נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זאג, יענע חברה, טאקע פון יענע חברה רעדעך.. דעי 2 חברה וואס זענען שוין אינדרויסן פונעם סאולער סיסטעם. האבן זיי דען א מיסיע צו ווי אהין זיי ברויכן אנקומען?

ניין, רוב סעטעלייטס אין ווייטן ספעיס דינען די נייגעריגקייט פון פארשערס.
Voyager 1 און Voyager 2 האבן פארשידענע אינסרומענטן אין סענסארס וואס זיי ניצן צו שטודירן דאס ארט ווי זיי זענען, אבער איצט גייען זיי בלית ברירה פארלעשן א פאר אינסטרומענטן צו סעיווען ענערזשי מיטן ציל צו פארלענגערן די מיסיע פאר נאך א פאר יאר.
זקן מלא רחמים.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

א דאנק פאר די אפדעיטס, ווער רעדט נאך פון די זאפטיגע שפראך...

די צוויי שד"ר'ניקעס (און מסתמא זענען זיי אויך חב"ד'ניקעס, וועלכע זענען דארט עוסק אין "יפוצו"...), האבן שוין עפעס ערנסט נוצן געברענגט פאר אונז? מען איז עפעס ערנסט געוואויר געווארן פון זיי?
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

טייערע ווערטער דערבארעמדיגער!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ממה נפשך האט געשריבן:טייערע ווערטער דערבארעמדיגער!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
נתן אייזיקסאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:29 am
פארבינד זיך:

ספּעיס-עקס גרייט זיך נאכאמאל ארויפצושיסן איינמאליגע פאלקאן 9

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן אייזיקסאן »

נאכפאלגענדיג א גליטש וואס האט אפגעשטעלט די אַרויפשיס מיסיע אין די לעצטע מינוט דינסטאג, האט ספּעיס-עקס פארראכטן די פראבלעמען און איז גרייט צו ווידער פּרובירן, האָפנדיג צו אריינשטעלן די ערשטע צען נייע יו.עס עיר פאָרס דזשי.פּי.עס. סאַטעליטן אין ארביט נאך די 9:03 היינטיגע ארויפשיס.

זעהט לייוו
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נתן אייזיקסאן האט געשריבן:נאכפאלגענדיג א גליטש וואס האט אפגעשטעלט די אַרויפשיס מיסיע אין די לעצטע מינוט דינסטאג, האט ספּעיס-עקס פארראכטן די פראבלעמען און איז גרייט צו ווידער פּרובירן, האָפנדיג צו אריינשטעלן די ערשטע צען נייע יו.עס עיר פאָרס דזשי.פּי.עס. סאַטעליטן אין ארביט נאך די 9:03 היינטיגע ארויפשיס.

זעהט לייוו

דאס איז א דערגרייכונג פאר מאסק, געווען שמועות אז די מיליטער איז באזארגט צו נוצן ספעיס עקס היות איר CEO האט גערייכערט דראגס ברבים, דאס פארלעצט די מיליטערישע רעגולאציעס אז קיין איין קאנטראקטאר טאר נישט רייכערן דראגס.

מאסק האט קאטעגאריש אפגעלייקענט די הנחה אז ער רויכערט דראגס, זאגענדיג אז יעדער זעט גלייך אויף יענע ווידיאו אז ער ווייסט אפילו נישט וויאזוי מען רייכערט בכלל... אצינד האט מאסק סוקסעספול דארעכגעפירט די מיסיע פאר די מיליטער.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

א אינטערעסאנטער בילד לעצטענס געכאפט דורך די האבעל טעלעסקאופ.

אויפן בילד זעט מען א שטערן וואס איז 15000 מאל ליכטיגער ווי די זון!
ארום די שטערן איז דא ריזיגע שטויב וואלקענעס וואס שפיגלען אפ די ליכטיגקייט פונעם שטערן דאס מאכט די בילד נאכמער אינטערעסאנט.
און די בעקגראונד זעט מען פילע אנדערע שטערנס עס האט נישט קיין שייכות צו די מחותן פון אינזער בילד.
--
דאס איז א ארגיענעל בילד, נישט מעשי ידי קאמפיוטער.
אטעטשמענטס
hubble.jpg
hubble.jpg (223.63 KiB) געזען 1708 מאל
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

WOW! דאס איז אין אונזער מילך-וועג געלעקסיע?

וואס א נפ"מ, פלאנסט צו רייזן אהין בקרוב? ניין, איך פרעג סתם פאר נייגער ווי ווייט דאס איז פון אונז..
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4704
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

WOW! מָה רַבּוּ מַעֲשֶׂיךָ ה'!
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Wow
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

קניידל פארעם האט געשריבן:WOW! דאס איז אין אונזער מילך-וועג געלעקסיע?

וואס א נפ"מ, פלאנסט צו רייזן אהין בקרוב? ניין, איך פרעג סתם פאר נייגער ווי ווייט דאס איז פון אונז..

די ביסט איצט אינעם מילעך וועג!

די שטערן איז עפעס אנדערש אינגאנצן, א איינצעלנער שטערן ארומגענומען מיט גרויסע וואלקענעס
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

קניידל פארעם האט געשריבן:WOW! דאס איז אין אונזער מילך-וועג געלעקסיע?

וואס א נפ"מ, פלאנסט צו רייזן אהין בקרוב? ניין, איך פרעג סתם פאר נייגער ווי ווייט דאס איז פון אונז..

איך האב נישט גוט געליינט דיין קשיא לעצטע מאל, איך מיין אז דאס איז אין אונזער גאלעקסיע.

אלענפאלס עס איז געשאצט צו זיין 6500 ליכט יאר ווייט פון אינז, נאסא זאגט אז זי איז זייער קאנפידענט און די שאצונג מיט א מארזשין אף ערראר פון בלויז 1 פראצענט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יישר כוח דערבארעמדיגער, מיר האבן הנאה צו ליינען דיינע אפדעיטס!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

קוק נאר אהער וועמינז האמער דא?.. זאכי אליינס!
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קוק נאר אהער וועמינז האמער דא?.. זאכי אליינס!

טענקס פאר די וועלקאם, אבער מיר האבן קיינמאל נישט פארלאזט אייוועלט, כ'בין פשוט מער פארנומען לעצטענס ממילא ליין איך מער...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זאכליך האט געשריבן:יישר כוח דערבארעמדיגער, מיר האבן הנאה צו ליינען דיינע אפדעיטס!

יישר כח, סאיז מיר א כבוד דיינס א קאמפלימענט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

זאכליך האט געשריבן:יישר כוח דערבארעמדיגער, מיר האבן הנאה צו ליינען דיינע אפדעיטס!

זאכי, דיר קומצעך ווייסעך וואס :evil: קענסט נישט אביסל אפדעיטן דא מיט נייעס כיד ה' הטובה עליו?!

נישט אז איך מאך אוועק דערבארעמדיגער, נאר ביי דיר פלעגט דאס זיין אפטער, באגלייט מיט בילדער אין קליפס, למשל, ווען נאסא האט געלאנדעט לעצטנס אויף מארס, האט מען נישט געהערט פון דיר קיין פיפס, פאסט דאס? האט איר דאס געזעהן ביי אייער טאטן?? ביי אייער מאמע'ן??

שיין האב איך שוין געבעטן אין אישי, צייט צו נוצן דעם קאנטשיק.....
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

קניידל פארעם האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:יישר כוח דערבארעמדיגער, מיר האבן הנאה צו ליינען דיינע אפדעיטס!

זאכי, דיר קומצעך ווייסעך וואס :evil: קענסט נישט אביסל אפדעיטן דא מיט נייעס כיד ה' הטובה עליו?!

נישט אז איך מאך אוועק דערבארעמדיגער, נאר ביי דיר פלעגט דאס זיין אפטער, באגלייט מיט בילדער אין קליפס, למשל, ווען נאסא האט געלאנדעט לעצטנס אויף מארס, האט מען נישט געהערט פון דיר קיין פיפס, פאסט דאס? האט איר דאס געזעהן ביי אייער טאטן?? ביי אייער מאמע'ן??

שיין האב איך שוין געבעטן אין אישי, צייט צו נוצן דעם קאנטשיק.....

@קניידל, זאכי איז נישט שולדיג אז דיין קניידל האט צוגעברענט.
----
מיינע רבי'ס פלעגן זאגן אז ווען מען רעגט זיך אויף זאל ציילן ביז צעהן וועט די כעס אוועק גיין.

-----
און אז דו ווילסט נוצן דעם קאנטשיק מוז איך מיר נישט אנשטרענגן צו ליינען.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זאכליך האט געשריבן:די ספעיס-שיף new horizons, איר אפיציעלע מיסיע איז געקומען צו אן ענדע לעצטע יאר נאכן אריבער פליען נעבן פלאנעט פלוטאו.

יעצט האט נאס"א געמאלדן אז זיי גייען אויסציען די מיסיע און מ'גייט באזיכן נאך פלאנעטן, ווייטערע פלאנעטן.

די פלאנעט וואס מ'גייט באזיכן הייסט "2014 MU69", מ'פלאנט אנצוקומען אהין אין 2019.

בשעת'ן ארויפשיסן די new horizons אין 2005 האט מען נאך ניטאמאל געוויסט פון די נייע ווייטערע פלאנעטן.

new horizons איז געפלאנט אריבער צו פליען די "2014 MU69" פלאנעט אום JAN 1 , דאס הייסט קומענדיגע שבת.

די מיסיע האט אויפגעטריבן גרויס עקסטאז וויבאלד עס איז די ווייטסטע אביעקט ווי נאסא איז נאר אמאל אנגעקומען.

אצינד איז געמאלדן געווארן אז מען וועט דאס נישט קענען מיטהאלטן, נאסא וועט נישט ווייזן די לעבעדיגע בילדער, נישט אפהאלטן קיין פרעס קאנפרענץ,

ווייסט פארוואס? גאווערמענט שאטדאון!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

א בילד פון "פלאנעט פלוטאו" וואס איז געכאפט געווארן ווען ניו הארייזן איז פארבייגעפלויגן.

די הערליך בילד קוקט אויס ממש ווי א קאמפיוטער גראפיקס צוזאמשטעל.
די זון -וואס איז אין די בילד באהאלטן אינטער פלוטאו- ווארעמט אן די קליינע פלאנעט און די פלאנעט לאזט ארויס געוויסע גאזן, די גאזן שאפן א בלויע ראנד וואס מען זעט ארום די פלאנעט.
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (23.18 KiB) געזען 2577 מאל
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

עס איז אומבאשרייבליך ווי קאמפליצירט עס איז צו נעוויגעיטען די ספעיס שיף און ארויסנעמען עפעס זאכליך פון די בעפארשטייענדע מיסיע.

די גאנצע מיסיע איז אויספלאנירט געווארן הערשט און 2015, נאך וואס דער ספעיס שיף איז שוין געווען 9 יאר אין ספעיס.

עס פליט ביי א ספיד פון 32000 מייל פער שעה און האט בלויז איין שאנס אריבערצופליען די אביעקט וואס איז א קליין שטיינדעל אין ספעיס, בערך די סייז פון ניו יארק סיטי, עס דארף געלונגען אז אין די משונה'דיגער ספיד זאל מען קענען כאפן א גוט בילד פון די קליינער אביעקט 2200 מייל ווייט! אויב מאכט מען א קליינער טעות און די לאקאציע פונעם שטיינדעל איז די מיסיע ווערטלאז.

מען דארף עס קאנטראלירן און מעסטן פון די ערד, דאס הייסט ביי א ווייטקייט פון 4.1 בילליאן מייל ווייט! אויב שיקט מען קאמיוניקאציע צו די שיף געדויערט עס 6 שעה אנצוקומען אהין, דאס מיינט אויב וויל מען צ.ב.ש. פארקירעווען די וועג ווי ער פליט, וועט דויערן 6 שעה פון ווען מען דריקט די קנעפל ביז די שיף דארט אויבן באקומט די נייע אנווייזונגען!

כמעט אלע סענסארס און קעמערעס זענען איינגעשלעפט געווארן מיט עטליכע יאר צירוק בכדאי צו פרעזעווירן די ביסל ענערזשי וואס ניו הארייזען האט אין זיך, ווען עס וועט פארביי פליען די "2014 MU69" אביעקט, דארפן זיך אלע כלים אנצינדן, עס דארף כאפן בילדער, מעסטען די טעמפראטור אויפן שטיין, מאכן א מאפע פון די שטיין, אבזערווירן צו עס דרייען זיך ארום נאך קלענערע לבנות ארום די שטיין, און מעסטן צו די שטיין האט א אטמאספערע אזוי ווי אונזער וועלט פארמאגט, אדער עס האט נישט קיין אטמאספערע, אזוי ווי פילע אנדערע פלאנעטן.



מיט א חודש צירוק האט מען געכאפט אז דער ספעיס שיף האט אפגענויגט א משהו פונעם אויסגעטראטענעם אויסגעפלאנטן וועג, מען האט עס באצייטענס פארראכטן, מען האט באמערקט אז יעדע מאל די ספעיס שיף באמערקט א נייע אביעקט און ספעיס און עס נעמט א בילד, ווערט די ספעיס שיף לייכט פארקירעוועט פון די עקסטערע מאוומענט, ד.ה. די ספעיס שיף צינדט אן עטליכע סענסארס וכדו' דאס געט א שאקל דעם 13 יעריגען ספעיסשיף אזוי ווי א עלטערע קאר וואקעלט זיך ווען מען צינדט אים אן, די ריסערטשערס האבן באשלאסן מוותר צו זיין אויף די נייע חידושים וואס ניו הארייזן קען מעגליך אנטדעקן מיטן ציהל צו האלטן ניו הארייזן געפאוקעסט אויף "2014 MU69"

אום DEC 25 האט מען איבערגערעכנט נאכאמאל אלע חשבונות וויאזוי דער ספעיס שיף זאל פליען און אריינגעלייגט די ענדטגילטיגע אינסטרוקציעס, אצינד טוט מען עס בלויז אבזערווירן.

----- -----
די ציהל פון די מיסיע איז אזוי ווי רוב אנדערע מיסיעס:
א טיפער נייגער און אינספיראציע איבער מה למעלה למטה, מה לפנים ומה לאחור אן קיין שום בענעפיט פאר די וועלט! דאסמאל מיט א דגוש אויף "מה לפנים" צו פארשן די בריאת העולם לשיטתם המסולפת.

אלזא דער ציהל איז טאקע איינצוקויפן שטותים מיט לאקשן, אבער איך בין זייער אינספירירט צו זעהן די אויסטערלישע חכמה און לאנג יעריגע פלאנירונג וואס עס ליגט אין נאסא אינעזשירונג, ברוך שחלק מחכמתו לבשר ודם!
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 12:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

נע, די ציל איז מתחילה בלויז געווען דעם שטיינדל?

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אלזא דער ציהל איז שטותים מיט לאקשן אן קיין שום בענעפיט פאר די וועלט! פארט איז אינספירירענד צו זעהן די אויסטערלישע חכמה וואס ליגט אין נאסא אינעזשירונג.


נאך א מזל די באדויערסט די פאקט אז ס׳איז דא א שאָטדאון..
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נע, די ציל איז מתחילה בלויז געווען דעם שטיינדל?

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אלזא דער ציהל איז שטותים מיט לאקשן אן קיין שום בענעפיט פאר די וועלט! פארט איז אינספירירענד צו זעהן די אויסטערלישע חכמה וואס ליגט אין נאסא אינעזשירונג.


נאך א מזל די באדויערסט די פאקט אז ס׳איז דא א שאָטדאון..

די ציהל מתחילה איז געווען פלוטאו, אין יענער מיסיע איז אויך געווען סתם צו שטילן די נייגער.

אויסערדעים, די איצטיגע מיסיע פאר זיך איז א קאסטבארע מיסיע מיט אויסטערלישע הארעוואניע און פלאג.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

משוגענע_גאים.


עניוועי, ישר כח.
לילה טוב.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נאך א מזל די באדויערסט די פאקט אז ס׳איז דא א שאָטדאון..

עס באדערט מיר נאר אז די IRS פונקציאנירט ווייטער...

ווילסט שפארן געלט? ענדערש שיק אוועק די טעקס קאלעקטארס. וועט מען כאטש האבן עפעס אויפגעטון מיטן שאטדאון.
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”