פאראינטערסירט האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:פאראינטערסירט האט געשריבן:די קורדן און רעבעלן וואס אמעריקע האט טרענירט אין אנפאנג האבן אויסגעדרייט זייער רוקן צו אמעריקע!
די יעצטיגע קורדן האבן באקומען פעסטע אמעריקאנער הילף אריינגערעכנט שווערע געווער (דאכצעך אויך אנטי עירקרעפט מיסילס) כדי צו קענען פייטן די סיריע רעזשים אין אויסטויש אז זיי וועלן אויך פייטן אייסיס.
נאכאמאל! אמעריקע איז זיי גארנישט שולדיג, זיי האבן באקומען הילף פאר זייער פריוואטע מחלוקה מיט סיריע אין אויסטויש אז זיי וועלן פייטן אייסיס.
די וועלט איז סתם אזוי שולדיג א לאנד פאר די קורדן, שוין העכסט צייט אז זיי זאלן ווערן זעלבסשטענדיג אין זייער אייגענע קורדיסטאן.
נאכאמאל! די "הו קעירס" מהלך איז די סיבה פארוואס אמעריקע איז נישט אריין אין WWII ביז פערל הארבער.
נאכאמאל! די "הו קערס" מהלך איז דארט ווי די וועלט איז געווען בים האלאקאוסט.
[איך שרייב עס עקסטער, די קריג און האלאקאוסט, ווייל עס איז צוויי עקסטערע פלעצער ווי מען וואלט זיך געדארפט אריינמישן און מען האט נישט.]
פארוואס קומצעך זיי אן אייגן לאנד?
אפשר קומצעך פאר די נעטיוו אמעריקענס אויך אן אייגן לאנד?
נאכאמאל, אמעריקע איז גארנישט שולדיג א לאנד פאר די קורדן! אמעריקע איז נישט די וועלט'ס פאליס, זאל די יו-ען מאכן א רעזולוציע אז מ'דארף זיי געבן א לאנד!
אמעריקע האט געהאט אסאך שטארקע טשאנסעס צו אונטערהאקן אסאד, פון זיבן ביז פיר יאר צוריק, אסאד האט געהאט צייטן וואס ער איז געשטאנען גאר שמאל ביז רוסלאנד האט איהם ממש געראטעוועט.
יעצט איז אסאד שוין זיכער מיט זיין בענקל, און אראפווארפן אסאד קען נאר פירן צו אן איבערשפיל פון איראק,
פארפאלן די אראבער ברויכן האבן א דיקטאטור, זיי ברויכן האבן איינעם וואס פארשטייט זייער שפראך...
פארוואס קומצעך די קורדען אן אייגן לאנד? דער תירוץ איז ווייל זיי זענען א אמת'ע אור אלטע פאלק וואס עקזיסטירט שוין איבער דריי טויזענט יאר; זיי וואוינען שוין דארט אין זייער אייגען לאנד (אייגענע טעריטאריע) שוין 3000 יאר; און מיט וואס זענען זיי ווייניגער ווי עהני אנדערע פאלק וואס האבען א לאנד?
אפשר קומצעך פאר די נעטיוו אמעריקענס אויך אן אייגן לאנד? אפשר טאקע? אבער א שטיקעל תירוץ; וויאזוי מאכט מען דאס? לייג ארויס א פראקטישע פלאן און לאמער עס דורך שמועסען. וויפיל נעיטיוו אמעריקען לענדער "זאל" מען מאכען? וויפיל שטח זאל מען יעדער פון זיי געבען? און ועל כולם, ווער איז א נעיטיוו אמעריקען? רוב פון זיי זענען שוין כמעט אין גאנצען אויסגעמישט, און נאר פארהאן א קומץ קטן וואס קענעו קלעימען אז זיי זענען נעיטיוו. זאל מען פאר דיי קומץ קטן געבען "גאנץ" אמעריקע?
פאראינטערסירט האט געשריבן:נאכאמאל, אמעריקע איז גארנישט שולדיג א לאנד פאר די קורדן! אמעריקע איז נישט די וועלט'ס פאליס.
אמעריקע איז זיי טאקע טעכניש גאנישט שילדיג, אבער האלט זיך יא פאר די וועלט פאליס און די מאראלישע כח אויף דער וועלט, איז כאטש געבען ליפ סורוויס צו די קורדען אז עס קומט זיי א לאנד. און דאס טוהען זיי אויך נישט, וואס ווייזט א געוולדיגע פאלשקייט!
פאראינטערסירט האט געשריבן:זאל די יו-ען מאכן א רעזולוציע אז מ'דארף זיי געבן א לאנד!
זאלען זיי טאקע; אבער וועלען זיי דען? ווער איז די יו ען? א באנדע רוצחים!
א באנדע רוצחים וואס פראטעקטען איינע די אנדערע, און מאכען ראטאציע וועלעכע רוצח זאל זיין איצטער יושב ראש. דאס איז דער יונייטעד נעישאן'ס אוו דע ווארלד; יונייטעד וויט דע טייטל "היפאקריטס" אנלי.