אזויפיל וועל איך שוין יא דערמאנען אויפן שפיץ גאפל בילגעיטס פלאשט מיליאנען אין די וואקסין'ס רעוואלאציע ער איז פון די וואס טענה'ען אז ס'וואוינען שוין צופיל מענטשן אויף אונזער פלאנעט (אגב ער דאנקט היטלער ימש"ו, פארן אומברענגען קרוב צו 30 מיליאן מענטשן אדער מער, און מן הסתם פרייט ער זיך פון אסאד, קאדאפי, מובאראק, וכדו' פארן הארגענען אזויפיל הונדערטער טויזנטער מענטשן)
די רעגירונג וויל יעצט צווינגען יעדן איינעם אז מ'מוז נעמען די שאט'ס (יעדע סקול באקומט א געוויסע פראצענט אויף יעדע קינד וואס באקומט' שאט'ס) וואס דאס איז א חלק פון די דעמעקראטיע אז מ'מעג צווינגען יעדן איינעם צו באקומען שאט'ס, כדי צו צוקומען צו זייער ציל
ווער ס'האט זיך אריין געלייגט אין "יענע מעשה" מחלה, ווייסט אז כימאו האט א סיירעפעקט "יענע מעשה" און דערפאר קומט דאס אזויפיל מאל ליידער צוריק, און זיי לאזן בשום אופן נישט ניצן קיין אנדערע מיטל'ען דאס צו היילן (איין ביישפיל "היינט יום א' ויקהל" אויף קול מבשר 113 פון די מעין מעניו, קען מען הערן, אז די רעגירונג האט נישט ערלויבט פאר א געוויסע טאטע צו ראטעווען זיין קינד, דורך א געוויסע מיטל (נאכדעם וואס כימאו האט אים כמעט געהארגעט, געווען אפאר וואכן צוריק א אינטעוויאו מיט'ן טאטן אויך אויף קול מבשר, איך געדענק נאר נישט ווי ווייט מ'דארף גיין)
המשך בל"נ מחר
Wow סא גלייבן אז קימא''ו איז א קאנספעראציע און די דאקטער-רוצחים האבן דארט ספעציעל דערין א סייד-עפעקט אז יענע מעשה זאל צוריקקומען, דאס גייט צוזאמען מיט די אנטי-וואקסין קאנספיראציע. Wow
כא כא כא.
יוי זענט עטץ סיק
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
קמח האט געשריבן:נ.ב. דער חכם וואס שרייבט אז ער איז שוין פארפאלן ווייל ער האט שוין באקומען די אלע שאט'ס קודם איז ער גערעכט, אבער נישט אינגאנצן, ווייל כהיום גיט מען אין יעדע שאט א צוזאמשטעל פון צענדליגע אז ס'כאפט א פחד צו זעהן וויפל מ'פאקט אריין אין א קינד און נישט קיין וואונדער וואס אזויפיל קינדער שטארבן פון קרי"ב דע"ט (בלע"ז נרצח ע"י רופא מומחה).
ס'פאני (אדער אפשר נישט) אז דו דערמאנט קריב דעט אלס דירעקטער רעזולטאט פון וואקסינען. קענסט אפשר אהערשטעלן די ציפערן פון קריב דעט פאר זיבעציג יאר צוריק קעגן היינט?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שוין אפגערעדט פון די אומגלויבליכע טפשות וואס ליגט אין א קלעים אז קימא איז א טייל פון א קאנספיראציע צו הרג'ענען די מענטשהייט (ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט). אויב גיבט מען גארנישט פאר די קענסער פאציענטן וועלן זיי שטארבן, דעריבער גיבט מען זיי קימא, אזוי וועלן זיי ווערן געזונט, און דערנאך וועלן טייל פון זיין באקומען נאכאמאל יענע מעשה אלס סייד עפעקט, און דערנאך וועלן די וואס האבן באקומען די סייד עפעקט שטארבן? גיב גארנישט פאר קיינעם און לאזן זיי אלע שטארבן!
(קוקנדיג אויף די וואקסין שמועסן פארשטייט מען דעם מדרש "ויחכם מכל אדם, אפי' מן השוטים")
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
ווייל טשיקנפאקס אין איר עדאלט פארעם איז טויטליך! די וואקסין האט פשוט נאכנישט עקזיסטירט ווען מיר זענען געווען קינדער.
די זעלבע מיט אנדערע וואקסינען וואס מען האט אונז נישט געגעבן אלס קינדער: זיי האבן נאכנישט עקזיסטירט.

א פשוט'ע פראגע: פארוואס דארף מען שטאפן אינגע קינדער מיט טשיקען פאקס וואקסין'ס? דאס איז לכאורה קלאר אז דורך עס אליין האבן ווערט מען שטערקער אימיוניזירט דערקעגן. און אזויווי מיר אלע העכער דרייסיג האבן עס געהאט נאטורלעך ב''ה, זאלן היינט אלע קינדער אויסווארטן צו זעהן צו זיי באקומען עס נאטורלעך. ביי די אכט יאר, אדער אפשר אפילו הערשט ווען מ'נעמט די דור ישרים טעסט ביי די אכצן, אויב האט מען נאכנישט באקומען טשיקען פאקס ביז דעמאלס( א קליינע מועט!), זאל מען דעמאלס געבן די וואקסין.
כ'האף דו קענסט מיר באלייכטן דא כשר-טרעוול
עדאלט פארם האט נישט מיט אכצן יאר, אבער איך בין מסכים מיט דיר אז מען דארף נישט געבן די טשיקן פאקס וואקסין פאר די צוועלף-דרייצן, און דאן אויך נאר אויב מען האט עס נאכנישט געהאט.
אגב, דיין הנחה אז מען ווערט שטערקער אימיונט דורך עס באקומען נאטירליך איז לאו דוקא אמת.