם און זיי צייכענען צו אלס מקור די זעלבע סטאדי וואס זאגט אז עס איז נישט קלאר צו יא אדער ניין?
פארוואס אויב די רעגירונג קארט אליין האט שוין באשטעטיגט מיליאנען פאר אויטיזם געשעדיגטע דהיינו עס איז איבערגעוויזן געווארן דארט אין קארט אז די אטיזם איז געקומען פון א וואקסין, וויאזוי קען די רעגירונג cdc זאגן אז וואקסינען קענען נישט ברענגען אטיזם?
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אהיים שיקן אום וואקסינירטע קינדער וואס איז עפ"י הוראת די העלט דעפארטמענט לאור בקשת עשקני דורינו. און נישט פון דעם רעד איך
איך רעד פון די פאלשע רשעות'דיגע עלילה פון @הערליך אז עלטערן שיקן אין חדר ביודעין קינדער מיט מיעזעלס
דאס איז א פאלשע עלילה! ס'גראדע נישט רשעות'דיג און ווען די העלט דעפארטמענט טוט ווען נישט איר ארבעט צו באשיצן אונזער עולם וואלטן מיר געדארפט איבערדרייען א וועלט, אבער פארוואס מעגסטו יא ווארפן באשולדיגונגען - וואס זענען לשיטתך בארבאריש - אן די מינדעסטע האפט אויף געטרייע עסקנים? האבן די אנטי וואקסין העצער רעזערווירט די אויסשליסליכע רעכטן צו מאכן עלילות דם?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
דעריבער געב נישט קיין שאט'ס, וועט מען דאס באקומען אין די יונגע יארן, ווי דער רבוש"ע האט אנגעשטעלט אין די וועלט (אזוי ווי טשיקען פאק'ס), און מענטשן וואס באקומען דאס אלץ קינד באקומען דאס נישט נאכאמאל (משא"כ ווען מ'באקומט די שאט'ס), און דעמאלט'ס וועט אלעס זיין מסודר בעז"ה
געבט מען שאט'ס, וואס איז גורם אז מ'קען דאס באקומען אין די הויכע זמנים, און ס'קען שעדיגן מאמע'ס און נוצר'ס וכדו', מכאן עוד ראיה ווי שעדליך שאט'ס איז, אנשטאט זיך צו פרעטעקטן ווי אזוי דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, ניצט מען אייגן געמאכטע זאכן, און די תוצאות זענען שעדליך.
דערמאנסט מיך פון די מעשה אז איינער איז געפארען 20 מייל העכער די ספיד למיט, און אראפגעקלאפט און שווער געשעדיגט א מענטש, דערנאך האט ער זיך אויסגעדריקט פאר זיין חבר א שאד איך בין נישט געפארען 30 מייל העכער די ספיד למיט, האט איהם זיין חבר געפרעגט מה פשט? האט ער גע'ענפערט אז ווען איך פאר ווען 30 מייל העכער די ספיד למיט, וואלט די מענטש וואס איך האב אראפגעקלאפט נאך נישט דארט געוועהן...
געוואלדיג האט געשריבן:יעצט איז שוין 5 זייטן ווייטער פון מיין ארגאנילע תגובה, און די אלע דעמאגאגער מיט די גרויסע מויל האבן נאך אלס נישט מצליח געווען צו אויפקומען מיט עפעס....
#_פארשטענדליך
געוואלדיג האט געשריבן:צוויי פעידזשעס שפעטער, און די כלל ישראל פארזארגער האבן נאך אלס נישט געטראפן קיין תשובות, איך ווייס, עס איז שווער צו אויפקומען מיט עפעס, און א וויש מיט די האנט זעהט מען נישט דורך די סקרין
געוואלדיג האט געשריבן:איך לייג עס איבער, ווייל איך האב דערוויל נאך נישט ערהאלטן קיין תשובות.....
געוואלדיג האט געשריבן:מען איז פארפארן צו דעמאגאגיע, לאמיר צוריק גיין צום נושא
ווען מען באשולדיגט די עלטערן וואס געבן נישט וואקסינען אז / זיי האבן נישט ליב זייערע קינדער / קאנספיראטארן / שונאי ישראל / פאנאטיקער / דעמאגאגן וכ'ו וכו'
לאמיר פרעגן איינצעלנע שאלות:
האט מען אמאל אין די צענדליגער יארן וואס וואקסינען זענען שוין פארשפרייט געפארשט די אפעקטיווקייט דערפון און די זיכערהייט דערפון "פאר עטליכע יאר" אזוי ווי מעדיצין?
פארוואס ווען די iom זאגט אין ענדע פון זייער רעפארט אז עס איז נישט אויפגעוויזן געווארן צו וואקסינען ברענגט יא אדער נישט אטיזעם, שרייבט די cdc אז עס איז קלאר אויפגעוויזן געווארן אז עס ברענגט נישט אטיזעם און זיי צייכענען צו אלס מקור די זעלבע סטאדי וואס זאגט אז עס איז נישט קלאר צו יא אדער ניין?
פארוואס אויב די רעגירונג קארט אליין האט שוין באשטעטיגט מיליאנען פאר אויטיזם געשעדיגטע דהיינו עס איז איבערגעוויזן געווארן דארט אין קארט אז די אטיזם איז געקומען פון א וואקסין, וויאזוי קען די רעגירונג cdc זאגן אז וואקסינען קענען נישט ברענגען אטיזם?
די ווילסט וויסן פארוואס מען ענטפערט דיך נישט? דיינע אלע קושיות זענען שוין דורכגעשמועסט געווארען אין די הונדרעט דרייסיג בלאט, קיינער האט נישט קיין כח נאכאמאל און נאכאמאל איבער צו חזר'ן די זעלבע זאך.
א שאד יעדע ווארט, שולדיג און אלעם איז דער אבאמא מיט זיין פארשאלטענע גאווערמענט וואס ארבעטן צוזאמן צו מאכן דעט פענעלס צו הארגענען יונג און אלט רח"ל, כיודע לשומעים בטאלק שאוס ואכמ"ל. נישט גענוג וואס דער קעניא אפשטאמיגער האט געמאכט די פארשאלטענע אבאמא קעיר וויל ער יעצט געבן שאטס צו ברעינוואשן אונזערע מוחות רח"ל און כדאי די וועלט זאל נישט שטורמען פארפירט ער וועגן גלאבעל ווארמינג, וואס איז שוין היינט ברייט באקאנט אלס א קאווער אף אויף די נאצישע פלענער וואס דער אראבער דרייט אן. כלל ישראל רופט אויס היה לא תהיה!! פאר קומענדיגע באריכטן דריקט צוויי א גוטע נאכט און שמחת פורים.
יעדע נאכט וועט זיין א לייוו תהילים קאנפרענס אנגעפירט דורך רעביצין שרה פעילין, ביים ענדע וועט זיין די געלעיגנהייט צו קויפן די נייע נאטירליכע שכל טאבלעטען. פועלט אלעס גוטס
געוואלדיג האט געשריבן:יעצט איז שוין 5 זייטן ווייטער פון מיין ארגאנילע תגובה, און די אלע דעמאגאגער מיט די גרויסע מויל האבן נאך אלס נישט מצליח געווען צו אויפקומען מיט עפעס....
#_פארשטענדליך
געוואלדיג האט געשריבן:צוויי פעידזשעס שפעטער, און די כלל ישראל פארזארגער האבן נאך אלס נישט געטראפן קיין תשובות, איך ווייס, עס איז שווער צו אויפקומען מיט עפעס, און א וויש מיט די האנט זעהט מען נישט דורך די סקרין
געוואלדיג האט געשריבן:איך לייג עס איבער, ווייל איך האב דערוויל נאך נישט ערהאלטן קיין תשובות.....
געוואלדיג האט געשריבן:מען איז פארפארן צו דעמאגאגיע, לאמיר צוריק גיין צום נושא
ווען מען באשולדיגט די עלטערן וואס געבן נישט וואקסינען אז / זיי האבן נישט ליב זייערע קינדער / קאנספיראטארן / שונאי ישראל / פאנאטיקער / דעמאגאגן וכ'ו וכו'
לאמיר פרעגן איינצעלנע שאלות:
האט מען אמאל אין די צענדליגער יארן וואס וואקסינען זענען שוין פארשפרייט געפארשט די אפעקטיווקייט דערפון און די זיכערהייט דערפון "פאר עטליכע יאר" אזוי ווי מעדיצין?
פארוואס ווען די iom זאגט אין ענדע פון זייער רעפארט אז עס איז נישט אויפגעוויזן געווארן צו וואקסינען ברענגט יא אדער נישט אטיזעם, שרייבט די cdc אז עס איז קלאר אויפגעוויזן געווארן אז עס ברענגט נישט אטיזעם און זיי צייכענען צו אלס מקור די זעלבע סטאדי וואס זאגט אז עס איז נישט קלאר צו יא אדער ניין?
פארוואס אויב די רעגירונג קארט אליין האט שוין באשטעטיגט מיליאנען פאר אויטיזם געשעדיגטע, וויאזוי קען די רעגירונג cdc זאגן אז וואקסינען קענען נישט ברענגען אטיזם?
די ווילסט וויסן פארוואס מען ענטפערט דיך נישט? דיינע אלע קושיות זענען שוין דורכגעשמועסט געווארען אין די הונדרעט דרייסיג בלאט, קיינער האט נישט קיין כח נאכאמאל און נאכאמאל איבער צו חזר'ן די זעלבע זאך.
אפשר וואלט מעגליך געווען צו צו צייכענען דעם מראה מקום צו די תשובות?.. ווייל איך קען עס נישט טרעפן.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain קרעדיט: די PEACH מאגאזין.
פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקטדא
תוספות האט געשריבן:איז דיין עיקר טענה איז, אז עס איז דא א מארקעט פאורס פון דאקטוירים וואס זוכן דוקא מער זיכערערע וואקסינען.
איז איך האב דיר געברענגט א דאקטער וואס טענה'עט אז דאקטוירים קוקן נישט אויף אזעלכע זאכן. טענה'עסטו אז זי איז די איינציגסטע.
איז ברענג דו מיר זיי מוחל כאטש איין דאקטער וואס זאל זאגן אז ער וועלט זיך פון צווישן די וואקסינען וועלכע עס איז מער זיכער. דעמאלטס וועסטו קענען טענה'ען אז דיין טענה איז א גילטיגע טענה.
איך גיי נישט ארומלויפן משוגע מאכן דאקטורים פרעגן אויף וואס זיי מאכען זייער דיסעשינס אבער דאס ווייס איך יא אז די וועקסין Menomune האט מען אויף געהערט פרודיצערין ווייל עס איז ארויס געקומען נייערע און סעיפער וואקסינס, פרעג איך דיר, ווער מיינסטו האט געמאכט אז קיינער זאל מער נישט קויפן Menomune, איי וועלט ניקס אדער דאקטורים?
Menomune איז אראפ פון די מארקעט ווייל עלטערע מענטשן זענען נישט אינטערעסירט אין א מענעדזשייטיס וואקסין געווענדליך, במילא האט זיך עס נישט געלוינט צו פראדוצירן.
און בכלל רוב וואקסינען וועלכע זענען אראפ פון די מארקעט האבן געהאט די זעלבע סיבה, וויבאלד עס האט פשוט נישט געלוינט די פראדוקציע. חוץ דער DTP וואס האט באקומען היץ אין די גאנצע וועלט וועגן די שעדליכקייט דערפון, האבן זיי אין 1996 דאכט זיך מיר פראדוצירט דעם DTaP אנשטאט דעם. ווי אויך ראטעוויירוס מיט ליים דעזיס זענען געווען צו שעדליך האט מען עס גע'אסר'ט. ראטעוויירוס איז ארויסגעקומען שפעטער א אנדערע.
אבער עס איז נישט בנמצא א וואקסין פון א געוויסע קאמפאני וואס איז ארויס פון ביזנעס ווייל דאקטוירים האבן ענדערשער גענוצט וואקסינען פון א אנדערע קאמפאני ווייל יענץ איז מער סעיף.
לאמיר דיר מסביר זיין פארוואס דאס איז א שגץ שטיק, ער זאגט אז אן סוען איז נישט דא קיין סיבה בעסער צו מאכן וואקסינען, זי זאגט אז אן קאמפיטישען איז נישט דא קיין סיבה צו מאכן וואקסינען, ער שניידט ארויס א שורה כדי ס'זאל משמע זיין אז זי זאגט די זעלבע זאך ווי ער. איי וועסטו פרעגען זי זאגט דאך אז די עצה פאר דעם איז סוען? יא דאס איז די לאטע נישט די לאך, איי וועסטו פרעגען למאי נפקא מינה? גאנץ פשוט אויב מארגען וועט זיין אן אנטי טראסט קעגען מערק, און מען וועט עס צוטיילען אויף זעקס, וועט זי זאגן היינט דארף מען שוין נישט צוקומען צו סוען, משא"כ וואס ער זאגט איז אז מען וועט אלעמאל מוזן צוקומען צו סוען.
האסט געברענגט מורא'דיג א גוטע משל פון א לאטע מיט א לאך, לאמיר ווייטער גיין מיט דעם משל.
איז ווען דו פארטיפסט דיך אין אירע ווערטער, קומט אויס אז זי זאגט אזוי, עס איז דא דא א לאך ווייל די רעגירונג קוקט נישט נאך די קאמפאניס, וואס דאס וואלט צוגעברענגט אז זיי זאלן עס מאכן מער סעיף און אויב זיי מאכן עס נישט סעיף וואלט מען ווען געוואוסט דערפון. יעצט קאמפעטישאן וואלט ווען געקענט לייגן א לאטע, און עס איז נישטא. בלייב מיר מיטן שטערקסטן לאטע פון סוען, אבער דאס איז אויך נישטא. סיי ווייל די רעגירונג קוקט זיי נישט נאך און מען קען עס נישט אויפווייזן און קאורט, און סיי ווייל מען קען זיי נישט רופן אין קאורט.
און היות ער וויל דאך ארויסברענגען אז עס פעלט דא דער שטערקסטער לאטע פון סוען, האט ער נישט געפילט פאר וויכטיג אריינצוברענגען דא די בדרך אפשר'דיגע לאטע. וואס דו אליינס ביזט מודה אז עס וואלט ווען נאר אפשר געשען ווען מערק צוטיילט זיך אויף זעקס.
חוץ המעשה וואס עס איז נישט געשען קיין גרויסער שינוי אין וואקסין קאמפאניס פון 11' ביז היינט, אז דו זאלסט בכלל קענען טענה'ען אז יעצט איז דא מער קאמפעטישאן.
במילא אפילו ער ברענגט ווען אראפ די שורה פון קאמפעטישאן וואלט דאך דאס בכלל נישט אים אפגעפרעגט, ער האט פשוט נישט געפילט פאר וויכטיג צו צומישן דעם ליינער.
Waukesha האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן: און די פאראגראף וואס שטייט פון די FDA קומט לפי ראות עיני זייער גוט אריין. וויבאלד ער וויל דאך ארויסברענגען אז קיינער קוקט זיי נישט נאך פאר סעיפטי, וואס ווען איינער וואלט נאכגעקוקט וואס זיי טוען, וואלט מען דאך געקענט נוצן די באווייזן זיי אנצוקלאגן.
גראדע זאגט זי פונקט פארקערט, אויב די FDA וואלט נאכגעקוקט וואלט מען נישט געדארפט צוקומען צו סוען.
דו זאגסט פונקט ווי מיר, נאר די אנדערע זייט פון די מטבע. ווען זיי וואלטן נאכגעקוקט וואלטן זיי מורא געהאט צו פאטשקענען מיט וואקסינען, ווייל דעמאלטס וואלט מען דאך זיי געקענט אנקלאגן אפילו לויטן יעצטיגן געזעץ, במילא וואלט למעשה נישט אויסגעפעלט צו סוען.
Waukesha האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:דער טוהט נאך איין שייגעץ שטיק, אז ער האלט אין איין אויסמישען זיכער מאכן אז די יעצטיג'ע וואקסינין זענען צום סטענדערד, און זיכער מאכן אז די וואקסין דיזיין איז גוט, אז מען ליינט נישט שטאט אדורך וואס ער שרייבט קען מען זיך גרינג אויסמישען ווען ער רעדט פון וואס, די אליינס אנפאנג פון אונזער שמועס ביסט געוועהן צומישט און געזאגט אז איך האב נישט געליינט די גאנצע PDF ווייל די האסט אויס געמישט איינס מיטן צווייטען, נאר וואס דען? It is easier to fool people then to convince them they have been fooled קרעדיט: תוספות'ס ניק אונטערשריפט
איך זע נישט וואו ער מישט אויס די צוויי זאכן. ער רעדט בכלל נישט צו וואקסין קאמפאניס קענען ווערן אנגעקלאגט פארן מאכן א וואקסין וואס איז אינגאנצן נישט דאס וואס עס האט געדארפט צו זיין. ביסט גערעכט אז ער רעדט בכלל נישט פון דעפעקטיוו וואקסינען, אבער זיין לשון איז משמע שטארק אז ער רעדט יא פון דעם, וואו איז אזוי משמע? איך האב נישט געטראכט אז ער רעדט פון דעם. . מען דארף האבן א ידיעה וואס עס שטייט אין די געזעץ און אויך ליינען זייער שטאט, בוז מען כאפט אז ער רעדט נישט פון דעפעקטיוו וואקסינען וואס דאס איז דאך א זאך וואס קען קיינמאל נישט איבערגעוויזן ווערן נאכן געבן א וואקסין צו די וואקסין האט ענטהאלטן די ריכטיגע אינגרידיענטס. גראדע אסאך מאל יא דא א גרינגע וועג צו אויף ווייזען, אויב איז געוועהן א ריקאלל אויף די לאט פון וואקסינען
קודם כל ווי איז משמע? וועל איך ציטריטן צוויי שטיקליך וואס אן א ידיעה און די געזעץ וואלט מען געמיינט אז ער רעדט פון דעפעקטיוו
pharmaceutical companies have almost no liability for injuries caused by their vaccine products Congress eliminated the market forces that are generally relied upon to assure the safety of all other products
איך זע נישט דא אז עס זאל זיך רעדן פון דעפעקטיוו, און נישט פון דעפעקט דעזיין.
Waukesha האט געשריבן:פארוואס האט בערקאווישט נישט געווינען די קעיס? ס'איז מיר זייער אינטרעסאנט אז אין די זעלבע שטיקל מישט די אויס דיזיין דעפעקט מיט דעפעקטיוו און די טענהס'ט אז ס'איז קלאר אז מען רעדט בלויז פון דיזיין דעפעקטס, חוץ פון דעם וואס ס'איז נישט געווען קיין ריקאל אויף די DPT, ס'איז נאר געגאנגען אוט אוו ביזנעס ווייל ווייניג דאקטורים האבן עס געוואלט געבען
איך רעד נישט פון DPT בכלליות. איך רעד פון דעם ספעציפישן וואקסין פון דעם קאמפאני, וואס די קאמפאני האט עס אראפגענומען פון די מארקעט דריי יאר שפעטער.
און באמת איז קלאר פון די סופרים קאורט ראלינג, אז יעדע וואקסין וואס איז געווארען לייסענסד ביי די FDA קען בכלל נישט האבן א דין פון דעפעקטיוו, חוץ אז דו ווייזט אויף אז דער ספעציפישער וואקסין האט געהאט אנדערע אינגרידיענטס ווי באשטעטיגט ביי די FDA. וואס דאס קענסטו נישט אויפווייזן אפילו ביי א ריקאולד וואקסין.
איך האלט אז דער פאפיר איז דא צו צושטעלן אמת'ע און ווערטפולע אינפארמאציע, וועלכע צייגן איבער די שעדליכקייט פון וואקסינען. פארוואס שטעלט ער נאר צו "אמת'ע" און "ווערטפולע" אינפארמאציע וואס איז לטובת איין צד? פארוואס שרייבט ער נישט קיין איין שטיקל אינפארמאציע לטובת יא געבען וואקסינען?
איך קען נישט רעדן פאר אים, און איך בין נישט זיין ווארטזאגער. אבער איך שטעל מיר פאר אז ער האלט נישט אז עס זענען פארהאן אמת'ע אינפארמאציע לטובת וואקסינען.
ער האט גארנישט געטראפען? הממ... אפשר אונזער שמועס בנוגע קאמפיטישען וואלט געוועהן כדי צו שרייבען? אפילו די ווילסט טענה'ן אז דא איז עס שלא מן הענין אבער אין א שטיקל פאר זוך? אפשר ארויסברענגען אז די געזעץ איז נאר אין אמעריקא אבער אין אנדערע לענדער איז אנדערש, ממילא קען מען נעמען פראצויזישע און ענגלישע וואקסינען? אפשר ארויסברענגען אז מערק שיקט א חלק פון זייער וואקסינען קיין אויסלאנד ווי דארט קען מען זיי יא סוען?
האב איך דיר געזאגט אז איך ווייס נישט און איך בין נישט זיין ווארטזאגער.
נאר די מעשיות וואס איך קען זענען היימישע פרומע אידן! איינס איז געוועהן ממש אפאר וואכן צירוק ווי מען האט גאזאגט פאר די משפחה אז מען איז נישט זיכער צו די טאטע פון פיצלעך קינדער וועט זיך אויפוועקן. מען איז געזעצן around the clock פאר א פאר טעג ביים בעט אין ICU. נאכאמאהל, די אנטי וואקסין חברה שפיהלן זיך מיט דיני נפשות! אלע עקספערטן זאגן אז עס איז a matter of time פאר א גרויסע epidemic ח"ו, ר"ל. און מיהר, די "פרא וואקסין", זענען נישט געווארן פרא פון זיך אליינס. מיהר האבן מיטגעהאלטן צו פיהל מעשיות "ערשט האנטיג". ווען מען זיצט אין שפיטאל ביים בעט פון א אינגערמאן וואס האט seizures און ווארפט זיך, פון א מחלה וואס האט געקענט פארמיטן ווערן מיט א וואקסין, דאן לייגט מען זיך מער אריין אינעם ענין, מען שטודירט עס גרונטליך. איך בין נישט געווארן פרא וואקסין פאר the fun of it. לויט מיין תכונת הנפש, זייענדיג איינער וואס איז אנטקעגן מעדעצין, און שטארק נאטורליך געשטימט, בין איך געוועהן זייער אנטי וואקסין. ביז איך האב מיך שטארק אריינגעלייגט אין די נושא. איך הייס נישט פאלגן דאקטוירים בלינדערהייט! איך בין אייביג מציע צו גיין פאר א second opinion. אבער פאקט איז אז וואקסינס האט אויסגעראטן טויליכע מחלות אין די לעצטע צוויי הונדערט יאהר. און צו זאגן אויף דר. ווערצבערגער פון קרית יואל אז ער האט נישט שטודירט וואקסינס איז אבסורט ביז גאר!
#פיקוח נפש!
כ׳קען נישט דר. װערצבערגער פון מאנראו, אבער זײן זוהן פון לעיקװאד איז טאקע דער װאס האט מיר קאנװינסט (נישט אז כ׳בין געװען אנטי, נאר אױב כ׳װאלט נאך געהאט עפעס ספיקות) פשוט װײל כ׳טראסט אים מער װי תוספת, מצפים, שמו, מיט נאך 50 אײװעלט ניקס מיט אלע זײערע לינקס צוזאמען. װען ער זאגט מיר עפעס מיט א זיכערקײט װײס איך אז ער האט עס גוט דורכגעטוהן, ער פלאפלט קײנעם נישט נאך, אזױ װי דעי חברה װילן לײגן א נאסע לײלעך אױף אלע דאקטורים, און זײן דורכטוהן עפעס, (נאך 10 יאר לערנען דאקטעריי) איז דאך פשוט אז ס׳איז נאך אזוי מאסגעבנד װי א לינק פון ערעב תוספת, װאס (ס׳פלעגט מיר גראדע סאונדן גאנץ שרעקעדיג, נאכדערצו מיטן ׳בעזהשי״ת׳ קעפל פון אױבן, ביז כ׳האב געכאפט אז) כ׳װײס נישט צו ער אלײן האט זיך אפי׳ גענומען די מוה עס דורכצולײנען, אדער ער האט פשוט געטראפן א גוטן קעפל, און אפי׳ טאמער ס׳שטײט יא עפעס װער װײסט װאס דארט, איז דאך הײנט תש19 (הממ.. יאפ! שױן 2019) און כ׳קען דיר ברענגען 20 לינקס פאר יעדן אפגעריסענעם קאנספירעסי טיערי פונעם גרעסטן בעל דמיון פון שטאט.. והשנית, והוא העיקר, דר. װערצבערגער (דער יונגער) איז דא צו העלפען יודן, פינטל. מאכן געלט איז בײ אים א סעקאנדערי אישא. ער האט שוין געספענט מיט מיר אלײן כ׳קען זאגן שעות אן מאכן א גרײצער דערױף, און איך בין נישט קײן מיוחס, ממש א גוטהארציגקייט װאס איך האב נאך נישט געזעהן בײ קײן שום דאקטער (און ער איז נישט ממש אין א געיעג נאך קאסטומער׳ס) ממילא װען ער איז אזוי אױסגעשפראכן אויף די נושא װײס איך אז 1. ער האט עס ׳גוט׳ דורכגעטוהן עי טא זי, 2. ער האט נישט קײן שום אנדערע נגיעה אויסער העלפן אידן.
דאס איז מײן פערזענליכע בליק אויף די זאך, סינס איך האב נישט קײן צײט און די ׳טאלאנט׳ אלײנס מברר צו זיין די נושא.
למעשה. וואס האט דיך דר' ווערצבערגער פון לעיקוואד געזאגט?
האלט ער אז עס איז בכלל נישט מעגליך צו באקומען א שעדליכע רעאקציע צו א וואקסין? אדער האלט ער פשוט אז די בענעפיטן זענען גרעסער ווי די ריסק?.
און וויאזוי ווייסט ער ווי גרויס דער ריסק איז, בשעת די IOM שרייבט אז זיי האבן נישט קיין שום וועג צו דעטעקטן וועלכע און וויפיל מענטשן ווערן אלץ געשעדיגט פון װאקסינען https://www.nap.edu/read/13164/chapter/5#83
יאר מיססינג די פוינט. ער זאגט מיר כ׳זאל נעמען שאטס. פינטל. ס׳גייט מיר נישט אן פ״װ. אבער, אז די ווילסט דוקא הערן װאס ער זאגט, כ׳האב גראדע נישט גערעדט קײן סאך מיט אים איבער דעי נושא, אבער ס׳קען זײן ער האלט ס׳יא ׳מעגליך׳ צו באקומען, אבער נײן, נישט אז די בענעפיטן זענען גרעסער, נאר אז די ריסק איז אזױ סיגניפיקענטלי פיצל אז קײן שום נארמאלע מענטש װאלט בײ קײן שום דיסיזשן נישט חושש געװען אױף אזא װײטע מציאות, אפי׳ װען די בענעפיט איז נישט עפעס װער װײסט װאס.
און בד״װ (פאר ענ עקזעמפל) כ׳האב געמאכט א הוירניע סירדזשערי פאר מײן בעבי לעצטנס, האב איך אויך געדארפט סײנען אז ס׳קען האבן עפעס א שעדליכע עפעקט, כ׳געדענק נישט פינקטלעך 1 אוט אף הונדערט טױזענט אדער גאר 1 אוט אף מיליאן, כ׳זעה נישט אײנער זאל זיך צוריקהאלטן פון אזא סארט סירדזשערי װעגן דעם. עכ״פ ס׳איז די מאוסט קאממאן זאך בײ מעדעצינישע פראצעדורען אזעלכע װײטע חששות װאס זײ מוזן עס זאגן, אבער קײנער איז אױף דעם נישט חושש.
און נאכאמאל, קענסט ברענגען װיפיל לינקס, ארטיקלען און טשארטס די װילסט, כ׳האב נישט קײן מושג װאס IOM מײנט, װער זײ זענען, און װאס זײ זאגן, און כ׳גײ מיר נישט מוטשען דורכצולײנען װאס זײ שרײבן און פארשטײן יעדע דריטע װארט, (דאס זעלבע מיט אלע אנדערע לינקס וכו׳) װײל פ״װ זאל איך טראסטן יעדן אפגעריסענעם זײטל אויפן געװעב?? זײ קענען האבן 101 סיבות צו שרײבן װאס זײ שרײבן.. אבער דעיס אז א מענטש זאל האבן עקורעט אינפארמעישן פאר די געזונט פון זײן משפחה איז אפי׳ נישט זײער לעצטע סיבה...
די IOM איז די אינסטיטוט אף מעדיצין. דאס איז א גרופע פון אויסגערופענע סייענטיסטן וועלכע זענען איינגעשטעלט ביי די אמעריקאנער רעגירונג, צוצושטעלן פאר די רעגירונג עקורעט אינפארמעישאן איבער אלע געזונטהייט ענינים.
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:משא״כ דא האב איך א דאקטער װאס איך פערזענליך טראסט אים אלל די װעי, און ער קען זײער גוט דעי אלע ראיות ברורות װאס דו ברענגסט דא אראפ, כ׳װײס נישט צו ער האט געלײנט א יעדע נארישע װעבסײט, אבער די יסוד אױף װאס דעיס אלעס איז געבעיסט האט ער זיכער דורכגעאקערט, מילא װײס איך װאס איך האב צו טוהן.
נאכאמאל, כ׳רעד פון אן עמעראצישן פערספעקטיוו, כ׳שטעל זיך פאר אז אײװעלט איז נאר דײן סײד דזשאב, רוב שעות היום מאכסטו אָופּין הארד סירדזשעריס פאר פאציענטן ערגעץ אין קאלאראדא, אין די גרעסטע שפיטאל אין די יונײטעד סטעיטס, דארפסט אבער פארשטײן אז איך פשוטער מענטש, און רוב יונגעלײט מײן לעװעל, הײבן נישט אן צו פארשטײן די דאקטערישע טורמס, און אז כ׳העל מיר נעמען דורכלײנען די אלע סטאדי׳ס דא (פון בײדע זײטן עקשעלי) קוים װאס כ׳העל מיר אויסקראצן עס דורכצולײנען, אוודאי נישט געהעריג פארשטיין, און װער רעדט נאך צו כאפן די גימיקס, װאו און װיאזױ ער פאפט דיר אױס, מ׳קען דאך הײנט צו טאגס אזױ גרינג מהפך זײן קערה על פיה.. די זעלבע נומבערס קען מען דרײען אױף זיבן װעגן.. סאו ב״ה כ׳טראסט מײן דאקטער שפאר איך מיר אסאך צײט.. עניװעי, טו סאממער אָפּ, דײן גאנצע טענה פ״װ נישט צו טראסטן דעם דאקטער אידאך אדער ער װײסט נישט װאס ער רעדט, אדער װײל ער איז פארט פון א קאנספירעסי, מילא אז איך פערסאנעל בינעם נישט חושד מיט קײנעם פון די צװײ, האצעכעס דא געענדיגט.
איך בין אים אויך נישט חושד מיט קיינעם פון די צוויי, איך בין נאר חושד אז ער איז פשוט מיסאינפארמירט.
עניוועיס, וואס האמיר זיך צו טענה'ען, זאגסט דאך אז דו ביזט זייער גוט מיט אים. איז טו מיר א קליינע טובה, נעקסטיים דו רעדסט מיט אים, פרעג אים די דריי קליינע קושיות.
איינס - האבן וואקסינען בכלל נישט קיין ריסק?
צוויי - אויב יא, צו איז די ריסק קלענער פון די בענעפיט?