מי חכם האט געשריבן:לויט די ציפערן וואס מען האט דא געברענגט, 6,000 אין עקשטיין 9,000 אין פרדס, איז נישט ריכטיג אז ס'איז דאפלט.
כפי ידיעתי איז פרדס ארום 11 אלפים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז כל זמן וואס ביים אלגעמיינעם אמעריקאנער גייען ארבעטן צוויי ערוואקסנע פער הויזגעזונד, ווי אויך האבן זיי בלויז א פיפטל אדער זעקסטל צאל קינדער פון אונז, און זיי שטעלן סוף כל סוף דעם טון אין אונזער שטאט, קענען מיר גארניש טוהן. פארפאלן אמאל האבן ביי גויים די פרויען נישט געארבעט, און זיי האבן ג'האט פונקט אזויפיל קינדער.
זיי מאכן דעם מארקעט, ריל עסטעט און פרייזן פון אלעס. מיר קענען נישט קאמפיטן, חוץ אויב אונזערע ווייבער וועלן אלע גין ארבעטן.
ה' ירחם עלינו
ר' יום טוב האט געשריבן:סתם טעגליכע לויפנדע הוצאות פאר א דורכשניטליכע און אפילו גוטע פארדינער אויפן שפארזאמסטן אופן איז אומגעהויער.
דאס אידיש לעבן איז גאר קאסטבאר, אפילו אויב מען שפענדט נאר דעם מינימום שבמינומום.
לאמיר מאכן דעם שנעלן חשבון פאר א דורשניטליכע משפחה פון 3-6 קינדער:
חלק א' - לויפנדע הוצאות.
האוזינג = מארגעדזש - פראפערטי טעקס - קאנדא - דאון פעימענט חובות - מעינטענענס - ריפערס - האומאוינער אינשורענס = $2800 א חודש.
טואישן = שכר לימוד - טראנספארטאציע - רעגיסטראציע - קרן הבנין - טיפס - קעמפ/דעי-קעמפ - סקול סופלייס/ביכער - טריפס $1500 א חודש.
גראסערי = עסן - פיש - פלייש - פעיפער גודס = $1500 א חודש.
קאר = ליעס - געז - אינשורענס - מעינטענענס - ריפערס - טאלס - טיקעטס = $500 א חודש.
קליידונג = דריי גודס - מענער/פרויען/קינדער מלבושים - שיך - מאנטלען = $500 א חודש.
געזונט = מעדעצינישע עקפענסעס - קאפעי - אינשורענס - דענטאל - אווער די קאונטער - ווייטאמינס - קייראפרעקטער א.א.וו. = $400 א חודש.
יוטיליטיס = היים טעלעפאון - סעלפאון - געז & לעקטער - גארבעדזש - וואסער - סוער = $400 א חודש.
צדקה = מעשר - דינער געלט - ליכט צינדן - אפיעל/טיי אווענט - משפחה - געלט גייערס = $300 א חודש.
גויטע = געהילף אין שטוב = $200 א חודש.
קהילה = מעמבערשיפ - נדו"נ - זיצן געלט - מקוה געלט - קמחה דפסחא. $150 א חודש.
דערנאך איז אייביג פאראן ספעציעלע הוצאות ביי יעדעם אנדערש, ווי צולערנען מיט א קינד פרייוואט, לייף אינשורענס, טעראפיסט, א.א.וו. =$400 א חודש.
חלק ב' - אנדערע אויסגאבן
וואקאציע, מתנות, תשמישי קדושה, דזשודעיקא, שפילצייג, עלעקטראניקס, וויין שטיבל, קליענערס, בדיקת תפילין ומזוזות, טאשן געלט.
איינמאליגע גרעסערע איינקויפן ווי נייע אפעליינסעס, פעינטן - סקרעיפן, היים-קאנסטרוקציע, פורניטשער, הארדווער, געשיר. וכדו'.
חלק ג'
אסטראנאמישע ימים טובים הוצאות, פסח - סוכות, און ווער רעדט נאך פון א שמחה אין שטוב, חתונה, בר מצוה, געבורט.
ווי געזאגט איז דאס אלעס דער מינימום שבמינימום, און ס'איז זיכער אז יעדער וועט צוטרעפן איינס אדער מערערע פון די זאכן וואס קאסט אפ פיל מער.
שטעלט זיך די פראגע,
האיך יכנס הפשתן הזה??
נאטרוליסט האט געשריבן:רבי יום טוב:
ווי איז פאראן צו באקומען א געהילף אין שטוב (ערלית) פאר 200 א חודש?
כפי ידיעתי אז פאר $50 א וואך קען מען גארנישט באקומען.
קלמן הלוי האט געשריבן:איך בין נאך יונג און איך ציטער יעדן טאג און איך בין מתפלל "רבש"ע שיק מיר פרנסה בריווח"
איך בעט ענק חבירים זאגטס מיר וואס דארף מען טין איך שטיפ שון יעצט שווער דורך דעם חודש...
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צ"ק:
ווען די שאלה וואלט געווען "צו קומט איר אויס?" וואלט איך געענטפערט "ניין"...
קלמן הלוי האט געשריבן:איך בין נאך יונג און איך ציטער יעדן טאג און איך בין מתפלל "רבש"ע שיק מיר פרנסה בריווח"
איך בעט ענק חבירים זאגטס מיר וואס דארף מען טין איך שטיפ שון יעצט שווער דורך דעם חודש...
lebediger berel האט געשריבן:קלמן הלוי האט געשריבן:איך בין נאך יונג און איך ציטער יעדן טאג און איך בין מתפלל "רבש"ע שיק מיר פרנסה בריווח"
איך בעט ענק חבירים זאגטס מיר וואס דארף מען טין איך שטיפ שון יעצט שווער דורך דעם חודש...
כלל 1 רענט אדער מארגידזש טאר ניטש זיין מער ווי 30% פון די טאטעל הכנסה,
קלמן הלוי האט געשריבן:אט אזוי האט געשריבן:קלמן הלוי האט געשריבן:איך בין נאך יונג און איך ציטער יעדן טאג און איך בין מתפלל "רבש"ע שיק מיר פרנסה בריווח"
איך בעט ענק חבירים זאגטס מיר וואס דארף מען טין איך שטיפ שון יעצט שווער דורך דעם חודש...
וואס טוהסטו פאר השתדלות
איך ארבעט ביי א בעל הבית פאר א וועכטליכע וועדש
קלמן הלוי האט געשריבן:אט אזוי האט געשריבן:קלמן הלוי האט געשריבן:איך בין נאך יונג און איך ציטער יעדן טאג און איך בין מתפלל "רבש"ע שיק מיר פרנסה בריווח"
איך בעט ענק חבירים זאגטס מיר וואס דארף מען טין איך שטיפ שון יעצט שווער דורך דעם חודש...
וואס טוהסטו פאר השתדלות
איך ארבעט ביי א בעל הבית פאר א וועכטליכע וועדש
lebediger berel האט געשריבן:קלמן הלוי האט געשריבן:אט אזוי האט געשריבן:קלמן הלוי האט געשריבן:איך בין נאך יונג און איך ציטער יעדן טאג און איך בין מתפלל "רבש"ע שיק מיר פרנסה בריווח"
איך בעט ענק חבירים זאגטס מיר וואס דארף מען טין איך שטיפ שון יעצט שווער דורך דעם חודש...
וואס טוהסטו פאר השתדלות
איך ארבעט ביי א בעל הבית פאר א וועכטליכע וועדש
אקעי ר' קלמן זיסער שמע בני מוסר זיידעניו ואל תטוש תורת אמיך
כאטשע כ'האב מיך שוין געבעטן פאר א גוטן וואויס טשעינדזשער און ס'איז נישט אנגעקומען וועל איך אויסנוצן מיינע פינגער צו קלאפן אויפן קיבארד און העלפן א איד, און אפשר מערערע אידן.
צום ערשטן דאס וואס דו שרייבסט אז דו ביזט מתפלל - דאס איז דער עיקר דער יסוד היסודות - און יעדער וואס קומט אן צו דעם לעוול ווייסט אז דאס איז "אלעס" אלע אנדערע זאכן איז נאר א שפיל וואס מיר מוזן שפילו, און מיר זענען מחויב מגזירת הבורא צו שפילן דאס בעסטע וואס מיר קענען און זיך נאך אלץ פארלאזן אשר בידו נפש כל חי ומאן דיהיב חיי יהיב מזוני, אונזער תפלה און נאר אונזער תפלה העלפט, ומכאן מודעה רבה לאורייתא אז וואס איך גיי שרייבן פון דא און ווייטער איז אלץ די כללי השפיל וואס איך שרייב פון מיין אייגענע און געזאמעלטע ערפארונג.
קלמנ'יו האסט געמאכט די גוטע החלטה אז ביזט יעצט אריין געשפרינגען אין די דירה, דו וועסט עס אלץ קענען ווייטער פארקויפן פאר די פרייז וואס דו האסט געצאלט, במילא דער חלק פון דעם אז דיין געלט ליגט יעצט אין די דירה איז נישט דא וואס זיך אפצורעדן, דו דארפסט דאך מופן סייווי, פארוואס זאלסטו רייך מאכן דיין לענדלארד.
יעצט זאג מיר דעם אמת, וויפיל געלט האסטו געגעבן ביז דערווייל פאר דיין נייע דירה, און אויך וויפיל פון דעם איז געווען אייגן און וויפיל געבארגט, און נאך צוויי פראגעס, 1) וואס זאגט דיין בני בית צו די גאנצע זאך 2) פארוואס מוטשעסטו זיך דורך צו שטיפן דעם חודש.
מיר האפן אז נישט נאר דו נאר אנדערע וועלן אויך הנאה האבן פון דעם שמועס.