שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די נקודה האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:ווי אנדערע האבן שוין ערווענט איז שטארק איבערגעטריבן צו זאגן אז דאס איז א נייע שטעטל וואס האט זיך געבויט מיט א געוואלדיגע שנעלקייט. און אז עס האט נישט זיינס גלייכן...

בעדפארד-סטייווענסטן (ניי וויליאמסבורג) האבן פיל מער מענטשן געמופט און א פיל קלענערע צייט-אפשניט, און עס האט זיך פיל שענער אנטוויקלט אויך. מען דארף נישט זיין צו אלט צו געדענקן ווען לי-ראס איז געווען די צענטער פון די היימישע געגענט. היינט איז וואלעבאוט פיל מער צענטעריש ווי לי-ראס! חוץ די פאר אלטע בניני הקהלה והמוסדות איז ממש אלעס דא לאקאל, גראסערי'ס, סופערמארקעטס, פיש, פלייש, שיך, ספרים, געוויסע סערוויסעס איז דא 'מער' און 'בעסער' אין ניי-ווימס ווי אין אלט-שטאט. בלומינגגראוו אויף די אנדערע האנט, האט נאך היינט נישט קיין איין גראסערי אדער סיי וועלכע אנדערע פאסיליטעטן חוץ אפאר שול'ן ס'רוב דערפון פראוועזאריש.

בסך הכל האבן א שיינע מספר משפחות איינגעזען אז ס'איז צייט ארויסצוציען די גרעניצן פון קרית יואל אויף א דערנעבענדיגע געגענט, אפגעקויפט עקזיסטירענדע הייזער און זיך אריינגעצויגן.. עס איז קלאר גאר א פריידיגע און גינסטיגע אנטוויקלונג, שטארק ווערד צו באגריסן, הלוואי ווען עס געשענט פריער מיט אפאר יאר! אבער עס פעלט בכלל נישט אויס איבערצוטרייבן מיט גוזמאות וואס שטימט נישט מיטן מציאות.


גערעכט, און זייער שיין ארויסגעברענגט. אבער דאכט זיך אז ניי וויליאמסבורג איז טאקע אויך געווען א שטארקע חידוש בשעתו, מען האט טאקע גערעדט דערפון מיט התפעלות בשעת׳ן פאסירן מיטן פולסטן פארע.

דאך איז דא עטליכע חילוקים וואס ברענגט אויס א שטארקע חילוק צווישן די צוויי. קודם כל, האט זיך ניי וויליאמסבורג נישט געבויעט אליין דורך מענטשן און מענטשן, דהיינו דורך פריוואטע יחידים וואס האבן אפגעקויפט הייזער פון גויים און זיך אריינגעצויגן דערין. עס איז געוווען בשעת די גרויסע ריזאנינג וואס די סיטי האט דאן אפראווט די גאנצע אינדוסטרילע געגנט פאר רעזידענשאל און דעוועלאפערס האם אנגעהויבן אויפבויען בנינים פאר דירות פארן ציבור. ס׳געדעקנט זיך 80 סקילמאן א גרויסע בנין וואס דער בעה״ב ר׳ א״ע האט פראמינענט צוגעשטעלט אלס רענטאלס און אזוי האט זיך די געגנט ווייטער געבויעט.

נאר צו שטעלן די פאקטן גראד.

ניי-וויליאמסבורג איז יא געגינדעט געווארן דורך יחידים וואס האבן על דעת עצמם אן דעוועלאפערס אריינגעטאנצן אפגעקויפט א הייזקע א הייזקע דארט און אריינגעמופט, דאס איז געוועזן אין תשנ"ח, די דעוועלאפערס זענען שוין דערנאך נאכגעשפרינגען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דעיס קוקט אויס מעכטיג! נישט געווען קיין גוים? איך האף אז דאס וועט זיי נישט אויפוועקן. אבער אפילו אז יא, ס'איז צו שפעט...

אינאיינוועגס איז דאס נאך א באווייז צו מיין טעאריע ווי שוין אויסגעשמועסט אין אן אנדערע אשכול, אז בלויז פאבליק פרעשור ווי דער ברייטער ציבור ווערט אינוואלווד דאס ארבייט די בעסטע, פיל בעסער ווי די שטערקסטע קאנקשאנס פון יחידים אדער פעולות פון פראפעסיאנאלן.
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

דאס האט געוויזן, אז אויב ארבעט מען מיט די אויסגעפרואווטע מיטלען וואס ערליכן אידן האבן זיך אלעמאל באנוצט, קומט מען אָן!
די שטילע ארבעט פון די עסקנים האט געברענגט געוואונטשענע רעזולטאטן.
זלאמיר האפן, אז דאס זאל אנהאלטן, און מען זאל זיי נישט שטערן.
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

דער בלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

unnamed.png
unnamed.png (91.78 KiB) געזען 2699 מאל
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

ר' יום טוב האט געשריבן:דעיס קוקט אויס מעכטיג! נישט געווען קיין גוים? איך האף אז דאס וועט זיי נישט אויפוועקן. אבער אפילו אז יא, ס'איז צו שפעט...

אינאיינוועגס איז דאס נאך א באווייז צו מיין טעאריע ווי שוין אויסגעשמועסט אין אן אנדערע אשכול, אז בלויז פאבליק פרעשור ווי דער ברייטער ציבור ווערט אינוואלווד דאס ארבייט די בעסטע, פיל בעסער ווי די שטערקסטע קאנקשאנס פון יחידים אדער פעולות פון פראפעסיאנאלן.

וואו האבן זיי געזאגט דארט אין אר''י? ''בית שמש נפלה לחרדים'', (ס'האט זיך צוריקגעדרייט לעצטנ'ס, אבער דער סלאגאן איז פארבליבן)
''בלומינגראוו נפלה לחסידים''.
מיט הונדערטער הייזער אין די הענט פון חסידים פון אלל אווער ניו יארק, און הונדערטער עיקר אין די הענט פון חסידים איז די 'געים אווער'.
די ביליגע פרייזן און נאנטקייט צו ק''י, האבן זיך דארט געיאוועט אינוועסטערס וואס האבן געכאפט סחורה א 3 יאר צוריק.
(מען ווייסט דאך אז אין די ריעל סטעיט אינדוסטיריע, אויב אינוועסטירט מען די פראפיטן ווייטער אין ריעל סטעיט, שפארט מען זיך טעקס, דאס האט געברענגט א געוואלד מיט אינוועסטירער זאלן דארט 'אריינווארפן' זייערע פארדינסטן, מען האט געקויפט אפאר הייזקעלעך פאר 250 יעדעס איינע, און געגאנגען ווייטער)
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

farshlufen האט געשריבן:
די נקודה האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:ווי אנדערע האבן שוין ערווענט איז שטארק איבערגעטריבן צו זאגן אז דאס איז א נייע שטעטל וואס האט זיך געבויט מיט א געוואלדיגע שנעלקייט. און אז עס האט נישט זיינס גלייכן...

בעדפארד-סטייווענסטן (ניי וויליאמסבורג) האבן פיל מער מענטשן געמופט און א פיל קלענערע צייט-אפשניט, און עס האט זיך פיל שענער אנטוויקלט אויך. מען דארף נישט זיין צו אלט צו געדענקן ווען לי-ראס איז געווען די צענטער פון די היימישע געגענט. היינט איז וואלעבאוט פיל מער צענטעריש ווי לי-ראס! חוץ די פאר אלטע בניני הקהלה והמוסדות איז ממש אלעס דא לאקאל, גראסערי'ס, סופערמארקעטס, פיש, פלייש, שיך, ספרים, געוויסע סערוויסעס איז דא 'מער' און 'בעסער' אין ניי-ווימס ווי אין אלט-שטאט. בלומינגגראוו אויף די אנדערע האנט, האט נאך היינט נישט קיין איין גראסערי אדער סיי וועלכע אנדערע פאסיליטעטן חוץ אפאר שול'ן ס'רוב דערפון פראוועזאריש.

בסך הכל האבן א שיינע מספר משפחות איינגעזען אז ס'איז צייט ארויסצוציען די גרעניצן פון קרית יואל אויף א דערנעבענדיגע געגענט, אפגעקויפט עקזיסטירענדע הייזער און זיך אריינגעצויגן.. עס איז קלאר גאר א פריידיגע און גינסטיגע אנטוויקלונג, שטארק ווערד צו באגריסן, הלוואי ווען עס געשענט פריער מיט אפאר יאר! אבער עס פעלט בכלל נישט אויס איבערצוטרייבן מיט גוזמאות וואס שטימט נישט מיטן מציאות.


גערעכט, און זייער שיין ארויסגעברענגט. אבער דאכט זיך אז ניי וויליאמסבורג איז טאקע אויך געווען א שטארקע חידוש בשעתו, מען האט טאקע גערעדט דערפון מיט התפעלות בשעת׳ן פאסירן מיטן פולסטן פארע.

דאך איז דא עטליכע חילוקים וואס ברענגט אויס א שטארקע חילוק צווישן די צוויי. קודם כל, האט זיך ניי וויליאמסבורג נישט געבויעט אליין דורך מענטשן און מענטשן, דהיינו דורך פריוואטע יחידים וואס האבן אפגעקויפט הייזער פון גויים און זיך אריינגעצויגן דערין. עס איז געוווען בשעת די גרויסע ריזאנינג וואס די סיטי האט דאן אפראווט די גאנצע אינדוסטרילע געגנט פאר רעזידענשאל און דעוועלאפערס האם אנגעהויבן אויפבויען בנינים פאר דירות פארן ציבור. ס׳געדעקנט זיך 80 סקילמאן א גרויסע בנין וואס דער בעה״ב ר׳ א״ע האט פראמינענט צוגעשטעלט אלס רענטאלס און אזוי האט זיך די געגנט ווייטער געבויעט.

נאר צו שטעלן די פאקטן גראד.

ניי-וויליאמסבורג איז יא געגינדעט געווארן דורך יחידים וואס האבן על דעת עצמם אן דעוועלאפערס אריינגעטאנצן אפגעקויפט א הייזקע א הייזקע דארט און אריינגעמופט, דאס איז געוועזן אין תשנ"ח, די דעוועלאפערס זענען שוין דערנאך נאכגעשפרינגען.


ריכטיג, געווען ממש יחידים אן קיין ביהמ״ד און אן קיין ציבור, עס וואלט קיינמאל נישט אנגעקומען צו דעם היינטיגן שטאנדפונקט בלויז דורך אפקויפן פון גוים, גענוי ווי אלט וויליאמסבורג אליין האט אויך גענומען יארן, פענן ביי ווייט למשל איז נאך אין די תש״ל ביז אנפאנג תש״מ יארן געווען א שטיק געיגנסטערס א גאס האט געציטערט דורכצווואקן.

די חידוש פון בלומינג גראוו אז א גאנצע באוואוינטע שטאט מיט מענטשן האבן פארקויפט און אידן האבן אפגעקויפט, יעדע הייזקע א פרישער מוכר, א נייער קונה, א אנדערער בראקער, אזוינס זאל אזוי שטארק און אזוי שנעל פאסירן ווי דאס האט פאסירט ווי פון זיך אליינס איז א חידוש נפלא אין די היסטאריע.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ס'הערט זיך שוין קריטיק פון יענע פרעזערוויסטן קעגן די ווילידזש באאמטע. ס'גייט זיין לעבעדיג.
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

IMG-20181228-WA0048.jpg
IMG-20181228-WA0048.jpg (102.91 KiB) געזען 2269 מאל
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

פרייזן האט געשריבן:
unnamed.png

??
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

נאך אפאהר יאר פון אינטענסיוו זוכען א נערמאלע גרויסע דירה צו דינגען אין וויליאמסבורג, ווען די דירה'לע איז שוין לאנג אויסגעוואקסען, די קינדער וואקסען אונטער און ווערען גרויס און זענען שוין נישט גרייט ווייטער צו שלאפען און וואוינען אין אזוינע אומשטענדען, זעהט מען איין אז ס'יז צייט צו טוהן עפעס שכל'דיג, שוין אפאהר מאל געמיינט אז אט אט און מ'אט א פיינע דירה, האט זיך עס ארויסעגשטעלט אדער נאר פאר דריי יאר און דו מוזט ברענגען דריי כשרע עדים אז דו האסט א פלאן ווי צו גיין נאך די דריי יאהר, אויב נישט גייט ארויף די רענט טויזענט דאלער יעדעס חודש, אדער איז'ס א לענדלער וואס די סטיעם איז אייביג צעבראכען אדער ס'רעגענט אריין, אדער איז'ס שוין פארכאפט ווען מ'קאלט אהן, האט משפחת קלוגער איינגעזעהן אז דעס איז בכלל נישט קיין תכלית, און אפילו די גרויסע קינדער וואס האבען שוין לאקעל פרענדס און פריינדינעס, זענען דאך גרייט צו גיין ווייטער, נאר צו וואוינען ווי נערמאלע מענטשען, אזוי אז די עקרת הבית האט שוין געטוישט איר הארטע שטעלונג, און האט אנגעהויבען זינגען אנדערע ניגונים

מיט גרויס פרייד איז געווארען אויפגענומען ביי משפחת קלוגער די מאד טשעינדש פון מרס. קלוגער, וואס האט ביז היינט נישט געוואלט הערען און טראכטען פון אוועקמאפען צו די נייע זידלונגען, אבער נויט ברעכט שטיינער, און טראץ וואס מר קלוגער ציהט זייער צו א געוויסען נייע שטעטעל, אבער די מרס האלט נאכנישט ביי דעהם, אבער זי טראכט שוין יא פון בלאמינג גראוו, זי האט שוין דארטען א קאזען און א נאענטע פריינדינע, האמיר נישט געוואלט לאזען די היץ נאכלאזען, און באלד גערופען א בראוקער און זי האט גערופען די פרענד, און אונז קוקען שוין אריין אין אפאר זאכען, אבער כ'בין אביסעל צעמישט, ווייל כ'זעה די פרייזען זענען גאנץ הויעך געווארען, און פון די אנדערע גיסא זעה'ך אז ס'קען זיין א חילוק פון אזויפיהל ווי א פיפציגער אדער א הונדערטער פון איין הויז ביז די אנדערע, קען מיך איינער דא אויפלייכטען און דערקלערען וואס די עכטעג פרייז איז, און ואס מאכט איינץ טייערער פון די צווייטע?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס איז טאקע אזוי אז די פרייזן לויפן פארשידנארטיג, און די סיבה דערצו איז, אז ס'נישטא צוויי אדער דריי דעוועלאפער, עס איז 60-70 מוכרים וואס יעדער האלט אז איין טאג וועט א קונה לייגן א אויג אויף זיין הויז פאר סיי וועלכע סיבה, און צאלן דערפאר סיי וועלכע פרייז.

אויבנאויף באשטייט בלומינג גראוו פון דריי געגנטער. די ווירדזשיניע געגנט דארף צו זיין נאטורליך טייערער פער סקווער פוס ווי די קלענערע הייזקעלעך אין די דאללאס געגנט, אדער ווי די נייערע געגנט אויפן אנדערן זייט 208.

מיין עדווייס: נעם נישט קיין הויז גאר גרויס אדער גאר קליין. די גרויסע קאסט אסאך טעקס, און די קליינע זענען שוואכער געבויעט דארט. גיב א קוק די סטייל הויז ווי די וואס איז יעצט געווארן געליסטעט אויף 8 houston
https://www.zillow.com/homes/for_sale/S ... ect/14_zm/
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

שכויעך ר' יו"ט, כ'קוק אויף ביידע געגענטען, [נישט אקראס די 208], וויזשיניע קוקט אויס אביסעל שענער, אבער טייערער, ווי וואוינט רוב ציבור? מיין מיסיס וויל ארומגענומען מיט אזוינע נעיבערס וואס רעדען יודיש [אז די קינדער זאלען זיך בעסער פארשטיין מיט די שכנים],
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ווירדזשיניע און אירע ארומיגע גאסן רענאקע, פענסילוועניע, ארלינגטאן, האלענד, זענען שוין, אדער איז אויפן וועג צו זיין בקרוב ממש 90 פראצענט יודיש.

די אנדערע זייט ביי דאללאס, דועלק, גרין, סיערס, פארד ווארד, ווענד זיך ווי א גאס. ס'דא גאסן ווי 80 פראצענט אזוי און ס'דא פארקערט.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

א גרויסען שכויעך!
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

משפחת קלוגער טוט א קלוגע שריט,

דארפסט אויך נעמען אין באטראכט עס איז דא הייזער וואס מען דארף אריינלייגן אסאך געלט און עס איז דא וואס נישט, אויב האסטו געלט אוועקגעלייגט לוינט זיך פיל מאל צו קויפן די ביליגערע זאך און אויפ-פיקסען, אויב פארלאזט איר זיך אויפן מארגידש דאן לוינט זיך צו נעמען עפעס וואס מען ברויך נישט אריין לייגען.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דממה דקה האט געשריבן:משפחת קלוגער טוט א קלוגע שריט,

דארפסט אויך נעמען אין באטראכט עס איז דא הייזער וואס מען דארף אריינלייגן אסאך געלט און עס איז דא וואס נישט, אויב האסטו געלט אוועקגעלייגט לוינט זיך פיל מאל צו קויפן די ביליגערע זאך און אויפ-פיקסען, אויב פארלאזט איר זיך אויפן מארגידש דאן לוינט זיך צו נעמען עפעס וואס מען ברויך נישט אריין לייגען.

קודם מזל טוב צו דיין 1000'טע תגובה!
און יא, עס איז וויכטיג צו מאכן א האום אינספעקשאן.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ר' יום טוב האט געשריבן:קודם מזל טוב צו דיין 1000'טע תגובה!

אהה, ייש"כ

ר' יום טוב האט געשריבן:און יא, עס איז וויכטיג צו מאכן א האום אינספעקשאן.

עני רעקאמעדעישאן?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דממה דקה האט געשריבן:עני רעקאמעדעישאן?

ס'איז אלס אדווערטייזט אינעם יעזורו א היימישער, איך מיין איינער גאנדל. איך וועל מוזן ווארטן אויף מארגן צו זעהן.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

קלוגער האט געשריבן:שכויעך ר' יו"ט, כ'קוק אויף ביידע געגענטען, [נישט אקראס די 208], וויזשיניע קוקט אויס אביסעל שענער, אבער טייערער, ווי וואוינט רוב ציבור? מיין מיסיס וויל ארומגענומען מיט אזוינע נעיבערס וואס רעדען יודיש [אז די קינדער זאלען זיך בעסער פארשטיין מיט די שכנים],

קען זיך לוינען איינצוהאנדלען א קליינע כאטקע פאר חצי בחינם און מיט אפאר טאלער עס מאכען כפי הצורך
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

ר' יום טוב האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:עני רעקאמעדעישאן?

ס'איז אלס אדווערטייזט אינעם יעזורו א היימישער, איך מיין איינער גאנדל. איך וועל מוזן ווארטן אויף מארגן צו זעהן.

20181230_155058.png
20181230_155058.png (76.55 KiB) געזען 1520 מאל
סארוואש
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארוואש »

א גוטן רב קלוגער, איך האב געקויפט א הייזקע אין בלומינג גראוו פאר עטליכע חדשים צוריק און מיר גייען זיך בעז"ה אריינציען אין די קומענדיגע וואכן.

עטליכע נקודות: ווי אויבנדערמאנט איז זייער וויכטיג צו מאכן א האום אינספעקשען, און אויך א camera sewer inspection, ווי מען פארט אריין מיט א קליינעם אפאראט אינעם גאנצן סוער סיסטעם און מ'קוקט פאר פראבלעמען, (איך האב עס נישט געטוען לכתחילה, און צו פאררעכטן וועט זיין 10-15 אלפים)

אויפן ראט פון מיינס א ידיד האב איך געקויפט א מיטעלע/קלינערע סייז הויז פאר אין די רענזש פון 350 אלפים ווי איך פיט ב"ה יעצט באקוועם אריין מיט די משפחה, און די פרייז האט אויך מער ווייניגער געפיט. אי"ה אין 10 יאר ארום ווען מען וועט דארפן גרעסער קען מען צובויען, ריפיינענסן, ווייטער פארקויפן וכו'

איך האב אריינגעלייגט ממש די מינומים שבמינומים וויפיל די הכרח האט פארלאנגט און עס איז אנגעקומען צו 40-50 אלפים אלעס אריינגערעכנט (בליגע נייע קאך, פעינטן, סקרעיפן, ריקן עטליכע ווענט)
אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפקארן »

די מעין פראבלעים פון די מיטעלע קלענערע דירות איז,
(וואס אגב רוב דירות דארט זענען אזוי) אז אלעס איז אויף איין שטאק דהיינו קאך,דיינונג רום, 3 בעדרומס, טוילעט, דאס איז זייער פיצל!

ווידעראוים בין איך נייגעריג צו עס איז שייך צו אראפברענגן קאך דיינונג רום צום אונטערשטען לעוועל, דעמאלטס איז דא עטוואס רחבות
אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפקארן »

אונטערשטע לעוועל איז געווענליך נידריגער די דאך, פענסטערס גאנץ קליינע

לכא' נישט געאייגנט פאר א דיינונג רום
סארוואש
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארוואש »

עס איז דא 3 סארט הייזער;

1. קאלאניעל, דאס האט געווענליך 2 שטאק העכער די ערד, דאס זענען די גרעסערע הייזער

2. ביי-לעוועל, האט איין שטאק בערך א האלבע שטאק העכער די ערד און איין שטאק א האלבע שטאק אונטער די ערד, דאס זענען די מיטעלע/קלענערע

3. רענטש, איין שטאק גראונד לעוועל און נאך א שטאק אונטער די ערד
סארוואש
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארוואש »

פאפקארן האט געשריבן:די מעין פראבלעים פון די מיטעלע קלענערע דירות איז,
(וואס אגב רוב דירות דארט זענען אזוי) אז אלעס איז אויף איין שטאק דהיינו קאך,דיינונג רום, 3 בעדרומס, טוילעט, דאס איז זייער פיצל!

ווידעראוים בין איך נייגעריג צו עס איז שייך צו אראפברענגן קאך דיינונג רום צום אונטערשטען לעוועל, דעמאלטס איז דא עטוואס רחבות


גערעכט, און דאס איז די סיבה פארוואס איך האב לכתחילה געקוקט אויף קאלאניעלס, און נאכן איינזעהן אז עס איז מיר נישט מעגליך פיינענשלווייז בין איך געגאנגען צו א ביי-לעוועל. אבער קוקענדיג מיט א ניכטערן בליק די ריזיגע חילוק פון א דירה אין די שטאט ווי אלעס איז פיצל + טייער + רענט אנשטאט מארטגעזש, איז די חשבון פשוט.

די אונטערשטע שטאק איז טאקע א נידריגע דאך, מען קען דארט האבן א גרויסע פלעי רום, א שטוב פאר געסט, און א גאראזש וואס קען עווענטואל ווערן צוויי בעדרומ'ס לעת הצורך.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”